ר' זעליג מרדכי'ס טויזענטער...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

ר' זעליג מרדכי'ס טויזענטער...

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מוצ"ש ינואר 25, 2020 11:36 pm

אונזער באקאנטער ר' זעליג מרדכי האט פארמאגט א בן יחיד,
אבער אזאנס און אזעלכיגס!

לאמיר צוריקגיין מיט אפאר יאר, ווען ר' זעליג מרדכי איז נאך געווען אביסל יונגער,

ס'ערשטע מאל וואס ער האט געהאלטן ס'קליינטשיגער קעפעלע אויף זיינע ברייטע אקסלען, האבן אלע אנאלעזירער געזאגט "דער איז דאך א קאפי-פעסט פונעם טאטן!"

ווען ס'געקומען צום ברית האט ר' זעליג מרדכי א נאמען געגעבן פאר'ן קליינטשיגן אויסגעבעטן קינד "זונדל נתן"
אויף אלעמענס וואונדער האט ר' זעליג מרדכי מסבר געווען, אז נתן גיבט ער נאך זיין אומפארגעסליכן פאטער ע"ה,
און זונדל? אה, זייער פשוט, זיין ווייב גלייכט זייער דעם נאמען זונדל...!

ווען דער קליינטשיגער זונדל נתן האט אנגעהויבן צו ווייזן סמנים פון קריכן, איז ר' זעליג מרדכי'ס שמחה נישט געווען צו ביישרייבן!
ווער רעדט נאך ווען זונדל נתן האט אנגעהויבן צו וואקן, און דענאך צו רעדן, איז ר' זעליג מרדכי געווען אונעם אכטן הימל!

אזוי איז אריבער געגאנגען נאך א וואך און נאך א חודש,

ווען דער קליינער זונדל נתן האט אנגעהויבן צו גיין אין חדר, האבן זיך אלע מנהלים און אלע מלמדים געריסן איהם צו האבן,
העט איר זיך וואונדערן פארוואס? העלעך אייך פארשטיין געבן,
זייענדיג ר' זעליג מרדכי'ס א זוהן, איז זונדל נתן געקומען אין חדר ספעציעל גוט קערגענומען, מיט שיינע פאות און צאמגענומען,
און אויפוואקסדיג ביי ר' זעליג מרדכי'נען אינדערהיים, איז זונדל נתן געווען גאר שטארק דיסיפלינירט, מ'האט פונעם נישט געהערט קיין איבריגע מאק,
ווייטער ר"ח און חנוכה, פלעגט קומען פעטע קאנווערטן, מיט וואס די מלמדים פלעגן האבן שבת צו מאכן..
ס'האט זיך זיי אפי' געלוינט צו מיטמאכן דאס זיך דארפן טרעפן מיט ר' זעליג מרדכי'נען 2 - 3 מאל א יאר ביי אסיפת הורים...
בפרט אז ר' זעליג מרדכי פלעגט מער מאל נישט אנקומען ווי יא...

אזוי האבן זיך די יארן גערוקט, און זונדל נתן גרייט זיך שוין אריינצוגיין אין ישיבה קטנה!
(זונדל נתן'ס בר מצווה איז ווערד אנארטיקל פאר זיך.. אין א צווייטע געלעגענהייט אי"ה)
דא האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע סחורה...
אזוי שטארק ווי די מלמדים האבן זיך געריסן יא צו האבן זונדל נתן ביי זיי אין קלאס, אזוי שטארק האבן די ראשי ישיבות און מגידי שיעור איהם בשום אופן נישט געוואלט האבן ביי זיך אין כתה,
ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זונדל נתן - וועלכער איז טאקע געווען גאר א וואויל קינד, מיט שטארקע דיסיפלין - איז אבער נישט באשאנקען געווארן מיט צופיל חכמה..
דאונט געט מי ווראנג, ער'ז נישט געווען קיין גרויסע נאר, אזוי פיל האט ער אויך פארשטאנען אז אויפרעגן דעם טאטן קען זיך גרעניצן מיט פיקוח נפש, אבער דא האט זיך זיין חכמה אפגעשטעלט..
ער'ט - למשל - געוויסט אז 1+1 איז נישט 250, אבער ער'ט נישט געוויסט פונקטליך וויפול יא...

ווען ר' זעליג מרדכי איז דאס געוואר געווארן איז ער שיעור אוועקגעפאלן,
זיין אויסגעבעטן בן יחיד וועט נישט זיין קיין ת"ח?
ר' זעליג מרדכי האט פעסט באשלאסן, "מיין זונדל נתן וועט נישט בלייבן א שלימזל! אז נישט א ת"ח וועט ער כאטש זיין א ביזנעס מאן",

ר' זעליג מרדכי האט געדינגען פראפעסניאלע פיסכעלאגן און שכל טיילער, ער האט געספענד שווערע טויזענטער דאלארן, אבער גארנישט האט געהאלפן!
אלע האבן פה אחד געלאזט וויסן פאר ר' זעליג מרדכי "דיין זונדל נתן וועט קיין בעל חשבון קיינמאל נישט זיין"

ווער ס'האט נישט געזען ר' זעליג מרדכי'נען אין די נאכפאלגאנדע טעג, ווייסט נישט וואס 'חרוב' מיינט..

ר' זעליג מרדכי האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ, ער'ט אויסגעקוקט ווי אן אבל,
זיין פעשליכע פנים איז איהם איינגעפאלן, זיינע רינעכיגע גלעזער - מיט וואס ער פלעגט אלעמאל שטאלצירן - האט זיך אראפגעגליטשט ביז'ן שפיץ פון זיין נאז, און ער'ט אפי' נישט פראבירט זיי צוריק צו שטעלן אין פלאץ,
(דעמאלטס האבן זיינע נאנטע באמערקט, דאס דער גלעזער האט נישט קיין נאמבער...)
ר' זעליג מרדכי איז געווען פארטראכט מ'האט נישט געקענט מיטעם טוישן א ווארט,
ס'געקומען צו א פאונט אז זיינע נאנטע לייט האבן ממש אנגעהויבן צו וואריען פאר זיין געזונט,
טייל האבן איהם פראבירט צו בארוהיגן, טיים האבן איהם פראבירט צו טרייסטן, אבער ר' זעליג מרדכי איז געבליבן ביי זיינעם,
"אז מיין בן אויסגעבעטענע זונדל נתן וועט זיך ארומדרייען ווי א בעטלער אין די גאסן, קען איך זיך נישט טרייסטן" האט ער געברומט,

די מצב איז געווארן ערגער און ערגער, ביז איין טאג, זיצנדיג מיט זיין ב"ב אנאלאזירנדיג די מצב, איז פאר ר' זעליג מרדכי'ן פייגעבאלן א וואנזשיניגע איינפאל,
אויף די רגע האט זיך די מצב דראסטיש געענדערט, ר' זעליג מרדכי'ס פנים האט זיך צוריק אויסגעגראדט, זיין שטערן האט זיך צוריק אויפגעהויבן ווי אין די גוטע צייטן, און איבער אלעם, זיין רינדעכיגע גלעזער האט זיך צוריקגעשטעלט אין פלאץ מיטן גאנצן פראכט,

פארזעצונג קומט אי"ה

אוועטאר
קו הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובהדורך קו הישר » מוצ"ש ינואר 25, 2020 11:53 pm

;l;p-
צוקער זיס.
מזל טוב צום אלף'ל!!!
'פארזעצונג קומט אי"ה' מיר ווארטן געשפאנט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג ינואר 26, 2020 12:10 am

זעליג מרדכי'ס טויזענטער האבעך נאכנישט געטראפן אבער כאנישט'ס טויזענטער האט נישט געשפעטיגט צי קומען .

טענקס סו מאטש

מזל טוב פאר דיין טױזנטער און פארן ארויסקריכן פון די 999 סינדראם

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » זונטאג ינואר 26, 2020 12:30 am

זעה אז די פארזעצונג זאל נישט נעמען ביז די צווייטע טויזנטער, זונדל נתן קען נאך צוגרינד גיין ביז דעמאלטס...

מזל טוב צום טויזענטער! מיר האבן זייער הנאה פון אייך דא.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג ינואר 26, 2020 10:19 am

הערליך שיין, כ'האף נאר אז ס'האט נישט מיט יענגס טויזענטער...

אוועטאר
אלטער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » זונטאג ינואר 26, 2020 10:31 am

הערליך שיין! מיר ווארטן שוין אויפן פארזעצונג.
האסט נישט דיסעפונטעט
אלטער האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:צ//ק

אז כ'מיין @כאניש איז נאר אריינגעקומען אויפן וועלטעל, צו קענען שרייבן 999 תגובות און נאכדעם סטאפן.

וועל, עז לאנג ס'קומט נאך א ניק, איז נישט קיין פראבלעם....

און איך האלט אז עס קומט עפעס אן אויפרייס וואס אייוועלט האט שוין לאנג נישט געזען....
#די שטילקייט פארן שטורעם

עס איז זיכער אז סקומט א גיץ אז ער שרייבט נישט דא מיינט עס אז ער האט וואס צו טין, ער שרייבט עפעס א גיץ

לאמיר האפן


מזל טוב פארן אלף'ל
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג ינואר 26, 2020 1:23 pm

;l;p- ;l;p-
כאניש די ביסט סומטינג ספעשיל..

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 26, 2020 3:47 pm

פאריגע וואך שבת צופרי שפאצירנדיג אויף ליע עוו. אויפ'ן וועג אהיים פון א קידוש, טרעף איך מיין אלטען ידיד ר' זעליג מרדכי'ן ווי ער וואקט
אן א קאפ, ער'ט אויסגעקוקט ווי אן אבל,
זיין פעשליכע פנים איז איהם איינגעפאלן, זיינע רינעכיגע גלעזער - מיט וואס ער פלעגט אלעמאל שטאלצירן - האט זיך אראפגעגליטשט ביז'ן שפיץ פון זיין נאז, און ער'ט אפי' נישט פראבירט זיי צוריק צו שטעלן אין פלאץ,

איך גריס אים אזוי גוט שבת, אבער קוים וואס ער גיט מיר צוריק אן האלבן שאקל...

די וואך האב איך אים שוין געזעהן פון דערווייטנס, איך האב גלייך באמערקט אז
ר' זעליג מרדכי'ס פנים האט זיך צוריק אויסגעגראדט, זיין שטערן האט זיך צוריק אויפגעהויבן ווי אין די גוטע צייטן, און איבער אלעם, זיין רינדעכיגע גלעזער האט זיך צוריקגעשטעלט אין פלאץ מיטן גאנצן פראכט


יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס...

שקויך כאניש. נאדיר אזאנס ;l;p-
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג ינואר 26, 2020 3:56 pm

זאג, ביסטו אפשר ר' פייש?!
אויב יא, זאג נישט אויס פאר קיינעם די ענד פון די מעשה, כ'וויל ס'זאל נאך זיין אינטערעסאנט!

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 26, 2020 4:03 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:זאג, ביסטו אפשר ר' פייש?!
אויב יא, זאג נישט אויס פאר קיינעם די ענד פון די מעשה, כ'וויל ס'זאל נאך זיין אינטערעסאנט!

גראדע בין איך נישט ר' פייש (נייס טריי...) איך בין... ווייסטו וואס! איך זאג נישט! יעצט פלאץ...

און איך וועל דיר צוליב טוהן און נישט אויסזאגן די ענד.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג ינואר 26, 2020 5:39 pm

איך ווארט מיט שפאנונג, אפשר קען איך אויך נוצן זיין נייע פלאן...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1988
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

צווייטער טייל

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג ינואר 26, 2020 6:45 pm

ר' זעליג מרדכי רופט זיך אן פאר'ן ווייב, וועלכע האט גראד באמערקט אינעם דראסטישן ענדערונג, "הער וואס פאלט מיר יעצט ביי",

ס'ווייב'ל האט שוין פון לאאאאאאנג פארדעם געוויסט אז קלוגער פון איר מאן איז נישטא.., שפיצט אן אידע אויערן צו הערן איר קלוגער מאן'ס קלוגער איינפאל,

און ר' זעליג מרדכי הייבט אן מיט א ערנסטע שטימע,

"ווער זאגט אז אויב נישט א ת"ח, און נישט א ביזנעס מאן, מיז שוין זיין א שלעפער?,
אפשר קען מען פאר זונדל נתן'ען אויסלערנען א פאך, זאלער כאטש האבן פון ווי זיך צו שפייזן?"

ר' זעליג מרדכי האט אפי' נישט געווארט אויף קיין צושטימונג, נאר גלייך אנגעהויבן דעבאטירן וועלכע פאך וואלט געוען דאס בעסטע אפציע פאר זיין זונדל נתן,

די נעקסטע פאר טעג, האט זיך אין שטעטל איבערגעקערט א וועלט,
אויף אלע גאסן זענען געווען פלאקאטן מיט קידוש החמה אותיות,

זייטיגע נאטיץ
עס ווערט געזוכט א פאסיגע קאנדידאט צו אויסלערנען א פאך פאר מיין זונדל נתן, פאר גאר גוט באצאלט!

ביטע זיך פארבינדן מיט מיר אויף מיין סעלפאון!

זעליג מרדכי


מ'קען באמערקן אז ר' זעליג מרדכי האט אפי' נישט געפיעלט פאר וויכטיג צו שרייבן זיין לעצטע נאמען, דען וויפול נאך זעליג מרדכי'ס קענט איר...?


* * *



אין דעם שטעטל האט געוואוינט א יוד מיט'ן נאמען ר' פייש,

אבער אויב וועט איר זיך נאכפרעגן אין שטעטל אויף ר' פייש וועט קיינער נישט וויסן פון וועם איר רעדט,
דען אין שטעטל איז ער געווען באקאנט אלס 'פליישל'…
און נישט אומזיסט האט מען איהם אזוי גערופן, זיין נאמען האט געגראמט מיט זיין געשטעל…

דער פליישל איז געווען, פון פאך אויס, א שניידער,
ער פלעגט זיצן ביי זיך אינדערהיים און נייען בגדים פון צופרי ביז ביינאכט,

פליישל פלעגט זיך כמעט נישט דרייען אויף די גאסן פון שטעטל,
ווען פליישל האט באמערקט די פלאקאטן איז דאס שוין געווען איבער א וואך וואס דאס איז שוין געהאנגען,
איז פאר פליישל'ען איינגעפאלן, 'מ'קען דא פארדינען א גרינגען גרייצער,
ווער זאגט אז זונדל נתן קען נישט זיין א שניידער?
ר' זעליג מרדכי'ס טויזענטער וועט מיר נישט זיין איבריג אין טאש'...


* * *



זיצט זיך ר' זעליג מרדכי אין לאבי פונעם האטעל, אינמיטן א וויכטיגן פאון קאל מיט אפאר דאקטוירים וועגן איינע פון די וויכטיגע עסקנות קעסעס וואס האט געלאנדעט אויף ר' זעליג מרדכי'ס טישל, און איינער ביפט אריין...

ר' זעליג מרדכי גיבט א שנעלע בליק אויף די איידי, 'נעה… נישט א באקאנטע נומער..'

נאך 35 מינוט, ר' זעליג מרדכי לייגט אראפ מיט די דאקטוירים, און באמערקט א וואויס מעיל אויף זיין פאון,
"א גוטן ר' זעליג מרדכי, דא רעדט פייש, כ'רופ דיך וועגן די מעלדונג פון דיין זונדל נתן, ביטע רוף מיך צוריק, ייש"כ",

פאר ר' זעליג מרדכי'ן איז ניטאמאל פייגעבאלן צו צוריק קאלן א מענטש וועם ער קען נישט, אבער נאך פאר ר' זעליג מרדכי האט געהאט א טשענס צו אויסמעקן דעם מעסעדש, הערט ער שוין א ביפ,

"האלוי?!"

"יא, ר' זעליג מרדכי?!"

"ווער איז דאס?"

"פייש"

"ווער?!"

"פייש דער שניידער!"

"אה, פליי.. עה… פייש פון שטעטל?"

"יא יא"

"נו?.."

"כ'רוף דיך וועגן דיין זונדל נתן'ען,"

ר' זעליג מרדכי האט מיט אייזערנע כחות איינגעהאלטן זיין עקסייטמענט,

"נו, וואס האסטע פארצושלאגן?"

פליישל האט זיך גענומען צו די מלאכה פון מסבר זיין פאר ר' זעליג מרדכי'נען ווי א מכובד'יגע פאסטן ס'איז צו זיין א שניידער,
און ווי גוט ער איז צו אויסלערנען די פאך אין וועלכע ער טוט שוין עטליכע צענדליגער יארן,
און ציביסלעך האט דאס אנגעהויבן אריינצוקריכן צו ר' זעליג מרדכי'נען אין קאפ…

"אבער הער אויס ר' זעליג מרדכי" רופט זיך פליישל אן אינמיטן דעם שמועס,
"שניידעריי – ביי מיר – איז איינגעטיילט און 3 חלקים,
איך וויל מיט דיר אפשמועסן, אז ווען איך וועל פערטיגן דעם ערשטן חלק, וואסטו מיר באצאלן א דריטל פון דאס געלט,
ווען איך וועל ענדיגן דעם צווייטן חלק וועסטו מיר באצאלן נאך א דריטל פון דאס געלט,
און ווען איך וועל שוין פארטיגן אויסצולערנען פאר דיין זונדל נתן די גאנצע חכמה פון שניידעריי, וועסטו מיך באצאלן דאס לעצט פארבליבענע דריטל פונעם חוב!"

פארזעצונג קומט אי"ה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט