דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 8:25 am

הערט א מעשה. ס'איז דאך קאראנא צייטן (נישט אזוי הייבט זיך יעצט אן יעדע ערציילונג, שמועס, דרשה, אדער סיי וואס?), דארף מען אמאל א ליפטער, גייען צוויי אלטע חברים שמרי' און נחום וועלן מיר זיי רופן (זיי עלן מוזן מסכים זיין, זיי זענען ממילא מעשי ידי.....) אזוי באנאזאם אויפן גאס און שמועסן זיך אזוי געמיטליך.

הער נאר שמרי', רופט זיך נחום אן, עס איז שוין גענוג מיט די צוקוועטשקייט איך דארף עפעס פרישקייט, עפעס אויפצילעבן די מח, אריינצובלאזן לעבהאפט דערון עס ווערט דאך פארשווארצט פון חשכות.

נו נחום וואס זאלן מיר טון - קרעכצט שמרי' צו - פארקס זענען דאך פארשפארט, אטראקציע פלעצער פארהאקט, ווילסט שפאצירן אויף דיבלאזיאויס אפגעשפארטע גאסן זיך אומקוקן אויף די אנגעסקריבלטע ווענט? ציילן די שפאלטענעס אויף די טראטואר אדער פעך?

נעה שמרי' די ביסט בעסער ווי דעם – זאגט נחום מיט זיכערקייט און זיין געטרייען חבר דער בריליאנטענע מח און ריזיגע קענער – קום אויף מיט עפעס אינטערסאנט, עפעס "מח ציבלאזנד" זאל אונז אביסל אויפלעבן.

יאפ כ'האב א געדאנק - שרייט שמרי' אויס זיך אזוי אפשטעלנדיג האסטיג ווי צי רעפלעקטירן די האסטיגקייט פון זיין מח מיט וואס ס'איז אויפגעקומען מיט די "מח ציבלאזנדע" עצה. איך האב א פלאץ ווי כ'האב שוין לאנג געוואלט באזוכן, ס'איז מורא'דיג אינטערסאנט און ס'איז א פריוואטע מענטש וואס איז אוודאי אפן יעצט אויך, נו געגאנגן.

די מעשה איז אז שמרי' און נחום זענען נישט געווען די איינציגסטע באטייליגער און דעם שמועס, כאטשיג בלויז זייער קול איז געהערט געווארן. איך בין אויך דארט געווען, כאטשיג ווי א ציהערער, אן זייער וויסן האב איך זיך אזוי ציגעהערט און שטייטצעך גאר נייגעריג געווארן צי באזוכן דעם אינטערסאנטן פלאץ, און כאשר חשבתי כן עשיתי און כ'האב זיי אזוי נאכגעשפאנט שטילערהייט נישט צי שטערן זייער באטעמטע שמועס. (העי, האב נישט קיין טענות אויף מיר, נאר אזוי קען איך דיר יעצט מיטטיילן מיט די אינטערסאנטע באזוך..).

טראגט אונז שמרי' אזוי ביז מיר קומען אן צי א גרויסן בנין מיט א טעוועלע "דזשאן קופער'ס גאלעריע" און דערונטער מיט קלענערע ווערטער "מייקרא ארט עט איטס בעסט", נא מייקרא ארט וואס קען זיין אינטערסאנטער ווי דעם?.

פאר ווער עס איז נישט באקאנט, מייקרא ארט איז די טאלאנט צי מאכן געקינצלטע ווערק און גאר קליינע פארמאטן ווי א גרופע קעמלען און א נאדל לאך , א שיף און די בליי פון א פענסיל וכדו', בייגעלייגט זענען אפאר אזעלכע בילדער.

עכ"פ אזוי אריינגייענדיג זעהט מען ציערשט א גרויסע צימער, אויסגעלייגט מיט זיינע מייסטערווערק מיט פרייזן דערויף, ווי למשל א פשוטע בליי וואס קאסט ביי מיר און געשעפט אפאר צענט, קאסט דא אפאר הונדערט דאלער מיטן פארמאגן א הענטל פון אויבן וכדו'. אביסל ארויפציר טרעפן מיר דעם גרויסן סטודיו ווי דער דזשאן בכבודו ובעצמו זיצט אויספארמען זיינע מייסטערווערג.

קומען מיר אריין און הויפטקוואטיר אנטפלעקט זיך א מייעסטעטיש בילד פאר אונז, א גרויסן שיינעם צימער קונצליש באלאכטן פון אלע זייטן מיט א געשמאקע קאליר מיט גרויסע מאשינען און ריזיגע פארגרעסערונג גלעזער ביים טיש מיט כל ערליי שניצערס בערשטלעך וכו' וכו', אזוי אריינקומענדיג שטיי איך פארגאפט אפאר מינוט נישט קענעדיג עפענען מיין מויל פאר איבעראשונג ממש א ערהאבן בילד! אזוי ארומקוקנדיג באמערק איך דארט דעם דזשאן איבערגעבויגן אויף איינע פון די פארגרעסערינג גלעזער מיט די הענט אינמיטן טיש פארשוויצט און פאר'מח'ט, כ'האב נאכנישט עספייעט צי כאפן וואס דא גייט פאר ווען מיין מח איז איבערגעהאקט געווארן פון זיינע געדאנקן דורך נחומ'ס קול, זעהט אויס ער האט אויך יעצט באמערקט די זעלבע ווי איך ווייל איך הער איהם פרעגן מיין פראגע.שמרי' וואס גייט דא פאר? פארוואס איז דער קופער אזוי אנגעצויגן און פאר'מח'ט און וואס האלט ער דארט און זיין האנט מ'קען דאך עס קוים באמערקן?

שמרי' מיט זיינע שארפע בליקן האט שוין אויפגעכאפט די גאנצע מעשה און טיילט עס גערן מיט מיט זיין באגלייטער (אייגנטליך באגלייטער'ס, נאר דאס האט ער דאך נישט געוואוסט..) זיינע געפינסן. ער ארבעט יעצט אויף א גרופע קעמלען און א נאדל לאך און בטעות האט ער געמאכט איין הויקער פון א קעמל א משהו צי גרויס און ס'איז שוין נישטא קיין פלאץ פאר א הויקער'ס חברותא, דעריבער מיטשעט ער זיך דא עס צי פאררעכטן.

די מיינסט עס נישט ערנסט - זאגט נחום ווי א גאנצע חכם - דער דזשאן, דער גרויסער ארטיסט וואס פארמאגט די גאנצע ווערטשאפט דא מיט די אלע מאשינען גרויס און קליין מאכט זיך אזוי נאריש פאר א קעמל און א נאדל לאך? איז איהם באמת א חילוק צי די קליינע קעמל דארט האט איין אדער צוויי הויקער'ס??

אה נחום מאך דיר נישט ווי אזא בטלן – שרייט איהם שמרי' אן מיט ביטול – די גאנצע געביידע מיט אלע לעקטער'ס און מאשינען זענען דאך דא בלויז אהערצישטעלן דעם קליינעם קעמל אינ'ם לאך, אז דער קעמל קומט נישט אויס ריכטיג וואס דארף ער די אלע כלים?.

פארוואס פארצייל איך עס אייך? ווייל נעכטן פרעגט מיר איינער אזא אור-אלטע אפיקורסישע שאלה, האלסט טאקע אז דער באשעפער וואס האט באשפן אלע גאלאקסיעס מיט די ריזיגע כוכבים ומזלות גייט אן אויב די קליינע מענטש דארט אויפן קליינעם פלאנעט ערד נעמט ארויס די שמוץ פון די עסן אדער די עסן פונם שמוץ אום שבת?

שוטה איינער, אלע גאלאקסיעס זענען בלויז באשאפן אז דער קליינער מענטש אויפן קליינעם פלאנעט זאל איהם דער ייצ"ה איינרעדן צי ארויסנעמען די פסולת מתוך אוכל און ער זאל זיך מתגבר זיין און ארויסנעמען דוקא די אוכל, אז נישט זענען אלע גאלאקסיעס מיט אלע אירע פלאנעטן גארנישט אינטערסאנט!!
צוגעלייגטע
images (1).jpg
images (1).jpg (4.01 KiB) געזעהן 403 מאל
download.jpg
download.jpg (2.42 KiB) געזעהן 403 מאל
download (1).jpg
download (1).jpg (2.55 KiB) געזעהן 403 מאל
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:10 am

שטארק!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך Iphone » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:20 am

זייער שיין

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך א נייער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:08 pm

הערליך.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:09 pm

זייער שיין.

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 12:51 pm

הערליכע שפראך און תוכן!

נ.ב. דער קופער איז אמאהל געווען ביי דוכנ'ען? פון ווי איז איהם איינגעפאלן מ'קען אזוי אויסשטעלן די פינגער?

אוועטאר
קאלטע ביר
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:06 pm

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך קאלטע ביר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:02 pm

אוראייניקל האט געשריבן:הערליכע שפראך און תוכן!

נ.ב. דער קופער איז אמאהל געווען ביי דוכנ'ען? פון ווי איז איהם איינגעפאלן מ'קען אזוי אויסשטעלן די פינגער?

גא"מ

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:37 pm

זייער שיין
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 1:40 pm

א גרויסן יישר כח פאר אלע באדאנקער'ס.

אזויווי עס איז מיר א נייע שניט צי שרייבן, א אפנויג פון די גראמען וואס פלעגן פארנעמען ביי מיר די אויבנאן, וויל איך הערן פונ'ם עולם מער בפרטיות, ווי בינעך בעסער, וואס קעניך פארבעסערן, און קאנסטראקטיוו קריטיק אויך, באישי איז אויך גוט, אזוי וועט מען קענען בעסער צישטעלן לרוות בהם בני אדם.
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:02 pm

מזה ומזה אל תנח.

דו טויגסט פיין אויף ביידע.

#מייןאפיניאן

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:04 pm

הערליך שיין רב קאמאו!
דו ביסט גוט ביי ביידע.
עכ"פ איך האב הנאה פון ביידע.
----
האקט
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: דעם קעמעל'ס איבריגע הויקער

תגובהדורך קאנטרי מאוד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 5:17 pm

יישר כח שטומפי און אור"א
אמר הקב"ה בני אם תתן לי לבך ועיניך אנא ידעית דאת דילי

קאנטרי מאוד מאודס..


קויפסט אויף עמעזאן? - קויף דורך דא - זה נהנה וזה לא חסר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש לו מנה, ערעב איד און 7 געסט