שמעון ראלניצקי; פּרעזידענט טראָמפּ און די אויפפירונג פון אַ גלות-איד

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:15 am

I'm not gonna name names, but some Nick's do play fast and loose with the facts sometimes. With time, you learn whom you can trust on their words and to whom objective truth isn't that important. Some people care more about their idea, then getting the facts right. Especially when the facts contradict their theory...

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג ינואר 17, 2020 2:03 am

Programming האט געשריבן:I'm not gonna name names, but some Nick's do play fast and loose with the facts sometimes. With time, you learn whom you can trust on their words and to whom objective truth isn't that important. Some people care more about their idea, then getting the facts right. Especially when the facts contradict their theory...

and these people actually claim that rolnitzky is doing this so we don't have to take him serious. funny.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:46 am

בכלל נישט פאני פאר סיי וועם ס'האט אמאל געליינט אדער געהערט א ווארט פאליטיק פון ראלניצקי, ופשוט הוא.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג ינואר 17, 2020 9:52 am

Think and Thank האט געשריבן:בכלל נישט פאני פאר סיי וועם ס'האט אמאל געליינט אדער געהערט א ווארט פאליטיק פון ראלניצקי, ופשוט הוא.

נאך מער.
ווען איך הער זיינע אנאליזען מיט זיינע בייסיגע לינקע מיינונגען.
קומט עס הייסטעס ווייל ער איז פשוט א גלות איד. what a twist. :roll:

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:27 am

א גוטן האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק האבן די ראשי קהילות ומוסדות אלץ געשטיצט דעם אינקאמבענט פארשטייט זיך אויב ער געווען גוט צו יודן סיי אלץ הכרות הטוב און אויך ווייל היימישע יודן האבן זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק. די פראבלעם האט זיך אבער אנגעפאנגן מיט די תועבה אישו וואס מיט דעם ווערט שוין אן ערענסטע הלכה פראבלעם וויבאלד סאיז דא ראשונים וואס האלטן אז א יוד טאר נישט הייסן פאר קיין גוי עובר צו זיין אויף די שבע מצוות בני נח.

און פון דעסטוועגן האט מען געשטיצט שעלי סילווער א רעליגיעזער איד וואס האט געשטימט פאר אלע תואבה געזעצן, און מען האט עס פארקוקט ווייל ער איז געווען זייער מאכטפול און דעליווערד פאר אונז אונזערע געברויכן בגשמיות.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:33 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ביי דיאמאטא האט מען אים נישט אוועקגעווארפן. עד היום בענקט מען זיך צו אזא חסיד אומות העולם, בפרט מיט זיין נאנטע שייכות מיט דאן-גאווערנאר פאטאקי.

נארוואס, דיאמאטא איז געווען שטארק קעגן קלינטאן - אלס טשעירמאן פון די סענאט באנק קאמיטע האט ער געצימבלט קלינטאן מיט דאקומענטן פארשונגען. נאך קלינטאנ'ס אימפיטשמענט האט די ליבעראלע ניו יארק עס אים נישט געוואלט מוחל זיין. שומער איז א וועלט'ס קאמפיינער, ווער ס'ווייסט. דיאמאטא איז געווען אויף א ראלי אין וויליאמסבורג אפאר טעג פאר די וואלן, און מען האט געשפירט אין די לופט אז ס'איז שוין לאנג דערנאך. דיאמאטא האט פארלוירן אין א ריזיגע לענדסלייד.

ווי א גוטן זאגט אז די ראשי קהילות ומוסדות האבן אלץ געשטיצט דעם אינקאמבענט אויב איז ער געווען גוט צו אידן אלץ הכרת הטוב און אויך ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, דערובער האט מען געדארפט שטיצן דיאמאטא אפילו אויב ער גייט פארלירן, און מען וואלט שומער מסביר געווען ווי מען טוהט אין אלע אזעליכע פעלער ווי דער נישט אינדארסטע געווינט, אז מהיום והלאה וועלן מיר דיר אריין וועלן, אבער דאס ערשטע מאל ווארפן מיר נישט אונזערע גוטע פריינד איבער דער דראנג. דערובער איז דאס א קנאפע תירוץ.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:38 am

סארקאסטיש גערעדט, ווייסט איינער וואספארא חילול ד' און העצע ס'וואלט געווען אויב קלינטאן וואלט געהאט 90 פראצענט אין די היימישע געגנטער? די אלע סאציאלע מידיא גרופעס וואלטן זיך באלעקט מיט די כלומרש'טע קארופציע וכו', די אלע וואס קוקן אלע יארן מיט א בייז בליק אויף די חרדישע גרויסע משפחות וואס געניסן פון סאציאלע רעגירונגס הילף וואלטן געהאט א גרינגן פעלד אנצוצייגן אז די רעליגיעזע אידן לאזן זיך גרינג פארקויפן זייער נשמה פאר אפאר דאלער.
נאכמער, וויאזוי וואלט דאס טראמפ און זיינע שטיצער אנגעקוקט? וואלט נאך מעגליך געווען צו באקומען סיי וועלכע טובה, באפרייען רובאשקין, קרימינאלע יוסטיץ רעפארם א.א.וו.

איך האלט נישט אזוי, נאר איך שרייב לשיטתו.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:39 am

Programming האט געשריבן:I'm not gonna name names, but some Nick's do play fast and loose with the facts sometimes. With time, you learn whom you can trust on their words and to whom objective truth isn't that important. Some people care more about their idea, then getting the facts right. Especially when the facts contradict their theory...

it's true on both sides, and those who don't acknowledge this aren't even true on their side
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום פרייטאג ינואר 17, 2020 10:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:44 am

זארג נישט האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ביי דיאמאטא האט מען אים נישט אוועקגעווארפן. עד היום בענקט מען זיך צו אזא חסיד אומות העולם, בפרט מיט זיין נאנטע שייכות מיט דאן-גאווערנאר פאטאקי.

נארוואס, דיאמאטא איז געווען שטארק קעגן קלינטאן - אלס טשעירמאן פון די סענאט באנק קאמיטע האט ער געצימבלט קלינטאן מיט דאקומענטן פארשונגען. נאך קלינטאנ'ס אימפיטשמענט האט די ליבעראלע ניו יארק עס אים נישט געוואלט מוחל זיין. שומער איז א וועלט'ס קאמפיינער, ווער ס'ווייסט. דיאמאטא איז געווען אויף א ראלי אין וויליאמסבורג אפאר טעג פאר די וואלן, און מען האט געשפירט אין די לופט אז ס'איז שוין לאנג דערנאך. דיאמאטא האט פארלוירן אין א ריזיגע לענדסלייד.

ווי א גוטן זאגט אז די ראשי קהילות ומוסדות האבן אלץ געשטיצט דעם אינקאמבענט אויב איז ער געווען גוט צו אידן אלץ הכרת הטוב און אויך ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, דערובער האט מען געדארפט שטיצן דיאמאטא אפילו אויב ער גייט פארלירן, און מען וואלט שומער מסביר געווען ווי מען טוהט אין אלע אזעליכע פעלער ווי דער נישט אינדארסטע געווינט, אז מהיום והלאה וועלן מיר דיר אריין וועלן, אבער דאס ערשטע מאל ווארפן מיר נישט אונזערע גוטע פריינד איבער דער דראנג. דערובער איז דאס א קנאפע תירוץ.

פרעדי ריטשמאנד איז נאך א דוגמא אז מיר דאמפן נישט אונזערע גוטע פריינד נאו מעטער וואט. ער איז געווען א זייער אראפגעקוקטע פאליטישן, און מען האט אים געשטיצט פאר ווידערוועלונג צום קאנגרעס כאטש די גויאישע גאס האט אונז אנגעקוקט זייער מאדנע ווי אונז קענען אזא מענטש שטיצן. (ער האט געהאט נאך א סאך א ערגערע נאמען ווי טראמפ בימים ההם ווען מען האט זיך נאך גערעכענט מיט אזעליכע זאכן)
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום פרייטאג ינואר 17, 2020 10:49 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:46 am

פארוואס געדענק איך נישט גרויסע לאודספיקערס אין די חרד'ישע געגנטער פאר טראמפ?

אפשר רעדט ער דאס ערשטע מאל טראמפ האט געקלערט צו לויפן אין '88 :oops:

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 10:56 am

סארקאזי האט געשריבן:ר שמעון.
נייס טריי זיך אריינצו וויקלען אין אזעלכע שיינע תמימודיגע דיבורים. אונז פארהאלטען היתכן מברויזט אויף די דעמאקראטען אז מוואויט פאר טראמפ.

רוב ציבור האט געוואויט פאר דיבלאזיאו און פאר קאומאו.אפילו זיי זענען שטארקע ליבעראלען...
ווייל ווען סקומט צו וועלען ווער ספארטרעט אונז פרעזענליך. וועט מען נישט קוקען לויט די פאליטישע אנשויאינגען..
נאר פאר וועמען אונז פיל מיר אז מהאט ביי אים אן אוזן קשבת.

סוי טאר איך נישט וואויטען פאר טראמפ ( און יא מיט פאמפע)
פארוואס ווייל דיבלאזיאו האט אים פיינט....

ווען איך וואויט פאר דיבלאזיאו אדער אלע אנדערע לאקאלע פאליטישענס.איז עס אויסדריקליך נישט. ווייל מיר זענען דעמאקראטיש גענויגט
ניין.
נאר ווייל מיר זענען גלות אידען און מיר ארבעטען מיט ווער עס פארטרעט אונז. און מיר האבען הכנעה..

אבער פאר דעם מוזען מיר ווערען דעמאקראטיש. כדי מיר זאלען זיין סימפאטיש ביי זיי. דאס מיינט מיר זענען געווארען אריינגעשלעפט אין זייער פאליטיק.
און סשיינט מיר מכותלי דבריך אז דארט צילט איר...

איך גיי נישט פערזענליך און האב צו דעם איד גארנישט (ער מעג האלטן וואס ער וויל), אבער האסט גוט ארויס געברענגט אונזערע אמת'ע צוגאנג ווען מיר האבן נישט קיין פערזענליכע פאליטישע חשבונות און פארשלייערן עס אין כלומפערישע אידישקייט.

אויב איז עס אידישקייט באלאנגט עס אין ידיעות התורה אפטיילונג צו וויסן את המעשה אשר יעשון.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 17, 2020 11:09 am

איין גוטע פוינט וואס איך נעם ארויס פון ר' שמעון איז אז מען טאר קיינמאל נישט שטימען בלינדערהייט אויף א פארטיי.
למשל, זינט די פרא-וואקסין אפשטימונג אין אלבאני, האט מיינס א באקאנטער אפגעמאכט אז ער גייט נאר שטימען רעפאבליקען. איין באשעפער ווייסט פאר וויפיל עכטע אנטיסעמיטן ער האט שוין געשטימט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 17, 2020 11:38 am

זארג נישט האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:I'm not gonna name names, but some Nick's do play fast and loose with the facts sometimes. With time, you learn whom you can trust on their words and to whom objective truth isn't that important. Some people care more about their idea, then getting the facts right. Especially when the facts contradict their theory...

it's true on both sides, and those who don't acknowledge this aren't even true on their side


100 פראצענט. אגב, דא מוז מען נישט נעמען קיין א.ג. זייטן. מען קען אביעקטיוו אנאליזירן אישו ביי אישו און לויט דעם ארטיקולירן א מיינונג

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 17, 2020 11:42 am

זארג נישט האט געשריבן:
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ביי דיאמאטא האט מען אים נישט אוועקגעווארפן. עד היום בענקט מען זיך צו אזא חסיד אומות העולם, בפרט מיט זיין נאנטע שייכות מיט דאן-גאווערנאר פאטאקי.

נארוואס, דיאמאטא איז געווען שטארק קעגן קלינטאן - אלס טשעירמאן פון די סענאט באנק קאמיטע האט ער געצימבלט קלינטאן מיט דאקומענטן פארשונגען. נאך קלינטאנ'ס אימפיטשמענט האט די ליבעראלע ניו יארק עס אים נישט געוואלט מוחל זיין. שומער איז א וועלט'ס קאמפיינער, ווער ס'ווייסט. דיאמאטא איז געווען אויף א ראלי אין וויליאמסבורג אפאר טעג פאר די וואלן, און מען האט געשפירט אין די לופט אז ס'איז שוין לאנג דערנאך. דיאמאטא האט פארלוירן אין א ריזיגע לענדסלייד.

ווי א גוטן זאגט אז די ראשי קהילות ומוסדות האבן אלץ געשטיצט דעם אינקאמבענט אויב איז ער געווען גוט צו אידן אלץ הכרת הטוב און אויך ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, דערובער האט מען געדארפט שטיצן דיאמאטא אפילו אויב ער גייט פארלירן, און מען וואלט שומער מסביר געווען ווי מען טוהט אין אלע אזעליכע פעלער ווי דער נישט אינדארסטע געווינט, אז מהיום והלאה וועלן מיר דיר אריין וועלן, אבער דאס ערשטע מאל ווארפן מיר נישט אונזערע גוטע פריינד איבער דער דראנג. דערובער איז דאס א קנאפע תירוץ.


ער' איד, עס שפירט זיך אביסל ככסיל שונה באיוולתו - אנטשולדיג מיר פארן אויסדרוק. יעדער איינער פרובירט דיר דא צו איינמעלדן אז איר לעבט אין א טעות; מען האט קיינמאל נישט געשטיצט שומער איבער דיאמאטא, פארקערט מען האט העפטיג קאמפיינט פאר דיאמאטא. אבער איר זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל, אן אפילו אדרעסירן און / אדער אפווענדן וואס מען זאגט אייך.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 11:55 am

ענטשולדיגט אבער איך געדענק אנדערש, און האב זיך דעמאלט גערעגט. קענסט מיר נישט זאגן א זאך וואס איך האב מיט געלעבט! ביזט בכלל שוין געווען אויף דער כדור הארץ דעמאלט?

אלמלא אני חי והוא חי יכול החי להכחיש את החי, עכשיו שאני חי והוא לא היה עוד בחיים אז, היאך יכול להכחיש את החי!
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום פרייטאג ינואר 17, 2020 12:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:11 pm

איך בין א שטיקל פרא טראמפער, (עכ''פ מער פרא ווי קעגן) און איך האלט ראלניצקי איז גערעכט, נאך איינער איז מיט מיר?


עס שטערט מיר נישט דאס שטימען פאר טראמפ, עס שטערט מיר די הייסע טראמפיזם, וואס די מידיא כאפט אויך אויף, אזוי ווי ר' שמעון ברענגט ארויס

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:18 pm

סארקאזי האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:בכלל נישט פאני פאר סיי וועם ס'האט אמאל געליינט אדער געהערט א ווארט פאליטיק פון ראלניצקי, ופשוט הוא.

נאך מער.
ווען איך הער זיינע אנאליזען מיט זיינע בייסיגע לינקע מיינונגען.
קומט עס הייסטעס ווייל ער איז פשוט א גלות איד. what a twist. :roll:


אנטשולדיגט, דו רייסט אראפ א מענטש על לא דבר.

ער האט גוט געשריבן. פינטל. כ'בין נישט בודק די ציצית צו ער שרייבט מיט נגיעות. ווייל איך און דו שרייבן אויך מיט נגיעות! קוק אויף די סובסטענץ.





אגב, איך זעה אויף טוויטער ווי -אין ז'שענערל איז ער זייער פאר שלו' און ארויסברענגן די גוטע באצואנגען (מיט גוטע גוי'אישע שכנים) וויי איידער ארויסברענגן און פאמפען אז די שווארצע האבן אלע אונז פיינט. (ווי 'עמי הארעוויטץ' האט געטון).

קודעס ר' שמעון!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:23 pm

שפע רב האט געשריבן:אגב, איך זעה אויף טוויטער ווי -אין ז'שענערל איז ער זייער פאר שלו' און ארויסברענגן די גוטע באצואנגען (מיט גוטע גוי'אישע שכנים) וויי איידער ארויסברענגן און פאמפען אז די שווארצע האבן אלע אונז פיינט. (ווי 'עמי הארעוויטץ' האט געטון).

קודעס ר' שמעון!

דאס איז ריכטיג. נאכמער, געוויסע אנדערע היימישע מוילמאכער וועלכע זענען כסדר ביזי פאוזן מיט שווארצע און גרינע און ארויסברענגען ווי שטארק מיר האבן זיי ליב, און אין די אידישע טוויטס זענען זיי ביזי אויפקלערן דעם היימישן ציבור וויאזוי זיך צו באכיין מיט אונזערע שכנים, אבער אין די זעלבע צייט רייסן זיי אראפ דעם פרעזידענט גאר פערסאנעל און מיאוס. ביי ר' שמעון זעט מען דאס נישט.
דאס טוישט אבער נישט די מציאות אז יעדעס ווארט פונ'ם אין פאליטיקס קומט מיט די מיינדסעט אז די דעמאקראטן זענען כשר הייליג און גערעכט בעת וואס די רעפובליקאנער זענען די דעוויל זעלבסט.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:24 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין א שטיקל פרא טראמפער, (עכ''פ מער פרא ווי קעגן) און איך האלט ראלניצקי איז גערעכט, נאך איינער איז מיט מיר?


עס שטערט מיר נישט דאס שטימען פאר טראמפ, עס שטערט מיר די הייסע טראמפיזם, וואס די מידיא כאפט אויך אויף, אזוי ווי ר' שמעון ברענגט ארויס

איך האלט אויך אז ער איז גערעכט אבער נישט אין גאנצן גערעכט, דא אין דער פאל איז ער אבסאלוטלי נישט גערעכט, און איך ברענג א ראי' אז די זעלבע וואס האלטן יעצט ווי אים האבן אויך געמאכט עקסעפשן'ס (כ'האב געברענגט 2 קלארע פעלער), איז אלזא פארוואס איז דא אנדערש?

יעצט אז כ'האב געפרעגט א קשיא ביטע ענטפער מיר א תירוץ.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:31 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין א שטיקל פרא טראמפער, (עכ''פ מער פרא ווי קעגן) און איך האלט ראלניצקי איז גערעכט, נאך איינער איז מיט מיר?


עס שטערט מיר נישט דאס שטימען פאר טראמפ, עס שטערט מיר די הייסע טראמפיזם, וואס די מידיא כאפט אויך אויף, אזוי ווי ר' שמעון ברענגט ארויס

איך האלט אז ער איז גערעכט, עס איז נישט די טראמפיזם פון וואס ער רעדט און עס איז נישט די אנטי טראמפיזם, עס איז דאס פאמפן אין די גאסן דיין זייט, אדער דאס פרובירן אונטערצוברענגען די אנדערע זייט. אלס א גלות איד דארף מען זיך האלטן שטיל ,מען קען שטילערהייט גיין שטימען פאר וועם מען וויל, נישט זיך רייצן, נישט פראפאגאנדירן און נישט אונטערברענגען.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:37 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין א שטיקל פרא טראמפער, (עכ''פ מער פרא ווי קעגן) און איך האלט ראלניצקי איז גערעכט, נאך איינער איז מיט מיר?


עס שטערט מיר נישט דאס שטימען פאר טראמפ, עס שטערט מיר די הייסע טראמפיזם, וואס די מידיא כאפט אויך אויף, אזוי ווי ר' שמעון ברענגט ארויס

איך האלט אז ער איז גערעכט, עס איז נישט די טראמפיזם פון וואס ער רעדט און עס איז נישט די אנטי טראמפיזם, עס איז דאס פאמפן אין די גאסן דיין זייט, אדער דאס פרובירן אונטערצוברענגען די אנדערע זייט. אלס א גלות איד דארף מען זיך האלטן שטיל ,מען קען שטילערהייט גיין שטימען פאר וועם מען וויל, נישט זיך רייצן, נישט פראפאגאנדירן און נישט אונטערברענגען.

גענאגעלט. פלאס די לאנד איז נאך קיינמאל געווען אזוי צוטיילט מיט פערזענליכע האס אין פאליטיק ווי היינט, וואס פעלט אויס אז האלב אמעריקע זאל אונז פיינט האבן. די אידן זענען אייביג א גרינגערע ציל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:40 pm

צו דעם בין איך אויך אוודאי מסכים. צוריק צו בעסיקס, אבער עס נישט ניצען פאר פאליטיק ביטע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:42 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין א שטיקל פרא טראמפער, (עכ''פ מער פרא ווי קעגן) און איך האלט ראלניצקי איז גערעכט, נאך איינער איז מיט מיר?


עס שטערט מיר נישט דאס שטימען פאר טראמפ, עס שטערט מיר די הייסע טראמפיזם, וואס די מידיא כאפט אויך אויף, אזוי ווי ר' שמעון ברענגט ארויס

יא
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:50 pm

Think and Thank האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:אגב, איך זעה אויף טוויטער ווי -אין ז'שענערל איז ער זייער פאר שלו' און ארויסברענגן די גוטע באצואנגען (מיט גוטע גוי'אישע שכנים) וויי איידער ארויסברענגן און פאמפען אז די שווארצע האבן אלע אונז פיינט. (ווי 'עמי הארעוויטץ' האט געטון).

קודעס ר' שמעון!

דאס איז ריכטיג. נאכמער, געוויסע אנדערע היימישע מוילמאכער וועלכע זענען כסדר ביזי פאוזן מיט שווארצע און גרינע און ארויסברענגען ווי שטארק מיר האבן זיי ליב, און אין די אידישע טוויטס זענען זיי ביזי אויפקלערן דעם היימישן ציבור וויאזוי זיך צו באכיין מיט אונזערע שכנים, אבער אין די זעלבע צייט רייסן זיי אראפ דעם פרעזידענט גאר פערסאנעל און מיאוס. ביי ר' שמעון זעט מען דאס נישט.
דאס טוישט אבער נישט די מציאות אז יעדעס ווארט פונ'ם אין פאליטיקס קומט מיט די מיינדסעט אז די דעמאקראטן זענען כשר הייליג און גערעכט בעת וואס די רעפובליקאנער זענען די דעוויל זעלבסט.

טוויטער האב איך נישט, אבער איך האב געשמעקט די זעלבע פון וויפיל איך הער אים אויף קול מבשר.
כלפי די נושא האט ער נישט קיין פאליטישע אגענדע, ער מיינט עס ריין ערנסט אין ער איז זייער גערעכט.
ר' שמעון בדרך כלל האט א זעלטענע אחריותדיגע צוגאנג צו עסקנות.
צעקה בקול דממה דקה

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג ינואר 19, 2020 1:07 pm

צל עובר האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ריכטיג.

גראדע דאס וואס אין קרית יואל האט טראמפ געהאט בלויז %56, איז נאר געווען ווייל אסאך האבן געוואוט פאר קלינטאן.
יעצט אבער וועסטו זען אז טראמפ וועט אריינקומען מיט 70%.


ער האט געהאט אונטער 51, און דאס איז חוץ מזה וואס קרוב צו האלב וויילער האבן נישט געשטימט פאר פרעזידענט.


טראמפ האט געהאט 25.7%, קלינטאן 20.3%, דזשאנסאן 4%, שטיין 0.3%, רייט-אינ'ס 1%, און 48.7% האבן אריינגעלייגט א ליידיגע שטימע.

6,216 וויילער - אדער 62.1% פון אלע רעגיסטרירטע - זענען ארויסגעקומען שטימען.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארשטייסט? און 15 געסט