ביכער געלט, איז דאס בארעכטיגט???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

א גולם
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:04 pm

אמן

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:40 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:פארשטיי מיר נישט שלעכט אז כ'בין מסכים אז די מוסדות זאלן הייבן פרייזן יעדן יאר אדער פאר יעדע גרעסערע הוצאה, אבער כ'פארשטיי אז זיי טוען עס נאר נאכן זיך דערזען אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, אויסקוועטשן פון נדבנים קענען זיי שוין נישט ווייל זיי האבן עס שוין געטון, בלית ברירה דארף מען משתתף זיין די עלטערן פון די קינדער, און כ'האב קיין טענות נישט אויף זיי, און אוודאי וועל איך אויך פראבירן האנדלן וויפיל איך קען, אבער כ'פארשטיי זיי זייער גוט.


פון דיין גאנצע טענה'ריי דא זעה איך בכלל נישט וויאזוי די זאגסט "איך פארשטיי" אז זיי טוען עס בלית בריה. די פארשטייסט נישט אזוי, די "האלסט" אזוי, אבער פארשטענדליך איז עס נישט, אדרבה פון די אלע נומבער'ס וואס מען האט געברענגט פון אלע זייטן, און וויאזוי אנדערע אדמיניסטראטאר'ס דעקן זייערע מוסדות אן אזוי באלעסטיגן דעם ציבור, און מיט די נומבער'ס פון די ליטווישע מוסדות וכו', פון די אלע נומבער קומט אויס אז עס איז נישט צום פארשטיין בכלל די מנהלים, קענסט זיי סך הכל דן זיין לכף זכות מיט'ן טראכטן אז "מסתמא" האן זיי נישט קיין אנדערע ברירה. דער טשויס איז ביי דיר אזוי צו טראכטן, אבער שטימען שטימט נישט די חשבון.

נישט ריכטיג, איך פארשטיי זיי, און די חשבון שטימט זייער גוט.

איך געדענק נישט אז איינער זאל דא אנגעבן קראנט נומערן, נישט לגבי די מוסדות, און נישט לגבי די ליטווישע. השערות קען יעדער דרייען לויט ווי אים שמעקט, און דערנאך איז שוין די גאנצע וועלט אים שולדיג....

אזוי ווי עס האט נאך עד היום הזה נישט פאסירט אז די מוסדות זאלן אמאל עפעס א רעפעראט, א חשבון, אנגעבן קראנטע נומערן וויפיל געלט גיסט זיך אריין פון די פראגראמען, (וואס דייקא די שנארערס און ארימערע שיכט, זיצן פאר דעם אפ אין די סאשעל סערוויס אפיסעס), און דאס דייקא ברענגט אריין עפרות זהב אין די מוסדות'ס קאסע, עפעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט אפגעגעבן א חשבון וואו און ווי אזוי דאס געלט גייט.... [יא, כ'גלייב ס'גייט פאר גוטע צוועקן, אבער קיין חשבון האט נאך קיינער נישט געזעהן],
דאס זענען מיליטערישע סודות, וואס ווערט נישט ארויס געגעבן [וויפיל מען ווייסט אין די גאס, איז פון וואס איז פאבליק רעקארד אויפן געוועב, זעהט נישט אויס ווי מען ברעכט אינטער נעבעך.....]
סאו, האב ביטע נישט קיין טענות, אז דייקא די ארימערערע שיכט ["שנארערס וואס מיינעט אז יעדער קומט זיי" (ווי איר גלייכט זיי אנצירופן אזוי)], זיי האבן די טענות פארוואס מען סאוקט נאך א טשארדזש און נאך א טשארדזש און נאך א טשארדזש, און מען ווערט נישט פערטיג, טשארדזשן יעדן שני וחמישי פאר נאך א שטות...., זיי פילן זיך סתם ב'עוול'ט, זיי זענען דאך די וועלכע שמירן די רעדער פונם פעטער'ס קוועלער זאל פליסן בהרחבה ובשפע......., און פון די אנדערע זייט ווארפט מען זיך מיט זיי, מען איז מבזה זייערע קינדער, מען באוואשט מען זיי אלס "שנארערס וואס מיינען אז יעדער קומט זיי עפעס"......

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:02 am

אביונה האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:פארשטיי מיר נישט שלעכט אז כ'בין מסכים אז די מוסדות זאלן הייבן פרייזן יעדן יאר אדער פאר יעדע גרעסערע הוצאה, אבער כ'פארשטיי אז זיי טוען עס נאר נאכן זיך דערזען אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, אויסקוועטשן פון נדבנים קענען זיי שוין נישט ווייל זיי האבן עס שוין געטון, בלית ברירה דארף מען משתתף זיין די עלטערן פון די קינדער, און כ'האב קיין טענות נישט אויף זיי, און אוודאי וועל איך אויך פראבירן האנדלן וויפיל איך קען, אבער כ'פארשטיי זיי זייער גוט.


פון דיין גאנצע טענה'ריי דא זעה איך בכלל נישט וויאזוי די זאגסט "איך פארשטיי" אז זיי טוען עס בלית בריה. די פארשטייסט נישט אזוי, די "האלסט" אזוי, אבער פארשטענדליך איז עס נישט, אדרבה פון די אלע נומבער'ס וואס מען האט געברענגט פון אלע זייטן, און וויאזוי אנדערע אדמיניסטראטאר'ס דעקן זייערע מוסדות אן אזוי באלעסטיגן דעם ציבור, און מיט די נומבער'ס פון די ליטווישע מוסדות וכו', פון די אלע נומבער קומט אויס אז עס איז נישט צום פארשטיין בכלל די מנהלים, קענסט זיי סך הכל דן זיין לכף זכות מיט'ן טראכטן אז "מסתמא" האן זיי נישט קיין אנדערע ברירה. דער טשויס איז ביי דיר אזוי צו טראכטן, אבער שטימען שטימט נישט די חשבון.

נישט ריכטיג, איך פארשטיי זיי, און די חשבון שטימט זייער גוט.

איך געדענק נישט אז איינער זאל דא אנגעבן קראנט נומערן, נישט לגבי די מוסדות, און נישט לגבי די ליטווישע. השערות קען יעדער דרייען לויט ווי אים שמעקט, און דערנאך איז שוין די גאנצע וועלט אים שולדיג....

אזוי ווי עס האט נאך עד היום הזה נישט פאסירט אז די מוסדות זאלן אמאל עפעס א רעפעראט, א חשבון, אנגעבן קראנטע נומערן וויפיל געלט גיסט זיך אריין פון די פראגראמען, (וואס דייקא די שנארערס און ארימערע שיכט, זיצן פאר דעם אפ אין די סאשעל סערוויס אפיסעס), און דאס דייקא ברענגט אריין עפרות זהב אין די מוסדות'ס קאסע, עפעס וואס מען האט נאך קיינמאל נישט אפגעגעבן א חשבון וואו און ווי אזוי דאס געלט גייט.... [יא, כ'גלייב ס'גייט פאר גוטע צוועקן, אבער קיין חשבון האט נאך קיינער נישט געזעהן],
דאס זענען מיליטערישע סודות, וואס ווערט נישט ארויס געגעבן [וויפיל מען ווייסט אין די גאס, איז פון וואס איז פאבליק רעקארד אויפן געוועב, זעהט נישט אויס ווי מען ברעכט אינטער נעבעך.....]
סאו, האב ביטע נישט קיין טענות, אז דייקא די ארימערערע שיכט ["שנארערס וואס מיינעט אז יעדער קומט זיי" (ווי איר גלייכט זיי אנצירופן אזוי)], זיי האבן די טענות פארוואס מען סאוקט נאך א טשארדזש און נאך א טשארדזש און נאך א טשארדזש, און מען ווערט נישט פערטיג, טשארדזשן יעדן שני וחמישי פאר נאך א שטות....

ניין כ'פארשטיי נישט. די גאס איז עפעס קראנטע זאכן? ועוד, די גאס ווייסט עפעס וויפיל עס קאסט זיי אפ, און וואס עס קאסט זיי? ווילאנג די ווייסט נישט קיין קראנטע נומערן איז דיין באשולדיגונג נישט ווערט קיין ניקל. לדבריך פאקן זיך אפאר חברה געלט אין טאש אן אפגעבן דין חשבון פאר קיינעם. איר זאלט מיר מוחל זיין איך קויף נישט די לאקשן. כ'ווייס נישט אין וועלכן סעיף אין שולחן ערוך איר האט געטראפן אז דאס איז די וועג אנצוקוקן ווען איינער איז אייך עפעס מחייב.

ווילסט זאגן אז די מהלך ווי אזוי די מוסד קוועטשט ארויס געלט איז נישט אויסגעהאלטן, כ'הער, דארפסט אבער פארשטיין אז זיי האבן פונקט אזוי נישט די וועג צו וויסן צו איר זיצט אויף קעש און שפילט ארעמאן, ממילא פראבירן זיי די בעסטע וואס זיי קענען, ובפרט אז ס'איז דא אזויפיל וואס שפילן דעם שפיל אלץ ארעמאן אבער נאר ביים מוסד.

ביי אונז אין מוסד דארף מען אפגעבן דין וחשבון פונקטליך וואס מען ארבעט, וויפיל מען מאכט וכו' און לויט דעם בעט ער, כ'האב כמעט געפרעגט צו ער גייט מיר פיילן מיינע טעקסעס... צו ס'איז ריכטיג די מהלך, איך האלט אז נישט, אבער כ'פארשטיי פארוואס זיי טון עס.

---
שנארער'ס? דוכט זיך כ'האב קיינמאל קיינעם אזוי אנגערופן. יא מענטשן וואס מיינען אז יעדער קומט זיי אלעס איז ליידער דא אסאך, און די האבן טאקע טענות אפילו זיי קענען צאלן אסאך מער ווי מען בעט.

אויף די וואס האבן נישט האב איך קיינמאל קיין טענות נישט געהאט, אבער פארשטייט זיך ס'ארבעט ביידע וועגן, מען קען קיין טענות אויף זיי נישט האבן, אבער זיי קענען קיין טענות אויף די מוסד אויך נישט האבן. זיי האבן טאקע נישט לחם לאכול, למעשה עסן זיי פון ערגעץ, און די עלעקטער ווערט אויף עפעס אן אופן אפגעצאלט? טענה'ט די מוסד נעם דיר אין קאפ אריין, די מוסד איז פונקט ווי דיין עלעקטעריק ביל, זע דיר צו שאפן די געלט די זעלבע וועג ווי די עלעקטעריק ביל [עכ"פ דאס איז די מהלך ביי די מוסד ווי איך שיק]. ווידער צו ס'איז ריכטיג? כ'קען הערן צוויי צדדים דערין.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:07 am

איז וואס איז דיין תירוץ אויף נוצן קינדער פון די ארימערע שיכט אלס א שטעקן, און זיי מבזה זיין?? [איך בין א געליטענער פון די סארט בזיונות, דעריבער פארשטיי איך עס גוט, און איך וואונטש אזעלכע בזיונות אויף צוריק פאר דעם יעניגן וועלכער האט דאס גורם געווען!!]
כ'מיין אז פארן גראף'ס קינדער וואגט מען זיך נישט אזוינס צו טוהן...
דא הערסטו אויך צוויי צדדים???
די אויסדרוק 'די וועלכע מיינען אז דו גאנצע וועלט קומט עם' דאס איז א פאלשער אויסדרוק במחילתך [ווייל די מענטשן אפפערן זייער אסאך פארן מוסד [ווי כ'האב פריער געשריבן], און זיי ערווארטן עפעס אנערקענוג אויף צוריק, נישט מען זאל זיך ווארפן מיט זיי], און דעם לשון האסטו דייקא 'יא' געשריבן!! [הגם דער אויסדרוק 'שנארער' האט אן אנדערער חכם כמותך דא געשריבן]

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:12 am

nmi האט געשריבן:מיין קאפ פארנעמט נישט די טענהריי דא... ווער ס'האט 2 נאז לעכער ווייסט און פארשטייט אז א מוסד אויפצוהאלטן קאסט פי כמה פעמים טייערער וויפול מ'בעט פון דיר דיין חלק שכר לימוד (און כ'גיי מיר מיטאמאל טענהן אויף דעם פאקט). יעצט די מוסד האט דא א פראבלעם און זיי בעטן דיר נישטיגע $25 "א יאר". וויפול מאל א וואך ומט דיר אויס צו ספענדן מער פון $25 פאר שטיתום? וויפול מאל א וואך פאט דיר אן אז היינט גיי איך מיר ערלויבן א פיינעם פרישטאג פאר $15? וויפול אייטעם'ס מער קויפסטו א וואך אין גראסערי פשוט ווייל "זאל זיין"? וויפול צייטאנגען מיט אויסגאבעס קויפסטו א וואך און וויפול וואכן מאכט זיך אז מ'עפנט נישט אויף איינע פון זיי? $25 א יאר היינט צוטאגס קען זיך "יעדער" ארעמאן ערלויבן, דו זיכסט זיך סתם צו רעגן אויף די וועלט? רעג זיך. באט קום מיר נישט פארקויפן אז די $25 א יאר טרעט דיר צו צום הארץ.

און אויב קויף איך טאקע נישט קיין צייטונגען ווייל איך קען זיך נישט ערלויבן? און אויב קוק איך טאקע דריי מאל די פרייז פון יעדע זאך וואס איך קויף אין גראסערי?
און אז דו מאכסט די חשבון וויפיל עס קאסט א קינד פאר די מוסד, נעם אריין אין חשבון די צענדליגער מיליאנען וואס פליסט אריין פון פארשידענע רעגירונג קאסעס אויף פארשידענע אופנים.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:14 am

nmi האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מיין קאפ פארנעמט נישט די טענהריי דא... ווער ס'האט 2 נאז לעכער ווייסט און פארשטייט אז א מוסד אויפצוהאלטן קאסט פי כמה פעמים טייערער וויפול מ'בעט פון דיר דיין חלק שכר לימוד (און כ'גיי מיר מיטאמאל טענהן אויף דעם פאקט). יעצט די מוסד האט דא א פראבלעם און זיי בעטן דיר נישטיגע $25 "א יאר". וויפול מאל א וואך ומט דיר אויס צו ספענדן מער פון $25 פאר שטיתום? וויפול מאל א וואך פאט דיר אן אז היינט גיי איך מיר ערלויבן א פיינעם פרישטאג פאר $15? וויפול אייטעם'ס מער קויפסטו א וואך אין גראסערי פשוט ווייל "זאל זיין"? וויפול צייטאנגען מיט אויסגאבעס קויפסטו א וואך און וויפול וואכן מאכט זיך אז מ'עפנט נישט אויף איינע פון זיי? $25 א יאר היינט צוטאגס קען זיך "יעדער" ארעמאן ערלויבן, דו זיכסט זיך סתם צו רעגן אויף די וועלט? רעג זיך. באט קום מיר נישט פארקויפן אז די $25 א יאר טרעט דיר צו צום הארץ.

קענסט מיר אפשר עס ערלעדיגן פאר 25 דאלער??....
ס'קאסט פיר מאל אזויפיל!! עקסטער אידיש און עקסטער ענגליש, מאלטיפליי וויפיל קינדער איר האט...

לי יהא דו האסט 10 מיידלעך אין די מוסד און דו דארפסט צאלן $250 א יאר. ווען ס'קומט פסח נעם דיין ליסטה און רעכן אויס וויפול זאכן דו האסט דיר געקויפט וואס דו וואלסט דיר געקענט באגיין אנדעם רואיגערהייט און מאך א קאלקולעישן. רעכן אויס וויפול טייערער דו צאלסט א יאר פאר דיין קאר ווי ווען דו וואלסט זיךען גענומען א קאר מיט אביסל ווייניגער פיטשערס. וויפול מאל א יאר דיסיידסטו אוועק צו שיקן די קינדער פאר א וויקענד און אוועק פארן?

איך האב נישט קיין קאר ווייל איך קען זיך נישט ערלויבן, איך פאר נישט אין קאנטרי ווייל איך קען זיך נישט ערלויבן, איך פאר נישט אויף וואקאציע ווייל איך קען זיך נישט ערלויבן. און איך מוף אריין פסח צו מיין טאטע ווייל מאכן פסח אליין קאסט צופיל געלט.
מוז איך נאכאלץ באצאלן די $250?

סיז אנבעליוועבל ווי מענטשן רעדן אזוי ווען הונדערטער יונגעלייט מוטשען זיך אויף א שטיקל ברויט און קויפן זיך ווייניגער ווי די מינימום. סיז ליידער א מציאות.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:16 am

אביונה האט געשריבן:איז וואס איז דיין תירוץ אויף נוצן קינדער פון די ארימערע שיכט אלס א שטעקן, און זיי מבזה זיין?? [איך בין א געליטענער פון די סארט בזיונות, דעריבער פארשטיי איך עס גוט, און איך וואונטש אזעלכע בזיונות אויף צוריק פאר דעם יעניגן וועלכער האט דאס גורם געווען!!]
כ'מיין אז פארן גראף'ס קינדער וואגט מען זיך נישט אזוינס צו טוהן...
דא הערסטו אויך צוויי צדדים???
די אויסדרוק 'די וועלכע מיינען אז דו גאנצע וועלט קומט עם' דאס איז א פאלשער אויסדרוק במחילתך [ווייל די מענטשן אפפערן זייער אסאך פארן מוסד [ווי כ'האב פריער געשריבן], און זיי ערווארטן עפעס אנערקענוג אויף צוריק, נישט מען זאל זיך ווארפן מיט זיי], און דעם לשון האסטו דייקא 'יא' געשריבן!! [הגם דער אויסדרוק 'שנארער' האט אן אנדערער חכם כמותך דא געשריבן]

כ'האב ביז יעצט נישט אריינגערעדט פון די עצם צעטל, נאר פון די קאנצעפט פון בעטן געלט אויף פארשידענע הוצאות פונעם מוסד, פשוט ווייל כ'האלט אז די צעטל האבן זיי קיין ברירה נישט געהאט שטייענדיג שוין מער ווייניגער נאך רעגיסטראציע, און כ'זע נישט די בושה פון שרייבן אויפן צעטל אז דו ווילסט זיין פון די נדיבי עם, און ווען זיי רופן דיר צוריק זאגן וואס די האסט זיי צו זאגן.

יא כ'האב טאקע געשריבן די לשון, און כ'צו נישט צוריק, יא, ס'איז דא אזעלכע וואס רעדן זיך איין אז יעדער קומט זיי אלעס, און די מוסד באקומט פון זיי א שטויס, כ'פארשטיי אז די פילסט אז כ'מיין דיר, ממילא שטעכט דיר עס, כ'גיב דיר רשות צו טראכטן אז כ'מיין נישט דיר...

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:26 am

כ'האב נישט ערווארטעט זאלסט צוריק ציען פון עפעס וואס דו האסט געשריבן, עפעס וואס איז קעגן דיין טבע .......

איך האב סך הכל געשריבן וואס איך און נאך פילע [אפשר גאר דער רוב] אנדערע דא האלטן

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:50 am

מצב כללי האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:איך מיין אזז אלע ויכוחים דא זענען איבריג, איך קלער אז די וואס האבן נישט און בלוטיגן אויפן דאללער וועלן זיך פארשטיין, און די וועלכע געבן זיך ווי נישט ווי אן עצה וועלן זיך אויך פארשטיין, אבער די ערשטע קלאס מיט די צווייטע קלאס וועלן זיך נישט פארשטיין.

דער מענטש וואס מען סטראשעט נישט יעדן צווייטן חודש ארויסצווארפן זיינע קינדער, און וועלכער האט נישט קיין שלאפלאזע נעכט צו דעקן זיין שכר לימוד (אדער עלעקטעריק ביל), און וואס ער ווערט נישט ווייס ווען זיינע קינדער קומען אהיים מיט א צעטל אז מארגן איז דא א טריפ און מען דארף האבן 20$ און אויב מען ברענגט נישט די געלט מארגן קען מען נישט מיטגיין, אדער אז אויב מען ברענגט נישט די $15 פאר א נייע חומש מארגן גייט דער רבי באשטראפן (און עס מוז זיין פונקט די זעלבע חומש ווי אלע קינדער אין חדר, וואס איז היי יאר אביסל אנדערש ווי די פאראיעריגע - איין באשעפער אין הימל ווייסט פארוואס). אזא איינער וואס האט דאס נאכנישט געפילט אויף די אייגענע ביינער, קען נישט פארשטיין דער וואס שפירט דאס יעדן טאג, און פלוצלינג קומט צו נאך א הוצאה און נאך א הוצאה און נאך א הוצאה, יעדע יאר פרישע סארט טשארדזשעס פון אלע מיני נעמען וויאזוי צו פרעסן געלט פון די אויסגעריסענע עלטערן. האסט געלט? באצאל דריי מאל די שכר לימוד! וואס ווילסטו פון די וואס האבן נישט, פון די וואס בלוטיגן אויפן טאג טעגליכן און מען מאכט זיי דאס טויט אין די מוסדות? דו האלטסט אמת'דיג אז סאטמאר אדער סיי וועלכע אנדערע קהלה האט נישט "קיין שום אחריות" צו צושטעלן א חינוך פאר די קינדער כאטשיג אזוי ווי זיי שטעלן צו א בית המדרש מיט א כולל? דו האלטסט נישט אז מען וואלט געמעגט ארויסווייזן כאטשיג "אביסל" מיטגעפיל מיט די ארימערע פון צווישן די עלטערן? אז מען וואלט געמעגט ווייניגער צאפן דאס בלוט פון די וואס "האבן נישט צו באצאלן", און נישט קאלטבלוטיג זאגן פאר איינער וואס ארבעט מצאת החמה עד צאת הנשמה צו ענדיגן זיין חודש (קוים קוים) אז ער זאל "גיין שנארן!!" נישט מער און נישט ווייניגער! דער אייבערשטער זאל אייך נישט פרואוון.

אנטשולדיגט פארן רעדן שארף, איך רעד פון ווייטאג! (נאכן מיטהאלטן ביידע זייטן פון די מטבע)

סהאט מיר געזאגט איינע וואס פלאגט זיך אויפן דולר אז זי ווינשט אן דעם נייעם אדמיניסטראטאר אז ער זאל עס אויך שפירן אויף די אייגענע הויט


ביי אונז אין כלל ישראל האט מען זיך נישט געפירט צו שעלטען

איינס פון די סימנים ווער עס געהערט צו כלל ישראל איז רחמנים.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 1:04 am

אביונה האט געשריבן:כ'האב נישט ערווארטעט זאלסט צוריק ציען פון עפעס וואס דו האסט געשריבן, עפעס וואס איז קעגן דיין טבע .......

איך האב סך הכל געשריבן וואס איך און נאך פילע [אפשר גאר דער רוב] אנדערע דא האלטן

ווי איך פערזענליך קום אריין אין בילד הייב איך נישט אן צו פארשטיין, דארפסט זיך נישט פארענטפערן אויף וואס די האסט געשריבן וויבאלד כ'האב קיין טענות צו דיר פערזענליך נישט געהאט, און דארפסט זיך בכלל נישט פילן אומבאקוועם ווען איך זאג נארמאלע הסברים פארוואס די מוסד זאל האבן א גערעכטע סיבה דאס טון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21826
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:12 am

הרב אביונה, ביטע, כ'פארשטיי איך, אבער יענעם שעלטן איז חלילה א סכנה פארן מקלל.

ויה"ר אז אלע אידישע קינדערלעך בכל מקומות שהם זאל האבן בני חיי ומזוני בשפע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:16 pm

farshlufen האט געשריבן:הרב אביונה, ביטע, כ'פארשטיי איך, אבער יענעם שעלטן איז חלילה א סכנה פארן מקלל.

ויה"ר אז אלע אידישע קינדערלעך בכל מקומות שהם זאל האבן בני חיי ומזוני בשפע.

ידוע התורה על קללת איוב שהיה סבור שאיוב לא היה ולא נברא...., ובכן קללה הבא מסתם ניק באייוועלט, על מאן דהוא שלא נזכר כלל בשמו לא בפירוש אף לא ברמז קל, אין מקום לשום קללה לחול... ואינה כי אם נתינת מקום לבעל חימה וקצף לשפוך את קצפו ולשכך חמתו..., והוא רחום יכפר עון וגו' ולא יעיר כל חמתו

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:03 pm

לייענענדיג דעם אשכול קוקט אויס ווי יעדעמ'ס בודזשעט איז מער ווייניגער געדעקט, שכ"ל, געז, לעקטער, מארטגעדזש/אינשורענס, גראסערי, קליידונג וכו'. מ'דארף פשוט דעקן דעם פופציגער וואס די מוסד (גערעכט אדער נישט) האט ארויפגעלייגט די לעצטע מינוט אויפן ציבור.

ב"ה אז ס'דא שפע ביי כלל ישראל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:08 pm

El Rushbo האט געשריבן:לייענענדיג דעם אשכול קוקט אויס ווי יעדעמ'ס בודזשעט איז מער ווייניגער געדעקט, שכ"ל, געז, לעקטער, מארטגעדזש/אינשורענס, גראסערי, קליידונג וכו'. מ'דארף פשוט דעקן דעם פופציגער וואס די מוסד (גערעכט אדער נישט) האט ארויפגעלייגט די לעצטע מינוט אויפן ציבור.

ב"ה אז ס'דא שפע ביי כלל ישראל

ס'אויך די 25 דאלער וואס די לייסענס פלעיט דארף קאסטן... ביידע צוזאמען איז שוין way too much...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:09 pm

El Rushbo האט געשריבן:לייענענדיג דעם אשכול קוקט אויס ווי יעדעמ'ס בודזשעט איז מער ווייניגער געדעקט, שכ"ל, געז, לעקטער, מארטגעדזש/אינשורענס, גראסערי, קליידונג וכו'. מ'דארף פשוט דעקן דעם פופציגער וואס די מוסד (גערעכט אדער נישט) האט ארויפגעלייגט די לעצטע מינוט אויפן ציבור.

ב"ה אז ס'דא שפע ביי כלל ישראל


ליינענדיג "אויך" אנדערע זייטיגע אשכולות, זעהט זיך קלאר אן אז די ווייטאג פונעם ציבור איז לאו דוקא אויף די ביכער. די ווייטאג איז אויף די עצם צוגאנג פון די הנהלה כלפי די ארימע עלטערן (וואס גאר א קליינער טייל פון זיי זענען די ליינ'ס ביזי ל"ג בעומר, אנדערש ווי דער פון די הנהלה וויל דיר פארקויפן, רוב עולם מיטשעט זיך אויפ'ן דאלער און טוט נישט קיין שום איבריגע עקספענסן), און אויף דעם באדערט פאר'ן ציבור די צוגאנג בעצם, (און אויך פאר'ן חוזק מאכן פונעם ציבור כאילו זיי זענען פשוט'ע באטריגער'ס און אפרעדער'ס, אנשטאט צו באהאנדלען ריכטיג זייער ווייטאג).

די ביכער איז נאר געווען נאך א סיבה ווי די אומדערטרעגליכע ווייטאג זאל פון פריש ארויסשרייען.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:12 am

די געלט וואס די פעדעראלע גאווערמענט גיבט פאר די מוסדות איז פובליק רעקארדס און שוין געווען ברייט באקאנט די בודזשעט איז אויך דא וואס די מוסד זאגט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:49 pm

שאינו יודע האט געשריבן:די געלט וואס די פעדעראלע גאווערמענט גיבט פאר די מוסדות איז פובליק רעקארדס און שוין געווען ברייט באקאנט די בודזשעט איז אויך דא וואס די מוסד זאגט


ווי איז דאס באקאנט, ווי טרעפט מען דאס?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 6:14 pm

געווען פארשפרייט פאראיאר אזא צייט. איך וועל עס אפירזוכן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 9:35 am

.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט