שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:40 pm

וואס האט ער דיך שלעכטס געטוען? א עקלדיגע בעל גאוה, א גוי ווי אלע גויים.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:43 pm

כ'בין פשוט דזשעלוס. עריז רייך ווי קוירעך און האט כבוד אווי ווייסעך ווער. בשעת וואס איך געדענק אים נאך אלס רוקן קראצער. פון ווי טאקע האט ער אזויפיל געלט? רילעסטעיט?

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:45 pm

קען איינער צוזאמען שטעלען די גאנצע מעשה? איך בין צומישט און דערשראקען.
מען שלעפט ארום 2 תלי'ס נעבען פאלאטץ. מרדכי באקומט א מאדאל. מען פארשרייבט אים אינעם ביך. די הינטעל פארנט פונעם פאלאטץ איז נישטא מער.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:46 pm

אחת ואחת האט געשריבן:קען איינער צוזאמען שטעלען די גאנצע מעשה? איך בין צומישט און דערשראקען.
מען שלעפט ארום 2 תלי'ס נעבען פאלאטץ. מרדכי באקומט א מאדאל. מען פארשרייבט אים אינעם ביך. די הינטעל פארנט פונעם פאלאטץ איז נישטא מער.



מיט א פרישקייט האט געשריבן:אום 3:15 גייט דער קעניג געבן א פרעסע קאנפערענץ.

א קוואל גיבט איבער אז שמשי דער קעניגליכער שרייבער וועט דארט זיין מיטן פערזענליכן טאג-בוך און ווי אויך מיט די ספר דברי הימים למלכי מדי ופרס, דאס מיינט אז עפעס גאר היסטאריש שפילט זיך אפ יעצט אין פאלאץ.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דינסטאג פאברואר 25, 2020 2:50 pm

היימישער הייקער האט געשריבן: (ששש, די KGB ליינט נישט דא, איא? איך ווייס נישט וויזוי דער מלך טיפוש כאפט נאכאלס נישט אז אסתר איז א משלנו. שוטה משוטה, פינטעל)


האבעך געהערט פון קראנטע מקורות אז די קעניג ווייסט יא אז זי איז געווארן אויפגעצויגען ביי מרדכי, וועגן דעם האט ער אים געגעבן די שר פאזיציע, ער רעדט זיך נאר איין אז מרדכי האט איר ערגעץ געטראפן אלס יתומה ערגעץ אויפן וועג פון ארץ ישראל קיין בבל ווען ער איז געקומען מיט יכניה.
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:15 pm

שפאנונג אלערט
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:21 pm

די קאנפערענץ גייט זיך אט אט אנהייבן.

שמשי פאקט זיך יעצט אויס זיינע שטיקער פארמעט און פעדערן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:25 pm

ששששששש

קעניג איז דא. צוזאמען מיט מרדכי היהודי.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:31 pm

"איך וויל מיך באדאנקען פאר מרדכי פארן ראטעווען מיין לעבן מיט די הילף פון די קעניגן אסתר"...


וואף!!!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:33 pm

טשולדיגט פאר אריינאקן אינמיטן די דראמא, אבער סערטשענדיג אויף די היסטאריע פון די צוויי שומרי הסף, זעה איך אז מאנכע שרייבן זיין נאמען בגתנא און נישט בגתן. לידיעה בעלמא!
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:35 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:כ'בין פשוט דזשעלוס. עריז רייך ווי קוירעך און האט כבוד אווי ווייסעך ווער. בשעת וואס איך געדענק אים נאך אלס רוקן קראצער. פון ווי טאקע האט ער אזויפיל געלט? רילעסטעיט?

מען זאגט אז זייט ער'ט פארמאכט זיין עמעזאן אקאונט פארדינט ער גרויסע געלטער.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:36 pm

קעניג: זינט מרדכי דרייט זיך אין פאלאץ שפיר איך רואיגער, ער איז א קלוגער מענטש.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:37 pm

קעניג: זיך דרייענדיג אין הויף פון די פאלאץ האט ער געהערט א שמועס אויף טערסיש, מיך צו אומברענגען אלס נקמה פארן הרג'נען זייער קרובה ושתי. למעשה, האבן זיי געהאט די זעלבע מפלה ווי איר... איך בענק מיך נאך ושתי, און יעצט וועל איך מיר בענקען נאך זיי אויך...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:38 pm

מ'קלאטשט אויף כוחי כוחות...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:39 pm

קעניג צו שמשי: שמשי דו שרייבסט? בגתנא ותרש האבן מיך געוואלט פאר'סמ'ען, און מרדכי איז דערגאנגען זייער פלאן, און דאס איבערגעגעבן פאר אסתר המלכה, וועלכע איז מיר געקומען ווארענען דערוועגן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:39 pm

אה, יעצט שטימט שוין די צוזאמענארבעט פון מרדכי מיט די קעניגן...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:40 pm

קעניג און קעניגן פארלאזן דאס ארט, און גייען צו באטראכטן די תליות פון די צוויי נאנטסטע צום קעניג.

מרדכי היהודי גייט יעצט ענטפערן פראגעס איבער די געשיכטע.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:42 pm

פלמזש פון קנוכיא: וואס איז פארגעקומען דארט מיט בגתנא ותרש, פארוואס זענען זיי געווען בייז?

מרדכי היהודי: ווייל אויף די פארלאנג פון די קעניגן האב איך באקומען זייער הויכע פאזיציע, אנשטאט זיי. אלעס איז געווען שטיל, כ'האב נישט פארציילט פאר קיינעם כדי זיי זאלן נישט האבן בושות אין די גאס, אבער זיי האבן נישט מוחל געווען!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:46 pm

פיינע לעכטיגע נייעס...

כ'האף דער רבי שליט"א האט אפגעקויפט מיט דעם דער קעניג, און פון היינט אן וועט ער שוין אונז ליב האבן.

מ'קען גארנישט וויסן מיט אונזער צודרייטער קעניג, א טאג א מלך א טאג א גלח.. ער קען אויפשטיין מארגן כאילו לא היה ולא נברא... משוגענער איינער!

אבער מ'קען גארנישט וויסן, מיר אידן גלייבן אז אלעס איז מן שמעיה, אפשר וועט נאך אמאל א גוט'ס ארויסקומען דערפון: שלח לחמך על פני המים...

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:48 pm

כלש פון מדי: וואס איז געווען זייער פלאן צו אומברענגען דעם קעניג?

מרדכי היהודי: איינע פון די אויפגאבעס פון וואס כ'האב זיי איבערגענומען איז געווען צו שיקן די וויין פארן קעניג אין א בעכער ווען ער איז דארשטיג. האבן זיי געפלאנט צו נעמען סם פון א פליג און סם פון א שלאנג, און דאס אריינגיסן אין דעם בעכער.

דאס האט געזאלט זיין א נקמה פאר ביידע, סיי אין דעם קעניג אז ער זאל שטארבן, סיי אין מיר אז מ'זאל מיך באשולדיגן אין הרג'נען דעם קעניג, און אויך פירן צום טויט חלילה.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:49 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:קעניג און קעניגן פארלאזן דאס ארט, און גייען צו באטראכטן די תליות פון די צוויי נאנטסטע צום קעניג.




קעמער איינער מסביר'ן ווי קומטא אריין ושתי'ס וויידל???

מ'האט עס גענוצט אלץ גארטל ביים מצוה טאנץ פון אחשורוש-אסתר - דעס קעניך נאך פארשטיין, דער בדחנא דמלכא האט עס אנגעדרייט, משמח זיין דעם קעניג...

אבער ס'פשט פון הענגען בגתן ותרש מיטן וויידל? ווי קומט עס אריין?

ווילאנג נאך וועט ושתי'ס וויידעלע אנשטינקען דעם גאס? פיכס.. געווארפן אין גארביטש און געגאנגען!..

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1704
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:50 pm

און וואו קומט דער הונט דא אריין? איינער קען אויסקלארן?

--

אפדעיט, יעצט באמערקט אז זיי האבן געוואלט פאר'סמ'ען דעם קעניג, נישט הרג'ענען מיט א שפיז ווי טייל קוועלער האבן ערשט באריכטעט. איי געס דער הונט איז גענוצט געווארן צו פרובירן?
לעצט פאראכטן דורך Yang2020 אום דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:51 pm

חשמרכתא פון כנופיא: ווי אזוי ביסטו געוואר געווארן פון זייער פלאן?

מרדכי היהודי: איך האב מיך אונטערגעהערט זייער שמועס.

חשמרכתא: וואס הייסט? זיי האבן דיך נישט באמערקט?

מרדכי היהודי: זיי האבן מיך יא באמערקט, אבער זיי האבן גערעדט מיט זייער טורסישע היימשפראך, און געמיינט אז איך קען נישט די שפראך, למעשה האב איך אבער פארשטאנען יעדע איינציגסטע ווארט!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:52 pm

Yang2020 האט געשריבן:און וואו קומט דער הונט דא אריין? איינער קען אויסקלארן?


מ'רעדט יעצט דערפון ביים פרעסע קאנפערענץ, געמיך א רגע איך טייפ עס אפ יעצט
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:54 pm

ווי קומצי צו רבינו שליט"א פארשטיין טורסיש??

ער האקט מיט א פרישקייט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: והיתם נקיים און 23 געסט