וואו גייט מען שלאגן כפרות? - הער אויף!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

וואו גייט מען שלאגן כפרות? - הער אויף!

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:06 pm

המממ... גיב מיר ארויף די סעלצער דארט, יא יא, די מים חיים.. שכח...

לא איש דברים אנכי, כ'האב מיר בכלל נישט צוגעגרייט.... וואס? ווער לאכט דארט? שא.. קבל את האמת, וואסאחילוק וויפיל תגובות איך האב.. אפשר רעד איך צום זאך(נדנ)? אז נישט האסטו צייט צו לאכן דעמאלטס... אבער גיב מיר א טשאנס...

אקעי, איך בין נישט אזא גוטע שרייבער, אבער יא גאר א גוטע און פלייסיגע ליינער, איך האב מיר טאקע לעצטענס דא איינגעשריבן, מיין שרייבן איז אפשר נישט אויף די גוטע זייט, אבער וויסן זאלט איר חברים און ידידים אז א ליינער בין איך אויף אלע באקן. איך האב שוין געזעהן און געליינט דעם וועלטל נישט נאר פון פאריגען דור, נאר כמעט פון ווען עס האט זיך געעפענט.

אני הגבר ראיתי, איך האב מיטגעהאלטן וויאזוי פון א געשמאקע פלאץ וואס איז צוגעשטעלט דערפרישענד צו פארברענגען פאר'ן שווערן ארבעטער צוגלייך ווי פארן שטרענגען בעה"ב, איז צוביסלעך געווארן א פלאץ וואו א חלק ניכר איז אלעס חוץ רואיג זיך אויסצולופטערן.

ניין, איך בין נישטא צו וויינען אויף די פריערדיגע דורות, איך בין נישטא צו זאגן אז אמאל איז געווען בעסערע שרייבערס, איך בין נישטא צו מוסר'ן קיינעם פון אייך חשובע אידן. עס איז היינט דא ב"ה אויף אונזער וועלטל עכטע טאלאנטפולע אידן, אין אלע הינזיכטן. זאל עס זיין פאליטיק, ידיעות, תורה, ארטיקלען, און פארברענגען. אונז האבן מיר פון אלעם דא.

וואס דען? לאמיר זיך מיט אייך אויסשמועסן אביסעלע, אנטשולדיגט פאר די וועג וויאזוי איך פרעג עס, ווייסט אפשר איינער פון אייך אין וועלעכע קהילה "יעענטאש" קערט זיך אן? אפשר ווייסט איינער א-וואו "סאכדעס" שלאגט כפרות? וואו "גרויזאמער" שיקט זיינע קינדער? יא, עס קען זיין אז געוויסע פון ענק ווייסן ווער זיי זענען אין ווירקליכן לעבן, ווייסט עטץ די תירוצים. אבער איז דא געווען אזא זאך אז אויפ'ן "ניק" - נישט ווען האסט אים געקענט - האט מען געקענט וויסן צו ער איז א חסיד פון אים אדער פון יענעם?

און מיינט נישט, אלע האבן זיי געהאט קשר מיט חסידות'ן, אלע האבן ערגעץ געשיקט די קינדער, נאר וואס? עס איז דא א ווירקליכן לעבן, פול מיט דאגות, פול מיט פרישקייטן, פול מיט אלעם, און פארדעם האט מען געמאכט א אנאנימע "ניק" צו פארברענגען אביסל אן די אלע טירדות און אנשויאנגען פון די גרויסע וועלט. אין ביהמ"ד האבן זיי געקענט זיין בלוט שונאים, אבער דא? געקומען איז מען זיך אויסצולופטערן, נישט צו ווייזן אז מיין רבי האט א בלוטיגע פאסיק.

עס איז דא א הסבר אויף די וועלט פארוואס רוב עולם קען אנצייגן אויף א חלק ניכר ניקס וואו זיי שיקן די קינדער? ניקס וואס איך האב נישט קיין השגה ווער ער איז, איך קען נישט דעם ווירקליכן פערזאן, די איינציגסטע זאך וואס איך ווייס איז וואס זיין ניק איז, און אין וועלעכע קהילה ער טאנצט קדוש. און אויף א פארום וואס אפיציעל איז עס נקי מחשש אידישע פאליטיק!

ברידערלעך טייערע, מיר וועלן זיך טעהנ'ן אין מקוה פונקטלעך ווער עס האט געראטעוועט די חינוך און וועמענס ביהמ"ד איז גרעסער. עס איז דא צייט פאר דעם דארט. דא איז מען נישט געקומען פארדעם, מ'איז געקומען "הנאה צו האבן"! די בויך קיצעלט? שרייב אפ א גוטן הומאראסטישן ארטיקל, האסט ידיעות? טייל עס מיט מיט'ן עולם, האסט געהערט א אינטערסאנט שטיקל נייעס? לאמיר הערן, לייג עס אראפ א-ווי נאר דו קענסט. לאמיר פארברענגען אינאיינעם!

איך האב ח"ו נישט קיין טענות צו קיינעם, לעומת זה איז דא א געוואלד ניקס וואס זענען דא פאר איין סיבה, אויפצולייגן א שמייכעל אויף אידישע קינדער. איז פארוואס זיך לאזן אריינשלעפן אין דברים של דופי?

לאמיר זיך נישט לאזן!

מיר ווילן נישט, מיר טארן נישט, מיר קענען נישט, מיר וועלן נישט!

און אז מ'האט שוין די מייק אין די האנט, וויל איך אויסדרוקן מיין געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די געטרייע מנהלים און אחראים וואס ארבעטן אזוי שווער רונדע דעם זייגער שלא עמל"פ צו האלטן דאס פלאץ רעלעטיוו זויבער און ריין. זאלט עטץ וויסן, קעגן יעדע ניק וואס האט קריטיק אויף ענקער ארבעט, איז דא אפאר וואס זענען מיט אייך. האלטס אן!

יעצט הייבט אן: שר העשר, ווער האט דיר געפרעגט, וכו'... רבותי, איך בין א שר העשר. הייסט די פלאץ איז נישט מיינס, ס'איז ענקערס? הער יוא גא! האלט ריין "דיין" פלאץ!
קבל את האמת ממי שאמרו.

----------

כבוד האחראי, איך האב עס געלייגט אין קרעטשמע ווייל איך ווייס נישט פונקטליך וואו עס באלאנגט, אויב האלט איר עס קומט נישט דא, ביטע אריבערפירן וואו עס קומט. ייש"כ.

יישר כח פאר'ן אויסהערן, והוא רחום יכפר...
לעצט פאראכטן דורך אברהם בן ארי' אום מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:20 pm

דו האסט א גילטי קאנשענס אז ביסט נישט א גוטער שרייבער. ביסט גאר גוט!!
כמותך ירבו באייוועלט. געשמאק און זאפטיג ארויסגעברענגט.

און בנוגע דיין עצם פוינט - זאגסטו שטארקע ווערטער. ביסט ליידער גערעכט. אויב נישט 100%, איז כאטש למחצה ולשליש.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גיט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:47 pm

;l;p- ;l;p-
אמתע דיבורים

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:05 pm

={'}

און ווי געזאגט, דו ביסט זייער א פיינער שרייבער! מעט מן האור דוחה...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:14 pm

גיט האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
אמתע דיבורים


פיין פיין
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:26 pm

ווער ביסטו בכלל - קוים א שר העשר - צו נעמען א שטעלונג און אוועקמאכן אזא געשמאקן זאפטיגן שרייבער'ל?
קיפ איט אפ!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:30 pm

שטומפיג האט געשריבן:ווער ביסטו בכלל - קוים א שר העשר - צו נעמען א שטעלונג און אוועקמאכן אזא געשמאקן זאפטיגן שרייבער'ל?
קיפ איט אפ!

דערמאנסט מיר פון די ישיבה יארן, ווען כ'האב אמאל געכאפט א פראסק פון מיין חבר נאך איך האב זיך אליין בארעדט...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

התבונני
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

געוואלדיג

תגובהדורך התבונני » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 10:39 pm

;l;p-
ביי מיר האסטע געפּוילט
איך הער אויף ....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:49 pm

פיין געזאגט

הגם איך גלייב זייער שווער אז דו ביסט באמת א פרישער...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:22 am

גי ט האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
אמתע דיבורים

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 2:03 am

מיינסט איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס דו ווילסט?

האסט פשוט מורא אז דא אויפן וועלטעל וועט מען וויסן אז דיין קהילה איז נישט געווען גערעכט, און דיין בית המדרש איז דאך אזוי קליין, קומסטו מיר פארקויפן אז איך טאר נישט רעדן פון מיין'ס.

היו לא תהיה.

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 2:55 am

פארווייטאגט האט געשריבן:מיינסט איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס דו ווילסט?

האסט פשוט מורא אז דא אויפן וועלטעל וועט מען וויסן אז דיין קהילה איז נישט געווען גערעכט, און דיין בית המדרש איז דאך אזוי קליין, קומסטו מיר פארקויפן אז איך טאר נישט רעדן פון מיין'ס.

היו לא תהיה.


דער איז שרעקליך פארווייטאגט..

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 7:42 am

;l;p- ;l;p-
פיין געשריבן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 7:51 am

קיבלתי את האמת ממי שאמרו

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:26 am

פיינע שריפט און נאך בעסערע נקודה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:27 pm

לכאורה האט געשריבן:פיין געזאגט

הגם איך גלייב זייער שווער אז דו ביסט באמת א פרישער...


ער שרייבט דאך בפירוש אז ער איז נישט

אגב, עס איז א גרויסע שאד אז די אלע אלטע קומען צוריק נאר מיט נייע לבושים, אזוי אז עס קען זיך דאכטן אז דער גאנצער עולם דא איז ניי...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט