טאגבוך פסח תשס"ח: מה יפו פעמיך בנעלים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

טאגבוך פסח תשס"ח: מה יפו פעמיך בנעלים

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 01, 2008 2:21 pm

פארווארט
עס איז שוין טאקע דאנערשטאג נאך פסח, רוב וועלט האט שוין פארגעסן דעם טעם פון מצה, און אלע טעשער זענען שוין אנגעפולט מיט פיינע געבאקן-נאך-פסח 'ריסעס', אבער איך דריי זיך נאך ארום מיט פארשידענע געדאנקן אין בויך/מח וואס ברויכן אויסגעלופטערט ווערן, ואם לא עכשיו אימתי. מה גם אז פערצופאל בין איך נאך טאקע פסח'יג, אויסווארטנדיג דעם ביסן חלה פרייטאג צונאכטס, א מנהג וואס איך האב געזען ביי א געוויסן ערליכן איד.

וואס איך עס אין די טעג, פרעגט איר? קיין פראבלעם, איך דערצייל אייך אלעס, איר דארפט נאר האבן אזויפיל געדולד צו הערן ווי איך צו דערציילן. אויף פרישטאג עס איך א קיילעכיגע מצה אנגעשמירט מיט פוטער אדער אוואקאדא, צוגעביסן א גרינצייג סאלאט אדער צודרוקטע אייער פארמישט מיט מאיאנעיז, אויף מיטאג האב איך די לעצטע צוויי טעג געגעסן באנאנעס מיט קעז און סמעטענע, און אויף נאכטמאל עסט מען פאלשע פיש (די 'נאש' אויפדערנאכט איז באשטאנען במשך די וואך פון פיינע מאקאראניס וואס האבן מיר געשטאכן די אויגן גאנץ פסח, יעצט שטעכט עס אין מאגען).

עס איז שווער צו דאווענען אין א שוהל וואו היינט און נעכטן האט דער עולם גע'תיקון'ט אין גרויסן צו די יארצייטן פונעם דברי חיים און זיין אור-אייניקל דער ברך משה, אבער אין די פסח טעג האבן מיר זיך פיין צוגעוואוינט אז נישט אלעס וואס יעדער ארום דיר עסט איז גוט פאר דיר, עי' ערך מצה מעל/לעידי-פינגערס.

גענוג גערעדט איבער די יעצטיגע טעג, לאמיר צוריקפירן די געדאנקן א וואך-צוויי און אראפשרייבן די מערקווירדיגע ענינים וואס האבן אונז באטראפן אין לויף פון די יום טוב טעג דהאי שתא.

שבת ערב פסח
דאס לעצטע מאל איך האב באזוכט די קרעטשמע בעפאר פסח, איז געווען בדיקת חמץ נאכמיטאג - דאכט זיך, וועלן מיר פרובירן צוריקצודרייען דעם זייגער ביז אהין -זומממממ- אקעי. עס איז ערב שבת ערב פסח אינדערפרי, פון די איינציגסטע יארן וואס איך קען טרינקן א קאווע פארן דאווענען אין די צייט וואס מען שמעקט פייער און הערט פייערלעשער ארומרייזן, ווייל די סיום מסכתא איז שוין געמאכט געווארן א טאג פריער.

די בילקעלעך פאר די שבת סעודות זענען שוין געקויפט געווארן דאנערשטאג צופרי, אבער דער דאיען האט מיר געזאגט אז איך מוז צואווארטן ביז שבת דאס אויפצועסן, מען קען נישט מאכן קיין תנאי אז דאס עסן זאל חל זיין למפרע בעתו ובזמנו. איך האב געקויפט פונקט 6 בילקעלעך, ווייל די קינדער האב איך נישט געפלאנט צו געבן קיין חמץ, אבער מען האט מיר אויפגעמערקט אז קטנים שהגיעו לחינוך מוז מען געהעריג געבן א כזית חלה, האב איך געטאן דעם עצה פונעם דברי חיים, אז נאר דער ראש המשפחה האט זיך איבערגעוואשן צו שלש-סעודות, איז איבערגעבליבן 1 בילקע, וואס איז צוטיילט געווארן פאר 2 קינדערלעך (די עלטסטע האט געציטערט צוצורירן דערצו, איז דאס אנשטאט געגאנגען פאר די יונגערע).

מיר האבן געגעבן אויף שטאפל-לייטערלעך אין לאנדרי-רום, וואו איך האב א גרויסן באדע-סינק וואו אלע ברעקלעך האבן זיך פיין אראפגעגליטשט מיטן שטראם (ליכט האב איך געצינדן אין דיינונג רום, און געבענטשט האב איך אויך דארטן, ווייל פונעם לאנדרי צימער קען מען זעהן דעם דיינונג רום). כדי די חלות זאלן זיך גרינג אראפגליטשן אין האלז, האב איך זיי פארטונקן אין פיש זאפט (מיט די מצות איז דאך נישט אינטערסאנט קיין זאפט, אפילו אחרון של פסח פארשווארצן זיי בלויז די זאפט אבער נעמען גארנישט אריין אין זיך), און עס איז געווען א מחיה גדולה ב"ה. נאך די חלה האט מען זיך גוט פארפיצט די ציין. איך האב אנגענומען די עצה פונעם רב ביי די שבת הגדול דרשה זיך צו 'פלאס'ן די ציין טעגליך אנגעהויבן פון שבת הגדול, אזוי ארום אז עס זאל זיין קיין פסיק רישא אז עס וועט בלוטן [די ערשטע טאג-צוויי האט עס טאקע געבלוט, אבער פון דאן און ווייטער איז עס געגאנגען געשמירט ב"ה]. דאן האט מען זיך איבערגעטאן בעקיטשע און אריין אין דיינונג רום ממשיך זיין די סעודה (אין פלעסטיג געשיר).

ביינאכט נאך די סעודה איז פארגעקומען א שלום זכר/וואכנאכט אינעם אנדערן הויז, גאנץ שיין געווען אנגעגרייט (צושניטענע פרוכטן און מעלאנע, פארשידענע ניסלעך, און עטליכע סארט פסח'יגע קעיק) אבער איך האב נישט געקענט עסן צוליב אנגעצויגנקייט - שוין א וואך צייט וואס איך בין געווען אנגעצויגן - נעמליך: וויאזוי מאכט מען זיכער אויפצושטיין שפעטסטנס 6:00 פארטאגס, נישט צו פארפאסן דעם פריען שבת ערב פסח דאווענען?

ערב שבת - אויפן לאנגן שפאציר אהיים פונעם מצה בעקעריי וואו איך האב אפגענומען די ערב פסח מצות און זיי באלד צוגעפירט צום טאטן אין שטוב פארן ערשטן סדר נאכט - האב איך זיך ארומגעשפילט מיטן טעלעפאן, אויספרובירט אלע סארט אלארמען, פרובירנדיג צו דערשפירן וועלכע סארט קלינג עס וועט מיר אויף זיכער אויפוועקן. די נערוועזיטעט האט דערגרייכט די העכסטע שטאפלן ארום 12 אזייגער ביינאכט, ווען איך בין ארויס אין פארטש, און זיך געבעטן ביים שכן מיר אריינצוקלאפן אין פענסטער 6 אזייגער פארטאגס.

למעשה בין איך שוין ארויסגעשפרינגן פון בעט 5:50 פארטאגס, דעם זייגער האב איך שוין נישט געהערט און דער שכן מיינט נאך אלץ אז ער האט מיך אויפגעוועקט. איך בין אזוי פריה געווען גרייט אין בית המדרש, אז מען האט מיר צוגעשיקט צו פסוקי דזמרה פארן עמוד (אויף דעם ארויף האב איך שוין באקומען אן עליה אויך, און ביים באצאלן די נדרים-ונדבות געלט דעם דינסטאג אינדערפרי פארן משמש, זאגט ער מיר אז איך בין א צדיק, ווייל ער האט צוליב די טירדות החג נישט געהעריג פארשריבן די שנאדעראכץ פון שבת-ערב-פסח, על כן זענען מיינע צען דאלער געווען ממש א ריוח גמור פארן בית המדרש).

8:15 האט מען שוין געהאלטן נאך אנעים זמירות, און איך שטיי און טראכט צו מיר אליין: פארוואס דארף מען אזוי פריה אויפשטיין? יעצט איז דאך פארבליבן גאנצע 2 שעה צייט צו עסן 2 קארגע בילקעלעך? (נעכטן האב איך געהערט אז א פעטער מיינער האט זיך אויפגעכאפט טאקע 8:30, און האב נאך עספיהט צו דאווענען געהעריג שחרית ומוסף בציבור און אפרעכטן די זעלבע 2 סעודות ווי מיר). שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט, אז אפגעזען וויפיל צייט עס איז דא, וועט מען אייביג זיכער מאכן צו ענדיגן עסן ממש אינעם לעצטן מינוט (בבחינת ערב שבת וואס מען ווערט גרייט צום צווייטן פייף ועד בכלל).

אפגעגעסן ביידע סעודות און געבענטשט, אויסגעפיצט די ציין און איבערגעטאן בעקיטשע (העמד און טלית קטן אויך), האב איך זיך אראפגעלייגט אין בעט אויף א וויילע. 12 אזייגער זענען מיר אריבער אין שוהל אין באגלייטונג פון די אינגלעך, וואו עס איז פארגעקומען דער ברית פונעם שכן'ס קינד. די ברית האט געזאלט פארקומען 12 אזייגער, אבער אהיימגעקומען איז מען הערשט 1:30, ווייל כנראה האט זיך קיינער נישט געהאט וואו און פארוואס צו יאגן און מען האט באשלאסן צו האלטן דעם עולם אין שוהל דאס לענגסטע וואס מעגליך.

ארום 2 אזייגער האט מען געגעסן די שהכל/האדמה/העץ/בורא נפשות סעודה, וואס איז באשטאנען פון אייער (פיש האט מען שוין געגעסן אינדערפרי), קארטאפל טשאלענט, פלייש, קוגעל, און קאמפויט. דאן האט מען זיך צוריקגעלייגט [מיט די מחשבה צו האבן כח פאר די סדר]. דאס גאנצע הויז איז געווען איינגעהילט אין א טיפע שלאף, ווען איך האב זיך אויפגעכאפט און אפגעלערנט מיינע שיעורים אינעם ספרים צימער. 6 אזייגער נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה אין שוהל, דאן איז מען צוריק אהיים טועם זיין פרוכט און ניסלעך לכבוד שלש סעודות.

יום א' דפסח
דעם ערשטן סדר האבן מיר געגעסן ביים טאטן זז"ג, וואו מען האט שווער געהארעוועט אז די ערשטע כזית זאל פארטיג ווערן אויף חצות. דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי זענען מיר אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט (ארום 8:30) צו ליינען קריאת שמע של שחרית, איך האב געכאפט א קאווע [היי יאר האב איך געקויפט טעיסטער טשויס קאווע מיטן וואלאווער הכשר, אנדערע יארן פלעג איך בכלל נישט טרינקן קיין קאווע, נאר הייסע זיסע מילך] און זיך צוריקגעלייגט אויף א האלבע שעה [אויפן קאוטש! שהחיינו].

אין שוהל האט מען מיר צוגעשיקט צו שחרית ווען איך האב געהאלטן ביי "הא-ל בתעצומות"! (איך האב אמאל געהערט פון א לאנגיעריגע בעל תפילה, אז ער האט געבעטן די גבאים פון זיין שוהל זיי זאלן אים קיינמאל נישט צושיקן דאווענען נאר ווען דער בעל תפילה האלט שוין ממש ביים אפטרעטן פון עמוד, דאס שפארט אים אסאך נערוועזקייט און בויך-דרייענישן). ביי "תתברך לנצח" האב איך געזינגן א מארש וואס נאר 2 מענטשן אין שוהל האבן געקענט, און נאר איינער פון זיי האט זיך מרחם געווען מיטצוזינגן מיט מיר, איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואספארא פנים דאס האט געטראגן. ביי "ממקומך" האב איך אפגעזינגן דעם ווארימען "אני מאמין" ניגון מיט סוקסעס ב"ה, און אויף הלל האט מיר דער רב געווינקן צו בלייבן ביים עמוד, האב איך געזינגן דעם ראדישיצער ניגון (ג-ט פון אברהם איז מיין סימן דערויף) ביי פתחו לי. ביים פירן די ספר תורה האבן עטליכע אידן זיך זייער שיין באדאנקט, און אויב איז אמת וואס זיי זאגן, האב איך זיי אריינגעברענגט דעם יום טוב'דיגן געפיל מיט מיין דאווענען.

אנקומענדיג אהיים ארום 2 אזייגער מיטאג, האב איך נאך געקענט מיטהאלטן די "מודה אני" געזאגעכץ פון די שטוב מענטשן, פון קליין ביז גרויס. עס האט גענומען א וויילע ביז זיי זענען געווען גרייט פאר א סעודה. [אלע סעודות פונעם יו"ט (אויסער די סדרים און נאך איין סעודה, אחרון של פסח אינדערפרי, ווען א באבע האט אונז ממש געצווינגן צו פארבלייבן עסן ביי איר נאכדעם וואס מיר זענען בלויז ארויפגעגאנגען זאגן "א גוט יום טוב") האבן מיר געגעסן אינדערהיים, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב גענצליך איינגערישט דאס הויז מיט א פסח ווירטשאפט, אריינגערעכנט קאכן און פרעגלען (די עסן ארדער אינעם טאג פון בדיקת חמץ האט צו מיין איבערראשונג נישט געקאסט מער ווי 300 דאלער)].

א נאכמיטאג שלאף איז נאכגעקומען, ווי פארשטענדליך, נאכגעפאלגט דורך די שיעורים אויף א שטילע טאן [געפליסטער - בנוסח הבוך "איך וועל דיר ראטעווען"] אין א שטוב איבערגענומען דורכן שר החלומות. צו מנחה-מעריב האב איך שוין יא מיטגענומען די קינדער, וועלכע איך האב אנגעזאגט נישט צו מאכן קיין ברכה ביי ספירת העומר [שפעטער האב איך געהערט פון א דיין אז קינדער מעגן יא מאכן א ברכה, טראצדעם וואס זיי וועלן נישט ציילן ספירה יעדע נאכט].


קול הלשון
אזא לאנגע חול המועד געווען... און מיטן אפוועזנהייט פון א קאמפיוטער (און א קרעטשמע) איז עס פילפאכיג לענגער. וואס טוהט א איד (נאכן לערנען, דאווענען, עסן, און ליינען די מעלות און 'איך וועל דיר ראטעווען')? ער נעמט ארויס דעם נייעם פסח'יגן ביזנעס דירעקטארי, און נעמט זיך מישן בלעטער אן קיין שום ציהל. אט פאלן זיינע אויגן אויף די ליסטע פון שיעורים אויפן טעלעפאן, און פון דארט און ווייטער איז שוין די צייט געהעריג געלאפן.

איך האב אנטדעקט דעם קול הלשון ליניע, וואו מען קען הערן הונדערטער טויזנטער שיעורים פון רעדנער און מגידים, רבנים דרשנים און אפילו רעבעצינס, אפגעטעיפטע און לעבעדיגע, בייטאג און ביינאכט.

דעם ערשטן טאג חול המועד האב איך אויסגעהערט דעם שיעור פון הרה"ג ר' יחזקאל ראטה שליט"א אב"ד קארלסבורג אין פאפא בית המדרש, וואו א שואל לייגט פאר שאלות אין ד' חלקי שו"ע און דער רב שליט"א געט זיינע תשובות אויפן פלאץ. אויך האב איך אויסגעהערט א רעדע פון הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א אב"ד וואודרידזש וואו ער האט מברר געווען אז די הגדה וואס איז בטעות מיוחס צום מלבי"ם, איז גאר געשריבן געווארן דורך ר' נפתלי משכיל לאיתן וועלכער האט געלעבט א דור נאכן מלבי"ם, און איז נאר אויפן שניט פונעם הייליגן מלבי"ם.

שפעטער נאכמיטאג האב איך מיטגעהאלטן א דרשה פון הרב פישל שעכטער אין סקווירא בית המדרש פון שיכון סקווירא, ער האט כדרכו צוזאמגעווארפן אמת'ע און פיקטיווע געשיכטעלעך וואס האבן געהאלטן דעם עולם און מיר געשפאנט.

אויך די אנדערע חול המועד טעג האב איך אויסגענוצט די צייט מיט קול הלשון, ליגנדיג אויפן קאוטש מיט די פיס אין די הייך [אויף ביידע זייטן פונעם קאוטש איז עס ווי א רעקליינער וואס מען קען ארויסציען די פיסלעך פון אונטן] צוהערנדיג צו שיעורים פון בארימטע רעדנער. איין טאג האב איך געהערט הרה"ג ר' יהושע כ"ץ אב"ד מאגרוב, וועלכער האט גערעדט איבער כשרות בזמנינו [צום באדויער האט זיך די שיעור איבערגעהאקט דורכן סיסטעם ווי נאר ער איז צוגעקומען צו א געוויסע שפיץ, מסתמא האט נישט געשמעקט פאר די ארגעניזירער פון די האטליין זיין אפשאצונג אויף יענעם אנאנימען רב]. אן אנדערע טאג האב איך מיטגעהאלטן די שאלות ותשובות בד' חלקי שולחן ערוך דורך הרה"ג ר' נחמן יחיאל מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ [גאר אינטערסאנט געווען. דארט האב איך געהערט דעם פסק אז קינדער מעגן ציילן ספירה מיט א ברכה].

אפילו ערב שביעי של פסח נאכמיטאג, אום 5 אזייגער, האט ער געהאט לעבעדיגע שיעורים פון הרה"ג ר' מאיר פעלדבראנד שליט"א. די נומער דערפון איז: 718.906.6428 טעמו וראו כי טוב.

קול מבשר
איך וויל ארויסברענגן אן אינטערסאנטע נקודה, צו באמערקן ווי ווייט "קול מבשר" האט באוויזן אריינצודרינגן און ווערן א פאמיליע נאמען (האוז-האלד נעים בלעז). במשך מיינע צוהערן צו די אויבנדערמאנטע שיעורים, האב איך 2 מאל געהערט די חשוב'ע רעדנער רעדן פון נישט עפעס אנדערש ווי מיין באליבטע "קול מבשר". דאס ערשטע מאל איז געווען ווען הרב פישל שעכטער (וועלכער האט שוין אינעם פארגאנגענהייט געשאנקן אן אינטערוויו פאר קול מבשר) האט בתוך הדברים אראפגעלייגט ווי איינער האט זיך געזארגט וועגן טרעפיק אויפן וועג, און דערפאר האט ער יעדע 5 מינוט אנגערופן קול מבשר צו הערן די לעצטע טרעפיק אינפארמאציע.

דאס צווייטע עפיזאד איז געווען ווען הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ האט אויף אן אנפראגע איבער צי מען קען יוצא זיין דעם סיום ערב פסח דורכן טעלעפאן, אוועקגעמאכט דעם געדאנק זאגענדיג "קומענדיגע יאר וועט שוין קול מבשר צושטעלן סיומים יעדע האלבע שעה..."

דא איז אויך אין פלאץ זיך צו באדאנקן פאר מיין ידיד דער גרינדער און פירער פון "קול מבשר", וועלכער האט ספעציעל צוגעשטעלט לאנגע נייעס באריכטן פאר די חול המועד טעג, וויסנדיג אז איך - און ווארשיינליך אנדערע אידישע קינדער - בין די טעג אויסגעשלאסן פונעם גאנצן וועלט אבער דאך נייגעריג צו וויסן וואס עס טוט זיך אויף מיין כדור הארץ..

וידו אבן בי
דא וועלן מיר צוקומען צו די צווייטע טעג יום טוב, און מסביר צו זיין דעם קעפל פונעם אשכול:

עס איז געווען שביעי של פסח אויפדערנאכט, ארום 9:30 אין אווענט, ווען איך האב אהיימשפאצירט פון שוהל אין באגלייטונג פון מיינע 2 זוהן, אין עלטער פון 4 און 6, ווען איך האב באמערקט 3 שחורים אין די צוואנציגער אדער דרייסיגער יארן, אנגעטאן מיט ווייסע ט'-העמדלעך און אן אויפשריפט דערויף וואס האט זיך געליינט SOX, שפאצירן אויפן שטראז נעבן מיין הויז. איך בין צוגעוואוינט צו זעהן שחורים אין מיין געגנט, אבער זייער באנעמונג איז מיר נישט געפאלן. איינער פון זיי האט זיך אראפגעבויגן צו דער ערד אויפצוהייבן עפעס, און ווען מיין רוקן איז שוין געווען געוואנדן צו זיי, האב איך געהערט פון הונטערוויילעכץ א שפאטישע געלעכטער, נאכגעפאלגט פון א זעץ אויף די הונטערשטע טייל פון מיין רעכטע שיך.

נאך עטליכע מילי-סעקונדעס (וואס האבן אויסגעזען ווי מינוטן) האב איך געווארפן א בליק אויף דער ערד צו באשטעטיגן אז איך בין ווירקליך געווען א ציל-ברעט פאר א גוי'אישן שטיינדל אין די גרויס פון אן איי!

איך האב שפאצירט ווייטער מיט מיינע קינדער, זיך אנרופנדיג צו זיי: מיר האבן יעצט געהאט א נס! [איך קען נאך אלץ נישט טראכטן וואס וואלט פאסירט ח"ו ווען דער שטיינדל טרעפט מיר אין קאפ, אדער חלילה אין די קעפלעך פון מיינע קינדער]. די גוים זענען שוין לאנג נישט דארט געווען ווען איך בין ארויף אין שטוב מיט א קלאפיג הארץ און איבערדערציילט די נס וואס מיר האבן יעצט מיטגעלעבט.

די רעבעצין פרעגט מיר: נו, ווען קען מען באשטעלן די מואווינג טראק? אבער איך האב איר געזאגט אז עס האט פשוט געדינט אלס דערמאנונג אז מיר זענען ווירקליך אין גלות, א זאך וואס מיר זענען ליידער נישט צוגעוואוינט צופיל צו טראכטן דערפון וואוינענדיג אין די עכט אידישע געגענטער.

אויפן וועג צום שוהל נאך די סעודה - שפאלטן דעם ים - האב איך באטראכט דעם שטיינדל, און באשלאסן אז אויב עס וועט פארבלייבן אויפן ארט ביז מוצאי יום טוב, וועל איך דאס אהיימנעמען און אוועקשטעלן אין שענקל אלס זכר צום נס, און גלייכצייטיג אלס דערמאנונג פונעם עול הגלות (שביעי של פסח אינדערפרי האב איך דאס שוין אבער נישט געפונען).

צו דאנקן דעם אייבערשטן האב איך מיר פארטייטשט א פסוק אין שיר השירים: מה יפו פעמיך בנעלים! פעמיך קען זיין פונעם לשון 'קלעפ', ווי מיר געפונען ביי פרעה און נבוכדנאצר אז זייערע הארץ קלאפענישן זענען אנגערופן געווארן ותפעם/ותתפעם, ["כי בפעם הזאת" פון מכת ברד האב איך מיר אויך פארטייטשט "ביי דעם קלאפ"]. ווי שיין איז דאס ווען די קלעפ וואס מיר כאפן באטרעפן נאר אין די שיך! ווי גליקליך בין איך אז השי"ת האט מיר פארשוינט און געלאזט דערמאנען דעם חובת הגלות מיט א לייכטע קלאפ אין די פאדעשוועס [זוילן] פון די שיך!

השי"ת זאל העלפן אז איך זאל טאקע האבן אפגעקומען מיט דעם, און טאקע בשם כל ישראל (ווי דער מדרש זאגט אז אויב איין איד גייט אין בריטאניא און איינער אין אפריקא ווערט דאס גערעכנט ווי אלע אידן זענען אהין אנגעקומען גלות ליידן). מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו גאולה שלימה במהרה דידן אמן.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מאי 01, 2008 2:40 pm

או-הא! ר' קרעמער! ממש מורא'דיג, די זאפט צוגיסט זיך אין אלע גלידער, אזוי פיין אראפ געלייגט דעם פייסעך, א לאנגס און א ברייטס.

נאכאמאזעל אז דער שטיינדל איז דיר נישט אין קאפ געפלויגן, ווער וואלט געפירט אונזער היימישע קרעמל,

יעצט זאל די גאנצע קרעטשמע מיטשרייען און מיטזינגען:

יודו לה' חסדו........ הודו לה' כי טוב........... כי לא עזב חסדו מקרעטשמעריינו...............
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 01, 2008 3:03 pm

קרעמער,

דיין טאג/נאכט-בוך איז זייער שיין מסודר און בע'טעמ'ט צו לייענען.

א גרויסן יישר-כח.

אגב, דער בעלזער רב ר' ישכר דוב טייטשט דאך אויך דעם 'פעמיך' מלשון ותפעם, עס איז באקאנט אז בעלזער רב פלעגט זאגן אז ווען עס קומט ביי נעלית החג האבן אידישע קינדער הארץ-קלאפענישען פון דעם אז מ'ברויך זיך שוין געזעגענען פון אזא שיינע יו"ט (ווי האט איד האט מיר אראפגעלייגט די בויך-דרייענישען וואס דער וואכעדיגער והואאא רחום מאכט אים מוצאי יו"ט...), דאס זאגט שלמה המלך 'מה יפו פעמיך בנעלים' ווי שיין איז די קלאפענישען ביי נעילת החג ודפח"ח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 01, 2008 3:11 pm

יישר כח שמערי-בערי-גרערי פאר די ווארימע רייד

יישר כח מיללער פאר די קאמפלימענטן (דער בעלזער רב טייטשט דאס אויף הארץ-קלאפן, וואס איז ממש ווי אין פסוק שטייט ביי ותפעם, איך בין שוין געגאנגען א טריט ווייטער, אז דאס זאל טייטשן איינפאכע קלעפ אויך..)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג מאי 01, 2008 3:29 pm

אבער דארפסט פארשטיין קרעמערל

עס נעמט צו לאנג פארן עולם דארעכציליינען אזא לאאאאאאאאאאאאנגע ארטיקל

עס וועט נעמען לאנג ביז דער עולם וועט אנהייבן מגיב צו זיין
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מאי 01, 2008 4:01 pm

זייער שיין קרעמער, א גרויסן שכוח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 01, 2008 4:56 pm

קרעמער, וואס האסטו געטון מיט מיר? דו ווייסט אז איך דארף שוין אהיימגיין? דו ווילסט אז איך זאל בלייבן אין אפיס ביז זיבן דרייסיג?

עניוועי, קאמענטארן זענען נישט איבריג, און דערפאר וועלן זיי נאכפאלגן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 01, 2008 5:08 pm

קרעמער, קודם מוזעך מוחה זיין, אויף דעים מאסן מערדער (נוסח-אלטער) שטיינער-ווארפער, א חופה! ער האט אונז פלעין געוואלט איבערלאזן כראן בלי צועה, ווי א דארף אנע הונט, כ'מיין וואס האטער געטראכט?

אבער נעקסטיים קאלט מען אן וויכי'ן און כ'קום צו פליען מיט מיין טשערי לייט, און מיין סקענער, און כ'שאצמער ארויף די ארבעל, און.... כ'כאפ צוויי זעצע'ס.....

עניוועי, כ'האב געטראכט, וויזוי באשכויעכט מען דעם קרעמער פאר אזא ריזיגן, הערליכן, טאגבוך/ארטיקל?

פלעינע שכוח? פאסטעסדען? פרינטער פרינט? האבעך מורא אז יאנאש וועט מיך באלד ווארפן א שטיין אין קאפ!, איז געבליבן אז כ'גיידער פארציילן א אמת'ע מעשה, ס'האט פאסירט בערך צוויי חדשים צוריק, ווען וויכטיג מאכער האצעך אויפגעסיינט צו שרייבן אין קרעטשמע,

גאנץ אנפאנג, ווען כ'האמעך נאך געשעמט, האבעך געפרעגט איינעם (כ'זאגנישט קיין נאמען) ווער זענען די גוטע שרייבער'ס דא אין קרעטשמע? יענער, א גוטע שרייבער, האטמער אויסגערעכענט אפאר נעמען, (כ'זאג נישט וועמען) אבער צווישן די נעמען, איז אויך געווען דיין נאמען,

נישט האבענדיג געליינט אן ארטיקל פון דיר, האבעכעם געפרעגט, קרעמער? ער קוקט נישט אויס אזוי!, האטערמער געענטפערט, ווארט אביסל!, ווארט ער זאל שרייבן א טאג בוך, העסטע געוואר ווערן,

קרעמער, כ'בין שוין געוואר געווארן צום דריטן מאל!! ס'יעצט דיין דריטן טאג בוך זייט כ'בין דא, איינס בעסער פונעם צווייטן,

שכוח קרעמער, שכוח קרעמער, פאר דיינע גוטע טאג-בוך'ער.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 01, 2008 5:48 pm

פרינטער; הער מיך אויס, כ'ווייס אז עס איז א לאנגס, אבער גלייב מיר אז ווען דו קענסט ווען קרעמער'ס טרעק רעקארד וואלסטו נישט געמאכט טראבל, סאו טו מיר א גענאדע און דריק מיר ארויס דאס ארטיקל.

שכוח.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 01, 2008 11:19 pm

קרעמער, ווען עס קומט צו דיר, פרינט איך נישט, איך לייען עס על המקום, מיט א פארכאפענדן אטעם.. האב נישט מורא, קיינער האט עס נישט געכאפט...

דיינע ווערטער זענען צוקער זיס, שיין און באשיידן. דאכצאך ס'איז דאס ערשטע מאל וואס דו ביסט עובר כמעט אויף גילוי ביין שרייבן אן ארטיקל..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 01, 2008 11:49 pm

יישר כח טריאו, מאשקע, וויכטיג-מאכער, יאנאש און סאכדעס. איטליכנס רייד זענען מיר מחזק אנצוגיין ווייטער.

סאכדעס; פון וועלכע שורה רעדסטו? איך האב נישט באמערקט קיין גילוי.

-------
גילוי דעת!

איך נעם זיך נישט אונטער צו שרייבן קיין ארטיקל יעדע מאל איך ווער פארשריגן דורך א שחור אין גאס! על כן, זייט געווארנט, הערט אויף אונטערצושיקן שיכור'ע ערלים מיר אנצוזידלן בפה מלא!

יעצט אהיימקומענדיג פון נאכט שיעור, קומט מיר אקעגן א שווארצער אין די צוואנציגער יארן, און פון א האלבן בלאק אוועק נעמט ער זיך מיר באפאלן מיט קולי קולות: BAD TIMING, BAD TIMING MOTHER... WHAT ARE YOU DOING IN MY NEIGHBORHOOD? THE BLOOD OF J....S IS ON YOUR A.. איבריג צו זאגן אז איך האב זיך נישט צוטאן געמאכט פון זיינע געשרייען, נאר געמיטליכער (מיט א קלאפעדיג הארץ) שפאצירט ווייטער אויף מיין וועג אין ריכטונג צו מיין געביידע.

איך קען נישט באשליסן אויב איך זאל אנרופן חברה שומרים זיי זאלן ערלעדיגן בעסערע פאליצייאישע וואך אין מיין געגענט, אדער לאזן לויפן די זאך און אפקומען חובת גלות מיט אלע הידורים.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 01, 2008 11:51 pm

היות דער פרינטער האט געפאלגט, און איך האב עס געליינט, מוז איך מעלדן בבער שת רבים אז מיר האבן זייער הנאה געהאט דערפון.

יישר כח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מאי 02, 2008 12:05 am

קרעמער, דו מופסט דאך סיי-ווי קיין וועד הדירות, נישט אזוי?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 02, 2008 12:19 am

דאס מאל האב איך נישט ליב געהאט דעם טאגבוך, פאר קיין שום ספעציפישע ריזאן נישט.


הרני מוכן ומזומן לקיים מצות לא תעשה לא תשנא את אחיך בלבבך ויהי נועם ה"א וגו' בשם כל ישראל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 02, 2008 1:03 am

וואס טוט מען מיט אזא שוועמל?

יעצט ווילסטו מיר צוריקגעבן אויף די טשעפערייען פון ישיבה קטנה?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מאי 02, 2008 1:38 am

בעסער אויך די וועלט ווי איידער אויף יענע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 02, 2008 8:14 am

קרעמער:
א דאנק פארן שיינעם טאגבוך,אזוי ווי אלעמאל, זיס ווי צוקער,
איך מיין אז דו האסט א גרויסן חלק פארגעסן איבער יו"ט, ווען דו דערמאנסט דיך ברענג עס זיי אזוי גוט אהער, ווי וויל עפרישיעיט איט.

שוועמל:
הוי זהיר בכבוד חבירך וכו'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 02, 2008 11:30 am

פארשלאפן;

יישר כח. קענסט מיר העלפן זיך דערמאנען... אפשר האסטו אויך מיטגעדאווענט מיט מיינע מנינים שחרית מנחה-מעריב, און מיטגעזיצן ביי די טעגליכע שיעורים אין שוהל, אדרבה, פריש מיר אויף דעם זכרון.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » פרייטאג מאי 02, 2008 11:30 am

איך האב געלאכט און געוויינט און איין ארטיקעל, אלעס איז מורא'דיג, אבער עס איז צו באוואונדערן, ווי זוי דו לערנסט אפ דעם חובת האדם בעולמו,
וויזוי דו האסט דיך אזוי שיין אויפגעפירט נאך דעם שטיין געווארפעריי, און עס אפגעלערנט אז מען איז נאך און גלות, ליידער איך, וואלט לכאורה נאך אזא אינצידענט,
געזינגען די שירה און דיינונג רום, און געבעטן דעם באשעפער אז עס זאל זיין כאילו איך בין און ביהמ"ד, אזוי שרייבענדיג טראכט איך, אז איז צום זכר וואס עס איז געווען די נאכט
ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, און די מצריים האבן געווארפן שטיינער אויף די אידן. זעהט אויף אז דיין שיך איז א שטיקל פון די ענני הכבוד.

א שכוח.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מאי 02, 2008 11:32 am

יישר כח דרך אגב.

איך האב טאקע אינזין געהאט דעם אנדערן פרימארגן ביי "שעשה לי כל צרכי" אפצוגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת אז ער האט מיר צוגעשטעלט שיך וואס האבן אוועקגענומען דעם שטארקייט פונעם קלאפ.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22395
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 02, 2008 11:58 am

קרעמער:
ערשטנס, ווען איך האב געדאווענט חוה"מ ביסטו נאך געווען אין.............

צווייטענס, איך בין געווען אין ק"י ביז דאנערשטאג חוה"מ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 02, 2008 2:22 pm

בזמן שקרעמער בקרעטשמע, הוא הודה הוא זיווה הוא הדרה, מיט אזעלכע טאג ביכער, ווער דארף נאך עפעס מער.

אזוי אנגעפילט מיט אידישע, און חסיד'ישע געדאנקען גאנג, אז ס'איז אונז א נחת זיך צו דרייען אין איין קרעמל.

שכוח, פאר דיינע אנשטרנגונג, אונז אלעס אזוי שיין צו באשרייבן.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » פרייטאג מאי 02, 2008 5:19 pm

קרעמער, הערשט יעצט געזעהן דעם גאנצן אשכול, ס'וועט מוזן ווארטן ביז נאך שבת, ווייסטעך איך בין ביזי היינט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מאי 03, 2008 11:23 pm

שכויח קרעמער פאר דיין שיינע דייעריע.

כ'אב עס ארויסגעפרינט פרייטאג און געליינט שבת קודש (מ'מעג?). באזונדערס האב איך הנאה געהאט פון דעם טייטש אויף יפו פעמיך בנעלים, האסט מיך דערמאנט פון דיין טאטן (בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני, געדענקסט?).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש מאי 03, 2008 11:25 pm

וויפיל מענטשן באנוצן זיך מיטן 'שוועמל' ניק?

אדער - בעסער געפרעגט - ווי אפט גייט 'שוועמל' אדורך א 'מוד סווינג'?

(דו רעדסט פונעם כתב? אודאי געדענק איך, עס ליגט מיר אין שטוב)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה ידידות, פישל און 28 געסט