באשוידערטע אויפדעקונג!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

באשוידערטע אויפדעקונג!!

תגובהדורך אחד הרבנים » זונטאג אוגוסט 25, 2019 3:23 pm

אה! איז דאס געווען א געלונגענעם פרימארגען. אלעס איז געפארן א מחי'. ער האט זיך אויפגעוועקט 5 מינוט פאר די זייגער האט געקלינגען, ארויסגעקראכן פון אונטער די דאכענע, עס איז רואיג, שטיל, ער שטייט אויף. די וועש טרעפט ער תיכף ומיד, טוט זיך אן, די שיך בענדעל איז היינט עפעס נישט פארקניפט, גרייט ארויסצוגיין פון שטוב. די וועטער היינט, א גן עדן, פיין ליפטיג. זעצט ער זיך אריין אין קאר, אנגעצינדען, געפארן, די פענסטערס אפן, די וועטער איז דאך טאקע פאר דעם געאייגנט. פארט אפ אין ביהמ"ד אלע לייטס זענען היינט גרין, אזש.. ס'פארט.., קיין איינמאל זיך נישט געדארפט אפשטעלן, טרעפט גראד פארקינג, אריין אין מקוה.. קיינער זיצט נישט היינט איף זיין מקום קבוע, די שויער איז מיטן ערשטען דריי אנגעשטעלט פונקט צו דעם טאמפוראטור וואס ער גלייכט, גע'טובל'ט ארויס. די קאווע, די מילך, געוואלדיג... בקיצור, אלעס פארט היינט געשמירט ממש ווי... ווי אה... א טשראפאכע ביים מצוה טאנץ! שוין, ער קומט אן אין ביהמ"ד נאך פאר ברכות, לייגט טו"ת, האט צייט צו זאגן פארנט, הודו מיטן בעל תפילה וכו' אלעס ביז.... דער שווארצער קאץ איז דורך געלאפן. פאסירט האט דאס ביי ויברך דוד.. געווענליך האט ער גרייט זיינע פאר פרוטות פאר צדקה. אבער היינט האט זיך די לעכל אינם רעקל טאש גובר געווען. ס'האט זיך אביסל פארברייטערט און די פאר פרוטות וואס ער האט געהאט דארט האבן געטראפן דעם וועג ארויס, און... ער האט נישט וואס צוגעבן... שירה האט ער שוין נישט מיטגעהאלטן מיטן בעל תפילה קרי"ש אויך נישט, דא האט זיך זיין לינקער שכן אראפגעזעצט און אריינגעכאפט די עק פון זיין רעקל אינטער זיין פלאץ אראפלייגענדיג דעם זיץ, א מינוט שפעטער האט א פרישער בחור'ל צו רעכטס פון אים איבער געלאזט א כמעט ליידיגע קאווע גלעזעל מיט א האלב נאסע קאצקע ציקער דערנעבן וואס האט נאס געמאכט זיינע אנגעגרייטע טישאס, יעצט האלטענדיג ביי קרי"ש קען ער נישט טרעפן די פערטע ציצית פונעם טלית.. ערגעץ האט זיך דאס פארדרייט, נאך פינף מינוט זיכן האט אים איינער ענדליך געהאלפן עס טרעפן. ערגעץ ביי די הויכע שמו"ע האט ער זיך אביסל צוריקגעכאפט. זאכן זענען שוין מער ווייניגער אויף די רעלסען... ער ענדיגט דאווענען, זעצט זיך אריין אין קאר, פארט אהיים, די וועג איז גאנץ כמעשה. פוקט אויף די פרישטאג און לאנטש, טראגט אפ די יודענע אין ארבעט אריין און ער יאגט זיך אין כולל אריין.

קומט ער אן אין כולל, טרעפט ער א קופקע יונגעלייט אויסשמועסן די לעצטע שערוריא איבער די סעסעמי סיעדס. אלע לומדים זענען פארקאכט יעדער מיט זיין סברא לכאן ולכאן. הערשל טענה'ט אז די סעסעמי סיעדס וואס ליגן אינטען אין די קנייטשן פון די חלה זענען למעשה בטל צו די סעסעמי סיעדס פון אויבן. און די אויברשטע זענען תדיר ווייל ס'כמעט נישט מעגליך אז מען זאל אויפשניידן די חלה אן אריינשניידן אין איינע פון זיי. ווייטער, קלמן משה האט גע'טענה'ט אז היות ס'האט געהאט א שינוי מקום גייט דאס אריין אין די דינים פון שינוי. יחזקאל ברענגט קאפיעס פון קול קורא'ס פון עטליכע גדולים איבער די נושא, אזוי אויך פון עטליכע וועדי הכשרות פון א"י און פון חו"ל. זלמן דער למדן שטייט אזוי מיט איין פיס אויפן בענקעל, א קאווע אין איין הענט, א ציגארעטל אין מויל גרייט צו ווערן אנגעצינדען די מינוט וואס ער קען ארויסגיין, זאגט ער א סברא אז ס'גייט אריין אין די סוגיא פון יגעתי ומאצתי תאמין אדער אל תאמין, און היות האסט געטראפן דעם סעסעמי סיעד מוז דאך זיין אז עס איז געווען יגעתי, און אויב ס'איז געווען יגעתי דעמאלטס.... דא קומט אריין שמעון'לע אין א בחינה פון עת לעשות לה' פארציילט ער וואס ס'גייט יעצט פאר ביים רב. איציק ראש הקהל איז ארויפגעקומען צום רב מיטן טענה אז חיים'על בעל עגלה האט פון אים גע'גנב'ט זיין פערד. ער האט קלארע באווייזן. די גאנצע שטעטל פארט אויף רעדער.. חיים'על בעל עגלה, באוויסט אלס א וואוילטשיגער וואס קען קיין פליג נישט טשעפענען האט בא'גנב'ט איציק דעם ראש הקהל'ס פערד און יעצט קען נישט דער ראש הקהל גיין ערלעדיגן אלע וויכטיגע ענינים פון די קהלה ביים פריץ אדער גיין באזוכן זיינע גוטער, ווער רעדט נאך פון פארן אויף דאטשע... איציק טענה'ט אז די סיבה פארוואס אזיינס האט געקענט פאסירן איז ווייל חיים'על צינדט נישט קיין חנוכה ליכט יעדען פרייטאג אזויווי ער איציק. וואס איז דאס אז נאר די פרוי זאל צינדען שבת ליכט? איז געווען זיין טענה. ער פירט זיך צו צינדען חנוכה ליכט יעדע וואך. זאל חיים'על ווען אויך אזוי געטאהן וואלט אזאנס נישט פאסירט.
אינדרויסן פון רב'ס שטוב זענען פארזאמעלט א שיינער ציבור וואס ווילן מיטהאלטן וואס עס טוט זיך. חיליק אלס ווייסער, ווייסט צו פארציילן ווי אזוי דאס האט זיך אלעס אנגעהויבן. חיים'על בעל עגלה איז ארויס שפאצירן נעבן וואסער מיט זיין באליבטען פריינט שלמה'לע דער וואסער טרעגער. זיצנדיג אזוי ביים וואסער פלעגן זיי אזוי רייסן די גראז'לעך דא דארט. נעכטען זיצענדיג אזוי ביים וואסער האבן זיי ביידע זיך אנגעכאפט אינעם זעלבען גראזל. חיים'על שלעפט איין זייט און שלמה'לע די אנדערע זייט. חיים'על איז איבערגעקומען שלמה'לען און שלמה איז זייער בייז געוורן אויף חיים'על און אים גוט אנגעסטראשעט. ער וועט אים שוין לערנען בלק. שלמה,לע האט ארויס געלאזט א שמועה אז חיים'עלס צווייטער פערד איז לעצטענס דיקליכער ווי ס'איז געווען. מיזדאך זיין אז ער האט דאס צוגענומען ביי איציק ראש הקהל'ן.

ברוך דער מיליכיגער טענה'ט אבער אז מיט זיין גרויס עקספיריענס אין מעלקען די קיען האט ער באטראכט דעם פערדעל אבער עס זעהט נישט אויס אז דאס איז אמאל געווען איציק דעם ראש הקהל'ס. דער רב האט געמאכט א פשרה אז מען וועט רופן פעטראוו, דעם פריץ'נס זוהן וואס איז א גרויסער פערדען עקספערט. מ'שיקט א דעלעגאציע צום פריץ בעטן צו מען קען פרעגן זיין פעטראוו'ל מבינות. למעשה זאגט דער פריץ אז פעטראוו איז זייער פארנומען. עס גייט פארקומען א גרויסע צארעמאניע אויף א נייע דערגרייכונג פון זיין פעטראוו. פעטראוו איז די פארגאנגענע וואך אנגעקומען אין זיין אקעדאמישע לערעס נאך ווייטער ווי אים, דעם פריץ זעלבסט. ביז היינט האט פעטראוו געקענט ציילן אזוי ווי זיין פאטער פון איינס ביז ניין. אבער ווי דער איינסער פאלט אריין נעבן דעם זערא עס זאל ווערן א צעהן דאס האט ער נישט געקענט באגרייפן. יא, זיין מאשקע האט אים שוין אמאל געזאגט אז צומאל ווען מען ציילט ביז ניין און ניינציג, וואס איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי מען קומט אן ביז אהין, קען ארייפאלן נאך אן איינסער וואס דעמאלטס ווערט דאס אן הונדערטער. איך בין נישט זיכער צו דער מאשקע ווייסט וואס ער רעדט, זאגט דער פריץ. אבער דאס איז זיכער א דערגרייכונג פאר מיין פעטראוו'ל. מ'האט געלאדנט אסאך חשובע געסט. אלע ארומיגע פריצים און גוטע פריינט. דער מאשקע איז באפוילען געווארן צו צושטעלן א פעטע סעודה, ברוינפען האט זיך געגאסן ווי וואסער. אזוי אויך האט מען אנגעגרייט א גאר געלונגענעם שפיל. מאשקע, שרייט דער פריץ. גיי ארויס צו מיר אין וואלד, זיך אויף די שענסטע ביימער. געזאגט און געטוהן. מען גייט ארויס צום שפיל, א חלק פון זיי שטייען שוין נישט געראד די כליזעמער שפילן אויף הויכע טענער. משקע האט געטראפן די שענסטע ביימער, צעהן שטיק אויס געשורה'ט.דער פריץ רופט אויס, דער וואס לויפט די שנעלסטע אין ציילט אפ אלע ביימער דער געווינט. פעטראוו מיט זיינע גרויס קענטעניס אין מאטעמאטיקס לויפט דער ערשטער... און, יא, ער האט דאס געמכט, אלע פרייען זיך. דער פריץ פונעם דערנעבעדיגן דארף הייבט אן צו פאטשן מיט די הענט און אלע פאטשן מיט.

אונזער פריץ קוקט זיך צו און שעפט גרויס נחת. איצטערט איז געקומען זיין רייע. ער הייבט אן צו לויפן, און... ער האלט שוין ביים זיבעטען בוים. אין פלוצלינג.. טראך... עפעס האט ער זיך איבערגעקאצקעט, זיך גוט צוקלאפט. מאשקע לויפט ארויס רופן דעם דאקטאר.ער לויפט צו אכמעד דער מוסלעמענער דאקטער וואס איז לעצטענס געקומען אהער מיטן שיף פונעם ווייטן מזרח. ער פארציילט פארן דאקטאר וואס עס האט פאסירט...

**** דא פעלט א חלק פון די ערציילונג, וחבל על דאבדין****

דער יאנאש לויפט ווייטער און לויפט מיט קוים דעם אטעם כאפט ער ביז ער דערזעהט א קרעטשמע פון דערווייטנס. ער לויפט אהין קלאפט אן אויפן טיר. חאצקל דער ארענדער עפנט דעם טיר, נעמט אים אריין גיט אים אביסל צוטרינקען. און דער יאנאש קוים וואס ער אטעמט הייבט אים אן צו פארציילן, דו... ווייסט... ווי... לאנג... איך...לויף שוין אזוי? קוים אטעמענדיג צווישן איין ווארט אין די צווייטע. דריי היישעריקן זענען מיך נאכגעלאפן מיט שרעקעדיגע קולות, אזש.. כ'האב געציטערט. ווי ווייט איך בין נאר געלאפן זענען זיי מיך נאכגעלאפן און די קולות זענען אלס געווארן שטערקער. איך לויף שוין אזוי צוויי מיט א האלב קילאמעטער. נאך א מזל איך האב דיר געטראפן. אבער איך מיין אז איך הער זיי נאך אלס, אפילו דא ביי דיר אין קרעטשמע... חאצקל פרובירט אים צו בארואיגן. צינדט אן א פרישן נאפט לאמפ, גיסט אים אן א גלעזעלע יי"ש.

דער יאנאש קוקט זיך ארום און פרעגט דעם חאצקל'ן, וואס איז אזוי ליידיג ביי דיר דא היינט? חאצקל פארענטפערט זיך אזוי, אז ווי א טאג, איינטאג איז דא מער מענטשן איין טאג ווייניגער, ווי אזוי דער פון אויבן באשערט. נישט אויסהערנדיג אפילו זיין ענטפער, רעדט דער יאנאש ווייטער. די ווייסט וואס מיין איוואן'ל האט לעצטענס געהאט? אזוי אקערנדיג אין פעלד זענען איין טאג דריי ציגן מיט איין פארלוירענעם שעפסעלע אים אריינשפאצירט אין פעלד. נו, וואס טוהט מען דא, קודם האט ער זיי געגעבן צו עסן אפאר טאג. אבער זעהן'דיג אז דאס קאסט אים א געוואלד מיט עסן יעדן טאג, האט ער זיך געלאזט אין וועג אריין מיט זיי אויף זיכן וועם דאס באלאנגט.עס איז געווען א זימערדיגן פארטאגס ווען ער האט זיך ארויסגעלאזט. ער גייט און גייט מיט די דריי ציגן און איין שעפסעל. גראדע נישט קיין גרינגע אויפגאבע. די זון איז ארויסגעקומען מיטן גאנצן שטארקייט, עס איז געווארן הייס זיי האבן אלע געדארפט צו טרינקען. דא זעהט ער נישט קיין הויז פאר די אויגן. די מצב ווערט נאר שווערער...

ווען ער וואלט געוויסט אז עס וועט נאך זיין אמאל אזא זאך ווי א "סמארט קרעטשמע" המכונה Ivelt.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 25, 2019 4:02 pm

jjjjjjjjj

חחחחחח

געלונגענער 'פייער און וואסער' שרייבער
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

טוט זיך...?
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:56 pm

עכ''ז קוקט שטארק אויס אז דער חלק וואס פעלט זאגט באמת נישט ווייניגער ווי דער אנדערע חלק... מיט דעם וואס דאס איז זייער טאלאנטפול געשריבן....
יישר כח

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוגוסט 25, 2019 6:22 pm

א אומוואקסינרדע פייער און וואסער אלערט

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:59 am

איך האב פארלוירן טרעק אינמיטן ליינען.... צו קאמפליקעטעד.
וואס איז געווארן מיט הערשל און מיט קלמן משה און חזקאל. זיי טענהן זיך נאך??? און דער שמעהלע, איז דאך סתם נישט צום זאך.
פארוואס איז חיים'על בעל עגלה אלעמאל שילדיג??? ווען האט זיך איציק דער ראש הקהל צום ערשטן מאל געטראפן מיט יאנאש די פריץ???
אפס! איך בין שוין אינגאנצן צומישט....

למעשה וואס איז געבליבן מיט די פערדע ציצית? סאיז געווארן פארשמירט פון די סעסעמי??? ביי די חנוכה לעכט אדער נאך די חנוכה לעכט

אפס! נאכאמאל פארלוירן טרעק

איי גיי מיר א גאנג!!!

איך מיין אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל ער איז אויפגעשטאנען פינף מינוט פאר די זייגער האט געקלינגען. נעקסט טיים זיי נישט קיין אויבער-חכם....
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:07 pm

ב"ה

הנאה געהאט.
צוגעלייגטע
דא.pdf
(82.74 KiB) דאונלאודעד 72 מאל
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:50 am

יישר כח. אוי ביסטו א לעכטיגע נשמה!!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:06 am

אזאנ׳ס צו מאָלן, א רחיים של מים!!

בד״וו: היינטיגע השגות, דער כולל יונגערמאן פארט מיט׳ן קאר אין כולל, וואָסי נייעס?!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:37 pm

ביז די סעסי'ס האב איך מיט געהאלטן.
שוין זאל שוין זיין, השתא בעל עגלא זוסמאנס חריף ונאמר אמן..

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 4:27 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:אזאנ׳ס צו מאָלן, א רחיים של מים!!

בד״וו: היינטיגע השגות, דער כולל יונגערמאן פארט מיט׳ן קאר אין כולל, וואָסי נייעס?!


מאן יימר ער איז געפארן מיט די קאר אין כולל?

על דא היא דכתיב, צו לייגן א בארד צו אן ארגינעלע מעשה.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:04 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:אזאנ׳ס צו מאָלן, א רחיים של מים!!

בד״וו: היינטיגע השגות, דער כולל יונגערמאן פארט מיט׳ן קאר אין כולל, וואָסי נייעס?!

אש אין פארע דער מאלט דאך וואסער מיט א שטייסל(געהער אין אשקול~ פייער אין וואסער)
לאכטי!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר משכתבתי!

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 9:07 am

אחד הרבנים האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:אזאנ׳ס צו מאָלן, א רחיים של מים!!

בד״וו: היינטיגע השגות, דער כולל יונגערמאן פארט מיט׳ן קאר אין כולל, וואָסי נייעס?!


מאן יימר ער איז געפארן מיט די קאר אין כולל?

על דא היא דכתיב, צו לייגן א בארד צו אן ארגינעלע מעשה.

עס שטייט אז ער טרעפט גלייך א פארקינג(האלטס אז ער רעד פין זיין נייע קערידש??)
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר משכתבתי!

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:06 am

אחד הרע-בנים
זייער cute געשריבן. קלאסיש און פיין!
הנאה געהאט צו ליינען.
;l;p-
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:34 am

בשעה שיש האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:אזאנ׳ס צו מאָלן, א רחיים של מים!!

בד״וו: היינטיגע השגות, דער כולל יונגערמאן פארט מיט׳ן קאר אין כולל, וואָסי נייעס?!


מאן יימר ער איז געפארן מיט די קאר אין כולל?

על דא היא דכתיב, צו לייגן א בארד צו אן ארגינעלע מעשה.

עס שטייט אז ער טרעפט גלייך א פארקינג(האלטס אז ער רעד פין זיין נייע קערידש??)

דא שרייב איך נאר למען האמת.
איר לאזט שוין דעם בארד וואקסען נאך לענגער...
ווען מען ליינט א מעשה, נאך דערצו אזא מקוריות׳דיגע מעשה, דארף מען ליינען גרינטליך. אז נישט, ווערן די פאקטן פארדרייט און עס שאדט פאר די וויכטיגע היסטארישקייט פון די פאסירונג.
איר מישט צאם גיין דאווענען שחרית מיט גיין אין כולל. האמיר איצטערט מברר געווען נאכאמאל -אזוי זעט אויך אויס פון די ארגינעלע פארציילונג- אז אין ביהמ״ד איז ער געגאנגען מיט די קאר. אין כולל איז נישט קלאר.

בשעה שיש האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:אזאנ׳ס צו מאָלן, א רחיים של מים!!

בד״וו: היינטיגע השגות, דער כולל יונגערמאן פארט מיט׳ן קאר אין כולל, וואָסי נייעס?!

אש אין פארע דער מאלט דאך וואסער מיט א שטייסל(געהער אין אשקול~ פייער אין וואסער)
לאכטי!

מילא וואסער, מיינט איר מסתמא וואס ער האט געזיכט פאר די פארלוירענע ציגן און שעפסעל, אדער אפשר מיינט איר די וואסער פון זלמן למדן׳ס קאווע, אבער פייער? ווי האט איר דאס געזעהן אין די ערציילונג?
אפשר מיינט איר איציק ראה״ק׳ס חנוכה ליכט...
חוח בין השושנים האט געשריבן:אחד הרע-בנים

;l;p-

חוח,
ממש אזוי??

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:42 am

פונקט האבעך אנגעטון די טונקעלע זון-ברילן, נישט די נאכט-וויזיע גלעזער, האבעך געזען רע-בנים, אנשטאט דיין אמת'ע רבנישע צורה...
קבל את הווערטל ממי שאמרו
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: התבונני און 23 געסט