(המשך) פסח ביים שוויגער.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

(המשך) פסח ביים שוויגער.

תגובהדורך cano » מאנטאג אפריל 07, 2008 7:27 pm

יא איך וויל נישט באהאלטען דער פאקט אז עס איז שוין אמאל געווען אן אשכול דערוועגען, און טאקע יא איך האב עס געשריבען, און יא סאכדעס האט פאראכטען די ספעלינג, אבער איך האב צוגעלייגט א סך, און פאראיאר ווען איך האב אנגעפאנגען שרייבען ס'ארטיקעל בין איך פארפארען און עס איז געווארען א געפילען אשכול, האב איך שוין נישט געקענט צוריקדרייען, אבער במשך די יאר האב איך עס פאראכטען, והרי שלך לפניך.

די פייפער פייפט עס איז שוין יו"ט, מען איז אנגעטיען הערליך יו"ט'דיג יעדער שפירט זיך ווי א בן מלך, מען גרייט זיך צו גיין אין ביהמ"ד. דער טאטע נעמט ארויס די מחזורים, מען נעמט ארויס א גארבידזש בעג, און מען פאנגט אן אריינצולייגען די הגדה'ס, די בעכער'ס, און נישט פארגעסען פינעם הערליכען אימברוידערי סעט וואס מען האט באקומען אלץ חתן, דו האסט עס דאך ליב נפתלי נישט אזוי מיין טאטע האט מיר געזאגט אלץ כלה אז דו האסט זיך אזוי שיין באדאנקט דערפאר, ביזט ממש נתפעל געווארען אז אונז האמיר די זעלבע טעיסט נישט אזוי? מען פאקט אויך איין די הערליכע מעלעהרייען וואס די שעפעלעך האבען אהיים געברענגט פון חדר/סקול, מיר לייגן אריין דעם קליינטשיקען אינעם קערידזש, און ויסעו ארויף צום שוויגער מ'שטיינס געזאגט, איך קאן דאך נישט זיין דער וואס האלט אויף דעם עולם, אולי ואולי דאס יאר וועט מען יא אנפאנגען דעם סדר צייטליך, אלע קינדעליך זענען שוין ביי די שוויגער און איך נעם מיט מרדכי'לע מיט שלמה'לע אין ביהמ"ד, דארט אינעם ביהמ"ד איז יעדער און א דערהויבענע יו"ט'דיגע מוד מען גריסט זיך מיט א אויסגעצויגענע מויל אין פארעם פון א שמייכעל גוט יו"ט פאר מעכיל, און א שלום עליכם פאר יעקב אלי', אא"וו די הערליכע ווייסע פרוכת וואס מאכט דעם גאנצען ביהמ"ד אויסקוקן ליכטיגער, אזש עס שטראלט יעדעמ'ס פנים.

מען קומט אן צו הלל און מען קען זיך שוין נישט איינהאלטען עס שפירט זיך א דערהויבענקייט, מען שרייט אויס עצביהם כסף וזהב און מען שפירט זיך עכט דערהויבען אזש מען איז אזוי גליקליך צו זיין א חלק פונעם עם הנבחר אשרינו מה טוב חלקינו וכו', נאכען דאווענען גיבט מען א כאפ אריין נאך א מקוה א הוספות טהרה קאן קיינמאל נישט שאטען, מען מאכט עס שנעל נישט צו זיין דער וואס האלט אויף דעם סדר.

די וועג אהיים שטעלט מען שנעלע טריט, די קינדערלעך שרייען טאטי מיין פיס טיט מיר וויי איך קען נישט אזוי שנעל לויפען, נו פארשטאטערט מען אבסיעל, וואס טוט מען נישט פאר א קינד, אהה מען גרייכט שוין די הויז פינעם שוויגי און מען קומט אריין אינעם דיינונג רום, אלעס איז אזוי שיין אנגעגרייט אלע שיינע כלים וואס געפונען זיך אינעם גאנצע הויז ליגען אויסגעלייגט אויף די טישען, די טישען זענען אויסגעשטעלט ווי א פתח חי"ת אדער ואו אן ענדע מ"ם מיט צוויי דארעך גענג ביי די אינטערשטע פיסעל פינעם "ם" אויבען אן ליגט דער דיינונג רום טישעל, און אונטער דעם איז אנגעגרייט א קאוטש (וואס דינט אלץ א היסב בעט) איבערגעדעקט מיט א הערליכע ווייסע לאלעך באצירט מיט טונקל ווייסע בלומען, אויף דער לינקע זייט פונעם היסב בעט איז אנגעגרייט עטליכע קישענעס, צווישען די אויבערשטע צוויי קישענעס ליגט דער אפיקומן האלטער, אויף די רעכטע זייט פונעם היסב בעט איז אנגעגרייט די ורחץ האנטעך וואס מען נוצט אויך ביי רחצה, נעבען דעם היסב בעט איז אנגעגרייט א שטענדער סטענד בלע"ז אויפען סטענד ליגט די נעגעל וואסער שיסעל באדעקט מיט הערליכע זילבער פעיפער, און א הערליכע סילווער פלעיטיט טעפיל זיצט אינעווייניג אנגעפילט מיט וואסער, אויף די טיש ליגען נאר זילבערנע אדער זילבער פלעיטיט כלים צוויי שיינע לייכטער'ס פאר די מה נשתנה ליכט.

צוויי ברייטע זעקס פיסיגע צינעזאם לייג טישען שלענגלען זיך ארפ ביי די צוויי זייטען פונעם דיינונג רום טיש וואו עס זיצען די חתונה געהאטע קינדער און איידעמער, אויף די טיש איז אויסגעלייגט שיינע קריסטעל פלעשער מיט א צוויי סילווער פלעיטיד טי פאט'ס (טיי קאנטשויס) וואס דינען אלץ מאסט קריגלעך, שיין אויסגעלייגט יעדעם איינעם'ס אימברוידערי סעט, מיט א הגדה און אויך די שיינע בעכער'ס, אונטער די צוויי שיינע טישען איז פארהאן צוויי דורך גענג, און נאכען דורכגאנג ציט זיך צוויי עטוואס קערצערע טישען אויף די ברייט פונעם דיינונג רום אנגעגרייט פאר די נשים צדקניות וואס בזכותם נגאלו, אפי' אויף יענע טיש איז נאר דא סילווער פלעיטיט אדער זילבערנע בעכער'ס און אויך ליגען דארטען אלע לייכטער'ס, פאר די קינדערלעך איז אנגעגרייט צו זיצען אויף די אלע אויבענדערמאנטע טישען אויף די אנדערע זייט, קעגען איבער די עלטערען, יעדער מיט זיין הגדה וואס מען האט אהיימגעברענגט פין סקול/חדר, שיינע קריסטאל אדער זילבער פלעיטעט בעכער'ס, ווענדט זיך לויט די עלטער, א פלעסטיג מצה טאש ליגט ביי יעדעמ'ס פלאץ אנגעגרייט, אזש ווער עס קומט נאר אריין פילט זיך ווי א בן מלך, אדער גאר ווי א מלך אליין.

א יעדער איז שוין גרייט צום סדר אבער די שוויגער איז דאך אויך א בת מלך זי ווייסט פונעם סוד אז די בני מלכים שטייען אויף דריי שעה שפעטער, און אט אט הערט זיך שוין דער זיסען קול פינעם שווער "קדש" און אלע אייניקלעך שטעלן זיך אויס אין א שורה לויט די עלטער, קדש ווען די טאטע קומט אהיים פון שוהל טוט ער זיך אן דע ווייסע קיטל און מאכט שוין קידוש כדי די קליינע קינדערליך זאלען נישט איינשלאפען, א טייל זאגען און ער מאכט "שנעל" קידוש, און דא פאנגט זיך אן די זעלבע שפיל פינקט וואו פאר יאר, וואו איז מאמי?, די עלטרע קינדער ציען זיך די אקסלען, קרימען מיט די נאז, בייסען זיך די ליפען, משטיינס געזאגט, וואס איז די פראגע? די לעבסט שוין מיט איר פערצוג יאר און די קענסט נאכנישט אירע מנהגים?, אבער די קליינע קינדער וואס געדענקען נישט פון פאראיאר ענטפערען נאך מיט אזא תמימות, איך מיין אז זי האט זיך אראפ געלייגט, נו וועט מען זיכען וואו צו בטל'ען די צייט ביז זי שטייט אויף, מען טרייט זיך צו מאכען ביזי מיט די מצות, אקעי ווועמס איז די ערב פסח מצות פון ווערצבערגער'ס בעקעריי? און וועמענס איז פון וויינשטאק'ס? און ווער האט געבאקען אין די גרויסע מצה בעקעריי? אלעס איז שוין קלאר געשטעלט פאנגט זיך אן, פארוואס האסטו מיטגעברענגט פון אינדערהיים מצות? פאר די קינדער ענטפער איך, יא אבער איך האב גענוג און נאך דארפסט נישט מיטברענגען, יא אבער שוויגי לאזט נאר געבען א האלבע מצה פאר א קינד, ווייל איר טאטע האט אמאל געזאגט אז א האלבע איז געוג פאר א קינד, און איך וויל געבען ברייט, און איך וויל נישט אז ווען שלומי ווארפט אראפ א מצה אויף דער ערד זאל זיין קולת וואו ביי מכות בכורות, איך וועל קענען זאגען עס איז פון מיינע מצות .

ענדליך עס איז שוין צוויי אהאלב שעה אדער אפשר מער פון ווען מען האט געזאגט קדש, און מען הערט שוין א בת קול, פון די שלאף שטיבער, חני ברענג מיר נעגעל וואסער, אהההה אטעמט יעדער אפ ענדליך וועט מען זיך שוין אנפאנגען רישען, און דער שווער טיט זיך אן דעם הערליכע קיטעל וואס איז באצירט מיט א געקנעפעלטע עטרה, וואס מען האט געקויפט אין השבת אבידה פיר יאר צוריק פשוט ווייל עס איז געווען ביליג, ממש פאר פסח האט זיך די שוויגער געכאפט אז מען קען עס ארויפנייען אויף די קיטעל, און עס וועט אויסזעהן מער מלך'דיג-רבי'ש, און מען רישט זיך שוין אנצוגיסען דעם ערשטען כוס, און והילד איננו דער שוויגער איז שוין ווייטער נשיט דא, מאמי וואס גייט פאר וואו ביזטו?, עס איז שוין באלד חצות? אה איך האב געוואלט טשעקען צו מען האט שוין געשטעלט קאכען די אייער פאר שלחן עורך, און איך דארף נאך מאכען די זאלץ וואסער, קים שוין איך האב שוין אלעס קער גענימען.

ענדליך רופט מען שוין אויס אלע פרויען וואס האבען געדענקט צו מאכען א שהחיינו אויף די לעכט זאלען נישט מיטזאגען ביי קידוש שהחיינו, דער שווער פאנגט אן "סברי" און דער הויז געזינד זאגט מיט וואו א קווייער גאנץ קידוש, נאך קידוש לאנט זיך יעדער אן אויף די לינקע זייט און מען טרינקט אויס דעם כוס, חוץ איין פרוי בלייבט זיצען און טרינקט נישט אויס דעם כוס, וואס מיינט עצט ווער איז געווען די פרוי? שטייצעך מיינ'ס, וואס גייט פאר פארוואס טרינקסטו עס נישט אויס, נו נו (זי קען נישט אויסרעדען) זי ווייזט נו אויף די הגדה "שהחיינו" וואס פרעג איך איר וואס שהחיינו, האסט שוין געזאגט ביי די לעכט? שאקעלט זי יא, נו דעמאלטס דארפסטו נישט זאגען, זאגט זי נו נא, נאך א צוויי מיניט נאקענען האב איך געכאפט אז זי האט געמאכט צוויי מאל שהחיינו איינמאל ביי די ליכט און א צווייט מאל ביי קידוש, און זי ווייסט נישט וואס צו טיען, האב איך איר געפסק'ט אז זי מעג יא אויסטרינקען די כוס.

ורחץ: מען וואשט זיך די הענט און מען זאגט נישט די ברכה על נטילת ידים, יעצט פאנגט זיך אן א אינוועסטיגעישאן, ביי דיין טאטע וואשט זיך יעדער איינער? און ביי דיין, און ביי דיין, אזוי פרעגט מען אויס אלע איידעמער, אלע מיין איך אלע 9 איידעמער, אפי' דער עלצטער וואס האט שוין אליין חתונה געמאכט צוויי קינדער, איך מיין צו זאגען אפי' מען פרעגט אים דאס שוין די לעצטע צוואנציג יאר רצופות, און פארשטייט זיך ער ענטפערט יעדע יאר די זעלבע ניין ביי מיין טאטע וואשט זיך נאר די טאטע, נאך די גאנצע אינוועסטיגעישאן בלייבט אז יעדער זאל טיען וואו אזוי דער טאטע פירט זיך, ווייל מיין שווער געדענקט נישט וואס זיין טאטע פלעגט צו טיען.

כרפס: וואס ווער דארף רעטעך, און ווער דארף פאטעיטא, מען פארברענגט אזוי פינעף מיניט, און ביי די ענדע ברענגט מען אריין צוויי טעלעער'ס פאר יעדע טיש איינס מיט קארטפעל און איינס מיט רעיטעך, יעצט שטעלט זיך א קשיא, פארוואס פעלט אויס צו מאכען א לאנגע מעשה ווער דארף וואס? מען ברענגט דאך סייווי אריין אלע ביידע געניג אין נאך?

מגיד: מען גיבט א קיק אויפען זייגער, און אלץ רעזאלטאט כאפט מען שנעל אפ די הגדה אלע קינדער דארפען ציזאמען זאגען די פיר קשיות, און ווען מען האלט שוין ביי די צווייטע קשיא פאנגט דער שווער אן לאמיר איבער חזר'ן די פיר קשיות, מיין שווער באמערקט דארט איינע פון די איידעמער גיבט א קלאטש צינעזאם זיינע הענט פאר מה נשתנה, העי יואל'י וואס קלאטש'טי דארט מיט די הענט, איך ווייס נישט ביי מיין טאטע פירט מען זיך אזוי, איך מיין עס איז א בעלזא מנהג, איי האסט דאך אים שוין פאראיאר געפרעגט, מען כיפערט אזוי אפ ביז רחצה מוציא מצה, און מען קיקט אויפען זייגער און ..... מען האט שוין פארפאסט חצות, פיין דעמאלטס קען מען שוין עסען שטייט, נאך צפון דערמאנט זיך מיין שווער אז ער איז א חזון, מען לייגט אראפ א נשמת צום געדענקען און ביי די צווייטע העלפט הלל איז שוין דער שווער הייזעריג אבער ער גיבט נישט אויף ער חזנות'ט אריין און דער וועלט אריין, און ביי די פערדע כוס שלאפען שוין אלע איידעמער, די שווער'ס קינדער פארשטייט זיך שלאפען נישט איין ווייל די שוויגי ציפט זיי כדאי זיי זאלען אויפשטיין,


איין גרויסע מעלה איז ביי מיין שווער דא וואס ביי מיין טאטע איז עס נישט דא, דאס איז ווען עס קימט די צייט אהיים צו גיין, זענען שוין אלע קינדעלעך אויסגערוהט, משא"כ ביי מיין טאטען שלאפען זיי הערש דעמאלטס איין.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 07, 2008 7:36 pm

קאנאאאאאאאאאאאאאאיייייייייי, WOW אזוי ווייניג ספעלינג טעותים, ס'פאסט נישט פאר דיר, דאס איז נאר געשריבן אז דו זאלסטעך נישט גרויס האלטן.

ס'איז א מעסטער פיעס, אבער כ'האב מורא אז דו האסט געקעטשט פון יגר'ן, צו געבן אזא שארט קאט שפרינג פון מגיד, צו נשמת, ס'איז נישט יושר, צווישן מגיד און נשמת, איז דא א לענגערע אפטיילונג, כ'ווייס אז דיין שווער האטצעך געיאגט, אבער דו, ווי יאגסטו זעך, ס'איז נאך היבש פאר חצות, זיי מוחל, נעם קער.

אבער פאר דערווייל, א מעכטיגע שכוח, ס'איז הערליך אראפ געלייגט, ווען נישט כ'קען דיין שווער, וואלטעך עכט געמיינט אז ס'איז אמת.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 07, 2008 7:40 pm

א פלעינע ראסיסט! אלע שלעכטע זאכען זענען געשען ביי זיין שוויגער, ענדליך ס'לעצטע זאך איז שוין יא א גוטע, דעיס, איז קרעדיט פאר די שווער, ס'איז נישט פער,

באט כענאו, יו דזשאסט קיפ איט אן, און וועגן ראסיזעם, נע מאכט נישט אויס.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:21 pm

לאמיר אלע זינגען, בקרוב נהל נטעי קאנאו...

צו דיין ספעציעלע אריגינעלקייט קען זיך קיינער נישט פארגלייכן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אפריל 07, 2008 8:57 pm

פרינטער; פרינט.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:34 pm

זאג נאר איך הער: מיין שוויגער קענסטו אויך?

די גלייבסט נישט אין איר קארגקייט?

איך וועל דיר אנפלעקען א סוד, די וויין וואס מען טרינקט דארט מאכט מען פון שאלאכטס מיט צוקער,
מען גייט ארום פאר פסח קעלעקטען ביי אלע מענטשען וואס מאכען גרויסע קוואנטעם מאסט בעטען זייער שאלאכטס, צו מאכען וויין דערפון, ווייל עס קאסט נישט קיין געללט האאאאאאא? וואס זאגסטו צו דעים?

די גלייבסט נישט אז זי איז א פארשלעפטע קרענק?

איך קען דיר געבען אדרעסען וואו זיך נאכצופרעגען, איך האב צוויי שוואגערס צו וועם איך קען דיך קענעקטען, אוי איך האב כמעט פארגעסען פון דעם דריטען שואגער, דער קליינער.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:37 pm

איך מוז דיר זאגן, האסט א פעדער א צדיק, ניין, יא דאס אויך, כ'מיין א שווער א צדיק, אזוי זיך צו קענען איינהאלטן?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אפריל 07, 2008 10:39 pm

קאנאו, נאו קאמענטס. ס'קענעך אריין פאלן אין גילו, וד"ל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 07, 2008 11:31 pm

עס דערמאנט זיך די שמאלציגע טעם פונעם פאריעריגן ארטיקל, פארוואס לינקסטו אים נישט אהער?

יישר כח עניוועי, זייער שיין באשריבן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אפריל 08, 2008 9:18 am

קנאי, איך האלט נאך אינמיטן און איך באלעק מיר די פינגער, כוויל נישט אלעס אויסנוצן אין איין טאג, סאו ס'רעשטע לייגט מען אוועק צווישן די צוויי מצות.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אפריל 08, 2008 10:02 pm

קאנאו,

זייער שיין, הערליך, א גרויסן יישר כח.


אפשר ברענגט טאקע איינער די לינק פון פאריאר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 08, 2008 10:13 pm

ס'איז כמעט די זעלבע, נאר פארבעסערט, דא האט איר א לינק.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך אפריל 09, 2008 10:06 am

איי ביסטו זיס קענאוי, איך האב עס אנגעהויבן צו ליינען, האב איך געזען איך מוז מיך אנצייכענען ווי איך האב זייער געשמייכלט [הנאה געהאט האב איך פון יעדעס איינציגע ווארט, אפפפססס, נישט פון די ווארט "שוויגער"... באט, טאקע אמת'דיג שיין].

דא האסטו, לייען עס איבער, וועסט הנאה האבן.. איך זאג דיר..

cano האט געשריבן: און נישט פארגעסען פינעם הערליכען אימברוידערי סעט וואס מען האט באקומען אלץ חתן, דו האסט עס דאך ליב נפתלי נישט אזוי מיין טאטע האט מיר געזאגט אלץ כלה אז דו האסט זיך אזוי שיין באדאנקט דערפאר, ביזט ממש נתפעל געווארען אז אונז האמיר די זעלבע טעיסט נישט אזוי?


און א שלום עליכם פאר יעקב אלי'


די טישען זענען אויסגעשטעלט ווי א פתח חי"ת


איז אנגעגרייט די ורחץ האנטעך וואס מען נוצט אויך ביי רחצה


און א הערליכע סילווער פלעיטיט טעפיל זיצט אינעווייניג


זי ווייסט פונעם סוד אז די בני מלכים שטייען אויף דריי שעה שפעטער


וואס מען האט געקויפט אין השבת אבידה פיר יאר צוריק פשוט ווייל עס איז געווען ביליג, ממש פאר פסח האט זיך די שוויגער געכאפט אז מען קען עס ארויפנייען אויף די קיטעל

און דער הויז געזינד זאגט מיט וואו א קווייער גאנץ קידוש

נאך קידוש לאנט זיך יעדער אן אויף די לינקע זייט און מען טרינקט אויס דעם כוס, חוץ איין פרוי בלייבט זיצען און טרינקט נישט אויס דעם כוס, וואס מיינט עצט ווער איז געווען די פרוי? שטייצעך מיינ'ס, וואס גייט פאר פארוואס טרינקסטו עס נישט אויס, נו נו (זי קען נישט אויסרעדען) זי ווייזט נו אויף די הגדה "שהחיינו" וואס פרעג איך איר וואס שהחיינו, האסט שוין געזאגט ביי די לעכט? שאקעלט זי יא, נו דעמאלטס דארפסטו נישט זאגען, זאגט זי נו נא, נאך א צוויי מיניט נאקענען האב איך געכאפט אז זי האט געמאכט צוויי מאל שהחיינו איינמאל ביי די ליכט און א צווייט מאל ביי קידוש, און זי ווייסט נישט וואס צו טיען, האב איך איר געפסק'ט אז זי מעג יא אויסטרינקען די כוס. [דער ארטיקל פונעם יאר 2008]


מגיד: מען גיבט א קיק אויפען זייגער, און אלץ רעזאלטאט כאפט מען שנעל אפ די הגדה אלע קינדער דארפען ציזאמען זאגען די פיר קשיות, און ווען מען האלט שוין ביי די צווייטע קשיא פאנגט דער שווער אן לאמיר איבער חזר'ן די פיר קשיות, מיין שווער באמערקט דארט איינע פון די איידעמער גיבט א קלאטש צינעזאם זיינע הענט פאר מה נשתנה, העי יואל'י וואס קלאטש'טי דארט מיט די הענט, איך ווייס נישט ביי מיין טאטע פירט מען זיך אזוי, איך מיין עס איז א בעלזא מנהג, איי האסט דאך אים שוין פאראיאר געפרעגט, מען כיפערט אזוי אפ ביז רחצה מוציא מצה, און מען קיקט אויפען זייגער און ..... מען האט שוין פארפאסט חצות, פיין דעמאלטס קען מען שוין עסען שטייט, נאך צפון דערמאנט זיך מיין שווער אז ער איז א חזון, מען לייגט אראפ א נשמת צום געדענקען און ביי די צווייטע העלפט הלל איז שוין דער שווער הייזעריג אבער ער גיבט נישט אויף ער חזנות'ט אריין און דער וועלט אריין, און ביי די פערדע כוס שלאפען שוין אלע איידעמער, די שווער'ס קינדער פארשטייט זיך שלאפען נישט איין ווייל די שוויגי ציפט זיי כדאי זיי זאלען אויפשטיין


איך האב מיך מיט א שורה געמיטשעט, שרייבסט וועגן גיין אין מקוה נאך מעריב פאר'ן סדר, ריכטיג יעדעס יאר ליל ב' פירט מען זיך אזוי, און היי יאר וועט עס טאקע זיין ביידע נעכט, איך וויל נאר פרעגן: איז דא וואס פירן זיך אזוי אפי' ביי די ערשטע סדר נאכט נאך מעריב?

אויב יא, וועט עס זיין א היכא תמצא אז א איד גייט אין מקוה 4 מאל אין טאג!! 1. צופרי 2. פאר'ן מצה באקן 3. פארן זמן 4. פאר'ן סדר.

הצלחה קענוי.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך אפריל 09, 2008 10:49 am

קנהאי, כאב הערשט יעעצט געהאט די פאר מינוט צו ליינען דעם ארטיקעל,
וואט שוד איי טעל יו? איטס גוד, איז נישט די ווארט,
און אזוי ווי יגר האט מיך שוין אויסגעכאפט און אנגעצייכנט ווי ער האט אויסגעפלאצט,
איז נישט איבער געבליבן פאר מיר בלויז צוצושאקלן מיטן קאפ, אז יא ער איז גערעכט כאב אויך
זייער הנאה געהאט פון די סדר נאכט, און שפעציעל ביי די שהחיינו און ביי צפון,
קנאו סופער זייער גוט אראפגעלייגט, ווי אויך ורחץ מיט די כרפס, אלעס א שטיק חן, שכח.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 09, 2008 1:44 pm

יגר;

ערב יום הקדוש איז דא א מנהג ביי חסידים זיך צו טובל'ן 5 מאל, אקעגן די חמש טבילות פונעם כהן גדול בזמן שביהמ"ק היה קיים

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:13 pm

נישט געוואוסט! קרעמער יש"כ



יא, אבער הער, דא איז עס צושפרייט מבוקר עד הערב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 09, 2008 2:16 pm

דארט אויך.

1. פאר כפרות
2. נאך כפרות
3. פאר די סעודה
4. פאר מנחה
5. ביים זמן

(בערך אזוי)

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מיטוואך אפריל 09, 2008 3:04 pm

קרעמער; האסט מיך דערקוויקט. (אלטער בחור; זיי מסביר פאר קרעמער וואס ס'מיינט..)

קענוי; דאס האסטו שוין זיכער נישט געוואוסט אז דיין "סדר-טיש" וועט פארוואנדלט ווערן פאר א בית וועד לחכמים..

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 1:30 pm

או געלאכט / פרינטער פרינט נישט איך וועל עס נאכאמאל איבערליינען טאקע דא אויפן סקרין

אזאנץ און אזעלעכטס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
איך_שמעק
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 5:27 pm
לאקאציע: אין אמעריקא

תגובהדורך איך_שמעק » דאנארשטאג אפריל 10, 2008 2:18 pm

איך מוז דיר זאגן קענוי אז עס איז ריזיג, אבער פארוואס איז עס אזוי נאר ביי דיין שוויגער אין נישט ביי דיין מאמע אפשר ביי דיין מאמע ביסטו ציגעווינט צו אירע משיגעתן, אדער האסטו מוירע צו פארציילן וואס דארט גייט פאר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט