פוץ אפפפפ!!!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

פוץ אפפפפ!!!!!

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 3:23 pm

פארשטאנען!!!

האסטע געזען אזאנס?!! ער (כ'זאגנישט ווער) לאזט נישט צורוה. אלטער, האסט א איבעריגע סנאו באל? .... פארוואס איך שריי?, הערמעך אויס, און זאגמער צו כ'בינישט גערעכט,

ער האט חתונה געהאט, (בש"ט) פיר וואכן צוריק, שוין. פארדעים שרייעך נאכנישט, האטער זיך געקויפט זין ברילן, (סאן גלעסעס) וואסי? ווען ער דרייווט זאל נישט די זין עם שיינען אין פנים, איי האסטעך נישט קיין לייסענס?, אה אבער ער גייט שוין מאכן נעקסטע וואך א פערמיט, נו פרעג איך דיך קעמען אזוי דרייווען? אבער נישט פארדעים שרייעך,

נאר וואס דען, זיין וויב איז שוין צוריקגעגאנגען ארבעטן, זייט דעמאלס לייד איך, איי, מה ענין ליידענתי אצל ארבעטן פון זיין ווייב? העלעך דער געבן זיין נייעם סדר היום העסטע פארשטיין,

צופרי, (11:30) והנה.. ער איז דא ביי ביר און אפיס, געמער דע טעלעפון א רגע, העלא, וואס טוטצעך? דע פרישטוג איז געווען!!!!!!!!! עפעס מורעדיג, (נאך א מזל זי שפירט נישט דעים שמעק וואס קומט פון זיין פארשלאפן מויל,) אקעי וויל טאלק לעיטער, ביי,

נעקסט, יעצט מוזער טשעקן זיינע אימעיל'ס, האלאו! ווען האסטע די לעצטע מאל באקומען א אימעיל? הע? שוין די פיפטע מאל קוקטער איבער ס'זעלבע אימעיל,

אקעי יעצט גייט מען טשעקן די באנק, יא די נייע באנק אקאונט, (ער האט נאך אפילו נישט קיין טשעקס), כ'מיין ער האטעך געמאכט דרשה געשאנק, אריבער א טויזענטער,

און יעצט אלעס קלאפט, עפל בענק האט עם נישט בא'גנב'עט, גייטער טשעקן זיינע .. הערט גוט, סטאקס!! יא ער טשעקט סטאקס, נישט וויל ער האט, נאר מ'דארפדעך וויסן, כ'מיין וואס דען וועטער ווייזן פאר יעדן אז ער קען? אוי וויי! ס'איז געפאלן מיט צען פוינט'ס!!! זאג נאר שעפעלע, וואסידאס סטאקס? וועלעכע ברכה מאכט מען אויף דעים? איינער האט עם געזאגט אז ס'וואקסט, ממילא מאכט מען א העץ, א צוויטער זאגטעים מ'דארף מאכן א האדמה, כ'מיין ס'ידאך אין דער ערד,

אזוי זיצט ער אויף מיין קאפ א גאנצען טאג! ער טשעקט דעיס און יענץ אויף מיינע נערווון, און די פרעגסט נאך פארוואס איך שריי!!!

האבעך אויפהענגען דעי צעטל,

סשטייט דארט אזוי,

מיין טייערע חבר

מיר האבן נישט מיט וואס דיך מכבד צו זיין,
קאווע איז געווען, אצינד א פארגאנגענהייט,
די לעקטער איז אפגעהאקט,
קיין ראדיא האלטען מיר נישט,
די בענקל איז צובראכן,
קיין נייעס האבעך נישט צו דערציילן,
די צייטונג אויפן טיש, איז פון לעצטע וואך,
דעים טעלעפאון ניץ איך יעצט,
די אינטערנעט, זייער שטייט,

דעריבער מיין טייערע פריינט,
זיך דיר א צוויטע פלאץ!!

פאר א נויט, שטעל איך דיר צו א עירוב,
וועסטו דיך קענען אפ"טראגן פון דא!

כ'האב געמיינט אז פיניש!!

היינט צופרי, כ'קום אריין אין אפיס, און...............ער איז דא!!!, כאילו ער האט נישט געזען דעם צעטיל, און ער האט מיטגעברענקט זיין חבר!!!, צו ווייזן "זיינע" סטאקס!!!

יונגערמאן, פוץ אפ פון דא!!! האסט געהערט!!!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 3:37 pm

פרינטער, פרינט. נישט ווייל איך האב עס נאכנישט געליינט, נאר ווייל איך האב עס שוין יא געליינט, און עס איז אזוי גוט, אז איך גיי עס אויך אויפהענגן אויף מיין טיר...

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 3:56 pm

האה אה אה האה הא האה אה הא,
וויכטיג מאכער דאס איז נאך א ביישפיל פון דיין רייכע און אינהאלטסרייכע זאפטאנגעפילטע פענע,
אז ער פארשטייט נישט מיסתם קען ער נישט ליינען, אבער איך קען יא, און כאב גוט געלאכט פון דיין ליצנות, וואס דו טרייבסט פון מיר.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 4:26 pm

עהי די יא די פוץ אפ פון דא

או איז דאס גיט, אבער נאך ווי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 4:54 pm

כ'האב שטארק געלאכט.. גאר גוט.

וויכטיג; מארגן קום איך מיט 5 יונגעלייט!! מיר ערווארטן נאך ארטיקלעך..

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 5:30 pm

וויכי, נייסלי דאן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 5:35 pm

וויכטיגער, איך האב נישט אייביג וואס צו שרייבן... נאכדערצו ווען איך האב עטליכע אידן ביי מיר אין אפיס..

א גוטער ארטיקל און איך האב שטארק הנאה געהאט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 9:44 pm

איך וויל נישט אפפוצן! האלאו, לאמיך צו! רוק דיך, איך דארף דיין קאמפיוטער אביסל.

אקעי, שטער מיך נישט יעצט. איך דארף עפעס טשעקן.

אימעיל? ניין. סטאקס? ניין. נייעס? ניין.

ווארט א מינוט, וועסטו געוואויר ווערן. איך לאז דיך שטיין דא און קוקן.

אקעי, דא אין מיין וועסטל טאש האב איך די אדרעס.

וואס איז דעיס? א דאבעליו? און דעיס? נאך א דאבעליו? און נאך איינס? פארוואס דארף מען דריי? יענער קעקעצט?

אקעי. דא דארף מען מאכן א פינטל. מ'מעג אפילו אטעמען.

אקעי, געגאנגען ווייטער. עיטש, אי, איי, עם, איי, עס, עיטש, אי, קעי, אר, אי, טי, סי, עיטש, עם, אי. נאך א פינטל. סי, או, עם.

ענטער.

וואס דאס איז פרעגסטו? נעה, נישט קיין מיאוס'ע סייט. א געהעריגע נארמאלע סייט. ווארט א מינוט וועסטו זעהן.

אה, ס'איז דא עפעס פריש פון וויכטיג-מאכער. שליש שליש, זום זום, און אין פרינטער.

שוין ביי. איך בין געקומען פרינטן אביסל סחורה פאר לאנטש. שכוח פאר'ן מיך אריינלאזן. צום ווידער זעהן מארגן.

פארהאנג פאלט. קיינער קימערט זיך נישט דאס אויפצוהייבן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 10:36 pm

זאלעך זאגן איך פוץ אפ, האטעס שוין איינער געזאגט, זאלעך זאגן איך פוץ נישט אפ, האט מען דאס שוין אויך געזאגט, סאו וואס זאלעך זאגן? שרייבן?

כ'ווייס באמת נישט, וויכטיג, האסט עפעס א גוטס פאר מיר? האסט נישט, דעמאלטס פוץ אפ, כעמעך אליינס אנייצע געבן.

וויכיג'ל, יוי האסטו אים גוט אראפ געלייגט, כ'ווייס פונקטליך פון וואס, (נישט פון וועם, האניש מורא.) דו רעדסט, כ'האב עכט הנאה געהאט, א גרויסן שכוח. קיפ אן יור גוד ווארק.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 11:08 pm

וויכטי, איך זעה אז דו ביזט שוין צו לאנג חתונה געהאט אז דו געדענקסט שוין נישט מער יענע לאנגווייליגע טעג נשיט מער געדאכט.

דו מוזט אים פארשטיין, ער זיצט נעבעך א שיינע פאר שעה אין כולל, זאופט קאווע נאך קאווע, צוברעקלט האט קאפס, כאפט א שיינע פאר פופצען מינוטיגע דרימלעך, יעדעס מאל ער כאפט זיך אויף לויפט ער שנעל אין ביסקיסע מיט א קאפ וואסער אין די האנט(ווייסט ער נישט אז מ'טאר נישט טרינקען אין ביסקיסע?), ליינט איבער אלע צעטלעך אין די האלוועי צום עלעוו הונדערטסטע מאל, קאללט די מקוה פלייצער טוילעט רייצער א יעדעפינף מינוט זעהן צו ער האט שוין אפדעיטיט מיט א נייע שמועס..............

נו וואס עקספעקסט דו פון אים?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 11:14 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן: יעדעס מאל ער כאפט זיך אויף לויפט ער שנעל אין ביסקיסע מיט א קאפ וואסער אין די האנט(ווייסט ער נישט אז מ'טאר נישט טרינקען אין ביסקיסע?),


אנדי, לאכטי.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 11:14 pm

ערב פסח אן ארטיקל פון פוץ אפ און מען דארף נישט גארניטש אפיצן נישט די זיבער און נישט פון דערהיים

נאר דער וואס האטט אפגעפוצט פון דערהיים און זיכט ווי צו גיין נעבעך אטא דער דארף נאך ווי אפפיצן פון דא

דיין ארבעט איז צו באוואנדערן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 03, 2008 11:56 pm

מאשקע און אנדי, יישר כח רם ונשא.

וויכטיג, שכוח פארן באלעמער.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:50 pm

וויכטיג מאכער א שכוח, סיי פאר דיין באשרייבונג און סיי פאר אלע אנדער תגובות אין די אשכול.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:55 pm

נישט אז איך האב וואס צו שרייבן, נאר כדי מען זאל וויסן אז איך האב הנאה געהאט, האבעך געשריבן די דאזיגע שורה.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:51 am

מיין טייערע חבר

פיץ צירוק אריין דא, מיר ווארטן אויף דיינע ארטיקלען.

לאכטי ;l;p-
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

תגובהדורך י. ירושלמי » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 2:44 pm

וויכטיג, פיינע נייעס, איך ווייס יא פון וועם מ'רעדט, איך האב אבער עס נישט אויפגעהאנגען ווייל איך האב געהאלטן לכתחילה אז עס גייט נישט העלפן.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:12 pm

וויכי איכה???
סוף מעשה במחשבה תחילה.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

צום קעפל

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:31 pm

איזהו חכם הרואה את הנולד, דער גאנצע ליסט מיט תירוצים האסטו אים געדארפט זאגן דאס ערשטע מאל..... :grin:
פיין געשריבען. יישר כח ;l;p-

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:11 am

@וויכי, כ'פוץ שוין אפ... אבער איידער כ'פוץ וויל איך דיר זאגן אז די רגע דו גייסט ארויס קום איך צוריק, סאו מאך זיכער אז דו ביסט דא אגאנצן צייט...

וואףףף אידאס א גוטס!!

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5048
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

א שטיקל פלא יועץ

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:28 am

כבר הקדמתיך הרה"ק רבי אליעזר פאפו זצ"ל...

מספר פלא יועץ - אות מ' - "מניעה"

יש דברים שהמניעה היא טובה עד מאד, כגון בכל דבר שיש לחוש אחד מני אלף שיש צד נדנוד עברה ולא יש מצוה ברורה שב ואל תעשה עדיף,

וכן במקום שיש לחוש שמא יכביד על חברו בדבריו או בישיבתו אצלו למחש בעי, אפילו על חששא רחוקה, ויקיים מקרא שכתוב (משלי כה יז) הוקר רגלך מבית רעך.

ולזה צריך דעת גדול והנהגה גדולה, כי לפעמים מה שנראה לו שיערב ויבסם, לחברו הוא קוץ מכאיב, ועם שנושא לו פנים, בלבבו יחשב מתי תלך לך, כלה ביאתך וצא!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט