אחכט טאג, דאס אלעס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

אחכט טאג, דאס אלעס?

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 28, 2008 11:57 am

ס'איז באמת נישט צום גלייבן, ווילסט מיר זאגן אז ס'איז שוין נישט יומטעף היינט? ס'איז א געהעריגער וואטכן-טאג, אזוי ווי עס פלעגט זיין אמאל נאך פאר מיר זענען ארייין אין די געהויבענע מצה/קניידל טעג? כ'מיין, אוודאי זעה איך דאס אויך, מיין קאמפיוטער איז דאך נישט באחרירט געווארן זינט ליל בדיקת חמץ, סתם אזוי ברענגט מען מיר נישט צו הויפענעס פאחפירן דא צום טיש, פסח נאכמיטאג נאך די סעודה האט דאס קיינמאל נישט פאסירט, איך ווייס דאס אויך, אבער פאטרט קען איך מיר שוין שווער צוגעוויינען צום נייעם / אחלטן וואטכן-טאג סדר, ס'יז אביסעלע שווער.

ס'איז גראחדע אינטערסאנט אז איך בין שוין נישט פארנימען די גאנצער וועג צום ביהמ"ד צו ריקן דעם טלית ארויף און אראפ אויפן איקסל, מ'שלעפט דער געהעריגער תפילין זעקל.

א טאטנאח סענדוויטש פאר די בייטאג סעודה? כ'מיין צוזאגן פרישטאג, שוין נישט קיין מצה און פאחלטשע פיש, נישט קיין פלייש, זיפ און קאטמפאטט, נא, ס'קען נישט זיין. ס'ק-ע-ן נ-י-ש-ט ז-י-י-י-ן! פינטל.

איך טו מיר אטן מיין הוט און רעקל! יא, ממש אזוי, נישטא מער קיין בעקיטשע און שטריימל, פששששי, ווי אינטערסאנט דאס איז, איך בין נישט צום דערקענען! הגם אויפן וועג וועלענדיג אויסגראדן מיין הוט אויפן קאפ האב איך ארינטערגעהויבן מיין הענט ביז ארויף, מיינענדיג אז איך גיי גאר ריקן מיין שטריימל.

אחכט אזייגער אינדערפרי און דער בעל תפלה זאגט ברכות! דאס איז נישט נארמאל, וויפיל איך געדענק שטעלט מען זיך יעדן טאג צענע אדער האלב עלעוו, זינט ווען האט מען דאס אזויפיל צוריקגעקירט?

אטפפפס.. דער מקוה דריידל בעט שוין געלט היינט. נישטא מער קיין מאטנקי ביזנעס, נישטא מער קיין מקוה פאר פרי, און אויב איז עס היינט אינדערפרי פאחרשפאחרט פאר מיר קען איך פארגעסן אז דער גוי זאל עס קימען עפענען, די זאכן זענען נאר געווען, היינט איז עס א פארגאנגענהייט, מיט א קאחרטל קען איך אריינגיין, אטנאח דעם בלייב איך אינדרויסן. וכך הווא (שיעור נישט..)

וואס איז דאס היינט? קומט דען היינט פאטר די "מעריטאן" געלויפאכץ? נאחאח, ס'קען נישט זיין, טא, וואס איז דאס אזוי פול מיט אויטא'ס ביים אריבערקראטסן די בעדפארד שטראסע ? שוין לאנג נישט געווען אזוי פול.

איין זאך איז מיר זייער שווער אויפצוגעבן. וואס איז דער היינטיגער טאג אנדערש? פארוואס היינט ווען איך ענדיג צו עסן די סעודה.. כ'מיין צו זאגן פרישטאג גייט מען נישט אין בעט אריין אזוי ווי עס האבן זיך געפירט אינזערע עלטערען און אינזערע משפחות אין די לעצטע פאר טאג? וואלט דאס נישט געוען א פיינער זאך ווען דאס זאל יא פארבלייבן אזוי? יעדן טאג נאכן דאווענען וועט מען ווייטער אהייים גיין עסן פרישטאג און גלייך דערנאך אריין-אין-בעט! כאחפן א שטיקל דרימל און דערנאך אויפשטיין צו מנחה (איינער שרייט דא אז איך קען גיין וואוינען קיין ארצינו הקדושה...) וואלט דאס נישט געווען א גוטער פלאן? אההה, וועגן ארבייטן פרעגסטו, גערעכט, איך האב נישט געקלערט דערוועגן, ס'איז א שטארקע טענה, אקעי, וועל איך אויפגעבן דערמיט, שוין, איז נישט.

ס'קוקט מיר אויס ווי א בייזער חלום אז דער יו"ט איז שוין דורך גענצליך, ס'איז שווער צו גלייבן, אבער איין זאך דערמאנט מיר שטארק אז ס'איז שוין נישט יו"ט און דער פרייליכער "זמן חריתינו" האט זיך שוין גענדיגט, און נאך מיט א שטיקל שמיץ אריבער..

דער בעל הבית.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג אפריל 28, 2008 12:12 pm

צייטליך איך האב דאפעלט הנאה געהאט! עקסטער פון דיין הומאריסטישע ביטערניש און עקסטער פון דיין חתימה.

נאר צוויי הערות:

1)
אז איך בין שוין נישט פארנימען די גאנצער וועג צום ביהמ"ד צו ריקן דעם טלית ארויף און אראפ אויפן איקסל,

קויף די טלית המפואר ביי מלכות דזשודעיקא כמבואר בקוילמעוואסער. :wink:

2)
דער מקוה דריידל בעט שוין געלט היינט. נישטא מער קיין מאטנקי ביזנעס, נישטא מער קיין מקוה פאר פרי,

אין וועלעכע בעסמעדרעש דאווענט איר? איך וויל דארט אנהייבען צו דאווענען כאלעמויד, ווייל אין מיין שול קאסט געלט צו גיין אין מקוה כאלעמויד.

שכח נאך אמאל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 28, 2008 1:04 pm

אוי איז דאס זיס, און - פאר א טשעינדזש - פונקט אין צייט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אפריל 28, 2008 2:05 pm

ריזיג ריזיג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 28, 2008 3:51 pm

צייטליך, דבריך דברי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אפריל 28, 2008 5:10 pm

חחח

הערליכע ארבעט כדרכו בכל עת
ונהנתי עד מאד

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 28, 2008 5:48 pm

צייטליך, כ'האב הנאה געהאט, נישט פון דעם ארטיקל רעדעך, כ'האב הנאה געהאט פון דעם אויך, אבער כ'רעד פון דיין "מערבית" שביעי של פסח, ביי אונז אין ביהמ"ד,

נעכטן נאכט, זעה איך ווי איינער גייט צו צום עמוד, כ'שארף מיך דעם אויער, און א פלעינע והוא רחום, ברכו, און פארטיג, "א שאד ס'נאר אכט טעג יו"ט", אפשר וואלטעך געקענט הערן נאך א מערבית פון צייטליך,

וואס האט פאסירט? ווען האט ער געדאווענט? ווארט'ס אז צייטליך זאל זיך כאפן אז ס'איז שוין נאך יו"ט, און שרייבן אן ארטיקל,

טענקס עגען, וויכי.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 28, 2008 6:32 pm

אוי וויכטיגער, דערמאן מיך פון בעסערע צייטן ווי די מערבית.. ס'איז געווען בזיונות פאר די סעסייעטי.

מיר איז שוין בעסער צו טראכטן און זיך דערמאנען ווי איך זיץ אנגעלאנט אויפן קישן וואס פאלט האלבוועגס אראפ פון מיין בענקל און פלאג זיך אריינציריקן דעם כורך - סענדוויטש אין מיינע שוין אזוי אויך אויסגעברייטערטע גומען, אךךךךך וואס דער קיטל האט נישט געכאפט במשך די פיר כוסות האט ער יעצט אריינגעהויבן דאפלט... וואס די ווילסט נארנישט הערן און געדענקן, מצה, סאלוט, מרור און וואס נאך? אה, קולות פון מיין עטלטערער שוואגער אז איך עס צו פאמעליך און עס ברויך זיין בכדי אכילת פרס, און אויב וויל איך זיך פארעטפערען ווער איך פארשריגן אז מ'טאר יעצט נישט רעדן, קודם עס אויף א א כזית...

דאס אלעס קומט נישט צו צו די תפלת מערבית וואס איך האב פארגעדאווענט פארן ברייטל אום שביעי של פסח אויפדערנאכט.

צום אלעם ערשטן זאלט איר וויסן אז היי יאר איז שביעי של פסח געווען פרייטאג אויפדערנאכט, דאס ברענגעט מיט מיט זיך אומצאליגע פראבלעמען פאר די בעלי תפילות, (עס זענען דא וואס זענען שוין געוואוינט דערצו, אבער מיינע אינגע ביינער האבן נאכנישט מיטגעמאכט אזאנס)

דאס אז מ'הייבט אן ביי "בואי ונצא" איז נישט אזא פראבלעם, ס'איז קיין חילוק נישט וואס מ'שרייט אויס, צו ס'איז "לכי נררננננה לשעעעעם נריעה לצור ישעינו" אדער מ'שריייט אויס "בואי ונצא לקראת" אייגענטליך איז דאס גרינגער. דער ערשטער פראבלעם מאכט זיך בייים זמר פון "לכא דודי" עס איז איינגעטיילט אנדערש ווי א גאנץ יאר, נאר צוויי שטיקלעך געגעבן פארן שטייטן און שנעלען ניגון, ד"ה אז מ'ברויך אנדערש זעצן די ווערטער, קעי, דאס וועט נאך מיט גיין, הגם ס'רוב ציבור האט נישט געכאפט אז מ'זינגט יעצט לענגער יעדער שטיקל און מ'איז שטיל געבליבן דארט ווי מ'שרייט געווענליך אויס "שמור וזכור".. אבער דאס גייט נא זייער גוט מיט, די לעבעדיגע פאל איז געווען גאנץ פיין. אראפגעשלינגען.

די מעין פראבלעם קומט צוגיין נאכן זינגען דעם הויכן "מקולות, מים רבים אדירים משבררררררי ים, אדירררר" שוין, מ'זאגט קדיש אלעס אויפן געווענליכען שבת'דיגען נוסח און דא ריקט זיך ארייין דער פאנטשער, דאס איז נישט קיין אנדערער ווי "ברכו" אליין. מ'ברויך מאכן דעם טויש פון שבת צו יום טוב מיט דעם באקאנטן אהא האהההאהאהא טארא רי ראראראם, אהאהאהההההאהאאה ברכו, את השעעעעעעעעעעעעעעעם המבורך!

פאר די וואס ווייסן, מ'טאר זיך נישט פארלירן (ווי מיר) מ'ברויך געדענקען דעם נייעם טאן, ווי א מלאך פון הימל איז דער וויכטיגער געשטאנען גאנץ נאנט צו מיר און זיך אינטערגעזינגען דעם ניגון אזוי אז מיר זענען ניצול געווארן מכל מרעין בישין.

ס'גאנצער מעריב איז דורך געגאנגען גאנץ גוט. סוף כל סוף זינגט דאך יעדער דער זעלבער נוסח יעדער יו"ט ביי זיך אויפן פלאץ, איין חילוק איז יעצט, אז איך ברויך עס זינגען הויעך (חוץ די חילוק אז יעצט ביניך הייזעריג און פארקילט...) שוין דאס קען נאך מיט גיין, דאס זינגען פאר "המעביר ביניו" דעם באקאנטן ניגון פון "בלבטאכחלךט ים סוף" איז דורך גאנץ כמעשה, אייגענטליך האב איך שטארק מסופק געווען אויב איך זאל דאס זינגען, אבער איך וועל נישט משנה זיין פון מיינע עלטערען, הגם איך האב מיין טאטע נאך קיינמאל נישט געהערט דאווענען פאר עמוד, אבער מיסתמא וואלט ער דאס געזינגען, ער זינגט דאך עס כמעט די גאנצע סעודה...

דער קומענדיגער פראבלעם שאפט זיך ביים יום טוב'דיגער קדיש פון פאר שמונה עשרה, ווער קען דען דער נוסח? נאר א בעל תפלה, נו, פון וואנעט זאל איך דאס וויסן, איך האב דאך דאס קיינמאל נישט פראקטעצירט. בקיצור, דא איז געווען ביזיונות. (עההה, אלעס איז קעגן עין הרע)

נאך שמונה עשרה גייט אלעס ווי שבת, דאס בין איך שוין געוואוינט, אבער ביים ספירה ציילן האב איך געהאט א שטיקל פראבלעם, נעמליך דער ערשטער נאכט פון חוה"מ האב איך - לא עלינו ולא עליכם - פארגעסן צו ציילן ספירה, אזוי אז צום דריטן טאג האב איך שוין - ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין - געציילט אן א ברכה, איז וואס טוט מען דא? עס מיז דאך נישט וויסן דער גאנצער קהל ועדה אז איך בין אזא שלי מזל, די אלע וואס האבן דאס נישט מיטגעהאלטן ביז אהער מיזן דאס נישט יעצט געוואויער ווערן, אבער ב"ה לא אלמן ישראל, איך האב פונקט געהאט געליינט אין די הגדה פון רמ"א פריינד זי"ע (ירושלים'ער רב) אז ער האט גע'פסק'נט אז אפילו מ'פארגעסט קען מען ווייטער ציילן מיט א ברכה, (און ער ברענגט דאס נאך פון צאנזער רב ז"ל) מיט דעם היתר אין די האנט האמער הויעך און קלאר אנגעפאנגעם דעם "ברוך"

אהההה, די שכויעך'ס נאכן קדיש יתום פיל איך נאך אלץ בייים גיין שלאפן, יוי איז דאס א מיטמאכעניש.


און צום לעצט, שכויעך וויכטיגער פארן אנדרייען די גבאים מיך ציצושיקן.. טו עס נישט נאכאמאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 28, 2008 11:17 pm

פעטש קומט זיך דיר, מר. צייטליך, פארן נישט איינמעלדן באצייטנס איבער דעם ברעטל וואס דו פלאנסט צו נעמען שביעי של פסח אויפדערנאכט, איבער ים-סוף'ס וואלט איך דיר נאכגעשפרינגן הנאה צו האבן פון דיין שטומע.

כאטשיג האב איך הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און אויף דעם באדאנק איך דיר. יישר כח.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אפריל 29, 2008 1:37 am

צייטליך ביסט א זיס אינגל... כ'מיין צוזאגן א זיסע בעל תפלה.. נישט ווייל ביים עמוד האסטו זיך נישט פארלוירן ביי ברכו, נאר ווייל דו האסט עס דא אונז פארציילט....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 29, 2008 7:56 am

צייטליך:

א דאנק פאר דעם ארטיקל.

נו וואס איז שווערער מערבית יו"ט שחל בשבת, אדער שבת ר"ח מוסף?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג אפריל 29, 2008 8:24 am

צייטליך ווען איך ווייס ווען. וואס איז טאקע דער עצה ווען מען שיקט צו און מען קען זיך נישט ארויסדרייען מפני כבוד...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 29, 2008 9:20 am

יישר כח פאר אלע מגיבים דא.

קרעמער, גלייב מיר ווען איך ווייס ווען פון פאראויס אז איך גיי האבן דאס ברעטל גיי איך נישט אהין אין יענער שוהל...

פארשלאפן, מוסף ר"ח שחל בשבת האט טאקע די פראבלעם נאך כתר, אבער דארט הערט נישט קיינער, ס'רוב עולם טוט שוין דאן אן די שטיימלעך און מאכט זיך גרייט קידוש צו מאכן, אבער איך האב דאס נאך נישט פראבירט... ווייס איך נישט,

פוילשער, פאר א גוטע עצה פרעג וויכטיגער....
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג אפריל 29, 2008 10:00 am

העעעי צייטי אזאנס אפגעקנאקט דא, איים ספיטשלעסס, זייער זיס ארויסבגעברענגט. סארי איך בין אביסעלע שפעט, אבער נעווער טו לעיט!

אכט טעג דאטסאחלעס? האח צייטל?

אכט טעג האבן מיר געשפירט די טעם אזוי: עסן ווי אן 'אטקס' אין בענטשען ווי א 'וואטרעם'. מען האט געקענט עסן א בארג לאחטקעס מיט אפאר כרעמזלעך אין די זייט מיט א קאטמפאט-קוגל, אין דערנאך מאחשקענען אונטער געשלאטגענע באטרשט (צו איך ווייס ואס עס מיינט אונטער געשלאגן? נעעע עס לעבן שוין נישט די דור וואס קען מסביר זיין וואס עס מיינט) אין אזוי אויך צועסן נאך צוויי דריי קוגלען פון אייער פאטטעטע מיקס, און...? מאכן איין שהכל - בורא נפשות. שטעל דיך פאר...

אכט טעג דאטסאחלעס? האח צייטל?

אכט טעג האבן מיר גענאטסן פון די אינטערעסאנטע אייער-מטן, וואס איז דאס? שטעל דיך פאר אזוי: איך אין מיינע צוויי שכינים ביי די סעודה האבן אלע באקומען אייער, אין ביי יעדן האט דאס געהאט א אנדערן אויסטייטש. מיר: האט מען געזאגט אז דאס איז פערפל לכ' יונטעף. מיין רעכטע שכן: האט מען געזאגט אז דאס איז לאטקשען. מיין לינקער שכן: האט מען געזאגט אז דאס איז פאטלאחנטשינטאח. אין איך קוק מיך אזוי צו, אין אלעס איז אייער... מאטדנע! אבער א פאקט.

אכט טעג דאט-סאחלעס הא צייטל?

פאחגעס נישט געווען איז אויכעט דריי פיר טאג כאחלע מועד, בעסער פרעג נישט ווי איך האב פארברענגט... (אויב וועט זיין א געלעגענהייט וועט מען מאריך זיין).
שיינדי אין הינדי פון מיינע נייע שכינים האבן שוין געהאטצקעט אום אכטע אינדערפרי מיט די ספרינג וואסער אין א בעג מיט אפגעשיילטע עפל. זיך גרייטענדיג צו גיין כאחלע מועד האלטן.

וואס בלייבט דא איבער צו זאגן דיין ארטיקל איז מתוק!

דערפאר לאמיר נאר זינגען מיין לידל:

מצה'לע – מצה'לע, כרעמזעלע – כרעמזעלע טאנץ אריין,
ווילאנג דו טוסט נאך דא זיין,
שטעל דיך אין די לענג – באטמבער אין די ברייט,
באלד ביסטו שוין לאנג פארדייט,


שכח צייטליך! נעם קעשיאטן נאחדאחם. פארשטייסטו? נעם דעם שכח אין פאבריציר נאך אן ארטיקל.

*

אגב ס'די מעשה מיט דיין געדאווענעכט'ס? האסט נאך דיינע שטים וועלקעראטל/בענדלעך?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אפריל 29, 2008 1:37 pm

צייטליך, זייער שיין אראפגעלייגט.

וויכטיג, דערמאן אים פון נאך עפעס, כ'קען באשטיין ער זאל שרייבן נאך אביסל...

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אפריל 29, 2008 1:52 pm

ואס זאל איך טוען? איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז מודה זיין צו די אלע שרייבערלעך דא,(ווי גלייך אליינס וולט איך דאס נישט געוויסט)
אז יא מיר קענען אפפס.... ווער מיר? כ'מיין צייטליך, יכול'סט. זעה עס נאר צו טוען מער אפט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:55 pm

צייט-לאחך, איך האב נישט קיין צייט צו לאכן אזויפיל... מיינע געדערים וואס זענען פאראליזירט פון די מצות און מזונות כרעמזלעך, קענען נישט פארנעמען דיינע פרישע געבעקסן...

באכי, דיר קומט זיך אויך א ברעטל, כ'מיין ברייטל... און נעקסט-טיים זאלסטו צוגיין צום עמוד, וועסטו קענען שרייבן פון אייגענע ערפארונג...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:10 pm

ענדליך האבעך שוין געהעריג עקסעס צום פאנקיוטער,

מער דיטעלס וועגן דעם מעריב וועלעך שרייבן אין מיין טאג בוך, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטען, כ'זאל האבן ווייטער עקסעס צום אינטערוועש, אאפס, אינטערנעט!

אבער צייטליך, קודם מוז איך דיר זאגן אז שוין ס'צווייטע מאל וואס כ'האב הנאה פון דעם מערבית, איינמאל ביים דאווענען, און איין מאל ביים פארציילן,

בזיונות? פאר וועם? וועלעכע סעסייעטי רעדסטע פון? ס'געווען א מערבית איין'ס אין א גוטס, אקעי, וועגן באאאאאארכו את השעעעעם, ס'איז געווען די נוסח פון ר"ה, איז גארנישט קיינער האטעס נישט באמערקט, ביי קדיש, ביסטע אביסלע פארפארן, נע, ס'נאר קעגן עין הרע,

דער גבאי פון ביהמ"ד האט מיך געקאלט פרעגן דיין טעלעפאן נאמבער, ער וויל דיך נעמען פאר ימים נוראים, כ'האבעים געזאגט אז די ביסט געווען הייזעריג און פארקילט, זאגטער אז יעצט איז ער זייער רואיג, ווייל מאדעך פארקילטער-הייזעריגערהייט... כ"ש.................

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:13 pm

צייטליך, וויפיל דארף איך דיר בא'שכוח'נען?

איך גיי דא איינמאל פאר אלעמאל זאגען לפני כל קהל ואיידיע: צייטליך, שכוח! דו ביסט איבער-מעכטיג, אייער נעכטיג, מארגען לעכטיג, היינט ציכטיג, אלעמאל אויפריכטיג, מאכער-וויכטיג, נייעס-טיכטיג, ועל הכלל כולו יצא, האפענטליך.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:19 pm

אלעקסיי, דא איז דא נאר איין "וויכטיג מאכער", פארשטאנען?!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:34 pm

און יעצט, פאר דו באכי, ווילעך זאגן אז יא,

אכט טעג, דאט-סאחלעס, הא באכי!

ווילאנג מיינסטע איז די שיעור צו ווארטן אז באכי זאל צוריק קומען שרייבן אן ארטיקל?

קענסט ווייטער עסן ווי א אקס, וועגן בענטשן, א פראבלעים? וואשדעך איינמאל צופרי און בענטש ביינאכט, און פטור א נייסעק, פארוואס דארף מען אוועק נעמען א שמחת החיים?

וועגן די מן, מיין צדיק'ל ווען ער עסט סיריעל, זעהט ער טאטיס קאר, און באביס הויז, אפילו א גאנץ יאר, מ'דארף נישט פארדעים ווארטן אכט טעג פאר אן ארטיקל,

און שיינדי און הינדי, מיין שכן אבראמ'לע שרייט יעדן צופרי ארויס פון די ווינדאו פאר ברכה'לע 'כ'האב א קאקי, מיין מאמע האטמעך געגעבן' מ'דארף נישט ווארטן פארדעים אכט טעג,

פארשטייסט!

טענק יו קיפ אפ!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 29, 2008 8:08 pm

צייטליך, שכוח שכוח, פאר ביידע ארטיקלען דיינע, הערליך, און ווען כ'ווייס ווען אז דו קענסט, וואלטעך פראבירט צו ערלעדיגן אויף די ערשטע טעג אין די גרויסע שול.

ווי אויך א שכוח פאר וויכטיג מאכער, פארן ארויס העלפן אונזער אלעמען באליבטן צייטליך, און ווי אויך פארן ארויס שלעפן פון אים, א חלק ב'.

באכי, דו ביסט אויך נישט שלעכט, און ווען ס'איז אפטער איז פיל בעסער, אבער ווארט אביסל, ביז איך יאג אן, מיט די נאך יו"ט בויך ווייטאג פינעם עולם, און דערנאך קענסטעך נעמען צו די עבודה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מאי 05, 2008 2:33 pm

צייטליך, יעצט האב איך עס הערשט געליינט, זייער הנאה געהאט.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מארטש 24, 2010 11:46 am

צייטליך, זייער שיין אראפגעלייגט!
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 24, 2010 11:57 am

יש''כ 1X1 פארן ארויפדעליווערן, כ'הא זיך באלעקט פונענק אלע, צייטי באכי וויכי.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 10 געסט