א 'שוויגער' טראכט - אין דער 'לעקטער' לאכט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

א 'שוויגער' טראכט - אין דער 'לעקטער' לאכט...

תגובהדורך אלטעבחורל » דינסטאג אפריל 29, 2008 10:09 am

באמת ווער איז דען אינטערעסירט צו הערן נאך יו"ט וואס עס איז פארגעקומען בעפאר - צו אום יו"ט א פרייליכער זוממער איו פאחרטיג. אבער ניין יודעלעך דר'עיקר איז, אז מען פרייט זיך אז עס איז ברוך השם דורך אטנע ברעקעלע אדער משהו חמץ.

איז דען שייך צו זאגן אדער אראפ שרייבן וואסערע ארבעט די פרויען אין בפרט די שוויגער'ס האבן אריינגעלייגט פאר אזא יו"ט, מען האט געוואשן אין געקלינט - געריבן אין אויסגעזייפט דעם הויז, טייל אירע האבן אפילו צונומען די פרידזשעדער/פריזער אין אויסגעבליטשט ממש יעדעס נאטגל, כדי להוציא פון די וואס נעמען אטן פאר גרינג דאס שטיקל חמץ וואס זיצט באקוועם א גאנץ יאר אינעם לאטך פונעם נאגל וואס באחהעפט דעם טירל פונעם פריזער צום עצם פריזער.

קאטלפלאטנעם - לאמיר שוין גיין ווען די שוויגער'ס הויז איז שוין פיינעלי געווען פסח'דיג אין אלעס האט שוין געקלאפט ווי א זייגער אין אויף אח קאלענדער, מען האט שוין געקענט קאטלן די שנור פון מאנסי בריינדי'ש פארציילן ווי געשקיט זי איז געווען דאס יאר מיטן פייסעך מאכן.

דער טעלעפאן קאל צו בריינדי דער שנור פון מאנסי קומט נאר ווייל זי בריינדי האט אנגעקוקט די שוויגער מיט ברייט צועעפענטע אויגן פארגאנגענעם פורים המשולש ביים אראפ לייגן די משלוח מנות אויפן טיש דאס יאר, אין די שוויגער האט געוואונקען מיט א שמייכעלדיגן טאטן, "נעע נעע בריינדי'ש קענסט עס אהער שטעלן - עס איז נאך נישט פייסעכ'דיג דא" נאר דאס יאר האט די שוויגער שנעל צוגעלייגט.

אין אזוי רופט מען אן א יעדן טאטכטער אז זיי זאלן אריבער קומען העלפן עפעס אויף פסח, נא! עס איז נאר נארמאל אז מען קומט אויף א סעודה, מעג מען העלפן שיילען עפל אין רייבן כריין אדער קוועטשן מאראנצן, אזוי אויך בשעת ווען די שוויגער געט איבער די אטרדער פאר די קינדער אז זי ברויך הילף, זאטגטצע אזוי: ווען איך בין געווען יונג... פלעג איך אלעס אליין טאטן... אזוי פיל מעג ענק טאן, העלפן א מאמע'ן, זיכער זיכער. מען קומט - מען קומט!

ס'הייסט אזוי – אז זי רופט די קינדער מוז זיין אז די שמוציגע מייערן איז שוין געווען באשטעלט פון גראטסערי אין אפילו דער קליינער שפרינצי וואס איז די יונגסטער אינדערהיים ביים שוויגער צוטאטגס האט שוין אויך 'נאו-מאטר' געהאט סקול, אין איז געשטאנען מיט אן אלטן שירצל פון אינדערפרי ביז די שקיעה אין געקוועטשט לעמאטנ'ס פאר לעמאטנאחדע. אין געשיילט אין געוואחסערט פלאטטעטאטס פאר פייסעך-לאחטקעס.

אין בעצם איז דער שוויגער אויך זייער א פונקטליכער אלעס קלאפט אויפן טאחק, למשל דאס יאר איז שוין געווען א נייער מנהג ביי איר, אז מען האט אנגעגרייט א וואך פאר פסח די גאנצע סדר נאכט, שטעלט אייך פאר: ארויס מיט די זילבערווארג - ארויס מיט די קישענעס, ארויס מיט אלעמען. אלעס ארויס פארוואס? כדי צו קענען זעהן אויב אלעס קלאפט הונדרעט פראצענט אויף יו"ט, דאס הייסט מען האט אויס געשטעלט אלעה מצה טאחשן מיט א בעכער דערנעבן פון רעכטס דער הגדה פון לינקס, אין ווי עס האט אויסגעפעלט אח 'היי-טשיער' האט זי אראפ געשטעלט איינס, אין אויב האט מען געברויכט נאטכאיינס האט מען זיך געברויכט פאטרשטעלן אז עס איז דא דארט איינס. ווען אלעס איז געווען אנגעגרייט האט זי זיך געטשעלט אפאר פיס אוועק פון טיש - אין זיכער געמאכט אז עס קלאפט על צד היותר. (ווער ווייסט נעקסטע יאר וועט זי נאך ברענגען דאטמיס פאר די שפיל, עס זאל אויסקוקן בעסער).

*

והנה... זיצען מיר שוין אפילו ביים עכטן סדר אלעס קלאפט ווי פריער געזאגט ממש גענוי ווי דער בילד בעפאר פסח. דא קומט אבער אונטער די אינטערעסאנטער בילד מיט וואס איך שלאף שוין די לעצטע וואטך צייט.

ווייסטעך יעדער מיין שוואגער חיים דער איז עפעס א לעבעדיגער פארשוין, א פרייליך בויטשיק. אייביג גיסט זיך נעבן זיין פלאץ קיין חילוק וואס דאס איז. סתם א שבת אינמיטן יאר ווען ער קומט צום שוויגער גיסט זיך די טאטמעטאט דיפ אריין אין די געמישטע פארבליבענע קידוש וויין ווען ער רירט נאר די הענט צו גרייכן א נעפקין, 'נו שוין' א סימן ברכה... ווינקט די שווער לעבן ביז הונדערט אין פערציג יאר, וואס זאגט אייביג א גוט וואטרט ווען עס קומט אריין.

חחח... חחח... איך לאחך יעצט, פאחוואט? ווייל איך האב מיך דערמאנט פון חיים'ס קיטל פייסעך אויפדערנאכט - באגאסן פון אויבן ביז אראפ מיט רויטע שווארצע גרעיפ דזשוס. זיינע קינדער לאכן שוין אפילו נישט עס איז א יערליכער בילד, בטעות האט ער נישט איבער געלאזט א מקום מנוחה ווי מען זאל קענען קלאטצן רואיג אויפן ווייסן קיטל, עההההה נאר רויט אין פלוירפלל ווי אומער מען קוקט. ווער נאך אויב נישט איך זאל געדענקען ווי זיין קליינער שמואלי האט געביסן אין געקייעט מצה אויף מיין שויס דורכאויס די פיקודא בתר דאט, אין בלאחבלרעקלט מיין באטרד מיט מרור וואס דער האט צוזאם געשפיגן אויף מיינע בגדים אלס אויסטויש מיט חיים'ס קילט, האטרך אויס: זאגט ער מיר, ליסטען! יעדער האט דאך זייערע חומרות ער מיטן באגאסענעם קיטל אין איך מיטן ווערן בלאחבלרעקעלט מיין וויזוי הייסטעס...

אבער פארט עפעס האט אנגעהויבן גיין נישט גוט מיט וואס דער אויסגערעכענט'ן שוויגער האט נישט געקענט אויסרעכענען אין עס האט אנגעהויבן ערנסט אפעקטירן אויפן סדר נאכט.
נו וואס איז דאס געווען, האטרכטס אויס: מען קען טאקע צוגרייטן דם סדר טיש א פאר טאג בעפאר, צו אפילו א וואך בעפאר, אבער ניין – נישט אלעס קען מען אויסרעכענען שוויגער לעבן, דאסמאל איז עס א פשוטער נידערלאגע ואס ועט ווערן פארשריבן.

יעצט לאמיר שוין גרייכן וואס דער טומן וואס איז געשעהן ואס האט געקענט אוועק רויבן די זיסקייט פונעם סדר? איז גאנץ פשוט: צו ווייסט דא איינער וואס עס מיינט א 'פלאטרעסענט לייט', נו זעעעעכער ווייסט מען וואס דאס איז. דאס איז דאך אזא ווייסע-געלע-בלויע לעקטער'ל עס איז פארהאן אסאך קאלירן, נו דער לעקטער האט דאך א באטלב, איאט? אהא, דאס הייסט אזוי: עס איז דא לענגלעכדיגע באטלבס אין געדרייטע באלב'ס (מיר רעדן א גאנצן צייט פון די סארט 'פלארעסענט לייט', שטימט?) איז יעצט לאמיר רעדן פונעם לענגלעכדיגן באטלב. איז ווען דער באטלב גייט אריין אינעם עלעפטען חודש פון באנוץ קאטן דאס אנהייבן צו באווייזן קונצן, פשוט עס קען מאכן קונצן – דהיינו: עס הייבט אן שפינען אין דרייען עס מאכט אינטרעסאנטע מאדנע זאכן, עס נעמט זיך פארן אינעם עפעס כווייס'ניש ואס פונקטליך עס פארט אזוי אהין אין צוריק אין מאל צו צוויי מאל, אין א בלינק, א פאר אהין אין צוריק – א בלינק. א פאר צוריק אין אהין – א בלינק. אזוי א גאנצע נאכט.

יעצט ברויך איך ענק נישט זאגן וויאזוי אזא מין זאך קען אויפשוידערן א פונקטליכער מענטשט. דערצו וען מען איז שטארק אנגעוויזן אויפן 'פלאטרעסענט' ביי דעם שוויגער. דאס האט אנגעזייעט א געוואלדיגער שלאטכזאחם אינערהאלב דעם שוויגער הויז, די שוויגער האט דאס גענומען אזוי פערסאנעל, אהההה שרעק... איך האב דאס נישט געקענט אויסרעכענען? ניין - ניין! א שוויגער טראכט אין דער לעקטער לאכט. דער לעקטער'ל האט נישט נאכגעגעבן פאר גארנישט. אים איז נישט געווען אינטערעסאנט חיים'ס קיטל, ער האט געטאן ס'זייניגע.

יעצט שוויגער לעבן לאמיר מאכן א סך הכל, אנגעגרייט א סדר נאכט אפאר טאג בעפאר, אין וואאאאס? גארנישט בלאח בלאח זאגט מען אזא צייט, נ'גארנישט פאסירט אויסער אז דער לעקטער האט דא איינעם גוט צוגעפאכעט. יעצט בלייבט מיר נאר איבער צו צוזינגען דא. אז א 'מענשט לאכט' אין דער 'לעקטער קראכט' אין די שוויגער 'מאכט'... א טראסק...

נ י ש ט א ל ע ס קען מען זיך אויסרעכענען שוויגער לעבן...

וויסן זאלסטו שוויגער אז מען האט דאס דורך געלעבט, אין ווער רעדט נאך ווען מען האט ארויס געוואטקט פון שטוב מיטן שווער זאטזיין געזונט צו גיין ספירה ציילן אין די פארטאגס שעה'ן אזוי שפאנענדיג געמוטליך אויף די טרעפ אראפ מען האט זיך געשפורט ווי מען גייט יעצט ממש ארויס פון מצרים, מען האט פרובירט צו שפאנען גיכער,אבער 'ניין' דער שווער האט דאס קאטעגאריש אפגעטשעלט מיטן פארלאנגזאמען די טריט, אזוי איז עס געווען אז זיין חשקות צום סדר וואס ער האט זיך קוים אוועק געריסן פון דארט 'שוויגער לעבן' האט נאך געבאטכעט אין אים.

יעצט ווער קוקט דען אויפן צובראכענעם לעקטער שוויגער טייערע, יא געבלינקט - נישט געבלינקט. א בלינק מיט די אויגן אין יאחללאח... אריבער ס'בלעטל.
חסל סידור פסח כהלכתו... וויאזוי? מיטן אויסשטעלן די סדר נאכט אפאר טאג בעפאר.

זך שוכן מעונה... פדוים לציון ברנה...

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אפריל 29, 2008 11:20 am

חחחח האסט מיר געמאכט א שלאכזאם (וועא"מ) ביי מיר אין אפיס.

א ריזיגן ארטיקל אין יעדן זין פון ווארט, רייך הומאריסטיש קלאר אין דעטאליש, ממש זיך צו באלעקן די פינגער דערמיט, יישר כח פארן אנהייבן מיין טאג אויפן רעכטן זייטל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 29, 2008 12:06 pm

זייער א שיינע פליעס (נישט שלום, און נישט ספליט-פיעס, נאר די ענגלישע איבערטייטש פון א 'שטיק') אלטער-בחור'ל, יישר כח.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 29, 2008 12:14 pm

חחח... חחח... איך לאחך יעצט, פאחוואט? ווייל איך האב געליינט דער בחורס ארטיקל

קיפ איט (דיינע פינגערס אויפן קיעלע בארד)דאוין

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג אפריל 29, 2008 1:13 pm

אלטער............. אלף איינס!!!!!!!!! ;l;p-

טיפיקעל אלטערישע ארטיקעל מיט די סוספענס שפראך און הומאר.

זייער פיין, יעצט ווארטן מיר נאך צו הערן איבער דיינע צרות וואס דו האסט מיטגעמאכט ביי די מרור און ביים איינטינקען די אייער אין זאלץ וואסער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:03 pm

אלטער, יעצט קען איך שוין ענטפערן דיין שאלה פון נעכטן נאכט, יא עס לעבט, און נאך ווי? פארשטייט צעך נאכן לעזן דיין ארטיקל.
טענק יו. און איך וועל מחולק זיין מיט זיידעניו, קיפ איט- אונזער מוט, מיט דיינע ארטיקלן- אפ אפ אפ. (בנוסח לאטקעלע לאטקעלע)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 29, 2008 3:34 pm

מצא issue מצא טוב... אוי האסטו געטראפן א גוטע אישו צו מאכן צימעס דערפון...

אז דו ווילסט שעלטן דיין שוויגער (נאר אויב דו ווילסט), וואונטש איר אז קומענדיגעס יאר זאל זיך די לעקטער אויסלעשן אינמיטן דעם סדר... זי וועט שעעעללללטטטןן....
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:18 pm

אלטער, וועלקאם בעק!

קודם ווערעך געוואר א נייע זאך, א שוויגער טראכט!! מיין שוויגער טראכט נישט, זי טוט, און רעדט זאכן, אן טראכטן,

צווייטן'ס, כ'בין מוחה אז מ'האט ברעקלדיג געמאכט דיין קוים אפגעפיצטען בארד, כ'ווייסדעך יא ווי שווער ס'געווען פייסעכיג צו מאכן,

קאטלפלאטנעם - אלטער, זייער פיין באשריבן, כ'האב שוין וואס צו טוהן פאר די נעקסטע שעה, ס'גייט נישט זיין לאנג, וואסי? כ'גיי לאכן פון דיין ארטיקל,

שכוח, וויכי.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג אפריל 29, 2008 7:55 pm

אלטעבחורל, עך האב דיר שוין לאנג געוואלט שרייבען אז כאב אויסער געווענדליך הנאה פון דיין רייכע פענע, היינט און אלעמאל. (נאר פארוואס נעם איך נישט די מיה, ווייל פון ארבייט אז איך קום אריין אין קרעטשמע און כ'וויל שרייבען מיז איך זיך קודם "מחבר" זיין און דאס איז שוין נישט פון די לייכטע זאכען.)
הפנים, דו שרייבסט אזוי גיט אז כ'וועל דיר נישט פארווארפען וויאזוי די האסט א שוויגער בעת די ביזט נאך א בחור. אפשר קען מען מאכען עפעס א פשעטעל אבער איך וויל דיר נישט חושד זיין מיט עסען מצה ערב פסח. וד"ל ואכמ"ל וכו' וכו'
זאל דיר השי"ת העלפען זאלסט זוכה זיין להחיות נפש כל חי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 29, 2008 8:17 pm

אלטער שרייבט, און אויף מיין פרצוף א שמייכל בלייבט.

אלטער, גוט ווי שטענדיג, כ'בין נישט זעכער צו ס'קען זיין בעסער, דו ביסט אלץ גוט, שכוח, כ'האב זייער הנאה געהאט פון ס'ארטיקל. געוואלדאוונע.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג אפריל 29, 2008 8:24 pm

אלטער; דיין שוויגער/ארטיקל איז ריזיג. ס'בליטשקעט ווי א צובראכענע פאלערעסענט.. ווייסט וואס דאס מיינט יא? אויב נישט פרעג דיין שוויגער, זי ווייסט שוין זייער גוט.

שטארק הנאה געהאט

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אפריל 29, 2008 10:12 pm

אויב נישט יאנאש, העליך זאגן: פרינטער, פרינט...

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » מיטוואך אפריל 30, 2008 1:44 pm

אלטער, דו האסט באוויזן עפעס וואס אסאך האבן נישט באוויזן, דהיינו מחבר זיין נאטורליך. בראווא, קיפ איט אפ ;l;p-

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אפריל 30, 2008 3:44 pm

מורא'דיג, בחור.

דיין שוויגער לאזט דיר כאטש ווערן שמוציג, (און אויך חיים'ל), מיין שוויגער ווען א ברעקעלע שפרינגט ארויף אומוועלנדיג פון טיש צו מיר קוקט זי מיך אן מיט אזאאאאאאאאאאאאלעכע שרעקעדיגע אויגן אז איך זיך א לאח אין דר'ערד פאר בישע
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך אפריל 30, 2008 4:58 pm

אן אינטערעסאנטע זאך, זייט מען האט גרעסער געמאכט דעם טאג פאר מי, דאס הייסט מען האט מיר צוגעגעסבן א שעה צום טאג אין דאס גערויבט פון מיין נאכט שלאטף. האב איך סך ווייניגער צייט אינמיטן טאטג, ווי קאן דאס זיין? מען האט דאך מרוויח געווען א שעה, איפה זה? ווי איז ער? קאטן דאס איינער זאגן. אפשר האט דאס מיט "קו התאריך", אינטערנאציאנאלע דעיט ליין International Date Line זייער מעגליך.

העמער מוזן גיין קויפן א טעיפ וויאזוי דער "קו התאריך" ארבעט, איי אבער ווען וועט איך האבן צייט צו הערן די טעיפ? איך האב דאך פארלוירן צייט...

עניוועי, טאקע דערפאר זייט מיר האבן פארלוירן צייט. געט מען נאר א פאל אריין "בין קאחווע ל'אחשר יטצר".

איז אבער זייער געשמאק צוצוזעהן וואס דער עולם'ס פידבעק איז אויף אן ארטיקל, אין ווילעך טאקע זאגן א שכח, פאר אלע מגיבים דא פארן צוגעבן חיות צו מיין אשר יצר וואס כ'האב נארוואס פארענדיגט מיט א גלעזל וואסער.

אבער היינט איז געווען עפעס אנדערש א זאך וואס האט מיר אויפגעוועקט א שינדל מילץ אין בייכל וואס איך האב מיך געפילט גוט, וואטסי געווען? איך עפן אויף היינט דעם וועב זייטל... אין... איך וועל עס פשוט ציטאחטן דאנעט נאכאמאל. ווייל עס איז געשמאק געוועזן.

נאטורליך האט געשריבן:אלטעבחורל, עך האב דיר שוין לאנג געוואלט שרייבען אז כאב אויסער געווענדליך הנאה פון דיין רייכע פענע, היינט און אלעמאל. (נאר פארוואס נעם איך נישט די מיה, ווייל פון ארבייט אז איך קום אריין אין קרעטשמע און כ'וויל שרייבען מיז איך זיך קודם "מחבר" זיין און דאס איז שוין נישט פון די לייכטע זאכען.)
הפנים, דו שרייבסט אזוי גיט אז כ'וועל דיר נישט פארווארפען וויאזוי די האסט א שוויגער בעת די ביזט נאך א בחור. אפשר קען מען מאכען עפעס א פשעטעל אבער איך וויל דיר נישט חושד זיין מיט עסען מצה ערב פסח. וד"ל ואכמ"ל וכו' וכו'
זאל דיר השי"ת העלפען זאלסט זוכה זיין להחיות נפש כל חי.


וויל איך דיר זאגן "עך" האב שוין לאנג נישט געשפירט אזוי גוט. אין זייטס מיר גע'צלאטכעט אויף יעצט, ביזן נעקסטען אשר יצר... מערצעשעם.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:05 pm

די שעה וואס דו האסט פארלוירן איז דאך נאר זעכציג מינוט???
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:09 pm

שמערי בערי האט געשריבן:די שעה וואס דו האסט פארלוירן איז דאך נאר זעכציג מינוט???
ובכן?


פארלירענדיג זעכציג מינוט לשיטתך, אין לשיטתי א שעה, האב איך פארדינט א תגובה פון דיר שמערי!

העי שמערי היי איז איט גאוינג?! שמערי (לייק: שמעטער) אריין ארטיקלן סאטל בערי (לייק: באמבערן) דא!

קוקט אויס ווי דו ביסט אויפן וועג צו אונטערהאלטן דעם עולם דא מיט דיינע שמאחנדאחרישע תגובות, וואס איז זיס ווי ווי בערי...

*

דשאסט וואטנדערינג, העסטו עפעס מיט 'בלעקבערי'?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:18 pm

אלטער, כ'האב הנאה געהאט.

איי פארוואס זאג איך עס ברבים? כדי מען זאל וויסען!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:21 pm

נע, ווייסטעך פון קליינווייז אן זאגט מיר יעדער אז כ'טויג אויף כפרות, מיינסט אז די קרעטשמע וועט מיר איבערארבעטן. טו לעיט!!!

אדרבה אפשר העפסטו מיר מיט דיינע אלטע, בחור'ישע תגובות

און ניין איך בין ניקס בלעקבערי, מיין בלעקבערי האט זיך שוין לאנג צובראכן.

אבער ווארט, אזוי שנעל האסטו געמאכט נאכא אשר יצר?, כאגעמיינט וועסט ערשט צוריק קומען מארגן!???
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:59 pm

א שיינער ארטיקל, באגלייט מיט שיינע תגובות, יישר כח פאר אייך אלע, איבערהויפט פארן בעל האשכול.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 01, 2008 11:05 pm

א נקמה אין די שוויגער, נישט נאר אין דיינס, נאר אויך אין אלע פון גאנץ כלל ישראל.

מיר האבן א כלל, וגם נצח ישראל לא ינחם ולא ישקר...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 04, 2008 1:57 pm

אלטער : יעצט דורך געליינט מיט ישוב הדעת, גיט גיט איך ווייס נישט אויב די לעקטער לאכט, איך לאך זיכער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 04, 2008 2:38 pm

אגב, איך מיין אז דער ארטיקל וואלט געדארפט הייסן:
די שוויגער "קראכט" און דער לעקטער לאכט.........................

וואס האלטסטו?
לעצט פאראכטן דורך שמערי בערי אום זונטאג אפריל 19, 2009 12:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג מאי 05, 2008 2:34 pm

גוט גוט אלטער, איטס נעווער טו לעיט, ענדליך האב איך עס געלייענט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג אפריל 19, 2009 12:44 pm

ארויף געבראכט לכבוד איסרי כאג פסח...

געץ א שמייכל.... איי וואו נעמט מען אנאלטער היינטיגע צייטן....
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 31 געסט