אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שרייבער געזיכט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2020 11:40 am

אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך שרייבער געזיכט » פרייטאג יולי 24, 2020 12:22 am

שיעור א' - אריינפיר

געווען איז דאס פאר זיבן און צוואנציג יאר צוריק, אין די גאר פריע טאג שעות אין א קילע ווינטער טאג, זענען זיך א גרופע אידן צוזאמענגעקומען אין א בית המדרש, נאכן דאווענען איז געפראוועט געווארן א סעודת ברית, ווען די רך הנימול ווערט גערופן אברהם יצחק, די פארזאמעלטע עולם האט ווארעם אנגעוואנטשן פאר ר' שלמה, ער זאל זעהן אסאך נחת פון זיין זון, לגדלו ולחנכו לתורה ולמצוות ולמעשים טובים, עס זאל מקוים ווערן ביי אים תורה וגדולה במקום אחד, א גרינגע לעבן מיט השפעות טובות, זיך האלטן ערליך און ברענגן נחת פאר די עלטערן.
אברהם יצחק איז געווען א זיס באשאנקן קינד, די עלטערן האבן זיך גוט אפגעגעבן מיט אים, און די מלמדים האבן איבערגעגעבן די גוטע גריסן, אז אזאנס האבן זיי ממש בלויז איינס אין יעדע פינף יאר, א קינד מיט אלע מעלות וואס ווארט פאר אים א גוט באשאנקן לעבן, ער מיט זיינע געוואלדיגע כוחות וועט אי"ה שטייגן גאר הויעך.
עס איז אדורך אפאר יאר, אברהם יצחק איז שוין אריין אין כתה ז', דער מלמד ר' נטע בערקאוויטש איז געווען א פלאם'פייערדיגע מלמד וועלכע האט אריינגעבאקן אין זיינע תלמידים אמונה מיט בטחון אינעם אייבערשטען, ווען זיינע תלמידים שלינגן זיינע רייד מיט דורשט, יעדע ווארט איז געזאגט געווארן מיט א ברען וואס האט געשאקלט די הערצער פון די אינגע מוחות. איינע פון די זאכן וואס ר' נטע פלעגט זיי דערמאנען שטענדיג, איז דאס אז מען זאל אריינכאפן יעצט אין די אינגע יארן, דאס איז די צייט ווען מען האט נאכנישט גארנישט קיין דאגות, די מח איז קלאר, די הארץ איז פריילעך, און די מוט איז מער ווייניגער גוט אויפגעלייגט. אבער שפעטער נאך וואס מען האט חתונה, דאן איז שוין גאר אן אנדער געשעפט, מען דארף ברענגן פרנסה, עס איז שוין בכלל נישט דא די מנוחת הנפש און רואיגקייט. "קינדער עטס דארפטס געדענקן אריינצוכאפן, ווייל דאס איז די בעסטע צייט אין ענקער לעבן!!!"
אלעס וואס ר' נטע פלעגט זאגן ביי זיינע דרשות פלעגט אברהם יצחק מסכים זיין, אבער די איין נקודה האט ער זיך אינגאנצן מחולק געווען מיט זיין רבי, דאס איז בכלל נישט אמת, די טאטעס האבן אסאך א בעסער לעבן ווי ער. ער מוז זיצן אין חדר און פאלגן אלעס וואס מען הייסט אים, ביי לאנטש ווען ער שפילט אזוי געשמאק אין הויף מיט די חברים שטייט דער מלמד אין געבט אכט אויף אלעם, אויך שפעטער ווען ער קומט אהיים באפעלט מען אים וואס צו טון, ווען ער דארף עפעס דארף ער בעטן רשות. אבער א גרויסע בחור, אים טיילט מען נישט שטענדיג איין פונקטליך וואס צו טון, ער קען שוין גיין און קומען און אפילו לערנען ביינאכט אין די שפעטע נאכט שעות. און אפגערעדט זיין טאטע איז ווי א פרייע פויגל, ער מוז נישט זיצן אין חדר א גאנצן טאג, ער קען זיך קויפן וואס ער וויל ווען ער וויל. איך ווייס אז דער רבי וויל אונז מאכן גוט שפירן, אבער איך ווייס די אמת ביי מיר... ווען איך וועל זיין א בחור וועט מיר זיין בעסער, און וועל איך וועל זיין א טאטע, דאן וועט עס זיין מיינע בעסטע יארן.
געלאפן איז די לעבן ווייטער א יאר נאך א יאר, די עולם קומט זיך שוין יעצט צוזאם צום סעודת הבר מצוה, ביים אויבן-אן פעלן שוין ליידער צוויי זיידעס וועלכע זענען נפטר געווארן אין די 13 יאר אפשניט, דער בעל דרשן ברענגט שיין ארויס, אז דער בחור וועלכע האט נאך זוכה געווען צו זעהן אט די ערליכע זיידעס, וועט אוודאי גיין אין זייערע וועגן און ברענגן אסאך נחת פאר זיינע עלטערן.
הבחור החשוב אברהם יצחק איז געזיצן און געלערנט פלייסיג, מיט זיין שארפע קאפ איז ער געווען אויסגערופן פון די מצוייינים, זיין נאמען איז געגאנגען זייער ווייט, און תיכף ביי די אכצן יאר האבן די טעלעפאנען אנגעהויבן צוקלינגן מיט אלע סארן פארשלאגן, מיליאנער'ען מיט ראשי ישיבות האבן זיך פארמאסטן ווער עס קען אריינכאפן דעם גאלדענעם בחור צו זיך אין שטוב. אברהם יצחק'ס טאטע האט זיך אפגעגעבן מיט יעדע פארשלאג באזונדער צו אויסקלויבן דאס בעסטע פאר זיין זון, ענדליך איז דאס באשערטע מיידל געטראפן געווארן, דאס איז געווען א געוויסע ארויפגעקוקטע ראש ישיבה וואס האט געהאט א גרויסע ירושה, דאס האט פארמאגן אין זיך ביידע מעלות, די עיקר תורה, אבער עס איז אויך דא די מעלה פון גדולה. נו, וואס איז שייך בעסער פון דעם?
די שמחת התנאים מיט די נאכפאלגענדיגע חתונה זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס שמחה און פרייד, יעדער האט געוואונטשן און געהאפט, אז דער אברהם יצחק זאל טאקע האבן א גרינגע און קליגליכע לעבן, עס זאל אים שטענדיג שיינען און לייכן וואו ער לייגט נאר אריין א האנט אדער א פיס, וועט ער עפענען א ישיבה, זאל עס זיין פון די גרעסטע מתמידים און למדנים, און ווען ער וועט ערגעץ משקיע זיין עפעס געלט, זאל דאס ברענגן גוטע רווחים אין קורצע זמנים, פארשטייט זיך אז א חלק דערפון וועט ער אויסטיילן פאר צדקה.
תיכף די חתונה האט ביי אברהם יצחק אין הארץ אנגעהויבן ווירבלן א שטארקע קשיא, פארוואס האב איך געדארפט חתונה האבן? איך בין א ערליך בחור וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום שייכות מיט א פרוי, אפגערעדט פון רעדן שמועסן און אויסהערן אירע דאגות. מען האט זיך בלויז געדרייעט און פאברענגט מיט די חברים, געשמועסט סיפורי צדיקים מיט דברי תורה און צומאל די נייעס. אוי באשעפער פארוואס האט דאס אויסגעפעלט? וואס איז די תכלית דערפון? פארוואס האסטו אזוי באשאפן די וועלט?
אבער די קשיות האבן זיך ווייט פון געענדיגט, עס איז אדורך בלויז א האלבע יאר פון זיין נייע לעבן נאך די חתונה, און די השגחה עליונה האט אזוי געפירט אז זיין שווער האט מיט א שלעכטע אינוועסטירונג דערלייגט זיין גאנצע ירושה געלט, וויפיל מען האט פראבירט עס צו ראטעווען, איז מען אבער קלאר געווארן צום ביטערן מציאות אז די געלט איז פארלוירן! די שאקל פאר די משפחה איז געווען געוואלדיג גרויס, וואס וועט דא זיין מיט די אלע גאלדענע הבטחות, אבער אויב דער אייבערשטער האט אזוי געפירט, דאן גייט מען מיט דערמיט, מען וועט ווייטער אנגיין מיטן לעבן, בשמחה און מיט א פרייליכקייט.
אברהם יצחק האט פראבירט צו שטיפן ווילאנג ער קען נאר אריינצוכאפן אין כולל, די קומענדיגע צוואנציג יאר זענען דאך די גאלדענע יארן וואס ער האט אלע יארן ביז היינט ארויפגעקוקט אז דאס זענען די בעסטע יארן אינעם מענטשס לעבן. אבער נאך אפאר חדשים איז אים קלאר געווארן די מציאות, אז ער דארף זיך ארויסלאזן אויפן גאס צו ברענגן ברויט אין שטוב. ער האט זיך ארויסגעלאזט זיכן א פרנסה, און ער האט אפגעמאכט ביי זיך מיט א שטארקייט, אז ער גייט נישט האבן קיין פרנסה וואס האט א שייכות מיט דעם טמא'נעם סמארטפון, אפילו לצורת פרנסה וויל ער דאס נישט האבן, ער וויל נישט האבן קיין לעבן מיט נסיונות, דאס איז דאך זיינע בעסטע יארן, און ער גייט האבן א גרינג לעבן ברוחניות ובגשמיות.
אזא געלונגענעם אינגערמאן האט מען שנעל צוכאפט, נאך בלויז אפאר וואכן פון זיכן ארבעט, האט זיך שוין ר' אבברהם יצחק געטראפן דרייוון זיין ווען פאר יענקלס שלעסער קאמפעני, דאס איז א גרויסע קאמפעני מיט פילע היימישע ארבייטערס, ער דארף פארן צו וואו מען שיקט אים, און ער דארף זיך אפגעבן מיט די שלעסער. אבער די ערשטע טאג אויפן וועג צו זיין ארבעט האט אים געכאפט א שטארקע שאקל, סתם צו זיצן ביים רעדל אויף די שמוציגע גוי'אישע גאסן כאפט דאך א פחד, דאס גאנצע מענטשהייט איז פארדארבן אן קיין שום אייגענע סעלף רעספעקט, ער געבט שנעל א קוק אראפ, און אזוי אויך ביים צווייטן אפשטעל, אוי באשעפער! טאטע אין הימל! וויאזוי וועל איך דאס קענען ביישטיין די קומענדיגע יארן צו ארויסגיין יעדען טאג אויף די גאס צו ברענגן פרנסה אין שטוב?! פארוואס האט דאס אויסגעפעלט צו זיין אויף דער וועלט מיט אזעלכע ביטערע נסיונות?!
די נסיונות האבן זיך קיינמאל נישט אויפגעהערט, יעדן טאג איז געווען א פרישע התגברות פון אברהם יצחק זיך צו שטארקן אויף וואס ער קוקט. כאטשיג עפעס אין הארץ האט אים פראבירט איבערצורעדן אז עס איז נישט אזוי געפערליך, בלויז איין מאל... מארגן וועל איך דיר שוין נישט בעטן צו קוקן... האט ער אבער יא געוואוסט די אמת, און זיך געהאלטן דערצו.
אדורך איז נאך אפאר יאר, איין טאג אין א קילע ווינטער טאג, זענען זיך א גרופע אידן צוזאמענגעקומען אין א בית המדרש, נאכן דאווענען איז געפראוועט געווארן א סעודת ברית, די פארזאמעלטע עולם האט ווארעם אנגעוואנטשן פאר ר' אברהם יצחק אז ער זאל זעהן אסאך נחת פון זיין זיבעטע זון, לגדלו ולחנכו לתורה ולמצוות ולמעשים טובים, עס זאל מקוים ווערן ביי אים תורה וגדולה במקום אחד, א גרינגע לעבן מיט השפעות טובות, זיך האלטן ערליך און ברענגן נחת פאר די עלטערן.
מיט אזא קינדער געבענטשטע פאמיליע, איז מען איין טאג געווען ביים דאקטער, די צווייטע טאג ביים דענטיסט, און די דריטע טאג ביים גלעזער געשעפט, פארנומען ב"ה מיט זיינע קינדער טאג און נאכט, שטענדיג פארנומען מיט עפעס, און מיט ווייניג יושב הדעת ווען עס קומט צו זיין קביעות'דיגע נאכט-שיעור.
די זאך ווערט זייער קלאר פאר אברהם יצחק, שוין גענוג געווען, איך וויל צוריקווערן א אינגל אין חדר!! אן קיין דאגות!! אן קיין שוועריקייטן!! און אן קיין נסיונות!!
באשעפער, פארוואס האסטו אזוי באשאפן די וועלט? פארוואס בין איך אברהם יצחק דא אראפגעקומען? וואס איז מיין ציל מיטן זיך דרייען דא פאר זיבעציג יאר? וואס איז די פשט אז איך האב שטענדיג נסיונות זיך צו דארפן שטארקן אויף זיי? און מיין עיקר קשיא, וויאזוי קען איך מיר שטארקן אויף אלעס? וויאזוי קען מיין מח זיין קלאר און שטארק אזוי איך זאל נישט שטענדיג צוריקפאלן מיט מיינע גוטע קבלות?




טרעפט איר זיך אין אברהם יצחק'ס פאזיציע??
האט איר ענליכע קשיות אין מח צו דאס וואס ר' אברהם יצחק האט זיך געטראפן??
צו באדערט דיר צומאל וואס עס איז דיין תכלית דא אויף דער וועלט??
פילסטו אז דיין לעבן גייט דיר נישט לויט וויאזוי דו ווילסט באמת??



-אויב איז דיין תירוץ "יא",
דאן ווארט אויף די קומענדיגע קאפיטל...

שרייבער געזיכט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2020 11:40 am

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך שרייבער געזיכט » פרייטאג יולי 24, 2020 12:23 am

שיעור ב' – די וויכטיגקייט פון פארשטיין

פאר מיר וועלן דאס אויסשמועסן ווייטער, צו פארשטיין געבן איבער די אויבנדערמאנטע שאלות, וועלן מיר קודם אויסשמועסן אביסל די וויכטיגקייט פון דעם:
עס איז אמאל געווען א גוי וועלכער איז ארויס פון סקול, ער האט זיך איבערגעטראכט זיין פלאן פאר די לעבן, און אפגעמאכט אז ער גייט ווערן א דאקטער! דאס איז א גוטע פרנסה מיט א גרויסע פרעסטיש. אומר ועושה, מען שרייבט זיך איין אין קאלידזש און מען הייבט אן זיך צו לערנען. עס איז אדורך א האלבע יאר, ווען איין טאג שפאצירט ער אין גאס אין זעהט ווי א אינשעניר ארבעט פארנט פון א געביידע, ער טראכט צו זיך, דאס זעהט מיר אויס היבש גרינגער און געשמאקער, מען דארף זיך נישט דרייען צווישן קראנקע. אומר ועושה, ער הייבט זיך אן צו לערנען דעם פאך, און צוביסלעך כאפט ער עס אויף וואס מען דארף אלס וויסן. עס גייט אדורך דריי חדשים, ווען איין טאג כאפט ער א טעקסי צום אנדערן עק שטאט, ער טראכט א מינוט אריין, פארוואס זאל איך ארבעטן שווער אויף די גאס, ווען איך קען מיר דרייוון אין מיין אייגענע ליפטיגע אויטא און מאכן שיין פרנסה. אומר ועושה, מען ארבעט צו באקומען טעקסי-לייסענס, און מען לאזט זיך ארויס אויף די וועגן!! איין טאג זעצט זיך אריין איינער אין זיין אויטא, און אויפן וועג כאפט מען א פריינטליכע שמועס, יענער פארציילט אים אז ער איז אן אינשורענס-אגענט, נאכן אויסהערן אלע דיטאלן, מאכט ער אפ ביי זיך, אז דאס וועט זיין די ריכטיגע פרנסה, מען דארף בלויז איבעררעדן איינעם צו מאכן א פאליסי, און מען מאכט גרינגערהייט אסאך געלט...
אויך איז געווען א צווייטער גוי, נאך א שווערע טאג ארבעט איז ער געפארן אויפן וועג אהיים, אבער אויף זיין זייט אויפן הייוועי איז געווען א שווערע טרעפיק בעת ווען די אנדערע זייט איז גוט געפארן. נו, וואס טוט מען? א פשוטע עצה, מען דרייעט זיך ארום צו די אנדערע זייט און מען פארט אויף א שנעלע ספיד. א מחיה...
האסטו דיר אמאל אויפגעפירט ווי איינע פון די צוויי גוים? איך האף אז נישט...
פארוואס טאקע איז נישט דא קיין סאך אזעלכע?
לכאורה זייער פשוט, ווייל ווען א מענטש ווייסט וואו און וואס זיין ציל איז, טוישט ער נישט אזוי שנעל אפילו עס גייט שווער, און אפילו די אנדערע זאך זעט אויס געשמאקער, מען טוישט די ריכטונג אויפן הייוועי ווען מען פארט ארויס אין קאנטרי און עס הערשט א שווערע טרעפיק, און מען טוישט נישט קיין ארבעט יעדע שני וחמישי.

נאך א מעשה:
ר' חיים איז געווען א איד וועלכער האט אפגעמאכט צו עפענען א גרויסע געשעפט, פארשטייט זיך א צו אויפבויען א גוטע געשעפט וועלכע זאל מיט די צייט ברענגן שיינע פארדינסטן, דארף מען ארבעטן שווער, עס נעמט אסאך שווערע ארבעט און געדילט ביז זאכן ווערן מסודר, און בסייעתא דשמיא קען מען דערנאך ארויסנעמען שיין געלט.
ר' חיים האט אבער געוויסט אז עס לויענט זיך, מען ארבעט שווער אפאר יאר, אבער נאכדעם איז עס האפנטליך געשמאק, ווען די מענעשיר וועט שוין קעיר נעמען פון די גאנצע ביזנעס, און ער וועט בלויז דארפן ציילן די געלט וואס קומט אריין. די ערשטע פאר יאר זענען אבער געווען ביטער שווערע, ר' חיים האט געארבעט פון פארטאגס ביז ביינאכט, און אין שטוב איז ממש נישט געווען קיין ברויט צו עסן, דאס גאנצע געלט מיט כוחות האט ער משקיע געווען אין זיין ביזנעס! גארנישט איז אים געווען שווער, ער האט געוויסט אז אלעס לויענט זיך צו אויפבויען דעם געשעפט און זיין א עושר.
אזעלכע סארט מענטשן ווי אונזער ר' חיים, איז פארהאן אין די טויזענטער, יעדע מענטש וועט פאר די זאך וואס ער האלט אז עס לויענט זיך און עס וועט אים ברענגן א גוט לעבן, גרייט צו מקריב זיין אסאך פון זיינע באקוועמליכקייטן, און פילע שוועריקייטן וועלן אים זיין גרינג.




וואס מיר נעמען ארויס פון די אויבנדערמאנטע מעשיות:
1) ווען א מענטש איז באמת קלאר מיט זיין ציל, דאן טוישט ער נישט יעדע שטיק זייט זיין ציל!
2) ווען א מענטש איז באמת קלאר מיט זיין ציל אז דאס איז שטארק פאר זיין טובה, דאן באקומט ער שטארקע כוחות דאס דורכצופירן, און די שוועריגקייטן אויפן וועג זענען אים בכלל נישט קיין אפהאלט, ער וועט זיך אויף אלעם שטארקן!

נו, אויב אבער האסטו די אויבנדערמאנטע קשיות (שיעור א'), דהיינו דיין ציל איז דיר נישט קלאר, אויב אזוי וויאזוי טאקע קענסטו זיך שטארקן ווען עס קומט א נסיון? וויאזוי קענסטו האבן א צופרידן לעבן? און אזוי ווייטער.



פארזעצונג קומט אי"ה!

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך ראש המערכה » פרייטאג יולי 24, 2020 12:24 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-לאאקונג פארווארד. שיין ארויסגעברענגט!

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך מארגן » פרייטאג יולי 24, 2020 12:57 am

זייער גוט ארויסגעברענגט איך ווארט אויף די קימידיגע
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך ניין און יא » פרייטאג יולי 24, 2020 2:19 am

Wow Wow strong points
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך העלאו » פרייטאג יולי 24, 2020 6:41 am

יא עס איז טאקע געווען שרייבער געזוכט
אבער נאכן ליינען האב איך מחליט געוועהן איך נעם אייך אויף אלס שרייבער
פון יעצט און וייטער קענט איר שרייבן דא אויפן וועלטל וויפיל איר ווילט

שרייבער געזיכט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2020 11:40 am

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך שרייבער געזיכט » פרייטאג יולי 24, 2020 4:18 pm

שיעור ג' – זיי נישט קיין לויער!

איידער איך גיי ווייטער, פיל איך פאר וויכטיג צו מקדים זיין נאך א וויכטיגע הקדמה:
עס איז געווען אמאל מיט עטליכע יאר צוריק ווען איך האב געהאלטן א חיזוק שמועס פאר א חבורה עלטערע בחורים זיך צו שטארקן אויף די נסיונות ברוחניות און בגשמיות, יעדער האט אויסגעהערט און הנאה געהאט, און פון צייט צו צייט האבן בחורים אריינגעפרעגט זייערע שאלות. איך גלייך דאס, וויבאלד עס געבט צו א פרישקייט צום שיעור און דאס איז נישט אויף א אופן ווי מען דארף עס מקבל זיין כתורת משה מסיני, און אדרבה איך קען שטערקער ארויסברענגן מיינע נקודות אזוי אז יעדער זאל דאס גוט פארשטיין.
איז אבער געווען איין בחור, וואס אויף יעדע זאך וואס איך האב געענדיגט זאגן, האט ער געהאט שטארקע סברא פונקט אויף פארקערט... אנפאנג האב איך אים געענטפערט געלאסן, צוגעלייגט נאך א משל מיט נאך היסבר. אבער ווען דאס האט אנגעהאלטן ביי יעדע זאך, האב איך אים געזאגט, "הער מיך צו שלומי, זיי א דשאדזש, און זיי נישט קיין לויער!"
דהיינו, א דשאדזש הערט אויס ביידע טענות מיט א קלארקייט, ער נעמט זיך דערנאך אפאר טעג עס גוט דורך צו טראכטן מיט יושב הדעת, און ער פרובירט מיט זיין שכל צו זיין ווי מער יושר'דיג אינעם יעצטיגן מצב, ער פרובירט צו ניצן זיין שכל גראד, און לויט דעם געבט ער ארויס זיין ענדגילדיגע פסק. אבער א לויער קאפ איז גאר אנדערש, ער דארף קענען טראכטן אויף אלע פאדרייעטע אופנים אז זיין קליענט איז נישט שולדיג, אויב זיין קליענט האט גע'גנב'עט, דארף ער אויפקומען מיט שטארקע און אפילו לאגישע טענות, אז עס קומט פאר יענעם "גארנישט" קיין שטראף. איז יעצט ווען דו הערסט מיר אויס, "זיי א דשאדזש!" הער אויס מיינע רייד אויב זיי זענען ריכטיג, "און זיי נישט קיין לויער!" טראכט נישט אויף יעדע זאך וויאזוי מען קען טראכטן פארקערט.


די סיבה פארוואס געוויסע מענטשן טראכטן פארקערט, איז באמת בעיקר צוטיילט אין דריי חלקים:
1) אסאך מענטשן ווען זיי הערן פון איינעם עפעס תוכנ'דיגע רייד, מיינען זיי אז זיי דארפן ווייזן אז זיי זענען אויך קליג, און כדי דאס צו ארויסווייזן, פעלט זיך אויס צו טראכטן פארקערט, און זאגן פאר יענעם, "דו ביסט נישט גערעכט! עס איז פונקט פארקערט!"
2) עס זענען דא מענטשן וואס האבן באמת נישט קיין גראדע שכל, און זיי האלטן באמת פארקערט פון וואס זיי הערן, כאטש אלע ארום אים האלטן פארקערט, איז ער אבער שטארק מיט זיך, אז ער איז גערעכט און יעדער איז פאדרייעט.

איז וויאזוי ווייסט מען טאקע ווער עס איז גערעכט?
מיין חבר האט געלערנט אין ארץ ישראל און זיך אסאך געדרייעט ביי הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, יעדע שאלה וואס ער האט געהאט, איז ער אריין אל הקודש פנימה און אנגעפרעגט וואס צו טון. ויהי היום אז ער איז ברוך ה' א חתן געווארן און זיך געגרייעט צוריק אהיים פארן צום חתונה און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, איז ער פארשטייט זיך אריין זיך געזעגענען, און געפרעגט, "ביז יעצט יעדע שאלה בין איך דא אריינגעקומען און געפרעגט וואס צו טון, אבער וואס זאל איך טון נאך מיין חתונה ווען איך וועל האבן שאלות?" האט אים הגה"צ ר' יעקב מאיר געענטפערט, "דו זאלסט שטענדיג טראכטן וואס עס איז ריכטיג, און אזוי זאלסטו טון." האט ער אבער ווייטער געפרעגט, "ווען איך האב א שאלה מיינט דאך דאס אז איך ווייס נישט וואס עס איז ריכטיג...".
אויף דעם האט אים הגה"צ ר' יעקב מאיר געענטפערט גאר א שטארקע און וויכטיגע יסוד, "ווען א מענטש האט א שאלה איז רוב מאל דא אריינגעמישט זייטיגע נגיעות וואס דאס שטערט אים צו מאכן די ריכטיגע החלטה, פרוביר אוועקצושטיפן אלע אייגענע נגיעות וועלכע דו קענסט האבן, און נאכדעם זאלסטו מאכן דיין החלטה לויט וויאזוי דו האלטסט עס איז ריכטיג."
דאס איז זייער א שטארקע ווארט, לייג אוועק דיינע אייגענע נגיעות!!! דאס אז עס איז פארהאן א צווייטע וועג פון טראכטן, מייענט אוודאי נישט אז דאס איז ריכטיג. הער אויס וואס יענער זאגט, און אן קיין שום נגיעות טראכט אויב יענער איז גערעכט, דאן ווען מען טראכט אויף אזא אויפן, געווענטליך קען מען וויסן ווער עס איז גערעכט. (פארשטייט זיך אז פאר נומבער צוויי העלפט דאס נישט, אבער עכ"פ ביי רוב מענטשן...)


3) ווען א מענטש הערט עפעס וואס איז קעגן דאס וואס ער טוט, וועט ער פארשטייט זיך האלטן אז יענער איז נישט גערעכט. דאס איז באמת זייער א שטארקע סיבה פארוואס מענטשן האלטן עפעס פארקערט. נישט ווייל ער האט גענומען די פאר מינוט צו באמת אריינטראכטן וואס עס איז גערעכט, נאר היות ער טוט אזוי, און ער האט נישט די כח זיך צו טוישן יעצט, ווייסט ער שוין אוודאי מיט א קלארקייט אז יענער איז נישט גערעכט.
דאס איז דאך די טבע פון א מענטש, עס איז זייער שווער צו הערן עפעס קעגן זיך, און נאכדערצו עפעס וואס פארלאנגט פון אים זיך צו טוישן מיט עפעס. ווען א שוואכע בעל תפלה דאווענט פארן עמוד, און דער עולם געבט אים דערנאך "יישר כח'ס", נעמט ער דאס אן מיט א ברייט הארץ און ער קווועלט פאר פריידט אז די גאנצער עולם האט אנערקענט אז ער איז א שיינע בעל תפלה... אבער ווען עס קומט אויף פארקערט צו הערן עפעס וואס טויג נישט, דאן ארבעט י מח פיבערהאפטיג זיך צו פארטייטיגן אויף אלע מיני אופנים.
פאר די מענטשן איז וויכטיג צו וויסן, אז טאקע דאס אז עס באדערט דיר אזוי שטארק, טאקע דאס מיינט אז דיין מח ווייסט באמת אינעווייניג אז יענער איז גערעכט!! דעריבער טענה דיך נישט און פראביר נישט ארויסצוווייזן דיין חכמה, ווייל יעדער ארום דיר כאפט אז דו רעדסט נישט גערעכטע רייד!!




וואס איך וויל מיט דעם אלעם ארויסברענגן, אז אי"ה איך וועל מיינע קומענדיגע שיעורים פרובירן אראפצושרייבן ווי מער קלאר ארויסגעברענגט, נישט צו לאנג און נישט צו קורץ, אויב האסטו הנאה דערפון, דאן אוודאי קענסטו געבן דיין פידבעיק. אויב האסטו עפעס א שיינע הוספה, אוודאי קענסטו עס צולייגן, און האפנטליך וועט מען הנאה האבן דעפון. אויב אבער האסטו אויף עפעס א סברה פארקערט, דאן איז בעסער אויב דו שרייבסט עס נישט... ווייל איך ווייס אויך אז עס איז דא א אנדערע צד צו טראכטן, אבער איך האב אויסגעקליבן מיין צד... און אויב קענסטו דיר נישט איינהאלטן, דאן קענסטו עפענען א אייגענע אשכול, לדון ולהורות כדרכו של תורה.

למעשה בין איך עלערשיג צו נארישע טענה'רייען אהין און צוריק, ווען יעדער האלט זיך צו זיינס אן אריינטראכטן אויב אפשר דער צווייטער איז גערעכט. אויב דו האסט שוין געזאגט דיין מיינונג און יענער זיין מיינונג, פעלט נישט אויס צו פראבירן יענעם צו איבעררעדן, גענוג אז דו האלטסט אז די ביסט גערעכט.

איך האף אז דער עולם וועט זיך טאקע איינהאלטן...
יישר כח


פארזעצונג קומט אי"ה!!

שרייבער געזיכט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2020 11:40 am

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך שרייבער געזיכט » זונטאג יולי 26, 2020 3:06 pm

דער גלח פון שטאט אייבשיץ האט זיך געמיטלעך שפאצירט אויף די גאסן פון שטאט, אינמיטן באמערקט ער דעם אידישן ראבינער ר' יהונתן אייבשיץ, זיי לאזן זיך אריין אין א געשפרעך, ווען אימיטן פרעגט דער גלח פון רבי יהונתן, וויאזוי קען דאס זיין אז ענק אידן זענען גערעכט מיט ענקער רעליגיע, מיר זענען דאך די רוב, און עטס זענטס דאך אסאך ווייניגער, מיר האבן דאך אזויפיל געלערענטע מענטשן, נו אוודאי זענען מיר גערעכט.

רבי יהונתן ענטפערט תיכף פארן גלח, געב מיר אפאר מינוט און איך וועל דיר עפעס ווייזן זייער אן אינטערסאנטע זאך!
ער קוקט ארויף צום הימל און ווארט אפאר מינוט, און נאך אפאר לאנגע מינוט ווארטן, רופט זיך ר' יהונתן אן מיט עקסטאז, אה איך זעה דארט מלאכים פליען! דער גלח זעהט דאס אויך?
דער גלח קוקט שנעל ארויף, ער קוקט זיך גוט איין אויפן הימל, און וואונדערליך, יא! איך זעה אויך זאכן וועלכע פליען דארט ארום!
זיינע באגלייטער האבן זיך אלע אויך שנעל איינגעקוקט אינעם בילד, און יא, זיי זעהן עפעס זיך ארומרוקן דארט צווישן די וואלקענעס! זיי זעהן אלע די מלאכים דארט ארומפליען!
די קיפקע איז שנעל געוואקסן, יעדער וואס האט געזען דעם גלח מיט אידישן ראבינער ארויפקוקן צום הימל און הערנדיג אז מזעהט גאר מלאכים, האבן זיך צוגעשטעלט, און נאכן זיך גוט איינקוקן, האט עס יעדער געקענט זעהן! וואנדערליך!! וואונדערליך!!
רבי יהונתן געבט זיך א בייג צו צום גלח און זאגט אים שטילערהייט אריין אין אויער, 'איך זעה אבער גארנישט'.
דער גלח איז געווארן אינגאנצן פארשעמט, יא מען קען אונז אזוי שנעל איינרעדן שטותים און יעדער גלייבט.


אדורך איז זינט יענע מעשה אפאר הונדערט יאר,
געוויסע זענען געווען פארנומען ווי קליג די וועלט איז אין 2020, עס איז א אפענע וועלט, מען קען שוין קיינעם גארנישט איינרעדן.
איז געקומען עפעס א קורונע, מען האט איינגערעדט אז ווער עס באקומט עס שטארבט נאך געציילטע טעג, און יעדער דארף גיין מיט מאסקעס!
די צווייטע האלב מעשה קען יעדער איינער.... עס דרייען זיך ארום בריות מיט מאסקעס און ווערן כמעט דערשטיקט צום טויט אין די היצן....


די תירוץ איז זייער פשוט, עס איז דא אמתע קליגשאפט, און עס איז דא פאלטשע קליגשאפט,
די שכל און חכמה וואס א איד פארמאגט, דאס קען מען נישט טרעפן ביי קיינעם אנדערש, ביי קיין שום פאלק.
און דאס קומט פון איין זאך, פון לערנען די תורה הק', וואס דאס טוט אויסהייליגן דעם מענטש, צו טראכטן אויף א ריכטיגע וועג.
ווען מען רעדט צו א תלמיד חכם וועלכע האט געלערנט אסאך, פילט מען אז מען רעדט דא צו א מענטש וואס האט א ספעציעלע סארט שכל.
לאמיר טאקע אין די טעג מוסיף זיין אין לימוד התורה מיט קיום המצות, און זיך אפלאזן פון די גוי'אישקייטן וועלכע זענען פיסט און נאריש.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אוי וויי געוואלד!! פארוואס בין איך דא אויף דער וועלט?

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יולי 26, 2020 7:51 pm

זייער שיין געשריבן
מיר ווארטן צו הערן די הסבר אויף די ענין פון נסיונות האדם
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט