שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:28 pm

"חמס ה'דאס" קומט אריין מיט שארפע עקסטרעמע פארדאמונג אין נאמען פון ר' מרדכי, די גאנצע זאך שמעקט זייער נישט עטיש, א מין חילול השם, די קעניג ווייזט ארויס פערזענדליכע אינטערעסע אין אונז גלות אידעלעך, דא פארווארפן אין גלות שוין זיבעציג יאר, און אזא מין חילול השם...

בו בזמן וואס אלע מעינסטריעם רבנים זענען געהעריג פאר די זאך, אלס מוזן די חברה אויפקומען מיט צודרייטע חומרות און פארסמ'ן די פאליטישע באצאונגען מיטן בית המלכות...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:30 pm

כ'הייב אהן צו ציטערן! כזעה ריזיגע ראולס לינענע שטריק ביים טויער פון פאלאץ!
ווייסט איינער וואס דאס מיינט? אפשר גייט מען הענגען דער וואס קומט אומגערופן?
כ'ציטער!!!
אונזער קעניג האט דאך א האבי צו זעהן מענטשן פלאטערן אויפן תליה...

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:33 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:הער איך אז עס גייט דארט זיין זעקס בעטן פון גאלד און זילבער


"פעטער" איך האב מורא אז קיינער [חוץ ממני...] האט נישט געכאפט דעם ווערטל...

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:37 pm

איינער קען אהער ברענגען מרדכי'ס איסור?

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:42 pm

אלץ א תלמוד פון רבי מרדכי קען איך בלויז באשטעטיגן די נייעס אז יא, ער האט עס גע'אסר'ט.

דאס איז די טריקענע נייעס.

ווער עס האט אים געהצט? ווער עס איז שולדיג? אויף דעם ווייסן מיר נאכנישט קיין תשובה, מיר האלטן עס אינמיטן מברר זיין, און מיר האפן אז ער וועט צוריק צוען.

ביזדערווייל זאל קיינער נישט פארשפרייטן די נייעס איבער דער איסור נישט צו מאכן א חילול השם, און כדי נישט צו מבזה זיין ר' מרדכי ווען ער גייט שפעטער צוריק צוען.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:46 pm

איינע פון די אפטיילונגען אינעם קעניגליכן גארטן וואו דער מלך טיפש פלאנט צו פייערן זיין נידריגע צערעמאניע.

#בני אל תלך בדרך אתם

Annotation 2020-02-16 194307.jpg
Annotation 2020-02-16 194307.jpg (155.28 KiB) געזעהן 816 מאל
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:51 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איינע פון די אפטיילונגען אינעם קעניגליכן גארטן וואו דער מלך טיפש פלאנט צו פייערן זיין נידריגע צערעמאניע.

#בני אל תלך בדרך אתם

Annotation 2020-02-16 194307.jpg

מאך עס נישט אזא זיכערע זאך אז עס איז א איסור, עס הייסט אז מען איז מסביר פאר רבי מרדכי דער ענין, און ער וועט לכאורה צוריק צוען.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:53 pm

האט איינער א ליסטע פון רבנים/עסקנים? וואס גייען זיך באטייליגן?

איך הער אז ער לאדענט אויך די פרעזידענטן פון פראנקרייך, ענגלאנד, ביבי (אפשר גאנץ, ווענד זיך ווער ס'געווינט דארט), פוטין, זעלענסקי, און נאך.

מאנכע זענען חושד אויף קאלוזשען!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:54 pm

אין א זייטיגע קרישקעלע, אחשורוש דער מלך טיפש, האט געלאזט רופן ספעציעלע מבינים אויף אלע סארטן וויינען, וואס זענען משכר די שנעלסטע שייך, כדי די פארזאמלטע זאלן ווערן תיכף פארשיכורט און נישט אויפפאסן ווי ער זעלבסט ווערט שיכור. אלס בושה פון די מלכה וואשטי, וואס הערט נישט אויף צו סעקירן איר מאן אז איר טאטע האט געקענט טרונקען און זויפן אן א שיעור אן ווערן שיכור.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג פאברואר 16, 2020 7:55 pm

די שמועות אז התאחדות געט די השגחה איז שקר, ס'הייסט אז זיי האבן אראפגערופן סטאר קעי צו כשר'ן.

גייט מען מוזן אויסטרונקן די גאנצע וויין? אויב יא גיי איך זיכער נישט....

מ'שמועסט אז די סעודה גייט זיין אונטער א מוסד צו באקומען ר' מרדכי'ס הסכמה.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:03 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:גייט מען מוזן אויסטרונקן די גאנצע וויין? אויב יא גיי איך זיכער נישט....

.

זאגט איצט מיין שכן ממוכן, אז אויף זיין אינטערווענץ, און דער אינטערווענץ פונ'עם בעל מכשיר (יא יא, אפילו מ'פראבירט עס צו באהאלטן אויף אלע וועגן, פאקט בלייבט פאקט), וועט מען דאסמאהל מוותר זיין, און נישט צווינגען צו טרינקען!

אבער מיינטס נישט אז דער עולם וועט זיך קענען איינהאלטן, דער אחשורוש איז אויפגעקומען מיט א געניאלן פלאן! יעדע גאלדענע כוסה וואס מ'ליידיגט אויס, קאן מען אהיים נעמען!
הא! צו דעם וועלן אפילו די גרויסע מחמירים נישט קענען ביישטיין, פאטשט ער זיך אין בייכל!

ווי זאגט דער פסוק? שלשה גביעים משוקדים בקנה האחד, כפתור ופרח!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:09 pm

דער זאל אינעם קעניג'ס פאלאץ אוואו וואשטי די מרשעת פלאנט די פאַדי פאר די לעידיס.

Annotation 2020-02-16 195933.jpg
Annotation 2020-02-16 195933.jpg (208.13 KiB) געזעהן 773 מאל


איך קען נישט פארשטיין פארוואס ערליכע אידן פארשטייען נישט אליין אז זייער פלאץ איז נישט דארט. וואס דעם מטורף'ס מאטיוון זענען ווייס איך נישט, אבער דאס איז אמאל זיכער אז ער מיינט נישט אונזער טובה! מרדכי פארשטייט נאך אזוי גוט צו אונזערע געברויכן ווי דער רשע...
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:10 pm

אויף די צעטליך אין מקוה שטייט אז ער שטעלט צו בעביסיטינג פאר די גאר קליינע. למגדול ועד קטן....

איינער זאל זאגן פאר ר' מרדכי אז ס'בעסער ער זאל זיין שטיל. מיינע אלע חברים האבן שוין געקויפט טיקעטס אין די מאסן... ער קען פארגעסן דערפאר. צעדערמאן וועט שטיין אינדרויסן מיט א סיין נעבן אים, יעדער וועט זיין אינעווייניג. פארפאלן, ער איז גוט צו די אידן, שטעלט צו טעקס קאטס, מ'קען נישט האקן אויף אים.

#יחי אחשטראמפוש

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:11 pm

ביטע אויב ער קען ברענגען (געכאשערטע) קליפס פון די איווענט, אויב מעגליך אויף דראפבאקס, א יישר כח! (איך גלייב אז איך וועל נישט קענען קומען, איך האב קינדער אין די מוסדות)

איך קען מעך נישט גלייבן וואו שטארק מיר אידן זענען ארויפגעקוקט דא אין לאנד, זייט אחשורוש האט געוואנען די עלעקשן.
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:13 pm

עס דרייען זיך ארום קליפס פון א שטוהל, און עפעס א מעשה דערונטער, איינער מיט פרטים?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:15 pm

זינט ווען איז רעדן אויף רבנים ערלויבט דא? מנהלים אייכם?????
לעצט פאראכטן דורך קלאָצקאָפּ אום זונטאג פאברואר 16, 2020 8:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:16 pm

@קלאצי, דער סייט קען נישט געהיידזשעקט ווערן מיט דיינע סיקריקישע מיינונגען וואס דו ווארפסט אריין אין יעדע צווייטע פון דיינע תגובות.

בפרט אז יעדער ווייסט אז רבי מרדכי גייט צוריק צוען, און מיר וועלן אלע צוהערן צום קלארן דעת תורה און גיין צום איווענט. לקדש שם שמים!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:22 pm

ביסטו א נביא אז דו ווייסט אז ער גייט צוריקציען?!

וויי איז צו אזא דור וואס דער המון עם פראבירט צו קאנטראלירן די רבנים! און ווער עס וויל פאלגן די רבנים איז גאר א סיקריק?!

און וואס מורמלסטו דארט לקדש שם שמים? קידוש השם איז עפעס א לחש וואס מ'נוצט פאר די אייגענע הנאות? וואס איז שייך א גרעסערע חילול ה' ווי הוליען אויף א נידריגן פארנעם מיט די גרועים שבאומות פון וועמען מיר ארבעטן אזוי שווער אפצוהיטן אונזערע קינדער א גאנץ לעבן?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:25 pm

עכט היימיש האט געשריבן:@קלאצי, דער סייט קען נישט געהיידזשעקט ווערן מיט דיינע סיקריקישע מיינונגען וואס דו ווארפסט אריין אין יעדע צווייטע פון דיינע תגובות.

בפרט אז יעדער ווייסט אז רבי מרדכי גייט צוריק צוען, און מיר וועלן אלע צוהערן צום קלארן דעת תורה און גיין צום איווענט. לקדש שם שמים!

וואסערע קידוש שם שמים האקסטו מיר אין קאפ אריין?

איז דאס דען א קידוש השם? דאס איז דאך דער גרעסטער חילול השם!!
און וואס איז דאס פארשעמען די רבנים?

הגה"צ ר' מרדכי שליט"א איז דאך דער גדול הדור, און זיין פסק דין איז אנגענומען איבעראל!

די שמועה וואס מאנכע האבן ארויס געלאזט מלא נגועות אז דער רבי זז"ג גייט צוריק ציען פון זיין פסק, איז א בלויזע אויסגעזויגענע שקר! דאס איז פשוט א מיטל צו לייגן פרעשור אויף די גבאים און שטוב מענטשן פונעם רבי'ן אז ער זאל ח"ו טוישן זיין דעת תורה צום דעת בעל הבית!

און ווי יעדער ווייסט איז דער רבי דאך געווען פון די סנהדרין און די צייטן פונעם בית המקדש, און ער איז געווען דער וואס האט געפירט די אידן, און געהייסן אנהייבן צוריק בויען דעם הייליגען שטאט ביז די פארשאלטענע מלוכה האט דאס אפגעשטעלט.
זיין דעת תורה איז אנגענומען איבעראל און די מאנכע וועלן עס נישט טוישן!!!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:27 pm

וואס הער איך דא צוזאם???
איך קען נישט גלייבן...
איך האב קלאר געהערט פין מו"ר הגה"ק רבי מרדכי הצדיק שליט"א אז די גאנצע זאך איז אקעגן די תורה אין אקעגן די אמת'דיגע דעת תורה
מיר וועלן זיין פין די ווייניג פשרה'לאזע יודן וואס וועלן זיך האלטן שטארק מיט די דעת תורה פין די גדול הדור אין מיר וועלן זיך נישט דערשרעקן פין די אלע מויל מאכער'ס..
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום זונטאג פאברואר 16, 2020 8:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
متخصص نسبت داده شده است

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:27 pm

קודם כל - פאר טשאלענט און קלאצי - די שטוב מענטשן זענען די וואס זאגן זייער זייער קלאראז ער גייט צוריק צוען, ממילא איז עס ידוע לכל.

און צווייטנס, אז דו רעדסט יא פון חילול השם, און קידוש השם, וואס קען זיין א גרעסערע חילול השם ווען דער קעניג אליין רופט אונז פשוטע אידן, אוןו מיר גייען נישט גיין? עס גייט זיין אזא בזיון פארן הייליגן באשעפער רח"ל, יא, יא, ענק פרומע מיט ענקערע רשעות (כידוע וואס די ראפשיצע רב זי"ע האט געזאגט אז פרום איז ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות) מאכן חרוב אידישקייט! ענק פארשעמען דעם אויבערשטן!.

און יעדער גייט ממילא גיין, אריינגערעכנט רבי מרדכי בראשינו!.

איש בל יעדר!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:29 pm

מנהלים, זינט ווען איז דער סייט דער בימה פאר יעדער סיקריק אקעגן די דעת תורה פון די גדולי ישראל?.

מען גייט דא חותם זיין די אלע ניקס, @קלאצי @מומחה @ טשאלענט, טראכט'ס צוויי מאל פאר ענקער נעקסטע תגובה.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:30 pm

אפשר זאגסטו מיר פון וועלכע "גדולי ישראל" דו רעדסט?
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:31 pm

@עכט, וואס דארף איך מער ווי ציטירן דיין חתימה?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:32 pm

ברעקינג!

יעצט גערעדט צום דער גבאי'ס בחור, און ער גיבט איבער אז רבי מרדכי האט נארוואס צוריק געצויגן פון דער איסור, און ער האט ארויסגעגעבן א פרישע בריוו, וועלכע דרייט שוין ארום אויף וואטסעפפ, וואו ער שרייבט צווישן אנדערע "הננו בזה לפרסם דעתינו, דעת תורה, שחיוב מוטל על כל אחד ואחד להשתתף במעמד קידוש שם שמים זה, וליתן כבוד למלכות וכו".

אויב איינער קען באשטעטיגן צי עס איז קראנט, זאל ביטע קלאר מאכן.

יעצט, נאך דער קלארער פסק פון רבי מרדכי איז שוין בלתי שום ספק אז יעדער וועט גיין מקדש שם שמים זיין, און ווער עס רעדט נאר אקעגן דער מעמד, איז אויטאמאטיש אקעגן רבינו מרדכי!
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום זונטאג פאברואר 16, 2020 8:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט