וויפיל איי וועלט מעמבערס געדענקען נאך די בעפאר סעפטעמבער עלעווען עפאכע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווי אלט זענט איר געווען 9/11 2001

0
3
1%
0-5
24
9%
5-10
77
29%
10-20
107
41%
20-30
40
15%
30-40
5
2%
40-50
6
2%
 
סך הכול שטימען: 262

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

וויפיל איי וועלט מעמבערס געדענקען נאך די בעפאר סעפטעמבער עלעווען עפאכע

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:10 am

סוואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי אלט בערך די איי וועלט באנוצער זענען און וויפיל געדענקען נאך אמעריקא אין די געזונטע יארן

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:53 am

איך זאג אייביג פאר מיינע קינדער, אז 2 יאר פאר 'סעפטעמבער עלעווען' בין איך געפארן אויף א פליגער מיט מיין טאטע, און מ׳האט אונז אריינגעלאזט אינם cockpit, און געוויזן אלע קנעפלעך און מאשינען וכו׳,
זייט 'סעפטעמבער עלעווען' טאר שוין קיינער נישט אריינגיין אינם cockpit.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:11 am

אויב איך בין אלט געווען 20, פאר וועלכע אפציע זאל איך וועלן?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:51 am

איך געדענק אלץ קינד בין איך געווען אין די קאקפיט איינמאל בשעתן פליען.
ווי אויך געדענק איך איינמאל אין JFK ווען די סעקיוריטי טשעקס האבן געמאכט די טשעק אין עידזשענטס בשעתן איינטשעקען.
ער האט געהאט אזא טירל נעבן זיין דעסק און מען האט עס געדארפט דורכגיין, איך געדענק איך האב געפרעגט מיין טאטע איינמאל וואס איז פשט פון די מין טיפשות אויב וויל איינער ברענגען א באמבע קען ער דאך ארויסגיין אדער קען עס איינער האלטן פאר אים און זיך טרעפן נאכן איינטשעקן.

איך געדענק אפילו אז איך האב געלאכט פון די טיפשות און עס קאמפערט צי די סעקיוריטי פון פארן פליען קיין ארץ ישראל אין לאנדאן ווי דארט טאקע האט מען אונז אלעס אויסגעטשעקט און זיי האבן יעדע זאך חוקר געווען.
דאס איז געווען נאך פאר די TWA קראך וואס דאס געדענק איך האט אויך אויפגעשאקלט אביסל די סעקיוריטי.
אגב געדענק איך נאך עפעס פאר די פען עם קראך, וואס פארדעם איז כמעט נישט געווען סעקיוריטי דא אין אמעריקע. אבער קען זיין עס איז געווען ווייל איך בין געווען א קינד, און מען האט דענמאלטס נישט געהאט קיין הו"א צו אונטערזיכן קינדער.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:58 am

מידי דברו בו, געדענק איך ווען אונז זעמיר אהיינגעקומען פון מאנטריאל פון די סאטמארע הכנסת ס"ת וואס איז פארגעקומען א' סליחות, געדענק איך אז די גרעניץ איז געווען שטרענגער ביי די סעקיוריטי און אריינגעלייגט יעדעם'ס אינפארמאציע, מען האט געדארפט אראפגיין פון די באס, וואס געווענליך האבן זיי עס נישט געטוען פאר די אמעריקאנע בחורים וואס זענען צוריקגעקומען פון ישיבה.
דאס איז נישט געווען די נארם דענמאלטס, עס איז געווען 1 טאג פאר סעפטעמבער 11.

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:14 pm

moishy56 האט געשריבן:איך זאג אייביג פאר מיינע קינדער, אז 2 יאר פאר 'סעפטעמבער עלעווען' בין איך געפארן אויף א פליגער מיט מיין טאטע, און מ׳האט אונז אריינגעלאזט אינם cockpit, און געוויזן אלע קנעפלעך און מאשינען וכו׳,
זייט 'סעפטעמבער עלעווען' טאר שוין קיינער נישט אריינגיין אינם cockpit.


איר מיינט צו זאגן בשעת'ן פארן.
ווייל אפי' היינט קען מען אריינגיין פאר און נאכן פליען.
איך געדענק ווען איך בין געפארן די ערשטע מאל אליין אויף א פליגער אלס דרייצן יעריגע בחור'ל (כמעט 10 יאר נאך די סעפ. 11 טויש) האב איך מחליט געווען אז איך מוז זען וואס טוט זיך דארט, ביים אנקומען בין איך צוגעגאנגן צום פיילעט און איך האב אים געזאגט אז איך וויל זען וויאזוי מען דרייווט א פליגער, ער האט זיך הילכיג צולאכט אבער ער האט מיר אריינגענומען און געוויזן איבער א האלבע שעה פונקטליך וויאזוי אלעס ארבעט, דאן האט ער וואלאנטירט צו כאפן א בילד מיט מיין דיספאזעבל קעמרע ווי איך זיץ דארט.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:21 pm

מונאוויטש האט געשריבן:אויב איך בין אלט געווען 20, פאר וועלכע אפציע זאל איך וועלן?

20 ויום אחד - דינו כ21.
וראיה מ'תיפח'.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:37 pm

די מערהייט אייוועלט באנוצער זענען דעמאלט געווען יונגלעך / אדער אינגע בחור'לעך.
און היינט זענען זיי אומגעפער צווישן 25 און 35.

אביונה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:00 pm

לעיקוואד האט געשריבן:אגב געדענק איך נאך עפעס פאר די פען עם קראך, וואס פארדעם איז כמעט נישט געווען סעקיוריטי דא אין אמעריקע. אבער קען זיין עס איז געווען ווייל איך בין געווען א קינד, און מען האט דענמאלטס נישט געהאט קיין הו"א צו אונטערזיכן קינדער.

נו, ווער דא טאקע געדענקט נאך די פען עם קראך?.... [איך הייב אויף די האנט די ערשטע]

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:28 pm

אזוי ווי עס האט מיר אייביג געצויגן פון אלץ קליין קינד צו זען עראפלענס וכדו' און היות אונזער משפחה האט געוואוינט א חלק אין אויסלאנד, און מיין טאטע פלעגט אסאך פליען, האב איך פון קליינווייז אן געהאט אן אינטערעסע אין Aviation.
מיר ליגט אין קאפ שוואכע מעמעריס פון די קראך, נישט געווען קיין זעקס יאר אלט, אבער בעיקר ליגט מיר אין קאפ אז מען האט דערציילט אז עס איז געווען א ווייבל אין ק"י (איינע פון מיינע מלמדיםס ווייב - קען זיין עס איז געווען מיט זיין מאמע) וואס האט געדארפט פארן דערמיט נאר די לעצטע מינוט איז געווארן אז זי פארט נישט.
קען זיין איך ווייס נישט די פונקטליכע דיטעילס אקוראט, אדרבה אפשר קענען עלטערע ווי מיר אריינקומען מער פונקטליכער.
היות איך בין נישט זיכער מיט די דיטעילס וויל איך נישט פורש בשמם זיין, אבער איך גלייב אז אויב עס איז אמת די מעשה איז נישט קיין פראבלעם צו מפרסם זיין, מצוה לפרסם ניסא.
(קען נאך זיין גוט פאר אן ארטיקל פאר איינע פטן די מאגאזינען)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:29 pm

אביונה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אגב געדענק איך נאך עפעס פאר די פען עם קראך, וואס פארדעם איז כמעט נישט געווען סעקיוריטי דא אין אמעריקע. אבער קען זיין עס איז געווען ווייל איך בין געווען א קינד, און מען האט דענמאלטס נישט געהאט קיין הו"א צו אונטערזיכן קינדער.

נו, ווער דא טאקע געדענקט נאך די פען עם קראך?.... [איך הייב אויף די האנט די ערשטע]

איך. תשמ"ט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:37 pm

איך אויך.
כגעדענק נאך פען עם און TWA בתפארתם
אויך Tower Air און SABENA

אביונה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:41 pm

עטליכע פון מיינע קרובים האבן געדארפט פארן מיט דעם פען עם פלייט, ובחסדי השי"ת ניצולו כולם באופן פלא! [געדענקיך גוט די גרויסע בהלה, ווען מען האט בתחילה 'געמיינט' אז זיי זענען יא אויף דעם פלייט.....]

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:07 pm

פען עם און TWA זענען געווען ריזן, און די איינציגע סיבה פון זייער אונטערגיין איז צוליב די עראפלאן קראך.
דאן האט מען נישט געוואלט הערן אז די רעגירונג זאל זיין ראטעווען אזוי ווי די רעגירונג האט געטוען נאך 9/11. עס איז געווען נאך די עפאכע פון דירעגולעישאן און אפילו א דעמאקראט ווי קלינטאן איז עס נישט בייגעפאלן.
פון דא קען מען זען טאקע ווי אזוי זאכן טוישן זיך.
קוים 15 יאר שפעטער האט א רעפובליקאנער גאווערמענט געראטעוועט סיי די ערליין אינדוסטרי און סיי די אויטא אינדוסטרי.
אוודאי פארשטייט יעדער אז עס האט אויסגעפעלט צוליב נאציאנאלע אינטערעסן, אבער מען קען זאגן אז ביי פען עם וואלט עס אויך אויסגעפעלט.

קליינווארדיין
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:13 am

תגובהדורך קליינווארדיין » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:18 pm

אביונה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אגב געדענק איך נאך עפעס פאר די פען עם קראך, וואס פארדעם איז כמעט נישט געווען סעקיוריטי דא אין אמעריקע. אבער קען זיין עס איז געווען ווייל איך בין געווען א קינד, און מען האט דענמאלטס נישט געהאט קיין הו"א צו אונטערזיכן קינדער.

נו, ווער דא טאקע געדענקט נאך די פען עם קראך?.... [איך הייב אויף די האנט די ערשטע]

דענק מיר נאך ווי "די צייטונג"(ארויסגעקומען מיטוואך) האט דאס געדעקט, מיט בילדער אויף די לעטע זייט.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:38 pm

די בלאט האט געהאט גאר אסאך קאליר בילדער יענע וואך ( קאליר בילדער איז נאכנישט געווען קיין סטענדארט )

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:39 pm

איך געדענק

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:41 pm

לכאורה האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אגב געדענק איך נאך עפעס פאר די פען עם קראך, וואס פארדעם איז כמעט נישט געווען סעקיוריטי דא אין אמעריקע. אבער קען זיין עס איז געווען ווייל איך בין געווען א קינד, און מען האט דענמאלטס נישט געהאט קיין הו"א צו אונטערזיכן קינדער.

נו, ווער דא טאקע געדענקט נאך די פען עם קראך?.... [איך הייב אויף די האנט די ערשטע]

איך. תשמ"ט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:04 pm

כ'דענק נאך דורכפארן די וועסט סייד הייוועי און יעדער פלעגט ארויסשטעקן די קאפ פון די קאר (דורכן אראפראולען די ווינדאו מיט די דרייער.....) צו זעהן די טווין טאוערס!

און אז מ'רעד שוין פון עירליינס - האמיר נאך געהאט די זכי' צו פארן מיט TOWER AIR ע"ה....

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:27 pm

געהאט די זכי'... צו פארן מיט TWA און סאבענא.
טאוער עיר געדענק איך זייער טערמינעל ווען מען איז געגאנגען אויפפיקן איינעם. לויט ווי איך געדענק האבן דאס גענוצט די אידן וואס זענען נישט געפארן מיט עלאל.
אגב דענמאלטס איז עלאל נאך געווען איינס מיט די רעגירונג, און זייער אסאך אפילו נישט קיין סאטמארע האבן זיך אפגעהאלטן פון פארן מיט זיי.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:31 pm

איך זע אז אונז האמיר דא אפאר 60-70 יעריגע אידן. ברויך מען האבן מער דרך ארץ דא, מען קאן נישט וויסן מיט וועם מען האנדלט...

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:15 pm

יא מיר זענען נאך געפלויגן מיט TWA SABANA TOWER AIR. מיר געדענקען די PENAM קראך

איינער דא געדענקט נאך EASTERN AIR LINES.???

לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:31 pm

אונגארישער האט געשריבן:לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס

שארף! :grin:
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:25 pm

איך מוז נישט געדענקן די אלע, ווייל איך פלעג נישט פליען. אבער די יאהרגאנג איז גענוג אויף צו קלאר געדענקן די אלע אויבענדערמאנטע עירליינס.
בוי זיך זעלבסט

קליינווארדיין
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:13 am

תגובהדורך קליינווארדיין » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:51 pm

אונגארישער האט געשריבן:יא מיר זענען נאך געפלויגן מיט TWA SABANA TOWER AIR. מיר געדענקען די PENAM קראך

איינער דא געדענקט נאך EASTERN AIR LINES.???

לכוראה דא א שיינע פראצענט מעמבערס דא וואס געדענקען נישט קיין קאנטינענטאל עיר ליינס

איך האב נאך טשאטשקעלעך מיטן סימבל פון Tower air, און קאנטינענטעל. ע"ה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו, משהלע און 15 געסט