ביכער געלט, איז דאס בארעכטיגט???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

ביכער געלט, איז דאס בארעכטיגט???

תגובהדורך splinter » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:54 am

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן דעם עולם'ס מיינונגען לגבי די נייע הויעכע ביכער טשארדזשעס???
צוגעלייגטע
20190910_234151.jpg
20190910_234151.jpg (551.7 KiB) געזעהן 2133 מאל

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:57 am

זיי פארלאנגען דאך נישט (לעת עתה) זיי בעטן דאך נאר אויב מען קען.
איז וואס איז די שאלה ?

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:55 am

יישר כח האט געשריבן:זיי פארלאנגען דאך נישט (לעת עתה) זיי בעטן דאך נאר אויב מען קען.
איז וואס איז די שאלה ?

אבער עס ווערט פעסט אינפארסירט דורך די טיטשערס און פרינציפעלס, דהיינו מיינע קינדער זענען אהיים געקומען מיט א סטראשע, אז ווער עס באצאלט נישט גייט באקומען א מארק אויף די רעקארד אזוי ווי איינער וואס האט זיך נישט גוט זיך אויפגעפירט.
סא זאג די מיר אויב דאס הייסט בעטן אדער צווינגען?

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:08 pm

איך האב מיך באצויגן אויף די לשון פונם צעטעל.
אויב איז עס חיוב זאג איך גאנישט (ווייל איך ווייס נישט, עס איז דא סברת לכאן ולכאן)

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:10 pm

די נישט-פארמעגליכע ווערן געצווינגען זיך די דערקלערן ברבים אלס שנארערס. זיכער נישט וואס דער מייסד האט געוואלט.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אביונה
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:25 pm

ווער געדענקט ווי ר' בנימין הערש פלעגט קאלעקטן געלט פאר 'הוצאת ספרים בית רחל'? [דאכציך אז אין ראדני איז נאך ביז לעצטנס געווען אזא וואנט פושקע פאר דעם]
היינט, בתקופת charidy זעהט אויס האט מען אויסגעפונען א נייער מהלך, שינדן די הויט פון די עלטערן, און נוצן קינדער אלס משכונות פאר 'ביכער-געלט', און זיי מבזה זיין אלס 'נעבעך'ס שנארערס
[אויף דעם זענען די אלטע מעשה ביכלעך שילדיג, דארט ווערט דערציילט אזעלכע מעשיות ווי די פריצים פלעגן נעמען די קינדער אלס משכונות פאר ראטע-געלט...]

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:41 pm

וועלכע אידישע "בוכער" האט די רעגירונג באצאלט?
אני מאמין, הלכות שבת, פרקי אבות, הלכה יומית.

האט דאס די רעגירונג באצאלט ביז היינט?

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:34 pm

א רויבעריי.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:39 pm

צ/ק
און אויב איז עס נישט בארעכטיגט? וועט דיר דען עפעס העלפן?
וועסטו עס נאכאלץ באצאלן ווי א טאטעלע!

מ'לעבט ליידער דא אויף אן אומגערעכטע וועלט, ווי אסאך זאכן זענען נישט ווי עס דארף צו זיין, צו מ'וויל יא אדער נישט...

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:47 pm

ביכער געלט איז די זעלבע ווי שכר לימוד, ביידע קענען זיין בארעכטיגט און ביידע קענען זיין אומבארעכטיגט. ווענד זיך וואס די מוסד טיט מיט די געלט. טאמער דעקט עס די קאסטן דאן וואס זענען ordinary and necessary דארף די טאטע עס באצאלן. קיינער איז נישט מחיוב צאמשטעלן געלט צו דעקן דיין קינד'ס עדיוקעשאן

אביונה
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:51 pm

דריידל האט געשריבן:ביכער געלט איז די זעלבע ווי שכר לימוד, ביידע קענען זיין בארעכטיגט און ביידע קענען זיין אומבארעכטיגט. ווענד זיך וואס די מוסד טיט מיט די געלט. טאמער דעקט עס די קאסטן דאן וואס זענען ordinary and necessary דארף די טאטע עס באצאלן. קיינער איז נישט מחיוב צאמשטעלן געלט צו דעקן דיין קינד'ס עדיוקעשאן


סאו זאגסטו ס'איז בארעכטיגט און עס איז צו ערווארטן מען זאל פאר אלעם באצאלן עקסטער,
נאך אביסל וועט צוקומען טשארדזשעס
1) פאר די לעקטער
2) פאר די געז
3) פאר בדק הבית [הענדימען], (קרן הבנין צאלט מען שוין)
4) פארן טיש אין בענקל אין קלאס
5) פאר די טאמעטא'ס פון פרישטיג

יא יא, אלעס בארעכטיגט
אלזא, איין מינוט, צי וואס צאלט מען שכר לימוד???
[אה, שיער פארגעסן, כ'האב אויך היי יאר, פונקט ווי אלע יארן, געדארפט אינטערשרייבן א book form, גיי פארשטיי, אז איך צאל פאר בוקס און מען גייט שוין תשובה טוהן מער נישט נעמען די טריפה'ענע בוכער פראגראמען, צי וואס דארף מען אינטערשרייבן א nystl ביכער פארום? תיקו]
[אגב, האביך די וואך פונקט געזעהן אזא NYSTL פארום-אינטערשרייבן-פארלאנג, ביי א מוסד וואס ערשיינט אויף די ליסטע אז זיי גייען חלילה נישט לערנען ... נו וויהיייסטעס.... קאמאן קאר...]

בינעך נישט אזוי יונג, יאך געדענק נאך ווען מען האט 'נאר' געדארפט באצאלן שכר לימוד
נישט געווען קיין 'טראנספארטעישאן', נישט געווען קיין 'קרן הבנין'... [אקעי, נישט ממש, עפעס פרוטות פאר 'טריפ'ס...], די אלע פענסי טאשנ-רייסנדע נעמען און סוב-טשארדזשעס האבן נאך נישט עקזיסטירט!!!
[פארשטייט זיך אז לכבוד דעם איז בימים ההם אריינגעקומען אביסל מער געלט ביים דינער פון די ארימעלייט]
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אביונה
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:54 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:צ/ק
און אויב איז עס נישט בארעכטיגט? וועט דיר דען עפעס העלפן?
וועסטו עס נאכאלץ באצאלן ווי א טאטעלע!

מ'לעבט ליידער דא אויף אן אומגערעכטע וועלט, ווי אסאך זאכן זענען נישט ווי עס דארף צו זיין, צו מ'וויל יא אדער נישט...

נישט ממש, די וועלט זאגט א טויטן באגראבט מען ווייל ער לאזט זיך...

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:27 pm

אביונה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ביכער געלט איז די זעלבע ווי שכר לימוד, ביידע קענען זיין בארעכטיגט און ביידע קענען זיין אומבארעכטיגט. ווענד זיך וואס די מוסד טיט מיט די געלט. טאמער דעקט עס די קאסטן דאן וואס זענען ordinary and necessary דארף די טאטע עס באצאלן. קיינער איז נישט מחיוב צאמשטעלן געלט צו דעקן דיין קינד'ס עדיוקעשאן


סאו זאגסטו ס'איז בארעכטיגט און עס איז צו ערווארטן מען זאל פאר אלעם באצאלן עקסטער,
נאך אביסל וועט צוקומען טשארדזשעס
1) פאר די לעקטער
2) פאר די געז
3) פאר בדק הבית [הענדימען], (קרן הבנין צאלט מען שוין)
4) פארן טיש אין בענקל אין קלאס
5) פאר די טאמעטא'ס פון פרישטיג

יא יא, אלעס בארעכטיגט
אלזא, איין מינוט, צי וואס צאלט מען שכר לימוד???
[אה, שיער פארגעסן, כ'האב אויך היי יאר, פונקט ווי אלע יארן, געדארפט אינטערשרייבן א book form, גיי פארשטיי, אז איך צאל פאר בוקס און מען גייט שוין תשובה טוהן מער נישט נעמען די טריפה'ענע בוכער פראגראמען, צי וואס דארף מען אינטערשרייבן א nystl ביכער פארום? תיקו]
[אגב, האביך די וואך פונקט געזעהן אזא NYSTL פארום-אינטערשרייבן-פארלאנג, ביי א מוסד וואס ערשיינט אויף די ליסטע אז זיי גייען חלילה נישט לערנען ... נו וויהיייסטעס.... קאמאן קאר...]

בינעך נישט אזוי יונג, יאך געדענק נאך ווען מען האט 'נאר' געדארפט באצאלן שכר לימוד
נישט געווען קיין 'טראנספארטעישאן', נישט געווען קיין 'קרן הבנין'... [אקעי, נישט ממש, עפעס פרוטות פאר 'טריפ'ס...], די אלע פענסי טאשנ-רייסנדע נעמען און סוב-טשארדזשעס האבן נאך נישט עקזיסטירט!!!
[פארשטייט זיך אז לכבוד דעם איז בימים ההם אריינגעקומען אביסל מער געלט ביים דינער פון די ארימעלייט]

איך ווייס נישט ווי די זעהסט אין מיינע ווערטער אז איך בארעכטיג ביכער געלט. בסה"כ זאג איך זאלסט עס אנקוקן ווי א העכערונג פון שכר לימוד. לאמיר זאגן אז נאך אלע סורטשארזשעס קומט אויס 4 טויזענט דאללער א קינד פער יאר, דארף מען מאכן א חשבון צו וויסן טאמער די קאסט פער קינד פאר'ן מוסד (נאך אלע פראגראמן) איז אזויפיל. ס'איז נישט משנה די צו-נאמען וואס שטייט אויפ'ן ביל, ביכער געלט, טראנספארטאציע, קרן הבנין וכל שום וחניכא דאית להו

אביונה
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:59 pm

א שאד איבער צימאלן אלטע וויכוחים, וואס זענען שוין געקייט געווארן צו צענטן מאל דאהי אויפן וועלטל....

שוין העכסט צייט צו מאכן תקנות...

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:10 pm

אביונה האט געשריבן:א שאד איבער צימאלן אלטע וויכוחים, וואס זענען שוין געקייט געווארן צו צענטן מאל דאהי אויפן וועלטל....

שוין העכסט צייט צו מאכן תקנות...

שכח פאר'ן אריינווארפן דיינע צוויי צענט אבער ס'דארף דיך נישט שטערן ווען איינער וויל איבער גיין אלטע וויכוחים. מיש אריבער און גיי ווייטער

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:31 pm

ממש ווינדערליך וויאזוי מענטשן שפירן ווי דער סאסייעטי קומט זיי אלעס.

עס האט אייך איינער געצווינגען צו שיקן אייער קינדער אין סקול? איבערהויפט די מוסד? ווער איז מחיוב צוצושטעלן פאר אייער קינדער טיטשערס און ביכער?

אויב איר האט נישט די געלטער, דאן זאלט איר טון דאס וואס איר טוט מיט יוטיליטי קאמפעני.

פארוואס פארשטייט איר מיט א פשטות אז די הנהלת המוסדות דארף גיין צו אייער שכן דער גביר בעטן צו קאווערן אייער קאסט. אפשר גייט איר אליינס ארום צו די גבירים און בעט ביי זיי אז איר האט נישט גענוג צום לעבן און זיי זאלן מנדב זיין אויף אייער חשבון.

איר ווייסט גאנץ גוט אז אייער קינד קאסט אסאך מער וויפיל איר צאלט איין, און די מוסד גייט ארום שנארן פאר ״אייך״, דאן וואס ווערט איר אזוי ווילד ווען מען באלאסטיגט אייך מיט נאך א רעלעטיווע קליינעם אפצאל?

דיסקלעמער: איך האב קיין שום שייכות מיט די מוסד, נישט איך און נישט מיינע קינדער האבן דארט געלערנט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:12 am

100% מען קען שיקן אין פובליק סקול שיקסט דא וועסטו צאלן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:16 am

די עיקר חוצפה איז וואס די היינטיגע ביכער זענען אויסגעשטעלט לכתחילה אז מען שרייבט אריין אין די ביכער אזוי קען מען עס נישט איבערניצן און מען דארף קויפן נייע

דאס מיינט האבן די עלטערן אויפן בוידעם און לאכן ווי די פריצים האבן געלאכט פון די מאשקע (להבדיל נישט געשריבן)

אין מיינע צייטן איז געווען אלטע ביכער וואו מען האט נאך געקענט זען א לאנגע ליסטע אויפן ערשטען דף פון יואלי פריעדמאן וואס האט עס געהאט אין KTH 91, יואלי פריעדמאן ב׳ האט עס געהאט אין KTH 92 וכו׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

האיש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 3:34 am

תגובהדורך האיש » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:30 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-

[אין מיינע צייטן איז געווען אלטע ביכער וואו מען האט נאך געקענט זען א לאנגע ליסטע אויפן ערשטען דף פון יואלי פריעדמאן וואס האט עס געהאט אין KTH 91, יואלי פריעדמאן ב׳ האט עס געהאט אין KTH 92 וכו׳[/quote]

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:31 am

און דאס אז אלע אינגלעך מוזן האבן נייע ספרים אפילו האבעך און גיטע קאנדישיאן פון א עלטערע קינד ווייל יעדער אין כתה מוז זיין דו זעלבע?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

תגובהדורך פעמים להיפך » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:18 am

קונדיטון האט געשריבן:ממש ווינדערליך וויאזוי מענטשן שפירן ווי דער סאסייעטי קומט זיי אלעס.

עס האט אייך איינער געצווינגען צו שיקן אייער קינדער אין סקול? איבערהויפט די מוסד? ווער איז מחיוב צוצושטעלן פאר אייער קינדער טיטשערס און ביכער?

אויב איר האט נישט די געלטער, דאן זאלט איר טון דאס וואס איר טוט מיט יוטיליטי קאמפעני.

פארוואס פארשטייט איר מיט א פשטות אז די הנהלת המוסדות דארף גיין צו אייער שכן דער גביר בעטן צו קאווערן אייער קאסט. אפשר גייט איר אליינס ארום צו די גבירים און בעט ביי זיי אז איר האט נישט גענוג צום לעבן און זיי זאלן מנדב זיין אויף אייער חשבון.

איר ווייסט גאנץ גוט אז אייער קינד קאסט אסאך מער וויפיל איר צאלט איין, און די מוסד גייט ארום שנארן פאר ״אייך״, דאן וואס ווערט איר אזוי ווילד ווען מען באלאסטיגט אייך מיט נאך א רעלעטיווע קליינעם אפצאל?

דיסקלעמער: איך האב קיין שום שייכות מיט די מוסד, נישט איך און נישט מיינע קינדער האבן דארט געלערנט.

איך ווייסט נישט אויב איר ווייסט אבער די מציאות איז אז די הנהלת המוסדות וואס דארפען שנארען פאר די איבריגע געלטער זענען אלע אבער אלע אלע! אויפ פעי ראל וואס די שענסטע ארבעטארערס פארדינען נישט סא סאך הכל וועלען זיי נעמען מער קאמישען פון די געלטער וואס זיי וועלן נעבעך דארפען שנארען, נעבעך א רחמנות...
גניבה גניבה גניבה!!
והיינו טעמא דבוקס והיינו טעמא דהעד סטארט ועוד ועןד
אינגעלייט ווערן רייך פון די גגנבטע געלט וואס מרייסט ארויס

so now what
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm

תגובהדורך so now what » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:09 am

פעמים להיפך האט געשריבן:
קונדיטון האט געשריבן:ממש ווינדערליך וויאזוי מענטשן שפירן ווי דער סאסייעטי קומט זיי אלעס.

עס האט אייך איינער געצווינגען צו שיקן אייער קינדער אין סקול? איבערהויפט די מוסד? ווער איז מחיוב צוצושטעלן פאר אייער קינדער טיטשערס און ביכער?

אויב איר האט נישט די געלטער, דאן זאלט איר טון דאס וואס איר טוט מיט יוטיליטי קאמפעני.

פארוואס פארשטייט איר מיט א פשטות אז די הנהלת המוסדות דארף גיין צו אייער שכן דער גביר בעטן צו קאווערן אייער קאסט. אפשר גייט איר אליינס ארום צו די גבירים און בעט ביי זיי אז איר האט נישט גענוג צום לעבן און זיי זאלן מנדב זיין אויף אייער חשבון.

איר ווייסט גאנץ גוט אז אייער קינד קאסט אסאך מער וויפיל איר צאלט איין, און די מוסד גייט ארום שנארן פאר ״אייך״, דאן וואס ווערט איר אזוי ווילד ווען מען באלאסטיגט אייך מיט נאך א רעלעטיווע קליינעם אפצאל?

דיסקלעמער: איך האב קיין שום שייכות מיט די מוסד, נישט איך און נישט מיינע קינדער האבן דארט געלערנט.

איך ווייסט נישט אויב איר ווייסט אבער די מציאות איז אז די הנהלת המוסדות וואס דארפען שנארען פאר די איבריגע געלטער זענען אלע אבער אלע אלע! אויפ פעי ראל וואס די שענסטע ארבעטארערס פארדינען נישט סא סאך הכל וועלען זיי נעמען מער קאמישען פון די געלטער וואס זיי וועלן נעבעך דארפען שנארען, נעבעך א רחמנות...
גניבה גניבה גניבה!!
והיינו טעמא דבוקס והיינו טעמא דהעד סטארט, זומער, תשרי ועוד ועןד
אינגעלייט ווערן רייך פון די גגנבטע געלט וואס מרייסט ארויס

אביונה
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:21 am

קונדיטון האט געשריבן:ממש ווינדערליך וויאזוי מענטשן שפירן ווי דער סאסייעטי קומט זיי אלעס.

עס האט אייך איינער געצווינגען צו שיקן אייער קינדער אין סקול? איבערהויפט די מוסד? ווער איז מחיוב צוצושטעלן פאר אייער קינדער טיטשערס און ביכער?

אויב איר האט נישט די געלטער, דאן זאלט איר טון דאס וואס איר טוט מיט יוטיליטי קאמפעני.

פארוואס פארשטייט איר מיט א פשטות אז די הנהלת המוסדות דארף גיין צו אייער שכן דער גביר בעטן צו קאווערן אייער קאסט. אפשר גייט איר אליינס ארום צו די גבירים און בעט ביי זיי אז איר האט נישט גענוג צום לעבן און זיי זאלן מנדב זיין אויף אייער חשבון.

איר ווייסט גאנץ גוט אז אייער קינד קאסט אסאך מער וויפיל איר צאלט איין, און די מוסד גייט ארום שנארן פאר ״אייך״, דאן וואס ווערט איר אזוי ווילד ווען מען באלאסטיגט אייך מיט נאך א רעלעטיווע קליינעם אפצאל?

דיסקלעמער: איך האב קיין שום שייכות מיט די מוסד, נישט איך און נישט מיינע קינדער האבן דארט געלערנט.

שטותים מיט הבלים
קענסט אזוי ענטפערן פאר אלע אידישקייט מוסדות, רוחניות צו גשמיות ציגלייך
א מין גערעדעכטס?
ווער דארף בוני עולם?
ווער דארף RCCS
ווער דארף קרן הצלה
ווער דארף רפואה העלפ ליין
ווער דארף ביקור חולים ארגאניזאציע
ווער דארף מען זאל שיקן מיליאנען פאר ארץ ישראל'דיגע יודן
ווער דארף ביליגע חתונה זאלן,
ווער דארף צאמשטעלן מיליאנען פאר הכנסת כלה
ווער דארף 'חברה הצלה'
האסטו לעב, האסטו נישט פייגער, מען קען זיך באגיין אן דיר......

דיסקלעימער, איך האב ב"ה נישט קיין שייכות מיט מיט די דערמאנטע ארגאניזאציעס, פארשייטצעך, שנארן קומט מען יא צו מיר....

ערנסט גערעדט
ס'יז דען עפעס נכסי יחיד וואס טיילט אימזיסט?? סידעך נכסי ציבור!, וואס יעדער בלי יוצא מן הכלל, צאלט די הויזן, מען ארבעט מן הבוקר עד צאת הנשמה צו דעקן שכר לימוד קאסטן פאר די קינדער, צו וואס שווערער מאכן??
קען מען דען נישט דרוקן טעקסט ביכער, און איבערנוצן יאר יערליך אן רייסן די הויזן ביי די עלטערן?
און אויב יא, קען מען דען נישט טשארשזן ערגעץ אין א אנדערע צייט אין יאר, מוז עס דוקא זיין ביים רעגיסטרעישאן, בעפאר די יו"ט הוצאות??, מוז מען טאקע שוין אויסצאלן 'אלע' ביכער די ערשטע טאג פון סקול???

פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

תגובהדורך פעמים להיפך » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:57 am

פארוואס פארשטייט איר מיט א פשטות אז די הנהלת המוסדות דארף גיין צו אייער שכן דער גביר בעטן צו קאווערן אייער קאסט. אפשר גייט איר אליינס ארום צו די גבירים און בעט ביי זיי אז איר האט נישט גענוג צום לעבן און זיי זאלן מנדב זיין אויף אייער חשבון.

ווייל אויב ווילט איר פארדיגען 350 טויזענט דאלער א יאר זאלט איר שנארען נאך! אין לאזען דיינע ברידער לעבן במנוחה!
הער אויפ מאכען פון די אלע וואס דארפען נעבעך גיין שנארען פאר מיר פאר א רחמנות! זיי מאכען גראב געלט פון יעדען דאלער וואס מ'שנארט!
עולם גולם לאזט זיך בארבעווען מיטן שפריכווארט אז "פאר שכר לימוד האנדעלט מען נישט"
וואס א מין פאלטשקייט ליגט דא,
אפשר 10% פון דיין שכר לימוד גייט פאר דעם מלמד!
די איבריגע איז נאר כדי צו קאווערען די פעי ראל פון די פאר וואס פארדיגען פון 250k אין ארויפ!!
זאלען זיי שנארען אין שנארען אזש אז ניטאמאל א פעני וועט מען דארפען צאלען שכר לימוד אין דעמאלט וועט יעדער מסכים זיין אז דעי חברה זאלען נעמען א מיליאן דאלער פעי ראל! אבער לאז מיך לעבן

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:07 am

מים שלנו האט געשריבן:און דאס אז אלע אינגלעך מוזן האבן נייע ספרים אפילו האבעך און גיטע קאנדישיאן פון א עלטערע קינד ווייל יעדער אין כתה מוז זיין דו זעלבע?

איינער האט מיר געוואלט ארויס ברענגען איינעם לשבח, זאגט ער מיר ער האט קיינמאל נישט געשפארט געלט אויף די ספרים פון די קינדער אין חדר, אז מען זאל נעמען פון א ברידער אפילו עס איז נאך געווען אין אגיטע צושטאנט, עס לערנט זיך בעסער אין א נייע,
אין עס איז ריכטיג ביי די קלענערע וואס הייבען אן לערנען חומש משניות אין אפילו גמ', אין א סאך מאל אויך ביי גרעסערע (חאטשיג איך טי עס נישט אייביג סיי וועגען די געלט (נאך 20-30 דאלער א יאר :wink: ) אין סיי וועגען פלאץ)

אבער אז עס איז נישט קיין פארלאנג פון די מוסדות איז גרינגער.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט