עד פון "לזווג" ארגאניזאציע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

עד פון "לזווג" ארגאניזאציע

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 7:29 pm

די וואך איז געווען פארשפרייט א עד פון "לזווג" ארגאניזאציע וואס לייגט זיך אריין אויסצופירן שידוכים.

די ארגאניזאציע איז גוט, אבער די עד?! אזוי אפצוסטעמפלען די ווארט "אלטע בחור" מיט דער וואס שטייט דארט ביים טעלעפאון מיט די סלינקי?

איך קען אסאך עלטערע בחורים וואס ווארטן אויף זייערע באשערטע און זענען ב"ה אלע נארמאל און קוקן אויס גוט פונקט ווי מיר און דיר, די כאלאט שטייט זיי גראד, זיי זענען נישט גראב וכו' און זיי ווארטן פשוט אויף די ריכטיגע קאל אין די ריכטיגע צייט דורכ'ן ריכטיגן מענטש.

די ארגאניזאציע "לזווג" איז טאקע א הילף אין די צייט וואס מען זוכט אזעלכע ווי זיי, אבער זיי דארפן בלייבן א הילף און נישט ח"ו צולייגן אויל צום פייער אין טרערן צום נאסן קישן.

איך בין זיכער אז ס'איז געווען א נישט דורכגעטראכטע עד פון זייער זייט, אבער ביטע טראכט פאר איר לייגט עפעס ברבים, ספעציעל אין אזא הייקעלע נושא.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2603
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 7:35 pm

געטראכט דאס זעלבע, זייער נישט סענסיטיוו

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 7:38 pm

ס'איז א וועיקאפ קאל פאר די שדכנים און פאר טייל עלטערן, עס מיינט נישט ח"ו אפצוסטעמפלען דעם עלטערן בחור.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:35 pm

וויל וועלן האט געשריבן:ס'איז א וועיקאפ קאל פאר די שדכנים און פאר טייל עלטערן, עס מיינט נישט ח"ו אפצוסטעמפלען דעם עלטערן בחור.


מיר האבן דאס אויך אזוי אנגעקוקט און ס'איז מיר געפאלן, אבער פון דעם ארגאנעזאציע ווייס איך נישט צו זאגן, איך בין באקאנט פון דער נאנט מיט עטליכע שידוכים ארגאנאזאציעס, לזווג איז נאכנישט אויף מיין ליסטע.

איינער ווייסט וואס דאס איז?

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:56 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:ס'איז א וועיקאפ קאל פאר די שדכנים און פאר טייל עלטערן, עס מיינט נישט ח"ו אפצוסטעמפלען דעם עלטערן בחור.


מיר האבן דאס אויך אזוי אנגעקוקט און ס'איז מיר געפאלן, אבער פון דעם ארגאנעזאציע ווייס איך נישט צו זאגן, איך בין באקאנט פון דער נאנט מיט עטליכע שידוכים ארגאנאזאציעס, לזווג איז נאכנישט אויף מיין ליסטע.

איינער ווייסט וואס דאס איז?


לויט מיין בערכ'דיגע ידועה ווערט דאס געפירט דורך א משפחה פון לעיקוואד. וויבאלד איך בין נישט זיכער און איך האב נישט באקומען רשות דאס צו מפרסם זיין וויל איך נישט זאגן די נאמען.

טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:01 pm

לזווג איז א וועב זייטעל ווי מ'קען אריין געבען איידיעס פון שידוכים אין מ'מאכט %10 פון די שדכנות געלט
וואס איך כאפ נישט איז וואס איז דעי געלט אקציע וואס זיי מאכן?

טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:05 pm

PSX_20190901_220454.jpg
PSX_20190901_220454.jpg (164.81 KiB) געזעהן 2554 מאל

פאלאטשעק
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 4:59 pm

תגובהדורך פאלאטשעק » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:26 pm

וואס זאגן די אלטע בחורים?

אוועטאר
א שדכן
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2015 10:13 pm

תגובהדורך א שדכן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:00 am

איך גיי נישט יעצט אריין אין די נושא צו די עד איידיע איז אויסגעהאלטן
יעצט צו לזווג. עס איז אן ארגענעזאציע וואס (לפי ידעתי) איז געגרינדעט געווארן נישט מיטן חשבון אז מען גייט דארפן שנארן פאר דעם. עס איז געווען איבעראל עדווערטייזט אז ווער עס האט א שידוך איידיע זאל עס זיי אריינגעבן, און זיי וועלן עס געבן פאר א פראפעשענעל שדכן אנצוטראגן, און מען וועט באקומען צען פארצענט שדכנות. איך האב מיך איינגעשריבן ביי זיי אלץ א שדכן וואס וויל באקומען איידיעס עס אנצוטראגן. זייער חשבון איז געווען אז די אפיס וועט אויך באקומען א קליינע פארצענט פון די שדכנות (חוץ די צעהן וואס גייט פארן מציע) אזוי וועט זיך די אפיס אויסהאלטן. עס וועט זיין פשיטו כמשמעו זה נהנה, וזה נהנה, וזה נהנה, וזה נהנה, וזה נהנה. ער האט געמאכט איין קליינע טעות, אז פון הינדערטער איידיעס ווערט ממש א גאר קליינע פראצענט פארווירקליכט. אויב אזוי קומט אויס אז די אפיס ארבייט, הייבט נישט אן צו ווערן געדעקט. ווייל זיי דארפן אפשיקן די אלע איידיעס, און עס נאכגיין, און ארויסהעלפן שאפן מער וויכטיגע אינפארמעישן וואס פעלט אסאך מאל פין די אפליקעישן. אבער געלט קומט נישט אריין ביז מען ענדיגט פאקטיש א שידוך. (דער שדכן אליין מאכט זיך אז ער מאכט אפאר דאללאר אפילו ער פירט נישט אויס, פון די אידן וואס האבן שכל, און די מעגליכקייט, עפעס אריינציווארפן כדי דער שדכן זאל נישט אויסברענען. אבער דער אפיס האט זיך דערזעהן מיט א אווערהעד אן א אינקאם וואס זאל איר דעקן). איי וועסטו פרעגן אז דיין ביזנעס איידיע מאכט נישט קיין געלט דאן לאז עס אפ!? דא קומט אריין דאס אידיש הארץ! דער אינגערמאן האט זיך דערזעהן אז עס איז דא ביים עולם הינדערטער אויב נישט טויזענטער איידיעס (איך בין נישט ביי אים אין אפיס, ווייס איך נישט קיין פונקטליכע נומבער, אבער איך אליין האב שוין באקומען פון אים צענדליגע איידיעס) האט ער עס נישט געוואלט לאזן פאלן. אידן גייען אויס צו באקומען א פאון קאל, אז איינער מאכט זיך פון זיי וויסענדיג, וואס די ביזנעס האט דזשענערעטעט טויזענטער אזאלעכע פאון קאלס. האט דער אינגערמאן נישט געהאט קיין ברירה און מוז בעל כורחו ארויסקומען בעטן זיך ביים ציבור אז מען זאל נישט לאזן פאלן אזא וויכטיגע ביזנעס/הצלה ארגענעזאציע. דער זיצט אין שווערע חובות. עס איז א מצוה רבה צו האלטן אפען אזא זאך. בפשטות, רובא דרובא איידיעס וואלטן קיינמאל געווארן גערעדט ווען נישט די ארגענעזאציע.
און נאכאמאל, איך האב מיט די הנהלה פון די ארגענעזאציע קיין שום ספעציעלע שייכות און איך האב נאך דעם איד קיינמאל נישט געזעהן, און איך וועל אויף דעם קאמפיין קיין פעני נישט מאכן.

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:27 am

פאלאטשעק האט געשריבן:וואס זאגן די אלטע בחורים?

וויבאלד אויף אייוועלט איז אזוי נאטורליך צו באטיטלען יעדע נארישע פארהייראטע בעיבי מיט דעם טיטל "בחור" און יעדע נארישע שמועס צווישן פארהייראטע ווערט ערקלערט מיט די ווערטער "בין הזמנים", איז זיכער אז די וואס זענען נאכנישט באגליקט געווארן מיט דעם אומגעהויערען קלוגשאפט וואס באטרעפט דעם מענטש אונטער די חופה וועלן זיך נישט וועלן ארויסגעבן דא דורכן ענטפערן די פראגע.

און צו ענטפערן די פראגע, איך האב דעם שבת מיטגעהאלטן ווי א עלטערע בחור האט זיך געווארפן פאר געלעכטער ביים זען דעם עד, ער האט זייער הנאה געהאט דערפון.
היינט האט ער אויסגעפונען אז אויף אייוועלט האט זיך איינער אנגענומען פאר זייער כבוד און ער האט רעאגירט דערויף אז עס איז שיין אז מען האט מיטגעפיל מיט אים, אבער אין פאקט האט אים דער עד פון לזווג בכלל נישט געשטערט.
ער האט אבער צוגעלייגט אז אויב וויל 'אייוועלט' זיך פארבעסערן אין רעספעקט צו עלטערע בחורים זאלן אירע שרייבער אנהייבן באטיטלען אירע בעיבי'ס מיט זייער אמת'ע נאמען - טיפשים, און זיך נישט באציען צו זיי אלס בחורים.

דאס איז די געפיל פון איין אלטע בחור.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:44 am

אברהם דוד האט געשריבן:
פאלאטשעק האט געשריבן:וואס זאגן די אלטע בחורים?

וויבאלד אויף אייוועלט איז אזוי נאטורליך צו באטיטלען יעדע נארישע פארהייראטע בעיבי מיט דעם טיטל "בחור" און יעדע נארישע שמועס צווישן פארהייראטע ווערט ערקלערט מיט די ווערטער "בין הזמנים", איז זיכער אז די וואס זענען נאכנישט באגליקט געווארן מיט דעם אומגעהויערען קלוגשאפט וואס באטרעפט דעם מענטש אונטער די חופה וועלן זיך נישט וועלן ארויסגעבן דא דורכן ענטפערן די פראגע.

און צו ענטפערן די פראגע, איך האב דעם שבת מיטגעהאלטן ווי א עלטערע בחור האט זיך געווארפן פאר געלעכטער ביים זען דעם עד, ער האט זייער הנאה געהאט דערפון.
היינט האט ער אויסגעפונען אז אויף אייוועלט האט זיך איינער אנגענומען פאר זייער כבוד און ער האט רעאגירט דערויף אז עס איז שיין אז מען האט מיטגעפיל מיט אים, אבער אין פאקט האט אים דער עד פון לזווג בכלל נישט געשטערט.
ער האט אבער צוגעלייגט אז אויב וויל 'אייוועלט' זיך פארבעסערן אין רעספעקט צו עלטערע בחורים זאלן אירע שרייבער אנהייבן באטיטלען אירע בעיבי'ס מיט זייער אמת'ע נאמען - טיפשים, און זיך נישט באציען צו זיי אלס בחורים.

דאס איז די געפיל פון איין אלטע בחור.

אזא השגחה פרטית! WOW

פונקט דער אינגערמאן וועם עס באדערט אז אויף אייוועלט באטיטעלט מען בחורי'שע שרייבערס אלס בחורים - האט פערצופאל דעם שב"ק מיטגעהאלטן ווי א בחור האט הנאה פון דעם לזווג עד - און גראדע דעם זונטאג האט ער בהשגחה עליונה צוריקגעהערט אז די בחור וויל ענדערש אז אייוועלט זאל פארבעסערן איר באציאונג כלפי בחורים.

ווי געזאגט, וועט א בחור זיכער נישט קאמענטירן דא, צוליב די ווייטאגליכע פאקט אז תגובות פון אומפארהייראטע ווערט גערופן בחורישע תגובות.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:59 am

די פליקסט שוין צו טיף
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:20 am

אין פאל דער פאקט געבט צו אדער נעמט אראפ פון מיין פונקט: איך בין נישט קיין בחור.
א טאג אן ליינען איז ווי... איך מאך א ווערטל - איך האב נישט קיין אהנונג... (קרעדיט: איך געדענק נישט)

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:31 am

הלשון האט געשריבן:
אברהם דוד האט געשריבן:
פאלאטשעק האט געשריבן:וואס זאגן די אלטע בחורים?

וויבאלד אויף אייוועלט איז אזוי נאטורליך צו באטיטלען יעדע נארישע פארהייראטע בעיבי מיט דעם טיטל "בחור" און יעדע נארישע שמועס צווישן פארהייראטע ווערט ערקלערט מיט די ווערטער "בין הזמנים", איז זיכער אז די וואס זענען נאכנישט באגליקט געווארן מיט דעם אומגעהויערען קלוגשאפט וואס באטרעפט דעם מענטש אונטער די חופה וועלן זיך נישט וועלן ארויסגעבן דא דורכן ענטפערן די פראגע.

און צו ענטפערן די פראגע, איך האב דעם שבת מיטגעהאלטן ווי א עלטערע בחור האט זיך געווארפן פאר געלעכטער ביים זען דעם עד, ער האט זייער הנאה געהאט דערפון.
היינט האט ער אויסגעפונען אז אויף אייוועלט האט זיך איינער אנגענומען פאר זייער כבוד און ער האט רעאגירט דערויף אז עס איז שיין אז מען האט מיטגעפיל מיט אים, אבער אין פאקט האט אים דער עד פון לזווג בכלל נישט געשטערט.
ער האט אבער צוגעלייגט אז אויב וויל 'אייוועלט' זיך פארבעסערן אין רעספעקט צו עלטערע בחורים זאלן אירע שרייבער אנהייבן באטיטלען אירע בעיבי'ס מיט זייער אמת'ע נאמען - טיפשים, און זיך נישט באציען צו זיי אלס בחורים.

דאס איז די געפיל פון איין אלטע בחור.

אזא השגחה פרטית! WOW

פונקט דער אינגערמאן וועם עס באדערט אז אויף אייוועלט באטיטעלט מען בחורי'שע שרייבערס אלס בחורים - האט פערצופאל דעם שב"ק מיטגעהאלטן ווי א בחור האט הנאה פון דעם לזווג עד - און גראדע דעם זונטאג האט ער בהשגחה עליונה צוריקגעהערט אז די בחור וויל ענדערש אז אייוועלט זאל פארבעסערן איר באציאונג כלפי בחורים.

ווי געזאגט, וועט א בחור זיכער נישט קאמענטירן דא, צוליב די ווייטאגליכע פאקט אז תגובות פון אומפארהייראטע ווערט גערופן בחורישע תגובות.

וואס בד"א האב איך פריער געשריבן אז מיין חבר העלפט ארויס מיט די מארקעטינג און יא מיר האבן ביידע געלאכט סהאט מיר בכלל נישט געבאדערט די עד
וואס אנדערע אלטע בחורים האלטן ווייס איך נישט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:36 am

לזווג דארף מען נישט איינלייגן קיין פעני
גיי אריין אין זייער סייט און לייג אריין דיין איידיעי און גיי שלאפן
זיי נעמען דאס איבער און פירן דאס ווייטער
אויב ארבעט זיך דאס אויס באקומסטו 10%

וועגן די עד זעה איך נישט ווי ווערט א מענטש באליידיגט?
קומט דען די עד זאגן אז אלטע בחורים גייען מיט די גארטל אוהועיך אויפן בויך?
וואו קרים קען א מענטש זיין?
די עד קומט בסך הכל מאכן אז ווען דו קוקסט אויף די עד זאלסטו אביסל פילן וואס די אלטע בחור פילט ווען ער באקומט די טעלעפאן?
מיין איך אז ווען מלייגט א (אמתע) אלטע בחור מיט זיין שיינע הוט און רעקל וואלט די עד נישט גערעדט. (אזוי מיין איך)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:28 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:ס'איז א וועיקאפ קאל פאר די שדכנים און פאר טייל עלטערן, עס מיינט נישט ח"ו אפצוסטעמפלען דעם עלטערן בחור.


מיר האבן דאס אויך אזוי אנגעקוקט און ס'איז מיר געפאלן, אבער פון דעם ארגאנעזאציע ווייס איך נישט צו זאגן, איך בין באקאנט פון דער נאנט מיט עטליכע שידוכים ארגאנאזאציעס, לזווג איז נאכנישט אויף מיין ליסטע.

איינער ווייסט וואס דאס איז?


לויט מיין בערכ'דיגע ידועה ווערט דאס געפירט דורך א משפחה פון לעיקוואד. וויבאלד איך בין נישט זיכער און איך האב נישט באקומען רשות דאס צו מפרסם זיין וויל איך נישט זאגן די נאמען.

לזווג ווערט געפירט דורך א חשוב'ער סאטמארער אינגערמאן פון שטאט מאנסי
איך קען אים פערזענליך און איך פלעג מיטהאלטן ווי ער זיצט אויפן טעלעפאון מיט קעיסעס
פארטייט זיך אז איך האב קיינמאל נישט געוואוסט קיין פרטים ווייל אלעס איז קאנפידענשל
אבער דאס איז זיכער אז עס איז גאר א חשוב'ע ארגעניזאציע וואס האט שוין גאר אסאך אויפגעטון אין דעם געביט

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:46 pm

איך האב נישט געהאט קיין כח איבערצולייענען אלע קאמענטס דא, אבער איאך מוז זאגן אז איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם עד. ס'איז געוואלדיג גוט.

יעדער פארשטייט אז ס'מיינט נישט אפצוסטעמפלען אלע אלטע בחורים, נאר רויסצוברענגען די ווייטאג וואס זיי גייען אריבער.

דער עד איז א יחידה במינה, אזוי מין אריגינעל, מיט אלע פיטשיווקעס, ממש מעשי ידי אומן, צום באוואונדערן.

איך האב גערעדט צו בחורים, קיינער האט נישט געשפירט באליידיגט פון דעם עד, יעדער האט פארשטאנען די משמעות, מ'וויל ארויסברענגען די ווייטאג.

ס'איז נאריש צו זאגן אז ווען מ'וועקט דעם עולם צו טון עפעס פאר די עלטערע בחורים טאר מען נישט רעדן פון דעם מציאות ווייל ס'איז דא בחורים וואס זענען אנדערש, מ'האט דא אנישט קיינעם אפגעסטעמפלט מיט גארנישט.

מיין נעקסטע עד וואס איך וויל מאכן וועל איך זיכער טראכטן פון "ארטיסטיק גרופ" וואס זיי האבן דאס געמאכט. ס'איז געוואלדיג גוט!!!

לזווג איז א גוטע ארגעניזאציע, שוין אסאך אויפגעטון, איך קען נישט די פרטים פונקטליך פארוואס זיי האבן פונקט אנגעהויבן צו אדווערטייזן, אבער זיי זענען זיכער נישט קיין סקעם. כה לחי!

אוועטאר
מאטיסאווצער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 11:32 am

תגובהדורך מאטיסאווצער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:51 pm

ב"ה אז איך בין שוין חתונה געהאט און איך האב שוין 3 קינדער. אבער איך האב חתונה געהאט ביי די 24 וואס איז שוין לכל הדעות א אלטע בחור אין די חסידישע וועלט.

נאך די חתונה האב איך מיר אריינגעווארפן אין שדכנות, נאכן ליידן אויף די אייגענע ביינער און פארשטיין די טיפע צער געפילן וואס ליגן פאר אן עלטערער בחור, וואס די פסוק נשכחתי כמת מלב הייתי ככלי אבד איז עפעס וואס מען שפירט אויף טריט און שריט.

בנוגע די עד, איך וואלט געזאגט אז די הנאה פון אזא עד פאר אן עלטערער בחור איז זייער גרויס! ווייל די עד שרייט ארויס איין זאך - "מאך דיך וואוסנדיג פון מיך"... דער בחור איז גרייט אלעס אין די וועלט, אז דו זאלסט זיך וויסנדיג מאכן.

ס'איז שטארק מעגליך אז די עד שטעכט אים, אבער די הנאה וואס ער האט אז איינער פארשטייט 'ווי אזוי ער שפירט', א שמאטע פון שמאטע לאנד, כאטש וואס ער איז א חשובער און געלונגענער בחור וואס איז נאכנישט באשערט צו טרעפן זיין פלג גופא, איז אסאך מער.

איך האב שוין געארבעט סיי מיט לזווג און סיי מיט בקרוב, איך קען איין זאך זאגן, ביידע ארגאניזאציעס, סיי הרב האפפמאן און סיי הרב סאנדעל, זענען טייערע אידן מיט ווארימע הערצער וואס האבן זיך פאר'חובות'ט פאר די ארגאניזאציע, און בלית ברירה ארויס צום ציבור בעטן געלט.

מבשרי אחזה ווי אזוי זיי ארבעטן שווער און פירן כסדר אויס שידוכים, און זיי צו אראפרייסן מיט אזעלכע נארישקייטן איז לכאורה נישט ריכטיג. זיי פארדינען עס נישט.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:53 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:לזווג ווערט געפירט דורך א חשוב'ער סאטמארער אינגערמאן פון שטאט מאנסי
איך קען אים פערזענליך און איך פלעג מיטהאלטן ווי ער זיצט אויפן טעלעפאון מיט קעיסעס
פארטייט זיך אז איך האב קיינמאל נישט געוואוסט קיין פרטים ווייל אלעס איז קאנפידענשל
אבער דאס איז זיכער אז עס איז גאר א חשוב'ע ארגעניזאציע וואס האט שוין גאר אסאך אויפגעטון אין דעם געביט

יאפ ווייס איך אויך פון דעם חשובען אינגערמאן

נאר א אינטערעסאנטע הערה איך האב שוין אפאר מאל אריינגעשיקט דארט א שידוך פארם און איינס דערפון איז האב איך טאקע געזען אינעם טעגליכען בלעטעל בערך א האלבע יאר שפעטער, איך האב אבער נישט געהאט קיין השגה אויב דאס איז א פועל יוצא פון לזווג אדער נישט, און פון זיי האב איך אויך נישט צירוקגעהערט,
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:55 pm

איך זע נישט וויאזוי דער עד איז אומסענסיטיוו. עס איז זייער קריעטיוו. אין מיין משפחה מוטשעט מען זיך זייער מיט שידוכים. מיינע ברודער זענען 25 - 22 - 20 - 18. די עד ברענגט צום אויבערפלאך דעם פראבלעם.

יעצט פארוואס זאל דאס עמיצער וועלן קריטיקירן אזש ביזן ארויפלייגן אויף אייוועלט? ס'קען זיין אז ס'איז א בלויזער צופאל. אבער ס'קען אויך זיין אז די פאליטישע היץ פון די קינדישע קריגעריי צווישן די שידוכים ארגאנעזאציעס האט דערין א האנט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:59 pm

ב"ה מיר האבן געהאט די זכיי' צו העלפן א איד אנטראגן א געדאנק פאר לזווג אדאנק די מצב איצט פאר זייער ארג.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:20 pm

דער ענין פון קריטיקירן איז געווארן א מין סטייל. מ'מוז קריטיקירן רעכטס און לינקס ווייל דאן איז מען קלוג.

משה ווייס
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:47 pm

תגובהדורך משה ווייס » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:43 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז געווארן די סטייל דא אויף אייועלט צו קריטיקירן אויף יעדע זאך וואס מען קען נאר איך קען פון זייער נאנט די גרינדער פון די ארגענזאציע ער איז אנגעשטעלט און א ישיבה ווי עס לערנען אלע עדשעס בחורים און ער פארשטייט זייער גוט צט יעדע מין בחור סא די עד איז זיכער איבערגעטראכט געווארן מער פון 100 מאל פארן עס ארויפלייגען סא פאר איר קריטעקירט טראכט וואס עס מיינט פאר א ארגענעזאציא וואס דארף האבן געלט צו קענען אויפטין אביסל פאר בחורים

משה ווייס
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:47 pm

הסכמת הרה"ג אברהם הערש וואזנער שליט"א

תגובהדורך משה ווייס » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:44 pm

Harav Wasner.jpg
Harav Wasner.jpg (373.01 KiB) געזעהן 1748 מאל

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:05 pm

איך קען אויך די איד וואס פירט עס אן. באמת א טייערע איד וואס מיינט נאר גוטס. הערטס אויף קריטיקירן אין די וועלט אריין.

קרעזי!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, חלה לכבוד שבת, טשיינע רב און 28 געסט