מיין שלימזל איז שוין איינמאל טיכטיג!‎

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

מיין שלימזל איז שוין איינמאל טיכטיג!‎

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:12 am

אקעי, די מעשה איז אזוי. דער שלימזל לויפט מיר נישט ממש אייביג נאך, אבער ווען יא, איז אך אין וויי! ער איז גארנישט אזא שלימזל, ער האט עפעס הימלישע כוחות. קאמינג טו טינק אוו איט, איך מיין אז דער שלימזל איז א מלאך!

נעם למשל דעם שבת אין בעסמעדרעזש, ווען איך האב דורך שפאצירט דעם כ'ווילנשיטזאגןוואס, און מיין טלית פרינדזשעס האצעך אריין געאנקערט אין יענעמס קנעפל מיט אן אימפעט. ווען איך זאל ווען בכוונה וועלן אריין אנקערן, אידאך נישט מעגליך דאס צו טוהן. אויסצורעכענען אז א פרינדזש זאל זיין פונקט די זעלבע הייך ווי זיין קנעפל, און זיך גוט אריינכאפן? אוממעגליך! וואס טוט מיין מלאך, ווען איך וואק אדורך גענצליך אומשילדיג, כאפט ער אהן א פרינדזש, גיבט עס א לייג אריין אין יענעמס קנעפל, און פאר א נויט געבט ער עס א דריי ארום דעם קנעפל צוויי דריי מאל, איך זאל מיך נישט אזוי שנעל ארויסזעהן פון דעם פלאנטאר. אנבעליוועבעל!

אויב מיינסטע אז אין דער וואכן איז דער מלאך אויסגעשפילט, ווייל כ'האב דאך נישט קיין פרינדזשעס אויפן טלית, א נעכטיגן טאג! איך האב אויסגערעכענט, אז די טשענסעס אז א ציצית זאל זיך אונטער שטעקן א באנק איז איינס פון 634 טרעקטיליאן, אבער דער מלאך טויגט! איך שפאציר, און ער קומט שטעקט אונטער א ציצית טיף אונטערן פיסל פונעם באנק, אזוי אז מיין טלית זאל זיך אויסציען אויפן פלאר ווי אויף א בר מינן ל"ע!

און וואס איז מיט גלילה? ווען מען לייגט ארויף די מענטעל אויפן ספר? האסטע שוין אמאל געזעהן אז די לעכער זאלן אויסקומען פונקט העכער די עצי חיים? קיינמאל נישט! דער מלאך כאפט זיך אריין ציווישן דעם ספר אין די מענטעלע, און גיבט עס אזא שטופ, אז עס זאל נעמען צען טרייס ביז עס גייט אריין, איך קוק אריין אין די לעכער ווי ביי בדיקת חמץ צו טרעפען די עצי חיים, איך זאג שוין אפי' צו פאר ר' מאיר'ן, די חזן קוקט אויף מיר מיט בייזע בליקן, אווי צו זאגן טערחע דציבור. זיי מוחל און העלף מיר ארויס! איך שלאג זיך דא מיט א מלאך, אקעי?!

אויב מיינסטע אז דער מלאך געפינט זיך נאר אין בעסמעדרעש, האסטע א גרויסע טעות! האסטע שוין אמאל פראבירט ארויסצושטעקן א עקסטענשען ווייער פון צען פיס אוועק? קיינמאל אין לעבן, די ווייער וועצעך צורייסן, די אוטלעט וועט ארויסקומען פון וואנט, אבער די ווייער וועצעך אנהאלטן מיט אן אחזריות. אבער אויב וועסטע האבן איינגעפלאגט א לעקטריק זעג למשל, און דו וועסט וועלן אנהייבן צו זעגן דעם ברעט, וועסטע פלוצלונג טרעפן אז די זעג איז טויט! וואסיז? די עקסטענשען ווייער האצעך אויסגעפלאגט! זאג דו מיר, אידאס נישט א מלאך?

פארן גיין צום שלחן עורך, עלעך דערציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון א מגיד, אויב איינער געדענקט דעם מקור, זאל עס ביטע מודיע זיין, איך דענק שוין נישט אזוי גוט אויפ דערעלטער.
שימי שטינקעוויטש, האלט יעצט צוויי חדשים נאך די חתונה, ער האלט נאך ביי דעם ערשטן חלק איי אייי איי ניגון פון הרב מלאך, ער שפאצירט נאך ארום ווי א יונגל נאכן כאפן דריי פעקעל ביים באווארפען, און ער האט באקומען זיין ערשטע דזשאב! מזל טוב! זיין נייער בעה"ב זאגט אים קליפ און קלאר, אז פאר דעם דזשאב דארף ער האבן א קאר. ער טראכט נישט קיין צוויי, ער גייטאך יעצט האבן געלט! ער פרעגט זיך נאך ביי זיין קרא, און אלע זאגן פה אחד אז ער דארף זיך קויפן א סעלף דרייווינג טעסלע, אלע אנדערע קארס וועלן גארנישט ווערט זיין ביז פינעף יאר. ער טראכט נישט קיין צוויי, ערלעדיגט זיך אפאר סיגניטשערס, און ביז אפאר טעג פארט ער ארויס פון דעם דילער מיט א ברענד ניו 2020 טעסלע מאדעל Y, אה די שמעק פון א נייער קאר, ער קען קוים ווארטן צו 'פערצופעל' דורכפארן די בעסמעדרעש פון זיין קרא, בשעת וואס זיי כאפן א לופטעל, אוי וועט דאס זיין גוט, זאלן זיי אלע פלאצן! די דמיונות פארן אין די הויכע ספערן, ווען פלוצלונג טראך! ש'מער ש'ווייניגער, א ציגעל קומט צו פליען אין די זייט פון זיין בעיבי! וו.ד.ה.! מיט איין אימפעט מאכט שימי א שארטסטאפ וואס הערט זיך ביז וואשינגטאן הבירה, ער לויפט ארויס מיט מיטן גאנצן כח, אוי בינעך נישט מקנא דעם ווארפער, גייט מיר נישט אהן אויב עריז צען שטאק הויך, איך גיי אים ממית'ן!

יא, מען האט געפאקט דעם ווארפער, א זיבן יעריגס באחנ'טע יונגעלע מיט טרערן אין די אויגן...
יונגעלע וואס גייט פאר? ביסט משוגע אינגאנצן?!?!?
כליפע, כליפע, 'איך בעט דיך, שלאג מיך נישט,' כליפע כליפע, 'פליז!!!, קוק, איך נעם יעצט מיין עלטערע ברודער צו אן עפוינטמענט צום דאקטער, ווייל מיין טאטע איז אין ג"ע, און מיין מאמע קען נישט לאזן די בעיבי אליין'ס, און עס איז א וויכטיגע אפוינטמענט, אבער די ווילטשער האט אריין געבאמפט אין א שטיין, און מיין ברודער איז ארויסגעפאלן. איך קען אים נישט אויפהייבן אליין, און ער ליגט שוין אויפן פלאר פאר איבער א שעה! איך ציטער ער זאל נישט פארפרוירען ווערן. איך האב געטרייט אפצושטעלן קארס, אבער קיינער האצעך נישט אפגעשטעלט. איך האב שוין געטרייט צו שרייען און וויינען, אבער קיינער קוקט אפילו נישט אויף מיר, כליפע כליפע, איך האב נישט געהאט קיין ברירה, פליז שלאג מיך נישט... פליז העלף מיר צוריקלייגן מיין ברודער אין די ווילטשער...'

מען גייט דורך דעם טאג טעגליכן אמאל אהן זיך מתבונן זיין, ווי קען מען זיך פארבעסערן, וואס דארף מען טוהן מער, וכו' דער אויבישטער הייבט אבער נישט אהן מיט קיין ציגעל, ער הייבט אהן מיט קליינע שטיינדעלעך. היכי דמי יסורין זאגט די גמרא, ער האט געוואלט געבן א קוואדער און עס איז ארויסגעקומען א ניקל, שטעל דיך אפ! פארוואס האט דער מלאך אונטערגעריקט דעם ניקל? פארוואס האט דער מלאך איינגהאנקעט דיין ציצית? עפשער האסטע נישט געדארפט שפאצירן אינמיטן דאווענען? עפשער טראכסטו יעצט פון עפעס אנדערש ווי די פירוש המילות? נעם עס אלס דערמאנונג! ווארט נישט די שטיינער זאלן ווערן גרעסער. די מלאך האט דיך דיין טאטע געשיקט דיך אפצושטעלן א רגע פון דיינע רבות מחשבות בלב איש. פרוביר צו טרעפן וואס מען וויל פון דיר, דער אויבירשטער צאלט דאך מדה כנגד מדה, וועלכע זאך קענסטו זיך פארבעסערן וואס האט צו טוהן מיט דעם אומאנגענעמליכקייט וואס דו האסט יעצט?
איי וועסטאך אפשר נישט צוטרעפן פונקליך די מעסעדזש וואס מען האט דיך געוואלט שיקן? נישט געפערליך, העכסטענס העסטו זיך פארבעסערן און נאך א ענין, אבער כאטשיג ווייזטע אז קליינע שטיינדעלעך איז גענוג דיר צו מאכן טראכטן. אז דו ביסט 'טונד אין' וועט שוין דיין טאטע טרעפן וועגן דיר צו פירן צום ריכטיגן וועג. אבער ווען דו ביסט אין די העכערע ספערן, אידאך נישטא צו וועם צו רעדן בכלל!

יא, עס איז נישט קיין דזשאוק, דער שלימזל איז אן אמת'ער מלאך, א שליח. לעב דערמיט וייטב לך.
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג ינואר 20, 2020 12:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:21 am

בילד

זייער שיין און אמת'דיג
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:26 am

הערליך!!

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:37 am

ביוטיפאל הייקער
;l;p-
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:38 am

הייקור קומסט אריין זייער קלאר... זייער שיין !! יש׳כ

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:43 am

געלאכט און געשמייכלט
געווארן ערנסט און אפילו כמעט געלאזט א טרער פארן יתומ׳ל

שטראק און שיין אראפ געשריבן
איך מיין זאלסט אויפהערן הייקן און זיך נעמען שרייבן
אויסער אויב די זאכן פאלן דיר איין בשעתן הייקן, דעמאלטס גיי מער אויף א הייק.

לענין גופו של אשכול דער חתם סופר שרייבט אז ווען א מענטש ליייגט אריין זיין האנט אין טאש וואס ליגט דארט פיל סארט מטבעות און ער דארף לאמרי זאגן א דיים און סקומט איהם ארויס די ערשטע מאל אדער ער מישט אויף זיין ספר און סמישט זיך אויפן פלאץ גייט עס אראפ פון זיינע זכותים
ולאידך גיסא ווען סקומט נישט ארויס דאס וואס איך זיך איז עס א צער און סגייט פאר כפרות עוונות

יעצט מיט דיין ארטיקל קען מען צולייגן נאך א שורה
יעדע קליינע שלי מזלות אפילו אויב איך שרייב יצטע.. (אוי א מיסטעיק לאמיר אויסמעקן און צוריק שרייבן..) יעצט איז עס א קליינע שטיינדל און רמז פון הימל

מיכאל שניצלער אויף היינע פון זיין סידיס האט אויך אראפ געזינגען דעם געדאנק אביסל מיט א אנדער משל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:49 am

איינס האט געשריבן:געלאכט און געשמייכלט
געווארן ערנסט און אפילו כמעט געלאזט א טרער פארן יתומ׳ל

שטראק און שיין אראפ געשריבן
איך מיין זאלסט אויפהערן הייקן און זיך נעמען שרייבן
אויסער אויב די זאכן פאלן דיר איין בשעתן הייקן, דעמאלטס גיי מער אויף א הייק.

לענין גופו של אשכול דער חתם סופר שרייבט אז ווען א מענטש ליייגט אריין זיין האנט אין טאש וואס ליגט דארט פיל סארט מטבעות און ער דארף לאמרי זאגן א דיים און סקומט איהם ארויס די ערשטע מאל אדער ער מישט אויף זיין ספר און סמישט זיך אויפן פלאץ גייט עס אראפ פון זיינע זכותים
ולאידך גיסא ווען סקומט נישט ארויס דאס וואס איך זיך איז עס א צער און סגייט פאר כפרות עוונות

יעצט מיט דיין ארטיקל קען מען צולייגן נאך א שורה
יעדע קליינע שלי מזלות אפילו אויב איך שרייב יצטע.. (אוי א מיסטעיק לאמיר אויסמעקן און צוריק שרייבן..) יעצט איז עס א קליינע שטיינדל און רמז פון הימל

מיכאל שניצלער אויף היינע פון זיין סידיס האט אויך אראפ געזינגען דעם געדאנק אביסל מיט א אנדער משל


איך וואלט געוואלט זעהן די חת׳ס אינערווייניג, פליז שרייב ווי סשטייט

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:52 am

דענק איך נישט
אבער אזוי פיל געדענק איך אויף זיכער אז סאיז א חתם סופר
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

Ezpass
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:56 pm

תגובהדורך Ezpass » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:10 am

הייקער דיין שריפט איז שוין איינמאל טיכטיג,

יושׁ בּיזטו גוט, דיין שלי-מזל איז אונזער (שלי)מזל. (איך האב געדארפט צוזאם זאמלען די שטיקלעך סאלאט נאך וואס עס איז אראפּ געלאפן פון לעפל ווען עס איז שוין געווען נאנט צום מויל,)

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:12 am

הייקער ווי אלעמאל, אוי זאגסטו גוט! שרייב נאר שרייב.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:47 pm

ביסט פאיינע נאייעס...
זיס אראפגעלייגט!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:58 pm

WOW דער קומט אריין קלארער ווי קלאר..

כ'לאך
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:40 am

תגובהדורך כ'לאך » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:01 pm

איינס האט געשריבן:דענק איך נישט
אבער אזוי פיל געדענק איך אויף זיכער אז סאיז א חתם סופר

דאכצעך מיר אז ס'איז א גמרא און בבא מ. (נישט זיכער)

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:24 pm

זייער שיין און די נקודה איז געוואלדיג

יישר כח "הייקער"

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:44 pm

הערעלעך ט

אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

תגובהדורך שמייכל תמיד » מאנטאג ינואר 20, 2020 3:22 pm

;l;p- הנאה געהאט
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג ינואר 20, 2020 3:36 pm

ישר כח פאר'ן לאזן דיינע פינגער הייקען אויפן קיבארד..

זייער פיין, קודם געלאכט און נאכדעם געטראכט
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג ינואר 20, 2020 3:45 pm

אזוי גוט געשריבן WOW WOW WOW ממש איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען

בייטע הרב הייקער, שרייב אסאך נאך מער


צוגעלייגט א PDF לטובת הציבור

כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » מאנטאג ינואר 20, 2020 7:00 pm

בלעכענער פנים האט געשריבן:WOW דער קומט אריין קלארער ווי קלאר..
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג ינואר 20, 2020 7:09 pm

נתלאכלכטי ונתעוררתי ונהניתי מאוד .

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג ינואר 20, 2020 7:34 pm

shimon7323 האט געשריבן:נתלאכלכטי ונתעוררתי ונהניתי מאוד .
סוף מעשה במחשבה תחילה.

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:06 pm

זייע גוט און ערנסט, וואו דארף מען הייקן, צו טראכטן אזוי גוט און זיס?

איינס האט געשריבן:לענין גופו של אשכול דער חתם סופר שרייבט אז ווען א מענטש ליייגט אריין זיין האנט אין טאש וואס ליגט דארט פיל סארט מטבעות און ער דארף לאמרי זאגן א דיים און סקומט איהם ארויס די ערשטע מאל אדער ער מישט אויף זיין ספר און סמישט זיך אויפן פלאץ גייט עס אראפ פון זיינע זכותים
ולאידך גיסא ווען סקומט נישט ארויס דאס וואס איך זיך איז עס א צער און סגייט פאר כפרות עוונות

צוגעלייגטע
ערכין טז עב.png
ערכין טז עב.png (477.04 KiB) געזעהן 350 מאל
קוק אויף האלבע פולע גלאז,
און אויב איז די גלאז אינגאנצן ליידיג, רוק אוועק די גלאז אין א זייט און גיי ווייטער מיט דיין לעבן (יואלי שווארץ)

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:07 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:
איך שמייכעל צוריק! יישר

פעשען האט געשריבן:
עי! דו גיבסט דיך א ניק נאך מיין געשטעל?! נישט שיין... אבער האסטע א פעשען יישר.

הויעך האט געשריבן:
א קאמלימענט פון די הייעך! יישר.

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:
נאר פון דיר אנקוקן ווערט מיר רואיג... יישר.

איינס האט געשריבן:
אה! איינס אין דער וועלט האט אהער שפאצירט, און נאך צוגעלייגט א שטיקל. נייס אוו יו!

Ezpass האט געשריבן:
סארי :cry: , קום אהער עלעך צוריק שטעלן די סאלאט אויף די לעפעל... יישר!

אברהם בן ארי' האט געשריבן:
שוין געפועל'ט! דו נעם איבער מיין דזשאב, און איך וועל מעך זעצן שרייבן! יישר.

חוח בין השושנים האט געשריבן:
האסטע א זיסער יישר.

בלעכענער פנים האט געשריבן:
כ'האב נישט געוויסט אז אונטער דיין בלעכענע פנים, געפונט זיך א געהעריגע מענשט וואס פארגינט א קאמפלימענט! יישר! (נאר א וויץ פארשטייצעך)

כ'לאך האט געשריבן:
לאכסט פון מיר?! :oops: , אקעי, כ'על דיר מוחל זיין...

גיט האט געשריבן:
אין דיין גיט קען מען גיין הייקן? יישר.

שמייכל תמיד האט געשריבן:
פון א שמייכעל, האבעך תמיד הנאה. יישר!

פאקטען האט געשריבן:
וועמענס פאקטען? יישר.

שמו האט געשריבן:
איך האב די ווערטער צו זאגן יישר, און א שיינעם דאנק פאר די !PDF

קהלס נאר האט געשריבן:
אויב א נאר האט הנאה פון דיין ארבעט איזעס א קאמפלימענט? איי געס עס ווענצעך וועלכע נאר... יישר!

shimon7323 האט געשריבן:
שיינע קאמפלימענט, זיס געשריבן!

חושב מחשבות... האט געשריבן:
יישר!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:08 pm

געוואלדיג האט געשריבן:


א געוואלדיגע יישר פאר דיר!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:21 pm

היימישער שרייבסט זייער גוט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשם כל ישראל, יאנקעלע און 18 געסט