ג-ט'ס אפוטרופסים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 1:46 pm

7:06 דינסטאג יום ג' סליחות.

כ'האב מיך געגעבן א כאפ אויף מיט א בהלה, שוין ווייטער האט מיין וועקער זייגער נישט געטוהן איר אויפגאבע, אייגענטליך האט זי עס יא געטוהן נאר איך בין געווען אזוי טיף ארייגעקורטשקעט אונטערן דיקן פעדערנעם דאכענע אז כ'האב אים גארנישט געהערט בכלל, נאכדערצו אז די וועטער ברויך היינט זיין קיליכלעך, 'טשילי', ווער קען דען טראכטן פון אויפשטיי, בינעך געבליבן אין בעט, און מיין מח האט ווייטער געספינט מיט חלומות און דמיונות.

אבער האבעכזעך געגעבן א כאפ אויף און געזעהן אז ס'איז צרות, מיין מנין סליחות 6:30 האבעך שוין פארפאסט, און פאר א באונעס ווארט שוין מיין חברותא אויף מיר 6 מינוט, מיין סעלפאון האט געוויזן פון אים צוויי מיסד קאלס, נאך א מזל ער האט נישט קיין טעקסט, ווען יא ווער ווייסט וויפול שטרענגע עמאודזשיס מיט רויטע פנימער איך וואלט שוין באקומען, האבעך שנעל געגעבן א זאג מודה אני, כ'האב קוים גענדיגט מוניסעיכא סעילא, און מיינע הענט האבן שוין אויטאמאטיש געדרייט די נעגל וואסער טעפל פון רעכטס צו לינקס וחוזר חלילה וחוזר וחס, פארפאסענדיג אסאך מאל דעם ציל.

די בגדים האב איך ארויפגעצויגן נאך מיט מיין שלאף קאפל אנגעטוהן, מיינע פלינקע מאנעוורעס און געשיקטע הענט האבן באוויזן אין קארגע פיר מינוט מיך צו פארוואנדלען אין א פריש אויסזעהנדן מענטש, אפילו תוכתוכ בינעך נאך גוט געפאפן ווי ס'דארף צו זיין, כ'האב אבער געמאכט דעם אנשטעל, און ווי א פריש אויסגעפוצט קינד האב איך פינעף און אהאלב מינוט נאכן פרידה פונעם בעט, געמאכט דעם וועג ארויס, מיטן טלית בייטעל אין מיינע הענט אראפמארשירט בעדפארד עוועניו קיין פאפא ביהמ''ד.

כ'לויף אריין אין ביהמ''ד פונדערווייטענס זעה איך מיין חברותא ווארפן אזעלכע בייזע בליקן, מיט שארפע אויגן ברעמען, כ'האב גלייך געוואנדן מיינע טריט אין זיין ריכטונג ווען אויפן וועג באמערק איך פון די לינקע זייט פון מיין אויג, א טישל מיט תיקון, און אפאר יעקישע אידן זיצן שוין 7:15 נאכן דאווענען, און עסן הערינג מיט א גאפל און א סערוועטל צו די זייט, כ'האב שנעל אוועקגעקערט מיינע אויגן פון יענע דירעקציע, און געשפאנט גראד אריין אין מיין חבר'ס בייזע אויפנאמע.

מ'האמיר גאנץ שנעל פארגעסן פון די אנגעצויגענע התחלה און מיר זענען אריינגעשווימען אין די געשמאקע סוגיא פון ר' חייא קמייתא און ר' חייא בתרייתא אנפאנג בבא מציעא, פאר ווער ס'ווייסט פון וואס איך רעד וועט וויסן אז ס'איז סאך געשמאקער פון דעלקעלעך און קאקאש, אלנפאלנס נאך געשמאק לערנען פאר אזא דריי פערטל שעה בינעך ארויסגעלאפן פון ביהמ''ד זוכן א מנין סליחות, כ'האב געטראפן אין סוכת דוד א מנין וואס האט געהאלטן ביי הנשמה לך, ס'האט גאנץ לאנג גענומען ווייל איינער פון פאפא רבינ'ס קינדער האבן זיך געשטעלט מיט דעי מנין, ביי נפילות אפים האב איך געמאכט א שארפע יו טורן און אריינגעפוצט אין ביהמ''ד כאפן א מנין שחרית, די גערוך פון די ראגעלעך און דעלקעלעך האבן נאכאמאל געכאפט מיינע סענסיטיווע ריח חושים און ווי א מאגנעט בין איך נאכגעצויגן געווארן נאך דעם גערוך ביזן ביהמ''ד אריין דארט ביים טישל ווי ס'איז שוין געווען פארזאמעלט א גרעסערע געזעמל.

מיט כח האב איך מיך אוועקגערירט פון דארט, כ'האב אליין נישט געכאפט ווי פארטיפט איך בין געווען, און אויסרעכענען לויט ווי די דעלקעלעך האלטן יעצט, צו ס'וועט נאך זיין גענוג ביז איך ענדיג דאווענען, כ'האב שנעל געגעבן א שאקל ארויס די קאנפעקשאן שוגער פון מיין נאז און איך בין געלאפן כאפן א מנין, ב''ה כ'האב געטראפן א מנין פונקט ביים ריכטיגן ארט נישט צו שפעט און נישט צו פרי, מיט א פלינקע דריי איז שוין דער טלית געזיצן אויף מיין קאפ ווי א מלך אביון, די רצועות האבן זיך געדרייט צו מיין אנטריסונג אין יעדע דירעקציע ווי כ'האב נישט געוואלט ער זאל גיין, מיט א תהילות יוסף סידור אין די הענט האב איך מיך געגעבן א כאפ מיט מיטן שוואנג, און אריינגעפארן אינעם עולם התענוג וואס ס'הייסט א געשמאקע דאווענען.

דער בעל תוקע ביי מיין מנין האט זיך פארשטאלפערט ביי די שברים ווען די שופר האט גע'שברט און יעדע פון די שברים איז געווען שבר בשברים, הקיצור ס'איז געווען שבל על שבר, מיט מיינע הענט צאמדרייענדיג מיין גארטל האב איך מיט אנגעשפיצטע נערווען אויסגעצויגן ווי א הויזן טראגער, קוים געקענט ווארטן אז דער בלאזער זאל זיך ענדיגן אויסבלאזן, אבער ער האט נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, ביז עמיצער האט אים אוועקגעבלאזן פון דארטן און אריינגעבלאזן זיינע קענטעניסן און דעם אויסגעבלאזטן שופר, און ענדליך האט זיך געהערט א קול דממה דקה, וואס לענ''ד קען אזא קול זיכער נישט צומישן דעם שטן, אבער וואסאכיליק, מיט איין ערמל פון מיין רעקל נאך פון הונטן האב איך אריינגעשמיסן אין ביהמ''ד, ס'איז שוין געווען היבש שמוציג דער טיש, א צייכן אז קעניינע הארע סיז שוין געזיצן דא א ציבור אידן היינט.

כ'האב מיך פלינקערהייט געגעבן אזא שמוטשקע אריין ביז אינמיטן, מיט א דעלקעלע אין די האנט האב איך געמאכט א ערליכע מזונות, קוים האב איך געגעבן דעם ערשטן ביס, און כ'האב אים באמערקט......

געשטאנען איז ער צוויי דריי טישן אוועק מיט זיין טלית נאך אויף דער פלייצע, פון זיין געזיכט האט ארויסגעשפראצט אויף אראפ א גרעיאישע ווייסע מיטלגארטיגע בארד מיט אזעלכע געליכלע פלעקן דערויף, א עדות צום גלאררייכן אמאל, ער האט אויסגעזעהן היבש הונגעריג, כ'האב געקענט הערן זיין מאגן'ס בעטענישן ביז מיין פלאץ, אבער סאם האו איז אים עפעס נישט געפאלן, קען זיין ווייל אפאר פופצען יעריגע האבן זיך געהאט צוגעזעצט, ס'מאכט נישט אויס, און ער איז ארויס אין א מלחמה ממש, אקעגן דעם טישל תיקון, יעדע איד זיין עידזש וואס ער האט געהאלטן אז יענער וועט אים פארשטיין האט ער אפגעשטעלט און אנגעהויבן אויסגיסן זיין צארן, היתכן מ'געבט טשיז דעלקעלעך מיט פלעיקי ראגעלעך, אביסעל קוקיס איז נישט גענוג? און די ארענדזש דזשוס! א מין חוצפה דאס, צו זיין שלעכט מזל האט קיינער נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן צו זיין ספאנטאנישע פראטעסט, און יעדער איז ווייטער געגאנגען זייער וועג, ער האט אבער נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, ווי ס'שיינט האט ער געהאט א שווער טאג אינדערהיים נעכטן, האט ער אויסגעגאסן זיין כעס דא אין שוהל, און ס'האט זיך געפענט ווי סעלצער נאכן אויפשאקלען, איך האב קיין סאך אכט נישט געלייגט אויף אים, כ'האב מיר געמאכט מיין אלאמיכיו און זיך אפגעשאקל'ט, און געגאנגען וייטער צו מיין טעגליכע רוטין.

ווען כ'האב אבער שפעטער איבערגעטראכט וואס דא איז געווען האב איך אויפגעפאסט א אינטרעסאנטער נקודה'לע, ווי האט דאכצעך ר' הערשעלע ספינקער געזאגט אמאל, 'די אייבערשטער האט זיך שוין זיינע רשעים'לעך' ס'וועט אייביג זיין די גרויסע טאטע וואס וועט נישט לאזן א אינגל עסן אין שוהל ביים אויספאסטן, אדער ביים שעפן מים שלנו, און ווער רעדט נאך טאמער א קינד וויל אמאל מאכן לחם משנה מיט זיין טאטע, וואס פארא משונה'דיגע קולות און תנועה'ס זיין טאטע וועט מאכן מיט די הענט און פיס, עה.. עה.. אה.. נא.. נו... נא.. און ער געבט א שטופ אוועק זיין אינגל, און מיטן כזית נאך אין מויל שיסט ער ארויס 'לחם משנה איז נאר פאר טאטע'ס'.

מ'קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם מיט צענדליגער משלים, אבער איין זאך וויל איך אייך זאגן, ביטע, אויב האט איר געהאט א שווערע איבערלעבעניש, מאך נישט יענער זאל האבן א שווערע איבערלעבעניש, אויב האט איר געהאט שווערע קינדער יארן, געב נישט דיינע קינדער שווערע יארן, דו וועסט גרינגער היילן דיין אייגענע ווייטאג און בארואיגן דיין זעהל דורך א שמייכל, א גוט ווארט פאר א צווייטן.

כ'שרייב די שורות נאכן דאס מיטהאלטן היינט לייוו, און כ'האב געשפירט פאר וויכטיג מיטצוטיילן מיינע מחשבות דא אויפן וועלטל.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
הייליג
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך הייליג » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:13 pm

יש לו מנה האט געשריבן:

ביזט גוטע נייעס
אזוי גוט מיר אריינצושלעפן אין דיין תיקון דארט
(און די מעסעדש איז געזאגט געווארן מיט א קאנסטראקטיווע פאזעטיווקייט ;l;p- )
האסט א גוט פעדערל

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:28 pm

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
פיינע שפראך!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:36 pm

זייער פיין! דיינע לשונות זענען עפעס געוואלטיג!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 2:38 pm

קע"ה א זאפטיגע ארטיקל.

א דאנק דיר שווארצע פעדער'ל פאר'ן לאזן די טינט ארויספליסן פון דיר און פארמירן אזא רייכע קאלירטע ארטיקל.

סיפורי צדיקים
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:05 pm

אהא די ביזט עס געווען דער וואס האט זיך אזוי אריינגעריקט ביים מנין סליחות שוין נאכן אנהייבן און ביים סוף ביזטו שוין נישט געווען, יעצט ווייס איך שוין....

עניוועי א גרויסן ש'כח זייער שיין אראפגעלייגט, צוקער זיס, שרייב נאך
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:24 pm

כ׳קע-נעס-ניש גלייבן...! :oops:
ניש גענוג בוסט שפעיט אויפגעשטאנען?! פארברענגסטו נאך מיט זאנע מעשיות דא פון לעיקאך מיט ווייסעך וואס?! !!

אט אט איז דער יום הדין; וואס העסטו ענטפערן? !! הא??

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:28 pm

האלאו, ווען גייסטו גיין אין מקוה?

----
געוואלדיגע ארטיקל, מיט אלע טעמים!
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

שמחה ונחת
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:34 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:36 pm

:lol: :lol: :lol:
דו האסט מיך געקאסט א גוטע לאך!!! שקויעך!

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך Iphone » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:39 pm

Wow!

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:43 pm

Graphic24 האט געשריבן:כ׳קע-נעס-ניש גלייבן...! :oops:
ניש גענוג בוסט שפעיט אויפגעשטאנען?! פארברענגסטו נאך מיט זאנע מעשיות דא פון לעיקאך מיט ווייסעך וואס?! !!

אט אט איז דער יום הדין; וואס העסטו ענטפערן? !! הא??


האסט מסתמא דאס אויסגעלאזט

יש לו מנה האט געשריבן:
מ'האמיר גאנץ שנעל פארגעסן פון די אנגעצויגענע התחלה און מיר זענען אריינגעשווימען אין די געשמאקע סוגיא פון ר' חייא קמייתא און ר' חייא בתרייתא אנפאנג בבא מציעא, פאר ווער ס'ווייסט פון וואס איך רעד וועט וויסן אז ס'איז סאך געשמאקער פון דעלקעלעך און קאקאש, אלנפאלנס נאך געשמאק לערנען פאר אזא דריי פערטל שעה בינעך ארויסגעלאפן פון ביהמ''ד זוכן א מנין סליחות, כ'האב געטראפן אין סוכת דוד א מנין וואס האט געהאלטן ביי הנשמה לך, ס'האט גאנץ לאנג גענומען ווייל איינער פון פאפא רבינ'ס קינדער האבן זיך געשטעלט מיט דעי מנין, ביי נפילות אפים האב איך געמאכט א שארפע יו טורן און אריינגעפוצט אין ביהמ''ד כאפן א מנין שחרית, די גערוך פון די ראגעלעך און דעלקעלעך האבן נאכאמאל געכאפט מיינע סענסיטיווע ריח חושים און ווי א מאגנעט בין איך נאכגעצויגן געווארן נאך דעם גערוך ביזן ביהמ''ד אריין דארט ביים טישל ווי ס'איז שוין געווען פארזאמעלט א גרעסערע געזעמל.

נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:44 pm

לכאורה האט געשריבן:האלאו, ווען גייסטו גיין אין מקוה?

----
געוואלדיגע ארטיקל, מיט אלע טעמים!

ווען מ'שטייט אויף שפעט ווערט אלעס פארדרייט, די מקוה איז געווען ביי לאנטש ברעיק
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:46 pm

לכאורה האט געשריבן:האלאו, ווען גייסטו גיין אין מקוה?

----
געוואלדיגע ארטיקל, מיט אלע טעמים!

וואטש אוט!!

דער קען נאך מאכן אן ארטיקל פון דעם זעלבסט,

ש'כח מנה'לע, און ש'כח לכאורה פארן גוט מסביר זיין דעם ארטיקל...
יש מנהיג לבירה = איך טראסט מיין בעל הבית, ער ווייסט וואס ער טוט!

איך בין א פאטריאט פאר די הייליגע באשעפער און פאר זיין רעליגיע

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך שלמה מולכו » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:14 pm

Wow יש לו,

א שפראך איינס אין די וועלט,
פארשטיי מיר שוין ווי ס׳איז די פארזעצונג די וואך.

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:24 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:כ׳קע-נעס-ניש גלייבן...! :oops:
ניש גענוג בוסט שפעיט אויפגעשטאנען?! פארברענגסטו נאך מיט זאנע מעשיות דא פון לעיקאך מיט ווייסעך וואס?! !!

אט אט איז דער יום הדין; וואס העסטו ענטפערן? !! הא??


האסט מסתמא דאס אויסגעלאזט

יש לו מנה האט געשריבן:
מ'האמיר גאנץ שנעל פארגעסן פון די אנגעצויגענע התחלה און מיר זענען אריינגעשווימען אין די געשמאקע סוגיא פון ר' חייא קמייתא און ר' חייא בתרייתא אנפאנג בבא מציעא, פאר ווער ס'ווייסט פון וואס איך רעד וועט וויסן אז ס'איז סאך געשמאקער פון דעלקעלעך און קאקאש, אלנפאלנס נאך געשמאק לערנען פאר אזא דריי פערטל שעה בינעך ארויסגעלאפן פון ביהמ''ד זוכן א מנין סליחות, כ'האב געטראפן אין סוכת דוד א מנין וואס האט געהאלטן ביי הנשמה לך, ס'האט גאנץ לאנג גענומען ווייל איינער פון פאפא רבינ'ס קינדער האבן זיך געשטעלט מיט דעי מנין, ביי נפילות אפים האב איך געמאכט א שארפע יו טורן און אריינגעפוצט אין ביהמ''ד כאפן א מנין שחרית, די גערוך פון די ראגעלעך און דעלקעלעך האבן נאכאמאל געכאפט מיינע סענסיטיווע ריח חושים און ווי א מאגנעט בין איך נאכגעצויגן געווארן נאך דעם גערוך ביזן ביהמ''ד אריין דארט ביים טישל ווי ס'איז שוין געווען פארזאמעלט א גרעסערע געזעמל.


וואס אויסגעלאזט? ווען אויסגעלאזט?!
מיט אפאר מצוה׳לעך ווערסטו א צדיק מיינסטע? !!
כ׳מיין ס׳עפעס הפקר וועלט? !!!!



אויב מיינע תגובות צעקראצן דיר נאך אפילו במשהו דאן ביטע שרייב איבער דיין ארטיקל, אדער פלעין ליינעס דורך : )

יש לו מנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:25 pm

Graphic24 האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:כ׳קע-נעס-ניש גלייבן...! :oops:
ניש גענוג בוסט שפעיט אויפגעשטאנען?! פארברענגסטו נאך מיט זאנע מעשיות דא פון לעיקאך מיט ווייסעך וואס?! !!

אט אט איז דער יום הדין; וואס העסטו ענטפערן? !! הא??


האסט מסתמא דאס אויסגעלאזט

יש לו מנה האט געשריבן:
מ'האמיר גאנץ שנעל פארגעסן פון די אנגעצויגענע התחלה און מיר זענען אריינגעשווימען אין די געשמאקע סוגיא פון ר' חייא קמייתא און ר' חייא בתרייתא אנפאנג בבא מציעא, פאר ווער ס'ווייסט פון וואס איך רעד וועט וויסן אז ס'איז סאך געשמאקער פון דעלקעלעך און קאקאש, אלנפאלנס נאך געשמאק לערנען פאר אזא דריי פערטל שעה בינעך ארויסגעלאפן פון ביהמ''ד זוכן א מנין סליחות, כ'האב געטראפן אין סוכת דוד א מנין וואס האט געהאלטן ביי הנשמה לך, ס'האט גאנץ לאנג גענומען ווייל איינער פון פאפא רבינ'ס קינדער האבן זיך געשטעלט מיט דעי מנין, ביי נפילות אפים האב איך געמאכט א שארפע יו טורן און אריינגעפוצט אין ביהמ''ד כאפן א מנין שחרית, די גערוך פון די ראגעלעך און דעלקעלעך האבן נאכאמאל געכאפט מיינע סענסיטיווע ריח חושים און ווי א מאגנעט בין איך נאכגעצויגן געווארן נאך דעם גערוך ביזן ביהמ''ד אריין דארט ביים טישל ווי ס'איז שוין געווען פארזאמעלט א גרעסערע געזעמל.


וואס אויסגעלאזט? ווען אויסגעלאזט?!
מיט אפאר מצוה׳לעך ווערסטו א צדיק מיינסטע? !!
כ׳מיין ס׳עפעס הפקר וועלט? !!!!



אויב מיינע תגובות צעקראצן דיר נאך אפילו במשהו דאן ביטע שרייב איבער דיין ארטיקל, אדער פלעין ליינעס דורך : )

טאקע פון דיר רעדעך.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:30 pm

ברוך שנתן עולמו לסופרים, יה"ר שכל הסופרים יהיו כמותך
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:36 pm

וואו איז דער לייק קנעפל?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך Graphic24 » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 4:42 pm

יש לו מנה האט געשריבן:טאקע פון דיר רעדעך.

אם כן הדבר, האפיך אז מיט דעם מוסר פארציע ברבים, העליך האבן אפגעקומען אביסל...

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך שטומפיג » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 5:24 pm

לכאורה האט געשריבן:האלאו, ווען גייסטו גיין אין מקוה?

----
געוואלדיגע ארטיקל, מיט אלע טעמים!

ער האט מסתם נישט געוואלט שרייבן איבער מקוה צוליב די סטאטיסטיק אז נייע ניקים שרייבן וועגן מקוה.

לעצם הענין ;l;p- ;l;p- ;l;p-
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא (סנהדרין, פרק י', משנה א')
עולם הבא באקומען אלע אידן, אבער עולם הזה האבן נאר ערליכע אידן!

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:54 am

שכח יש לו
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך א נייער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:22 am

שכוח, מר מנה.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:49 pm

פון ווי נעמט א שרייבער די הארץ אזוי הונגעריג צו מאכן א ליינער נאך אביסל נארישע דעלקעלעך? וואלט ער דען נישט געקענט שרייבן דעם זעלבן זאפטיגס איבער בלויז א פאר פלעינע קוקי'ס?...

געליינט, הנאה געהאט, און דערהערט דעם מעסעדזש אויך (ס'מיינט דאך נאר יענעם מיטל-יעריגן איד מיטן האלב ווייסן בארד, נא אוודאי קען איך באשטיין עס צו דערהערן...)
---

אוועטאר
פעטער משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 12:21 pm

Re: ג-ט'ס אפוטרופסים

תגובהדורך פעטער משה » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:00 pm

זייער א שיינע פעדער!!

אבער הינגעריג בינעך געבליבען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טריליאנער און 7 געסט