די נייע 'ביסט גערעכט' באוועגונג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די נייע 'ביסט גערעכט' באוועגונג

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:11 pm

אין ליכט פון די 'טענק יו האשעם' און ענליכע באוועגונגען, האב איך געטראכט אז ס'עט זיין א שיינע זאך צו מאכן א 'יו אר רייט' גרופע.

איינע פון די שווערע זאכן פאר א בשר ודגים, איז צו זאגן פאר א צווייטן נאטורליכערהייט: 'ביסט גערעכט!' - ווען מ'ווייסט אין הארץ אז יענער איז וווווראנג.

פון דער אנדערער זייט, 90% ויכוחים און שנאת הבריות קען זיך אפשטעלן צייטלעך אויב מ'זאגט יענעם באלד נאך זיין כעס אויסברוך / טענה ומענה / באמערקונג וכדומה, די צוויי ווערטער: 'ביסט גערעכט'!

אין פאקט, דער וואס שרייעט און האט טענות, אדער קומט מוסר זאגן - וואס וויל ער דען? געווענליך קומט עס צוליב זיין דורשט נאך אביסל אנערקענונג, אדער פילט ער ווי מ'איז אריין אין זיין טעריטאריע, מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט אים, ער האט נאכנישט באקומען היינט קיין רעספעקט פון קיינעם וכו' וכו'. ווען דו זאגסט אים 'ביסט גערעכט' - כאטש ס'קומט דיר אן שווער - האסטו געטון א ערשטקלאסיגע חסד מיט יענעם.
איך פערזענליך ארבעט שוין לאנג אויף דעם, און ס'איז אזא געשמאקע פילינג צו ענדיגן דעם ויכוח אויף אזא וועג.

אין איין וועגס, איז דא א זייטיגע תוצאה אויך, מער א גשמיות'דיגע... יענער איז דאך געקומען קאמפס-גרייט, אינעם ערשטן רונדע האט ער בלויז אויסגעשאסן א קליינער טייל פון זיינע שמערצן. ער איז אבער גרייט פאר נאך, ווי נאר דיין קאנטער-אטאקע וועט קומען. אבער ווי נאר דו זאגסט אים 'ביסט גערעכט', נעמט ער איין -אין סורפרייז- א שטייל-שווייגעניש, און בלייבט שטעקן מיט זיין גאנצן זאפאס אין בויך...
לעצט פאראכטן דורך חוח בין השושנים אום פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:13 pm

ביזט גערעכט חוח

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:13 pm

איין שיינע מעשה וואס כ'האב געהאט לעצטנס,

איינער האט אויסגעגאסן א קאווע אין ביהמ"ד אויף א טיש. כ'האב ספאנטאן אויפגעהויבן די ספרים זיי זאלן נישט נאס ווערן, כ'האב געכאפט מיט די צווייטע האנט טישוס און אויפגעווישט יענעמ'ס חזעריי.

ווי נאר כ'האב צוריק אראפגעלייגט די ספרים, קומט אריין דער 'בעל החזקה' פון דעם פלאץ, וועלכער האט נאר געזען דעם לעצטן חלק פון די מעשה, און הייבט אן זיך בייזערן: 'פארוואס לייגסטו אראפ דיינע ספרים אויף מיין פלאץ? קומסט אריין אין שול, טרעפסט ספרים ביי דיין פלאץ און לייגסט עס ביי מיר?!' (ער האט מסתמא באמערקט ווי כ'האלט די נאסע קאווע טישוס אין האנט נאכן אויפווישן 'זיין' פלאץ פון א דריטנס קאווע...).

ווייל ער האט עס געזאגט מיט אזא כעס, און אזוי הויך אויפן קול, און ס'האט נישט אויסגעזען ווי ער וויל א ענטפער (כפי הנראה האט זיך שוין זיין גיסטע פארערגערט ליגנדיג אין בעט אויפן לינקען זייט), האב איך באשלאסן אים צו ענטפערן: 'ביסט גערעכט!'
וחמת המלך שככה.
איך האב געפילט ווי דער געווינער. און ער אויך. יעדער איז ארויס צופרידן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:14 pm

קרייסלער האט געשריבן:ביזט גערעכט חוח

אזוי אומגערעכט האלסטו אז כ'בין?...........
:lol: :lol:
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:15 pm

היינט בין איך געשטאנען ביים געז פאמפ, ווען א דרייווער משלנו שרייעט מיר ארויס פון זיין קאר-ווינדאו: פארוואס האסטו נישט אריינגעצויגן ביז די פראנט פאמפ?

ער האט נישט געהאט טענות, נאר האט געשריגן!

אנשטאט אים צו ענטפערן דאס וואס ער האט מסתמא אליין געקענט גרינג אויס'חשבונ'ען: 'א קאר האט זיך 10 סעקונדעס צוריק ארויסגעגליטשט פונעם פראנט פאמפ, ווען איך האב שוין געהאלטן לאנג אינדערמיט!' האב איך אים געזאגט: ביסט 100% גערעכט!

מיין חשבון איז געווען א פשוט'ע: ווילאנג גיי איך הנאה האבן פון מיין 'צוריקענטפערן'? אפשר צוויי מינוט.

ווידער, ווילאנג גייט יענער האבן א boost אין זיין טאג פון דעם וואס ער האט איינעם 'אויסגעלערנט' מענטשליכקייט? אסאך לענגער פון דעם. קען אפילו זיין אז ער גייט אהייקומען אין א בעסערע שטימונג, א דאנק מיין 'יו אר 100% רייט'.

און... עס איז פאר מיר אויך געווען א boost...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:16 pm

;l;p- ;l;p-

שפתים ישק!
אזוי אמת!

איך האב עס שוין פרובירט סאיז בדוק ומנוסה

סקען אסאך צינוצקימען פאר שלום בית

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:19 pm

אסאך מאל וועט זיך יענער אפילו פילן 2 סענס ווען די זאגסט אים ביזט גערעכט

משהלע
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:20 pm

כה לחי.

Trademark די bumper sticker.

יאסל קעניג
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2020 5:28 pm

תגובהדורך יאסל קעניג » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:21 pm

ביסט נישט מער ווי גערעכט!!!!
-----
שעמעדיגער האקט. מערעד דעך נישט פון שעמעדיגע דא...
--
מלך שהשלום שלו

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:27 pm

לעצטנס געהערט א מעשה. צו א איד וואס שטארק מאריך ימים געווען, קומט צו איינער און פרעגט אים: "במה הארכת ימים"?

ענטפערט ער אים: "איך האב מיר קיינמאל נישט געקריגט מיט קיין מענטשן, איך האב קיינמאל נישט געפירט קיין וויכוחים מיט אנדערע. ווען איינער האט זיך געוואלט טענה'ן מיט מיר אדער זיך קריגן, האב איך אים אלס געזאגט: "איר זענט גערעכט", און מיט דעם האט זיך אלעס געענדיגט".

זאגט אים יענער: "קען נישט זיין, 'קיינמאל' האסט זיך נישט געקריגט מיט 'קיינעם'?! קען נישט זיין! מאכסט א גוזמא".

ענטפערט אים דער איד: "איר זענט אויך גערעכט!".....
'קאנספיראציע טעאריקער' אין לשה"ק ווערט אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:42 pm

געהערט פון א חבר
אפאר וואכן צוריק בין איך געווען אין א גוישע געגנט און געזוכט פארקינג, איך האב געזען איינעם ארויסגיין און א קאר איז געשטאנען דאבעל פארקט מיט די בלינקערס אביסל ארופציר האב איך געטראכט יענער ווארט זיכער אןיף איינעם ער דארף נישט די פארקינג בין איך אריין אין די ספאט
ווי נאר איך בין אריין בעקט יענער צוריק און שרייט don't you see i'm waiting to go in? איך האב גלייך גענפערט (און געמיינט אמתדיג) i'm sorry, let me out and you can park

ער האט גלייך גענטפערט it's ok you can stay there i'll wait here
שטעלט אייך פאר ווען איך טענה מיט אים, וואלט איך נישט געהאט קיין ספאט און געמאכט א חילול השם

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 12:53 pm

יישר כוח פאר די וואס ברענגען אינספייערינג אנעקדאטן.

עולם, פליז פרובירט עס אויס! ס'איז א געוואלדיגע עקספיריענס! און פארגעסט נישט ארויפצולייגן דא די געשיכטעס פון אייער #כח היחיד
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

התבונני
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

אויף וועלכע טראפן זאגט מען דאס ?

תגובהדורך התבונני » פרייטאג פאברואר 14, 2020 1:48 pm

עס זענען דא אנדערע טראפן און אן אנדערע טאן - ווי אזוי דאס צו זאגן
אפשטעלן א גאנצע וויכוח כחלום יעיף (בבחינת נכנע)
אדער איינעם ארויס צו ברענגען די מאקסימום פון די גלייזן...

**
אין פארשידענע אשכולות דא וואלט גוט געווען צו צולייגן אן אפציע פון א "ביסט גערעכט" שמייכל...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:00 pm

אפילו ווען איך בין נישט שולדיג
בלייב איך געדולדיג
ווי איידער זיך טענה'ן אן א שיעור
נעם איך די שולד אויף מיר
אנשטאט צו כאפן קללות א באראזש
געב איך יענעם גערעכט מיט קוראזש
איך זאג "ביסט גערעכט" הויעך און קלאר
אפילו ווען עס איז בכלל נישט וואר
ס'לוינט זיך נישט צו קריגן
ס'איז נישט ווערד צו זיגן
ס'איז בכלל נישט אזוי שלעכט
צו זאגן יענעם "ביסט גערעכט"

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:02 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:אפילו ווען איך בין נישט שולדיג
בלייב איך געדולדיג
ווי איידער זיך טענה'ן אן א שיעור
נעם איך די שולד אויף מיר
אנשטאט צו כאפן קללות א באראזש
געב איך יענעם גערעכט מיט קוראזש
איך זאג "ביסט גערעכט" הויעך און קלאר
אפילו ווען עס איז בכלל נישט וואר
ס'לוינט זיך נישט צו קריגן
ס'איז נישט ווערד צו זיגן
ס'איז בכלל נישט אזוי שלעכט
צו זאגן יענעם "ביסט גערעכט"


;l;p- ;l;p- ;l;p-

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:08 pm

המשך...

וועסט נאכדעם קענען לאכן
ווי יענער וועט קראכן
זאל יענער פלאצן
ווי איידער דו זאלסט זיך קראצן
ער וועט בלייבן מיט אלע טענות
ווי אויסגעקלאפטע הושענות
אלעס וועט בלייבן ביי אים אין בויך
אנשטאט שעלטן ווי א שלויך
נוץ דיין מוח
אנשטאט ס'זאל גיין א רויעך
פארמייד זיך צו קריגן
ס'איז די בעסטע פארגעניגן
שנייד ארויס דעם געפעכט
זאג יענעם "ביסט גערעכט"

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:22 pm

א סעמפל פון א הערליכע אשכול!

יישר כח חוח פארן עפענען.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:24 pm

מידות טובות אשכול, א געשמאק זיך צו געפינען דא
סוף מעשה במחשבה תחילה.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:26 pm

איסר'ל ביסטעך ריזיג!
צום פינטל שפיזיג.
ארויסגעברענגט אינטערעסאנט
מלא טאלאנט!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:26 pm

באקאנט די מאמר החכם:
בדרך אל תהיה צודק, תהיה חכם.

ווי די מגידים זענען מפרש, אז ווען דו זעהסט ווי א קאר קומט צו פליען קעגן דיר אין די ראנג לעין, שריי נישט 'ער איז נישט גערעכט מ'טאר נישט פארן ראנג לעין' נאר זיי קלוג און רוק דיך אוועק, אז נישט וועסטו צושמעטערט ווערן און שטארבן גערעכטערהייט ח"ו.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:29 pm

התבונני האט געשריבן:עס זענען דא אנדערע טראפן און אן אנדערע טאן - ווי אזוי דאס צו זאגן
אפשטעלן א גאנצע וויכוח כחלום יעיף (בבחינת נכנע)
אדער איינעם ארויס צו ברענגען די מאקסימום פון די גלייזן...

ריכטיג. ס'איז א טאטע שיק מיר הויזן סיטואציע...
די רעדע דא איז פון עס ארויסזינגען מיטן ריכטיגן טאן, אז יענער זאל זיך באמת שפירן גוט.
גענוי ווי 'טענק יו האשעם', וואס מ'זינגט נישט מיטן טאן פון: אקעי לענדלארד, א גרויסן ש'כוח באמת (צו אלע רוחות) פארן מיר ארויסווארפן פון מיין דירה...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » פרייטאג פאברואר 14, 2020 2:35 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:עס זענען דא אנדערע טראפן און אן אנדערע טאן - ווי אזוי דאס צו זאגן
אפשטעלן א גאנצע וויכוח כחלום יעיף (בבחינת נכנע)
אדער איינעם ארויס צו ברענגען די מאקסימום פון די גלייזן...

ריכטיג. ס'איז א טאטע שיק מיר הויזן סיטואציע...
די רעדע דא איז פון עס ארויסזינגען מיטן ריכטיגן טאן, אז יענער זאל זיך באמת שפירן גוט.
גענוי ווי 'טענק יו האשעם', וואס מ'זינגט נישט מיטן טאן פון: אקעי לענדלארד, א גרויסן ש'כוח באמת (צו אלע רוחות) פארן מיר ארויסווארפן פון מיין דירה...


איך מיין מ'זאל ניצן די טראפן פון 'א גוטן יונה' והמכין יכין

פארשעי חסיד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:14 pm

תגובהדורך פארשעי חסיד » פרייטאג פאברואר 14, 2020 4:11 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:באקאנט די מאמר החכם:
בדרך אל תהיה צודק, תהיה חכם.

ווי די מגידים זענען מפרש, אז ווען דו זעהסט ווי א קאר קומט צו פליען קעגן דיר אין די ראנג לעין, שריי נישט 'ער איז נישט גערעכט מ'טאר נישט פארן ראנג לעין' נאר זיי קלוג און רוק דיך אוועק, אז נישט וועסטו צושמעטערט ווערן און שטארבן גערעכטערהייט ח"ו.

ווי די רבי פלעגט זאגן.. אויף זיין מציבה העט מען שרייבן "פ"נ איש ימיני.."

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » פרייטאג פאברואר 14, 2020 4:36 pm

דער "די ביזט גערעכט" האט מיר שוין אזויפיל מאל געהאלפען אין לעבען
עס איז נישט גרינג, אבער ארבעט אייביג!
אדרבה בראבירטס עס אויס אליין.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 7:09 pm

א שטיקל צושטעל צו דעם עצה, וואס די חיד"א שרייבט אין 'נחל אשכול' אויף איכה בשם האר"י הק'
'יתן למכהו לחי ישבע בחרפה. פירש רבינו האר"י זצ"ל בשער הפסוקים דכשרואה א' מאומות העולם שבא להכותו על לחייו, והוא מזמין עצמו ונותן לו הלחי לקבל המכה, אז ישבע הגוי בחרפה ההיא, וימנע מלהכותו ועצה טובה קמ"ל בגלות החיל הזה'.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 22 געסט