עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:20 pm

עס ברענט א פייער פון שנאה און האס אנטקעגן אינז חסידישע אידען!
א פייער וואס אויב לאזט מען עס אזויווי דאס איז, גייט עס ווערן ערגער פי כמה, די אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין, עס קען אינז נאך גורם זיין אובאשרייבליכע צרות ברחניות ובגשמיות.

דאס אז אפאר הינדערט גוים זענען זיך מטריח ארויס צורייסען פונדערהיים פשוט אויסצודריקען האס אנטקעגן אינז, איז נישט עפעס וואס אינז מעגן איגנארירען, אינז זענען מיר מחיוב צו טוען וואס אינז קענען מיר דאס אפצושטעלן.

איז לאמיר זען וואס קענען מיר באמת טוען?

וואס איך האב ארויס גענימען פון די נעכטיגע מיטינג ביי די ראקלענד קאונטי לגעסלעטאר, איז, אז עס זענען פאראן 3 סארטן ביי די וואס האסען אינז:
1) גוים וואס האבען אינז פיינט בלויז ווייל אינז זענען מיר אידען / חסידישע אידען, דאס זענען גוים וואס האבען פיינט איעדער וואס טראכט אדער קיקט אויס אנדערש ווי זיי, אדער זענען זיי אנגשטעקט מיט די 2000 יאריגע עשיו שונא ליעקב.

2)דאס זענען דא גאר אסאך גוים (דאס איז די רוב) וואס בעצם זענען זיי נישט קיין העיטערס, דאס הייסט זיי האבען נישט פיינט איעדער וואס קיקט אויס אנדערש ווי זיי, נאר מען פארקויפט זיי פשוט שקרים וכזבים וועגן די היימישע עולם, אין זיי הערן נישט די פאקטן פארקערט, וואס דאס מאכט אז זיי זאלען אינז פיינט האבען.

3) מענטשען וואס האבן גאנצע צו האלבע לעגעטימע טענות, וואס אינז קען מיר זיי פארשטיין וואס באדערט זיי, (בראש פון די טענות האט ארויס געשטארט די טענה פון אווער-דיוועלעפמענט, וואס די טענה פרשטייען רוב מאנסי איינוואוינער גאנץ גיט...)

אויף די ערשטער סארט גוי איז נישטא וואס צו טוען (אחוץ פארדאמען...) ער וועט דיר פיינט האבען נישט קיין חילוק וואס, עס איז א שאד די שפייעכטס זיך אפצוגעבן מיט אים!
אבער מיט די צווייטע און דריטע סארט גוי וואס ווערט פשוט פארפירט אדער האט ער לעגטימע טענות זענען מיר מחיוב זיך אפציגעבן! אינז זענען מחיוב צו טוען כל מה שבידינו דאס אפצושטעלן!!! אבער שוין יעצט ביפאר עס איז ח"ו צו שפעט!!

לדעתי איז דאס א ריזיגע אומאחריות פון אינזער זייט אז אינז האבען מיר נישט א ריזיגע ארגענעזאציע וואס זאל טוען פאזעטיווע PR פאר די היימישע עולם און בכלל זיך אפגעבן און מטכס עצה זיין אויף די נושא, און וואס זאל אפשלאגען ליגיונות וואס ווערן פארשפרייט אנטקעגן אינז. ווער נאך דארף עס אזוי וויכטיג ווי אינזער ציבור?? (OJPAC איז די איינציגסטער וואס טוט דערווייל די מערסטע צום זאך, מאכט אפשר מיסטעיקס? אפשר, אבער ער טוט!)
און די מיט די לעגעטימע טענות וואס איז דא אנטקעגן אינז זאל מען אנהייבען ארבעטען מיט די שכנים מיט הכנעה, אין ווי גלות אידען! אפילו ווען עס גייט אביסעלע אנטקעגן אינזער באקוועמליכקייט. (ווי למשל אווער דיוועלעפמענט, וואס אגב דאכט זיך אז דאס האט שטארק צוטוען מיט ספעשיל אינטרעסטס...)

עס איז א צייט באמבע! ! ! !
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:35 pm

כידוע הפירוש על הפסוק לא מאסתים ולא געלתים, שבכל שבעים שנה וכו', וד"ל.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:39 pm

שואלכענין האט געשריבן:כידוע הפירוש על הפסוק לא מאסתים ולא געלתים, שבכל שבעים שנה וכו', וד"ל.

טוען וואס אינז קענען דארפן מיר נאכאלץ!
בעוון ניבל פה בנים קטנים מתי, דארפסט יעצט לאזען קינדער שטארבן ח"ו?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:40 pm

Ojpac באצאלט פאר דעם אנאנס?

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:44 pm

נו שוין האט געשריבן:Ojpac באצאלט פאר דעם אנאנס?

וואס ווילסטו?

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:50 pm

שואלכענין האט געשריבן:כידוע הפירוש על הפסוק לא מאסתים ולא געלתים, שבכל שבעים שנה וכו', וד"ל.

אל תפתח פה וכו' וד"ל.
וכדי להמתיק הענין אגיד שהזמן הוא אחת לששים או לשבעים שנה וכו', וכיון דאידחי אידחי, עבר זמנו בטל קרבנו וכו'.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:26 pm

דאס איז גאר א ברענעדיגע נושא וואס דארף ווערן באהאנדעלט אחריותדיג דורך די מנהיגים וראשי העדה. איך בין זיכער אז רוב פון אונזערע רבנים זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם פראבלעם, ווען יא וואלט אויס געווען אויף די סאמע שפיץ פון די זאכן אויפן סדר היום.

וואס אמאל זיכער אז עס ליגט אויף יעדע יחיד א אחריות צו גוט אדורכטראכטן איעדע פעולה וואס ער טוהט, און זיכער מאכן אז עס גיסט נישט צו קיין אויל צום פייער.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:30 pm

שרייזשע האט געשריבן:עס ברענט א פייער פון שנאה און האס אנטקעגן אינז חסידישע אידען!
א פייער וואס אויב לאזט מען עס אזויווי דאס איז, גייט עס ווערן ערגער פי כמה, די אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין, עס קען אינז נאך גורם זיין אובאשרייבליכע צרות ברחניות ובגשמיות.

דאס אז אפאר הינדערט גוים זענען זיך מטריח ארויס צורייסען פונדערהיים פשוט אויסצודריקען האס אנטקעגן אינז, איז נישט עפעס וואס אינז מעגן איגנארירען, אינז זענען מיר מחיוב צו טוען וואס אינז קענען מיר דאס אפצושטעלן.

איז לאמיר זען וואס קענען מיר באמת טוען?

וואס איך האב ארויס גענימען פון די נעכטיגע מיטינג ביי די ראקלענד קאונטי לגעסלעטאר, איז, אז עס זענען פאראן 3 סארטן ביי די וואס האסען אינז:
1) גוים וואס האבען אינז פיינט בלויז ווייל אינז זענען מיר אידען / חסידישע אידען, דאס זענען גוים וואס האבען פיינט איעדער וואס טראכט אדער קיקט אויס אנדערש ווי זיי, אדער זענען זיי אנגשטעקט מיט די 2000 יאריגע עשיו שונא ליעקב.

2)דאס זענען דא גאר אסאך גוים (דאס איז די רוב) וואס בעצם זענען זיי נישט קיין העיטערס, דאס הייסט זיי האבען נישט פיינט איעדער וואס קיקט אויס אנדערש ווי זיי, נאר מען פארקויפט זיי פשוט שקרים וכזבים וועגן די היימישע עולם, אין זיי הערן נישט די פאקטן פארקערט, וואס דאס מאכט אז זיי זאלען אינז פיינט האבען.

3) מענטשען וואס האבן גאנצע צו האלבע לעגעטימע טענות, וואס אינז קען מיר זיי פארשטיין וואס באדערט זיי, (בראש פון די טענות האט ארויס געשטארט די טענה פון אווער-דיוועלעפמענט, וואס די טענה פרשטייען רוב מאנסי איינוואוינער גאנץ גיט...)

אויף די ערשטער סארט גוי איז נישטא וואס צו טוען (אחוץ פארדאמען...) ער וועט דיר פיינט האבען נישט קיין חילוק וואס, עס איז א שאד די שפייעכטס זיך אפצוגעבן מיט אים!
אבער מיט די צווייטע און דריטע סארט גוי וואס ווערט פשוט פארפירט אדער האט ער לעגטימע טענות זענען מיר מחיוב זיך אפציגעבן! אינז זענען מחיוב צו טוען כל מה שבידינו דאס אפצושטעלן!!! אבער שוין יעצט ביפאר עס איז ח"ו צו שפעט!!

לדעתי איז דאס א ריזיגע אומאחריות פון אינזער זייט אז אינז האבען מיר נישט א ריזיגע ארגענעזאציע וואס זאל טוען פאזעטיווע PR פאר די היימישע עולם., און וואס זאל אפשלאגען ליגיונות וואס ווערן פארשפרייט אנטקעגן אינז. ווער נאך דארף עס אזוי וויכטיג ווי אינזער ציבור?? (OJPAC איז די איינציגסטער וואס טוט דערווייל די מערסטע צום זאך, מאכט אפשר מיסטעיקס? אפשר, אבער ער טוט!)
און די מיט די לעגעטימע טענות וואס איז דא אנטקעגן אינז זאל מען אנהייבען ארבעטען מיט די שכנים מיט הכנעה, אין ווי גלות אידען! אפילו ווען עס גייט אביסעלע אנטקעגן אינזער באקוועמליכקייט. (ווי למשל אווער דיוועלעפמענט, וואס אגב דאכט זיך אז דאס האט שטארק צוטוען מיט ספעשיל אינטרעסטס...)

עס איז א צייט באמבע! ! ! !

איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:33 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

ווער רעדט פון חילול השם?
איך רעדט פון אינזער טובה און אינזער עקזיסטענס!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:39 pm

לאזן אזוי ווי ס'איז איצט איז זיכער נישט גוט, ברויך מען ערנסט מטכס עצה זיין צו מען האט ביז אצינד גוט געהאנדעלט, און וואס מ'קען טון מהיום והלאה.

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:40 pm

שרייזשע האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

ווער רעדט פון חילול השם?
איך רעדט פון אינזער עקזיסטענס!

איך גלייב אז די דאגה פון אונזער עקזיסטענס איז צו א גרויסער הוט, עס פיט נישט פאר אן עסקן וכו' דאס אנצוטון. אין די היינטיגע סאושעל מידיע עפאכע ווען אלעס איז אפען אין פולן זין פון ווארט, אלע דריידלעך וכו', איז זייער שווער צו קאנטראלירן דעם גוי; וויפיל גוטס די PR קאמפיין וועט גיסן וועט אלץ זיין נעגעטיוועטי וואס וועט דאס פארדעקן.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:48 pm

איך האב נישט געזאגט אז איינער זאל אנטון די דגאה פון עקזיסטענס אבער און די דיירעקציע ווי עס גייט זענען מיר אויף שטערבליכע צרות

און דא זאגסטו שוין וואס נישט צו טון... וואס איך זאג מען זאל נישט טון איז דאס וואס מען טוט יעצט. וואס יעצט טוט מען גארנישט!
און אויב האלסטו אז מען דארף עס לאזען אזוי, זאג איך דיר אז לא מחכמה שאלת זאת.

איך האב אמאל געהערט אן אמת ווארט. אז א פשוטע איד וואס בעט ראש השנה אין יום כיפור נאר פאר כבוד שמים, מיינט אז ער גלייבט נישט גענוג אז און די טעג פארשרייבט מען זיין גאנצע יאר וויאזוי עס גייט אויסקיקען... און נישט אז נאר כבוד שמים באדערט אים...
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:02 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:54 pm

לויט ווי איך פארשטיי פון יוסי געשטעטנר, זענען נאר א חלק וויסטע צעהיצטע אנטיסעמיטן. די רוב איינוווינער מיט וועם ער האט גערעדט איבער 2 שעה שוין נאכן מיטינג דייקא נישט קיין העצער און עכטע אנטיסעמיטן נאר סטם אנגעהעצט געווארן אדער האבן זיי באמת מורא פון וואס די אנטיסעמיטן העצן אז למשל מען גייט איבערנעמען ראקלענד וכדומה
סא אויף די רוב פרידליכע שכנים ( עטליסט קענען זיין פרידליך)קען מען און מען דארף ארבעטן זיי זאלן זיין פרידליך
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:55 pm

איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון. דאס איז א אליה וקוץ בה במלוא מובן המלה.

עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.

Please use your brains when commenting
לעצט פאראכטן דורך בר דעת אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:56 pm

בר דעת האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון.

עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.

Please use your brains when commenting

הייליג גערעכט

איי קנוי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:27 am

תגובהדורך איי קנוי » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:01 pm

if you look back in the 1930s in Germany everything started with the hate in the media

איי קנוי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 12:27 am

תגובהדורך איי קנוי » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:06 pm

שרייזשע האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון.

עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.

Please use your brains when commenting

הייליג גערעכט

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:22 pm

איי קנוי האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון.

עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.

Please use your brains when commenting

הייליג גערעכט

100%
ווען וועלן אונזערע מחנכים אויסלערנען די יינגעלייט אז מ'קען נישט לעבן לכתחלה אויף פעטער שמואל'ס חשבון חוץ אין אויסנאמס פעלער, אבער דאס איז נישט קיין וועג פון לעבן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:24 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
איי קנוי האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון.

עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.

Please use your brains when commenting

הייליג גערעכט

100%
ווען וועלן אונזערע מחנכים אויסלערנען די יינגעלייט אז מ'קען נישט לעבן לכתחלה אויף פעטער שמואל'ס חשבון חוץ אין אויסנאמס פעלער, אבער דאס איז נישט קיין וועג פון לעבן.

טאמער מיינסטע אז דאס וועט בעסער מאכן....
אז מען וועט נישט נעמען, וועלן זיי שרייען אז אונז זעמיר צו רייך....
און 1939 האט נאך קיין שטאטישע פראגראמען נישט עקזיסטירט, ועם כל זאת איז געשען וואס ס'יז געשען ......
די אלע חאלאזן אין וועמנס שכינות איך וואוין, נעמען פיל פיל פיל מער, זיי האט מען עפעס נישט אזוי פיינט....
ווי גייט דער טייטש, תעיתי כשה אובד 'בקש' עבדך, אויף אונז טשעפעט מען זיך אן אויף שטרוי...

לויט ווי כ'האב פארשטאנען פון דעם געשטעטענר'ס אינטערוויאו, האנדלט זיך עס פון פארביסענע חברה, וואס דו זאלסט נישט טוהן וועט זיי נישט זיין גוט..., און וואס דו וועסט זיך נאר פארענטפערן וועלן זיי פון פינגער אויסזויגן עפעס פרישע שקרים, ממש שקרים וכזבים [א דוגמא פון א שקר גס, אז רוב פון אונז האבן נישט חתונה לעגאל....], בקיצור מאכן אפ פאקטן וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:37 pm

אפשר דארפן די קאמיוניטי לידער'ס אונהייבן ארויס קומען מער אגרעסיוו?

פעדלער
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2015 12:41 pm

תגובהדורך פעדלער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:37 pm

וועגן 1. עשיו שונא ליעקב, מיר קענען און מעגן גארנישט טוהן, מקבל זיין עול הגלות און גיין וויטער,
בנוגע 2-3. זאלן די דעוועלעפרס וואס צאלן אויס די ווואוטינג קאמפיינס זיך אן עצה געבן מיט זייערע שונאים

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:41 pm

.
פעדלער האט געשריבן:וועגן 1. עשיו שונא ליעקב, מיר קענען און מעגן גארנישט טוהן,איעדע יחיד דארף זיך אויספירן ווי א נארמאלע מענטש צווישן גוים מקבל זיין עול הגלות און גיין וויטער,
בנוגע 2-3. זאלן די דעוועלעפרס וואס צאלן אויס די ווואוטינג קאמפיינס זיך אן עצה געבן מיט זייערע שונאים
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:42 pm

לאמיר זיך בארוהיגן אביסל. מען מאכט עס אביסל ערגער ווי עס איז.

עס וואוינען אין טאון אוו קלארקסטאון אליינס 88,000 מענטשן לויט די 2010 צענזוס. און אין גאנץ ראקלענד קאונטי וואוינען ארום 325,000 מענטשן. נעכטן זענען טאקע ארויסגעקומען עטליכע הונדערט מענטשן, אבער וואפארא פראצענט זענען זיי שוין? 0.1 פראצענט אדער ווייניגער. רובא דרובא איינוואוינער זענען פיינע מענשטן וואס גייט גאנץ ווייניג אהן וואס די איד אין ראמאפא טוט.

עס איז טאקע דא א פראבלעם פון האס און שנאה אבער דער מקור איז נאר פון געציילטע אנטיסעמיטן א שטייגער ווי Michael Hull און Peter Bradley וכת דילם וואס זיי צושפרייטן ליגנטס אין וויסטע שנאה אויף אונז. אויב נעמט מען זיך אויף זייערע ביינער וועט גאנץ שנעל שטיל ווערן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:48 pm

אפצושפארען די אשכול וואלט געווען די ערשטע שריט אינעם ריכטיגען דירעקשן.

יא, עס איז א אישו, אבער.... לאז, איך זע נישט עפעס גוטס און קוואלעפיקאציעס אויסצושמיעסן ווי עס איז.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:04 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:לאמיר זיך בארוהיגן אביסל. מען מאכט עס אביסל ערגער ווי עס איז.

עס וואוינען אין טאון אוו קלארקסטאון אליינס 88,000 מענטשן לויט די 2010 צענזוס. און אין גאנץ ראקלענד קאונטי וואוינען ארום 325,000 מענטשן. נעכטן זענען טאקע ארויסגעקומען עטליכע הונדערט מענטשן, אבער וואפארא פראצענט זענען זיי שוין? 0.1 פראצענט אדער ווייניגער. רובא דרובא איינוואוינער זענען פיינע מענשטן וואס גייט גאנץ ווייניג אהן וואס די איד אין ראמאפא טוט.

עס איז טאקע דא א פראבלעם פון האס און שנאה אבער דער מקור איז נאר פון געציילטע אנטיסעמיטן א שטייגער ווי Michael Hull און Peter Bradley וכת דילם וואס זיי צושפרייטן ליגנטס אין וויסטע שנאה אויף אונז. אויב נעמט מען זיך אויף זייערע ביינער וועט גאנץ שנעל שטיל ווערן.

א שרייבער ווייסט אז פאר איעדע בריוו וואס ער באקימט זענען דא הינדערט וואס האלטן די זעלבע, נאר האבן זיך נישט מטריח געוועהן צו שרייבען...
איך האב זייער מורא אז דא איז די זעלבע זאך... אז פאר יעדע איינס וואס איז דארט געווען האסטו אסאך אנדערע וואס האבען זיך נישט מטריח געווען...
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיינע רב, קאפ און אקסל און 21 געסט