טאגבוך: סדר נאכט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

טאגבוך: סדר נאכט

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 3:20 pm

אההה... די נאסטאלגישע געפילען וואס באנעמען דעם מענטש, ווען עס דערנעטערט זיך דער הייליגע יו"ט פסח איז דאך אומבאשרייבליך, דיו אילו ימי וכו', אבער דאך עטליכע קליינע אינטערסאנטע באמערקונגען וועט אפשר זיין עטוואס אינטערסאנט פאר געוויסע פארשוינען, לוינט זיך עס צו פארצייכענען.

ווי באקאנט, די הייליגע סדר נאכט הויבט זיך דאך אן מיטן "מחלקין לתינוקות קליות ואגוזים בערב פסח כדי שלא ישנו וישאלו", האט מיר אלעמאל געעגבערט אין קאפ, ס'טייטש, זייט ווען קויפט מען אפ די קליינטשיגע מיט אביסל פארברענטע-פארטריקנטע ווייצלעך און ניסלעך? [אגב, רבינו שמואל החסיד איז מסביר אז דאס איז געווען א מין ספעציעלע געקעכץ וואס מען פלעגט עסן אין די ספרדי'שע מקומות פאר א קינוח סעודה, עי' ברשב"ם פסחים קט.], און וואס מיינט דאס "וישאלו"? דער עיקר איז דאך "כדי שלא ישנו", אז זיי זאלען נישט איינשלאפען, און אז מען שלאפט נישט, פרעגט מען שוין "מה נשתנה", אבער וואס האט די "קליות ואגוזים" מיט די קשיות?

אזוי האט דאס אנגעהאלטען, עד שדרשה רבינו הגדול רב מרדכי בן הילל (אין ספר המרדכי פרק ערבי פסחים), זאגט ער מיט א פשטות (איך האב נישט די לשון המרדכי דא פאר מיר, וועל איך נאר שריייבען כפי המונח בזכרוני), אז דער חידוש איז דא אז געווענליך ווייסען מיר אן הלכה אז מען טאר נישט שפילן אין שבת ויו"ט - און עס איז דא א דיעה אז אפילו בחול טאר מען נישט, און אפילו נישט מיט די אייגענע משפחה - מיט ניסלעך, מנה גדולה נגד מנה קטנה, משום קוביא, (עי' או"ח הל' שבת סימן שכ"ב סעיף ו) האט מען אבער דא אין יו"ט פסח עס יא מתיר זיין, אזוי אז די קינדער וועלן זיך וואונדערן, וואס עפעס איז אנדערש היינט נאכט יו"ט פון אלע אנדערע ימים טובים, אזוי וועלן זיי אויפכאפן אויך די אנדערע שינויים, און זיי וועלן פרעגן מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות, ס'טייטש די קינדער ווייסען דאך אויך אז היינט נאכט איז פסח, איז עס דאך אנדערש פון סתם א וואכען טאג, נאר דער קשיא איז אז עס איז אנדערש פון אלע אנדערע יו"ט נעכט (לויט דעים איז אויך פארשטענדליך פארוואס זיי וועלן אויפזיין ביז שפעט, ווייל דאס וועט זיי פארשפילען ביזען סדר).

בקיצור, געענדיגט שפילען די "געים", קינדערלעך גענוג געווען, שטעלט ענק אויף, טאטי איז שוין דא, יעדער קומט שוין צו גיין, "קדש"! מען הויבט אן ביים אינגסטען: זאג הויך "קדש", און ער זאגט הויך: "קדש, ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן דעים ווייסען 'היטל' און ער מאכט שנעל קידוש...", ווי פארשטענדליך כאפט ער ניטאמאל פארוואס דער גאנצע עולם זיצט און שמייכעלט זיך אונטער...

יעדער זיצט זיך אזוי באקוועים אויפן פלאץ, און ווארט מען זאל אים קומען אנגיסען די כוס ווי א ברייטע פריץ, די קליינע מיידל פון די פאמיליע שלעפט זיך מיטן באטל 'פארפרוינע מאסט' און גיסט אן פאר יעדן די 1'טע כוס, אבער די מאסט איז דאך נאך האלב פארפרוירען, און ווי געווענליך איז נאר דער דרויסענדיגע חלק אויפגעלאזט - מערסטענס טייל די זיסע חלק פון די מאסט - וואס דאס גיסט מען יעצט אריין אין 'כוס', וואס אין 2 מינוט ארום גייט דאס אזוי אנרייצען דעים מאגען, אזש די כרפס וועט שווימען אין א ים פון רויטע צוקער... און דער איבערוויגענדגע טייל פון וואסער איז נאך הערמעטיש פארפרוירען אינדערמיט פונעם באטל, וואס וועט שפעטער אנמאכען פראבלעימען ביי די שפעטערע כוסות... ווי ווייטער באריכטעט.

פאר קידוש אבער נעמט דער פלאץ דער "אגרת רבי שמשון אסטרופוליער זי"ע", וואס ביים סוף פונעם בריוו איז ער מבטיח כל טולב וטויב פאר ווער עס וועט עס זאגען כאטש איינמאל א יאר, ובפרט אין ליל פסח. די קינדער זיצען אומגעדולדיג, פארשטייען נישט וואס עס מיינט דארט די דע"ב צד"א כשח"ב, און אלע אנדערע 'קאוד'ס' וואס דער טאטע זאגט דארט מיט אזא פלייס און ברען.

געפארטיגט מיטן קידוש, מען האלט שוין ביי "ורחץ", מען ברענגט אריין דעם לעוואר מיטן סילווער-פלעיטעט-טעפל, און די קליינטשיגע מיידל שטיפט זיך צו הערן ווי מען "מאכט נישט" די ברכה "על נטילת ידים", שפעטער לויפט זי אונטערן מאמעס פארטוך, און רעדט זיך אפ אז זי האט גארנישט געהערט... איר לערערין האט איר אויסגע'נער'ט...

יעצט קומט "כרפס", אויפן טיש ליגט א טעללער אנגעפולט מיט געקאכטע קארטאפעל, שווארצע און ווייסע רעטאך, די ערוואקסענע פארלאנגען אויסדרוקליך רעטאך, די אינגערע בעטן קארטאפעל, און די קליינטשיגע ווילען נאר האבן פון ביידע, עס העלפט נישט קיין מודינו ופצלינו מסביר זיין אז עס מוז זיין ווייניגער פון א כזית, זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס ביי די מצות איז א כזית "אזוי גרויס", און ביי כרפס ווערט עס "אזוי קליין", גיי זיי זיי מסביר אז עס האט געלעבט אויפן וועלט אזא גאון ווי דער חזון איש ז"ל, און הגאון רבי אברהם חיים נאה ז"ל, זיי וועלן מיר אנקוקען ווי אראפ פון די לבנה... עס איז דא גענוג וואס צו פארציילען ביים סדר נאכט, מען דארף דאך נאך עסן די כזיתים אפיקומן פאר חצות!

ביי "יחץ" שפילט זיך יעדעס יאר איבער דער זעלבע שפיל, אויפצולאכעס, זענען ביידע שטיקלעך אייניג ווי צוויי טראפן וואסער, און עס הויבט זיך מעסטערייען וועלכע איז מיט א סענטימעטער גרעסער אדער קלענער, דער פרישער איידעם מיט קוים שתי שערות אין דער בארדע - וועלענדיג זיך מאכען פאר א גאנצע תענית חלום - מורמעלט זיך אונטער, עה... מדידה ביו"ט? אבער, יענקי - דער אינגע שוואגערל זיינע - רוימט אריין אין אויער: עס איז א מדידת מצוה... ער ווערט אביסל פארויטעלט, האפט אז קיינער - חוץ יענקי - האט נישט אויפגעכאפט וואס ער האט דא געזאגט, און דא שטעלט עס זיך אפ.

דער בעל-הבית נעמט דעם מצה אויף דער איקסעל, און הויבט אן ארומגיין, זאגענדיג:" אזוי זענען די אידען ארויס פון מצרים!", אלע שטעלן זיך אויף צו גנב'ען די אפיקומן, גרויסע און קליינע, מיטליעריג, און ווער נישט. עס העלפט נישט די הבטחות פון די מאמע, אז אלע וועלן קענען בעטן אפיקומן, נאר אלע שטופען זיך צו גנב'ן די אפיקומן, כאילו דאס זיין א פעקל בריליאנטען. ענדליך האט עס דער עלטסטע שוואגער פארכאפט, אונטערמורמעלענדיג: "כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו", דערהערענדיג אבער די כליפערייען פון די קליינווארג, איז זיין הארץ פול געווארן מיט רחמנות און עס זיי איבערגעבן פאר אלע אינאיינעם, וואס זענען צוזאמען עס געגעאנגען באהאלטן, ווען די מוטער שרייט נאך: גוט אבאכט, נישט לייגען אין טוילעט (אזוי ווי פאראיאר) אדער אויפן פלאר (ווי פאר צוויי יאר).

"מגיד", מען זאגט די הגדה פון "הא" אדער "כהא" לחמא עניא, ביז גאל ישראל. מען נעמט אראפ די זרוע מיטן ביצה, און מען הויבט אויף די קערה, און מען לאדענט איין די געסט זאלן קומען מיטהאלטען די סדר, און טיף אין הארצען קלערט מען און מען האפט אז קיינער הערט זיך נישט אונטער הונטער די פעסטער און וועט אריינקלאפען צו קומען מיטהאלטען די סדר, מען האט דאך נישט צוגעגרייט, העכסטענס האט ער געקענט נעמען פון די "קמחא דפסחא" ווי מען האט אריינגעשליידערט אפאר דאללאר פאר יו"ט.

ענדליך זאגט מען שוין די הגדה מיטן ספעציעלן חירות'דיגן ניגון, יעדער פרובירט צו זאגען די תורות וואס ער האט געהערט פון זיין רבי, איינער כאפט א דרימל, א 2'טער בליקט אריין אין די 'בעק' פון דער הגדה, ווי עס שטייט פירושים ע"פ סוד, אבער דער זייגער נעמט נישט קיין רוה, עס גאלאפירט מיט א מורא'דיגען שנעלקייט. ענדליך האט מען שוין פארענדיגט דער הגדה, אפגעזאגט 'מן הזבחים ומן הפסחים', דא קומט צו גיין "רחצה", די געמיטער ווערן שוין אביסעלע אויפגעהייטערט, נאך אביסל און עס קומט שוין שו"ע. מען גרייט זיך צום סעודה, דער עלטסטער איידעם וועקט זיך שוין אויף פון זיין דרימל, דער אינגסטער קוקט שוין נישט אזויפיל אריין אין זיין נייעם לעדערנעם הגדה, וואס ער האט נארוואס באקומען א 'פרעזענט', און יאלא, מען גייט זיך וואשען, און די קליינטשיגע פארגעסט נישט אנצוזאגען יעדן, אז יעצט "מאכט מען יא" די ברכה ענ"י.

"מוציא מצה", די קליינטשיגע ווייסט נישט פון קיין וואשען צו זאגען, און זי רעדט אויס "מוציא מצה", מען נעמט... פון אלע זייטען הערן זיך: ששש... נו,,, נא!!! זי ווייסט נישט וואס מען וויל פון איר לייב און לעבן האבן, זי ברעכט אויס אין א געוויין, כליפענדיג אויף די פרישע מצה ארויף, און איר קליינע שוועסטערל מערקט אן אז די מצה ווערט נעבעך געבראקט, און זי זאל אויפהערן צו וויינען, זי ווערט שוין אינגאנצען צומישט, הערנדיג אזויפיל נייע טערמינען אין איין שעה.

"מרור" עס איז א מצוה צו עסן מרור, עס ליגט שוין צוגעגרייט די לעטאס מיט די שארפע חריין אויפן טיש, יואלי ווייזט אין זיין פיקטשער הגדה שטייט א בילד ווי א יונגעל רייבט מרור (עס איז נאכנישט געווען די עלעקטראנישע מאשינען ווי היינט) און זאגט: "טאטי, מיין אויגען ציפט!", און דער טאטע ענטפערט צוריק: "מיין קינד, די אידען אין מצרים האבען געהאט גרעסערע צרות ווי דאס!". - די קליינטשיג פארלאנגען נאר די "לעטאס", די חריין ציפט! איך קען עס נישט עסן, זאגט דער קליינער חזקי, וואס האט עס נאך קיינמאל נישט פארזוכט.

"כורך", נאך א סימן ביים סדר-נאכט, אלעס א דאנק הילל הנשיא, וואס פלעגט עסן דעם קרבן פסח-מצה-מרור ווי אין א סענדוויטש, אידן זענען מהדר, און מען ווישט אפ אלע לעטאס וואס מען נוצט פאר כורך, אז דער מצה זאל ח"ו נישט צו-בראקט ווערן, דורך די טראפענס וואסער.

און אז מען האלט שוין ביי "שלחן עורך" ווילט זיך שוין מיינען אז דא הויבט זיך אן די ריכטיגע, שרייט מען צו דיר "האלט!", קודם שמייס אריין א איי אין פארדרייטען מאגען אריין, ערשט דערנאך קען מען אנהויבען מיט בשר ודגים וכל מטעמים. ביינונז אין די משפחה פארציילט מען די פאלקס מעשה מיטן גוי וואס האט זיך פארשטעלט פאר א איד און געקומען צום סדר טיש גלייך מיט אלע געסט, אז ער איז נישט אנטלאפען ביים "כורך", ווי אלע פארציילען דאס, ווארום זיין אידישע פריינד האט זיכער נישט פארגעסן צו פארציילען אז פאר שלחן עורך קומט נאך א הארט שטיקל כורך, נאר וואזשע דען, טאקע ביים סאמען אנהויב פונעם שלחן עורך האט ער פליטה געמאכט, זעהענדיג אז אפילו "שלחן עורך" באדייט א אפגעקאכטע איי איינגעטינקען אין זאלץ-וואסער... האט ער אבער נישט געוואוסט וואס עס ערווארטעט נאכדעים!

שוין, מען עסט און מען טרינקט, אפגעגעסן די פאלשע פיש, אינזינען געהאט צו מתקן זיין די נשמות פון אלע פאלשע צדיקים, און "צפון", עס קומט שוין נאנט צו חצות, דער אינגער איידעם הויבט שוין אן בלינקען מיט די אויגען צום זייגער און צוריק, א שטייגער ער צייגט אן אז די צייט לויפט נישט אין אונזער ריכטונג, אבער ווען דאס העלפט נישט, ברומט ער ארויס פון אונטער זיינע האלבע מילי-מעטער וואנצעס: עה.. חצות? יעדער הויבט זיך אן אונטערצויאגען, די גרויסע פארענדיגען שנעל די פאלשע פיש מיטן קאמפאט, די קליינטשיגע כאפען נאך אריין נאך אפאר קארטאפעל אין זאלץ-וואסער, און...

דא הויבט זיך אן דער עיקר מלחמה, די קליינווארג שפירען זיך יעצט ווי בני מלכים, ס'טייטש, "תעלה בעידנא סגיד ליה", יעצט זענען זיי די הויפט מחותנים צום טיש, זיי קענען פארלאנגען וואס אימער זייער הארץ גלוסט נאר, און אמער, מען מוז דאס צושטעלן צו זיי, ווייל חצות דערנענטערט זיך, און די אפיקומן ליגט אין זייער הענט. עס העלפן נישט קיינע עצות, קינד-און-קייט ווייסט שוין פון ר' נפתלי ראפשיצער'ס טריק, אפילו די קליינווארג באווארענען זיך דערמיט יערליך, און מען מוז זיי אלצדינג נאכגעבן.

"ברך", ענדליך גייט מען שוין בענטשען, די עזרת נשים טוישען זייערע בעכערס פאר ברוינפען גלעזלעך, יא שיעור נישט שיעור, זיי קענען נישט טרינקען מער. מען גיסט אן די דריטע כוס און מען בענטשט. די 1'טער צו פארזוכען די כוס, געט א קוויטש: המממ... דאס איז דאך 'פלעין וואסער', נא, ברכה לבטלה, ברענג גרעיפ זשוס שנעל... איינער לויפט, די 2'טער ברענגט, און פילט איבער אלע כוסות, די איבריגע מאסט/וואסער גייט אין מיסט קאסטען אריין, עס איז נישט ראוי אפילו לשתיית כלב, עס האט א טעם ווי סעלצער אן געז.

"נרצה", ווער עס טוט די אלע זאכען איז באוויליגט פארן אויבערשטען. ענדליך געענדיגט מיט אחד מי יודע, חד גדיא, שיר השירים, עס ווילט זיך לייגען שלאפן, אבער דער מאגען לאזט זיך נאכנישט אזוי גרינג, עס דרייט זיך ווי דער וואש-מאשין פאר פסח אנגעפילט מיט אלע דאליס און שמאנצקעס, אז ענדליך ווען די שלאף איז שוין באפאלען, דארף מען שוין אט-אט אויפשטיין צו זמן קריאת שמע של שחרית.

נישט פארגעסן, אויך נאכן אויפשטיין איז דער מאגען נאך ווייט פון זיין בארוהאיגט, נאך האלטענדיג אינדערמיט פון פארדייען די זיסע מאסט מיט די ביטערע זאלץ-וואסער. די געשמאקע רעטאך, און די ביטערע מרור. די פייכטע חרוסת, און די טרוקענע מצות, די געקאכטע אייער, און די רוי(ט)ע בארשט. אזוי אז עס איז קיין וואונדער נישט אז ביי נשמת זעהען זיך אן מאסן טליתים צונויפגעווארפן און צונויפגעפרעסט אויף די מחזורים, און לאנגע רייעס שלענגעלען זיך אינדרויסען פון ביהמ"ד צום שטיל-הויז (בית כסא).

זאל די אויבערשטער העלפען און מיר זאלען נאך זוכה זיין היי יאר מוצ"ש צום 'ונאכל שם מן הפסחים ומן הזבחים' בביאת משיח צדקינו בב"א.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי אום פרייטאג אפריל 18, 2008 2:40 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 4:48 pm

אלעקסיי, הערמעך אויס די צייט איז קורץ, ס'שווער צוזאמקראצן די געדאנקען צו שרייבן, אבער פלעין אזוי! נאפס!

ערשטענ'ס, זעהעך אז דו האסטעך שוין אנגעטון דו ווייסע היטל!,

צווייטן'ס נאך איין קאוד האסטע פארגעסן, יקנה"ז!! זעהט אויס אז האסטעס געשריבן נעקסטעס יאר, אדער ביים צווייטן סדר?

נעקסט, דעם מה נישתנה פארוואס איז פארענדיקט געווארן, דעם גאנצן שעפחאל האליילוית!! האסטע אויסגעלאזט, וואסידאס? ווי זענען די ארבעה בנים? דעם תם! מיט די פארקערטע הגדה! און די 10 מכות! דארפסט הערן וויאזוי חמי'לע זאגטעס, אקעי דעיס קענעך נאך אראפ שלינגען, אבער וואס וועט זיין מיט "פעיסאך מאצא מארויר" האסט נישט יוצא געווען, נישט אזוי? כל שלא אמד שלשה...............

וועסט מוזן שרייבן מאכן נאך אן ארטיקל!! פארשטייסט?

אבער מער פון דעים אלעם וואונדערט מיך, דעס אלעס האסטע נאך אריינגעכאפט פאר חצות?

עניוועי כ'האב הנאה געהאט, שכוח, וויכי,

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 4:58 pm

זייער א שיינע און רייכע טאג-בוך. א באזונדערן אגודל פאר'ן מתקן זיין די פאלשע פיש...

איך האף אז נאך פסח קומט א המשך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 17, 2008 7:00 pm

דאס ערשטע מאל - דאכט זיך - וואס מיר האבן די זכיה צו ליינען א 'טאגבוך' ארטיקל פון אלעקסיי, און, רבותי - כ'מוז אייך זאגן - עס איז ווערט אלע געלטער.

די צייט איז קורץ, די עפל נארוואס אפגעשיילט (אינאיינעם מיט שטיקלעך פינגער, פערצופאל נישט 'לעידי'), די ארדער אינמיטן אויסגעפאקט ווערן, אבער א יישר כח פאר אלעקסיי קען נישט און טאר נישט ווערן נותר.

יישר כח, זייער שיין געווען, כ'האב גרויס הנאה געהאט דאס צו לעזן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אפריל 18, 2008 12:18 am

איך האלט ביי מגיד, כ'מוז דיר זאגן, דו ביסט א מגיד מישרים, הערליך הערליך, אלע דעטאלן ערווענט שיין און קורץ צו די זאך.

אויף א זכר באנוצט מען זיך מיט 'דער' און נישט מיט 'די', דאס איז סתם אן הערה בעלמא, יישר כוח.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: סדר נאכט

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אפריל 18, 2008 2:25 am

קודם כל, כוחכם יישר, פאר די אלע בעלי יישר כוח'ס. און אן עקסטערן דאנק פאר סאכדעס'ן, איך האב נישט אינאכט גענומען.

אלעקסיי האט געשריבן: אזוי האט דאס אנגעהאלטען, עד שדרשה רבינו הגדול רב מרדכי בן הילל (אין ספר המרדכי פרק ערבי פסחים), זאגט ער מיט א פשטות (איך האב נישט די לשון המרדכי דא פאר מיר, וועל איך נאר שריייבען כפי המונח בזכרוני), אז די חידוש איז דא אז געווענליך ווייסען מיר אן הלכה אז מען טאר נישט שפילן אין שבת ויו"ט - און עס איז דא א דיעה אז אפילו בחול טאר מען נישט, און אפילו נישט מיט די אייגענע משפחה - מיט ניסלעך, מנה גדולה נגד מנה קטנה, משום קוביא, (עי' או"ח הל' שבת סימן שכ"ב סעיף ו) האט מען אבער דא אין יו"ט פסח עס יא מתיר זיין, אזוי אז די קינדער וועלן זיך וואונדערן, וואס עפעס איז אנדערש היינט נאכט יו"ט פון אלע אנדערע ימים טובים, אזוי וועלן זיי אויפכאפן אויך די אנדערע שינויים, און זיי וועלן פרעגן מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות, ס'טייטש די קינדער ווייסען דאך אויך אז היינט נאכט איז פסח, איז עס דאך אנדערש פון סתם א וואכען טאג, נאר די קשיא איז אז עס איז אנדערש פון אלע אנדערע יו"ט נעכט (לויט דעים איז אויך פארשטענדליך פארוואס זיי וועלן אויפזיין ביז שפעט, ווייל דאס וועט זיי פארשפילען ביזען סדר).


איצט ביי בדיקת חמץ האב איך געטראפן אן אלטן נאטיץ וואו איך האב מיר אזוי פארצייכענט די מרדכי, און עס איז נישט די מרדכי זעלבסט, נאר די הגהות מרדכי. און נישט אין מסכת פסחים, נאר אין מס' סנהדרין פרק חלק (סימן תשכ"ג) שרייבט ער דארט אז די כוונה איז צום משחק האגוזים כעין קוביא
"שלא הותרה שחיקת אגוזים אלא לתינוקות ביו"ט הראשון של פסח בלבד, כדתניא..."
ע"ש.

האט'ס מיר אלע א כשר'ן און פרייליכן פסח!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 22, 2008 5:56 pm

אלעקסיי, אזאנס? געוואלדיג, הערליך, מיין שמייכל איז נישט אראפ פון מיינע לעפצן, פון אנפאנג ביזן סוף, און סימער פלעין א שאד אראפ צו ברענגען ציטאטן פון די מעכטיגע שטיקלעך, ווייל ס'גאנצע איז איין מעטיג שטיק. דו ביסט גוט.

די פאלשע צדיקים, איז אבער עפעס סאמטינג.

שכוח גדול ונורא.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: סדר נאכט

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אפריל 25, 2008 3:30 pm

אלעקסיי האט געשריבן:קודם כל, כוחכם יישר, פאר די אלע בעלי יישר כוח'ס. און אן עקסטערן דאנק פאר סאכדעס'ן, איך האב נישט אינאכט גענומען.

איצט ביי בדיקת חמץ האב איך געטראפן אן אלטן נאטיץ וואו איך האב מיר אזוי פארצייכענט די מרדכי, און עס איז נישט די מרדכי זעלבסט, נאר די הגהות מרדכי. און נישט אין מסכת פסחים, נאר אין מס' סנהדרין פרק חלק (סימן תשכ"ג) שרייבט ער דארט אז די כוונה איז צום משחק האגוזים כעין קוביא
"שלא הותרה שחיקת אגוזים אלא לתינוקות ביו"ט הראשון של פסח בלבד, כדתניא..."
ע"ש.

האט'ס מיר אלע א כשר'ן און פרייליכן פסח!


תוך כדי דיבור??? :wink: :wink:

דזשאסט קידינג.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אפריל 28, 2008 12:15 pm

אמעזינג אמעיזינג, א שאד אז איך האב עס נישט געליינט פארן סדר...

יישר כח.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:16 pm

פאר וועם קומט זיך דער שכוח? פאר אלעקסיי פארן שרייבן דעם ארטיקל(וואס איך קען אים נישט גענוג דאנקן, אזויפיל הומאר און תוכן און איין ארטיקל?)
אדער פאר יאנאש פארן עס ארויפברענגן אז איך זאל עס קענען ליינען?

עניוועי, איך וועל עס מאכן ווערי סימפל, פלעין און אידיש. שכוח שכוח. נישט כאפן עס איז דא גענוג.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג אפריל 29, 2008 4:23 pm

איך האב הערשט היצט געמערקט דעם טאג בוך פון אלעקסיי (א דאנק דרך אגב וועלכער האט דאס נארוואס אפיר געשלעפט פון די פסח'דיגע אשכולות) און כ'בין ספיטש לעסס. ס'הייסט אזוי:

מכירו הייתי לשעבר – דאס האב איך שוין פונלאנג דערשמעקט און דערשפירט אז אונזער קאלעגער, מר. אלעקסיי, איז נישט סתם עפעס אן "עמך" קרעטשמע שרייבער, א שטייגער ווי ..., דען ווער עס ליינט אביסל זיינע תגובות וועט דאך באלד דערשמעקן אז ער איז פון די העכערע קוואליטעט שרייבער ביי אונז אין דערפל. מיינע ראיות דערצו זענען דאך ברייט באוואוסט לכל באי שערי כפרינו, דאס שרייט דאך ארויס פון יעדע איינציגע תגובה זיינע; אנגעהויבן פון זיינע קורצע - אבער שטארקע און שארפע - ווערטלעך און געדאנקען, און געענדיגט ביי זיינע ברייטע ידיעות הן בתורה והן בתולדות ישראל, כולל ספרות ישראל. אבער...

ועכשיו ביותר - אצינד נאכן ליינען דעם טאג בוך זיינעם בין איך נאכמער אנציקט פון אים, אזש כ'בין שפראכלאז! אן ארטיקל מיט אלע מינים וסימנים, א חרוסת פון חידושים בתורה והלכה, באגלייט מיט לעבעדיגע הומאר ע"ד קרעטשמע סבא.

נאכן ליינען דעם טאג בוך פארשטיי איך שוין בעסער דאס באקאנט ווארט פונעם הייליגן שינאווער רב, וואס ווי באקאנט פלעגט ער נאכן סדר זיך אנכאפן דאס הייליג בויך און זאגן: "שישו מיעי שישו מיעי..."

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: סדר נאכט

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:24 pm

סאכדעס האט געשריבן:
אלעקסיי האט געשריבן:קודם כל, כוחכם יישר, פאר די אלע בעלי יישר כוח'ס. און אן עקסטערן דאנק פאר סאכדעס'ן, איך האב נישט אינאכט גענומען.

איצט ביי בדיקת חמץ האב איך געטראפן אן אלטן נאטיץ וואו איך האב מיר אזוי פארצייכענט די מרדכי, און עס איז נישט די מרדכי זעלבסט, נאר די הגהות מרדכי. און נישט אין מסכת פסחים, נאר אין מס' סנהדרין פרק חלק (סימן תשכ"ג) שרייבט ער דארט אז די כוונה איז צום משחק האגוזים כעין קוביא
"שלא הותרה שחיקת אגוזים אלא לתינוקות ביו"ט הראשון של פסח בלבד, כדתניא..."
ע"ש.

האט'ס מיר אלע א כשר'ן און פרייליכן פסח!


תוך כדי דיבור??? :wink: :wink:

דזשאסט קידינג.


אז מען נעמט נישט אין אכט, נעמט מען נישט אין דריי זיכער...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אפריל 29, 2008 6:25 pm

הערליך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג אפריל 29, 2008 9:51 pm

איך האב עס געליינט חול המועד, אבער עס איז כדאי אז אלעקסיי זאל וויסען אז איך האב הנאה געהאט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 20, 2009 2:27 pm

ארויף פון בעיסמענט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט