זאג נאר, איך קום דיר עפעס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

זאג נאר, איך קום דיר עפעס?

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 05, 2008 12:27 am

און אויב יא, האסטעס בכתב? און ווידעראום, אויב נאך אלץ יא, אבער בכתב האסטו עס נישט, וואס ביסטו אזא תובע בפה? פארוואס געסטו מיר נישט אליינס, א געלעגנהייט צו דיסיידן, ווען און וויפיל איך וויל דיר געבן? אקעי איך פארשטיי דיך, דו געדענקסט פונקטליך וואסארא כרוז דו האסט געהערט, און דארט האט מען דיר געזאגט, אז איך דארף דיר געבן, סאו די קשיא איז נישט צו איך וויל, נאר פארוואס איך געבעס דיר נאכנישט, איז דאס די מעשה? אויב יא, פארוואס טראכסטו נישט, אז וויבאלד נאר דו הערסט כרוזים, און איך האבעס דערווייל לדאבונך הרב נישט געהערט, האסטו און נישט איך די פראבלעם? פארוואס קומסטו מיט אזא בא בטענה מינע, אזוי ווי געפרעגט, ר' איד, איר ווייסטעך אז איר קומט מיר, נו פארוואס געט איר מיר דאס נאכנישט, כ'האב אייך שוין געבעטן איינמאל, און דאן האט איר נישט געהאט, האבעך אייך געגעבן נאך א טאג צוויי, אבער ס'איז שוין צייט איר זאלט מיר געבן וואס ס'קומט זיך מיר, עפעס אזוי האב איך ארויס גענומען פון אייערע ווערטער, און ס'קען זיין אז נישט יעדער וועטעס אזוי ארויס נעמען, דערפאר האבעך באשלאסן דאס אויס צופאקן (מיט א קמץ תחת האלף.) דא, און לאמער זעהן צו דער עולם עטעס אננעמען אנדערש.

אפס, איך כאפ מיר יעצט אז כ'רעג מיך שוין אזוי אפאר מינוט, און דערווייל האט נאך קיינער קיין אהנונג פון וואס די רעדע איז, אקעי, נישט קיין פראבלעם, איך גיי ענק שוין לאזן וויסן, און אזויווי איר ווייסט, שוין גלייך איך פון צייט צו צייט, אריין צו גיין און ענק מיטטיילן מיינע מחשבות, עלעך מיך דא אויך נישט צוריק האלטן, און ענק לאזן וויסן מיין יעצטיגע מחשבה, און דאס איז אז, איך פלאן נישט צו ציען דעם ארטיקל צו לאנג.

איי עט איר פרעגן פארוואס? נו, איר פרעגט? אהא איר פרעגט נישט, ווייל איר פארשטייט אליינס פארוואס, ווייל וואס עפעס זאלעך ציען, ווען מ'קענעס מאכן קורץ און שארפ. אבער דער אמת איז אז נישט וועגן דעם, גיי איך נישט ציען, נאר פשוט, לעצטענס איז די קרעטשמע, קאניינעהארע אזוי ביזי, אז מ'קומט קוים אן מיט די טעגליכע פלייץ פון נייע שרייבער, און ווער רעדט נאך פון די מיט פינגער שלשול, און זיי לאזן ב"ה נישט צוריה די קרעטשמע, מן הבקר עד הבקר, ממילא האבעך באשלאסן, אז איך גיי נישט באלעסטיגן די ליינער, (דער עולם באמערקט מיין באשלוס?) אבער דערציילן מוזעך דאך, עמערעס מאכן שארף און קורץ, און אריין שלח'ן, און שוין.

סאו ווי האלטעך, כאשוין שיער פארגעסן, איז אזוי, אנגעפאנגען האטצעכעס שבת ביים טיש, נישט ביי מיינע, נאר ביי א טיש, כ'זעה אים זיצן אויבן אן, פרעגנדיג איינעם ווער דאס איז, האבעך נישט באקומען קיין ענטפער, איז נישט, ווייסעך נישט ווער ער איז, סאו וואט, עריז נישט דער ערשטער וואס איך ווייס נישט ווער ער איז, ס'איז דא א היבשע צאל קרעטשמע מעמבער'ס, וואס אלץ שכל אויס וואלטעך געווען אסאך נייגעריגער צו וויסן, ווער זיי זענען, און איך ווייס נישט, סאו הו קערס אז איך ווייס נישט ווי אזוי דער אויבן אן זיצער הייסט.

ס'נעקסטע חלק, האט פאסירט מוצאי שבת, כ'זעה צוויי אידן שטיין און ווארטן אויף א היטש, נו ווער זאל זיי דען היטשן, אויב נישט דער מחבר פון ר' איטשע אליינס? (אויב איז דא איינער פון די נייע מעמבער'ס וואס כאפן נישט וואס כ'שרייב דא, זאלן זיי מאכן א זוך אוף גוגל, פאר ר' היטשע ראוט, און מיט דעם פון אויבן'ס הילף, וועט זיי גוגל נישט אנטוישן, כ'האב נישט קיין געדולד דאס אליינס צו הייפערלינק'ן, און אין איינוועגס ציה איך אביסעלע אויס דאס ארטיקל, כ'מיין אביסעלע מעגעך דעך, ניין?) אזוי זיך אריין זעצנדיג אין פראנט, האט זיך די אינוועסטיגעישן אנגעהויבן אויפן העכסטן פארנעם, און זיך אויך נישט געענדיגט, אפילו ווען ס'איז שוין מער ווי פינף מינוט, וואס כ'שטיי נעבן זיי אכסניא, און כ'ווארט פשוט אז ער זאל ארויס פיצן, אבער והוא באחד, ערידעך פאר עפעס א צוועק געקומען צו פארן ספעציעל פון א"י קיין אמעריקא, און איינע פון דעי וויכטיגע צוועק, איז מיך אויסצופרעגן, נו קענער דען צוריק פארן מיט ליידיגע הענט? מעגעך דען אפילו אזאנס פארלאנגען?

אזוי אינמיטן די אינוועסטיגעישן, איז געשעהן דאס אומגלויבליכע, מיר זענען געווארן, אז מיר זענען לייבליכע קרובים, (דורך איינעם לייבל.) ס'איז אביסל א לאנגע יחוס, אבער ס'לוינט זיך, האלטס מיט, כ'האף אז כ'וועל נישט פארפארן. מיין טאטע'ס טאטע'ס שנור'ס טאכטער'ס מאן, איז זיין זיידעס אור אייניקל'ס פעטער'ס קאזין, עפעס אזוי, כ'האף אז כאמעך נישט צומישט. מער פון דעם האט מיר נישט אויסגעפעלט, עריז ענדליך געוואר געווארן די סוד פון זיין נסיעה, נישט מער און נישט ווייניגער, ווי אפיר צו טרעפן די פארלוירענע משפחה צווייגעלע, און ארויס צו ציען פון איר, די מערסטע פרוכט וואסי נאר שייך, נו, פרעג איך אייך, איזעס נישט א וויכטיגע צוועק?

ענדליך, האטער דיסיידעט, נאכדעם וואס כ'האב געזאגט אויפן טעלעפאן גענוג הויעך פאר די ווייב מיינע, אז כ'בין שוין אויפן וועג, און כ'קום שוין אהיים, האטער ביז צען מינוט פארלאזט די קאר. אבער ס'האט זיך מיט דעם נישט געענדיגט, אפשר כמעט אנגעהויבן.

דעם נעקסטן צופריה, יא, ער גייט נאך געלט, און שפאצירט מיר אויך אדורך, און כ'בין א מענשט, כ'בין ב"ה נישט געלעמט, (דאס געדענקט שוין יא מער ווייניגער יעדער איינער, און ווען נישט קען גוגל דערצו אויך ארויס העלפן.) און כ'צייג אים, אז כ'האב נישט, פיין גאנץ אנשטענדיג, און גייט ווייטער, מאנטיג ווידער אמאל, ער שמייכל'ט שוין צו מיר פון דערווייטענס, כ'מיין מ'זעמער דאך משפחה ווי נישט ווי, און כ'ווייז אים נאכאמאל, אז איי עם סארי, כ'האב נישט.

ווען ס'האט זיך איבער גע'חזר'ט נישט מער געדאכט צום דריטן מאל, האטער געעפענט אויף מיר א מויל מיט טענות, עכ"פ ער האטצעך איינגערעדט אז עריז אינעם טענה'ן אשכול, אז היתכן, ער בעט מיך שוין צום דריטן מאל, און נאך אלץ האבעכעם גארנישט געגעבן, כ'מיין ס'פאסטעך נישט, וואסי פשט, ווי איז מיין געלט? כ'געבעם אזא קוק אן, ווי צו פרעגן, דו מיינסטעס ערענסט, דו האלטסט טאקע אז איך בין דיר עפעס שולדיג, אז דו ביסט תובע בפה ובשמייכל מלא, אבער ער כאילו לא ידע, ער האט אפילו נישט קיין השגה וואס מיין פארוואונדערונג באלאנג אהער, ביז כ'האבעם געמוזט ארויס זאגן, מיט מיין פולן איזראעלישן אקצענט, לאמעך אפ, גיידער אוועק פון דא, אז כ'וועל האבן, (יעצט דאס שוין אויך נישט.) און כ'וועל וועלן, וועלעך געבן. (כאנישט ממש אזוי געזאגט, ווער ס'קען מיר ווייסט דאך אז כ'קענעס נישט זאגן אפילו ווען כ'וויל, אבער אויף אנצוהערן און ארויס צו ווייזן, איזעס גענוג געווען.) און אצינד זאלער איבער ליינער מיין קעפל, מיט די ערשטע פאראגראף.

און אצינד לאמער הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, כ'ווייס אז ס'וועלן זיין אפאר אויבער חכמים, וואס וועלן זיך דערמאנען פארשידענע מעשיות, אז ס'קען זיין אז כ'בינעם שולדיג געבליבן עפעס אינעם פאריגן גלגול, נו לאמער לאזן די פאנטאזיעס פארן עולם, וואס ברויך איך דאס אויס צו כאפן.

הצלחה און א גוטע נאכט, און אזוי זעט איר כאטש, אז כ'זאג אז כ'וויל נישט מאריך זיין, בינעך נישט, געשריבן, גע'שלח'ט און פארטיג.

א גוטע נאכט.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מאנטאג מאי 05, 2008 9:29 am

צוויי חידושים אין דער ארטיקעל.

1)איכער האט קיין איין מאל נישט געציילט די ווערטער און כאראקטערס דורך די גאנצע ארטיקעל.

2)איכער האט קיין איין מאל נישט געבעטען קיין שכח, אבער דער עולם דארף פארשטיין אויף די ווינק.

און יעצט דא האסטו א גרויסע שכח פון מיר דו האסט מיר שטארק מהנה געווען מיט דער ארטיקעל, איין טענה האב איך נאר...........

..........ס'איז צו קורץ!!!!!!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 05, 2008 9:37 am

עפעס אויסערגעווענליך טו איך הערן
א דאנק פארן מיט אונז עס טאן שעירן
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 05, 2008 10:20 am

פארוואס האסט אים טאקע נישט געגעבן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 05, 2008 2:14 pm

איכער, דו כאפסט נישט וואס דא האט פאסירט, שוין א לאאאאאנגע צייט וואס דו האסט נישט געשריבן אן ארטיקל, האט מען פון הימל אזוי געפירט,

אבער אזוי קארץ? כ'האב מורא, כ'ציטער, אז מ'וועט דארפן אינטערשטעלן אפאר אזאנע [אום]מענטשען, ביז דו וועסט פארשטיין אויפן ווינק וואס מ'פארלאנגט פון דיר!

שכוח, וויכי.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מאי 05, 2008 2:43 pm

טייער געשיכטע און עס וואלט טאקע שיין געווען אז איינער פון די שרייבער דא זאלן עס ווייטער שפינען מיט די אנדערע גלגולים.

יישר כח איך הער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 05, 2008 3:13 pm

איר ווייסט דאך אז פון יעדע תגובה, עכ"פ יעדע לענגערע, קומט צו א שטריך צום פרופייל פונעם שרייבער. אט האב איך מיר צוגעצייכנט אז ווען איך וועל אמאל וועלן געוואויר ווערן ווער איך-הער איז, דארף איך זוכן איינעם מיט אן איזראעלישן אקצענט.

דאס זאג איך סתם פאר די וואס ווילן וויסן. יעצט וועל איך זיך נעמען רעדן צום בעל העובדא: איך פארשטיי איר זענט געדרוקט אין געלט, אבער ווען א מענטש ווערט מיר א זיבעטע קאזין, שליידער איך אים צו א דאלער-צוויי, זאל ער טאקע קענען דאנקן דעם אייבערשטן אז ער האט אים ממציא געווען א נצר שורש לבן גימפל וואס האט זיך מרחם געווען אויפן געשוויסטער-קינד זיינעם.

גלייב מיר, עס איז ביליגער צו שענקן דעם דאלער-צוויי מיט א האלבע שמייכל, ווי זיך שטיין און פארענטפערן פאר דעם חשוב'ן איד פון היינט ביז מארגן. טיים איז מאני. ביג טיים.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 05, 2008 3:19 pm

קרעמער ביסט גערעכט, אבער וואס וועט זיין מיט אונז? אז ער וועט געבן, וועטעך נישט זיין קיי נארטיקל!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג מאי 06, 2008 2:32 pm

איך הער, יא, איך האב הנאה געהאט, פונעם ארטיקל.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך מאי 07, 2008 10:09 am

איך הער, זאלסט מיר זייער מוחל זיין, לעצטענס בין איך זייער פויל געווארן צו ליינען תגובות וואס זענען לענגער ווי צוויי שורות, איך בין עטליסט צוויי וואכן ביהיינד, אבער איצט האב איך געלייענט דיינס דא, טאקע שפעט, אבער טענק יו ווערי מאטש.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מאי 07, 2008 1:19 pm

איך גלייך נישט אריין צו גיין אין יענעם'ס משפחה פראבלעמען, ממילא וויל איך נישט זאגן מיין מיינונג צי דו קומסט איפ עפעס, צי נישט... אבער דעס קען איך דיר יא זאגן, אז איך קום דיר א שכוח, אי"ה נעקסטע מאל וואס מיר וועלן באגעגענען, וועל איך דיר עס געבן... אויב וועל איך פארגעסן, זאלסטו מיר ביטע דערמאנען...

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך מאי 07, 2008 5:55 pm

מר. איך הער.
מיט א לאנגען קיצור.
האסט פארציילט א מעשה (א אמתדיגע) אן קיין הקדמה? היתכן?
מיינסט איך בין מוותר? נעה קיינמאל.
אבער איך האלט אז ניין קומסט אים נישט מער ווי דו געסט פאר א "צווייטן"
איז אויב האסטו געווענדליך נישט קיין געלט מידיר ביסטו פטור לכאורה, אבער אנדערע באקומען יא,
אפילו ווייניגג, קומט אים נישט ווייניגער אפגעזעהן צו עס פאסט צו נישט,
איך גיי צו טי פארטיס (איינער געדענקט נאך וואס דאס איז?) און איך געב א סכום קבוע, נישט מער ווי $00.00 (נומער פיקטיוו וד"ל)
זאל דאס זיין די שענסטע איד איך האב א סכום און מיט דעם גיימער ב"ה כמעט צו אלע טי פארטיס וואס איך קען איינעם פון די אונטערגשריבענע (מובן מאיליו)
חוץ. יא. יעדע זאך האט דאך א חוץ. אויב אדאס עפעס "משוגע" וויכטיג און איך די פערזענליך די צוועעק, אדער עס איז בהמה פלייש צו עסען,
ווייל יעמאלט ברויך איך צאלען די הוצאות פונעם טיי אווענט אויך... אבער בדרך כלל פארט די באן.
שכח כער, נהניתי פונעם ארטיקעל.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג מאי 12, 2008 1:09 pm

יעצט געלייענט איכער, ישר כח

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 2:48 pm

וואס יישר כח וואס פארן מיר דערמאנען דאס צו ליינען

כרך הוי איך האב מוראדיג הנאה געהאט די ביסט ריזיג מיט דיין שפראך

ניכר עליך אז די ביסט שוין אינגאנצען דערטראנקען אינטער עשרת אלפים תגובות

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מאנטאג מאי 12, 2008 9:17 pm

ענדליך אנגעקומען דערצו (נאכען אויסלאזען פילע אינטערסאנטע נושאים) זייער שיין געווען.

אנטשולדיגט, איך האב קיין צייט מאריך צו זיין, ווייל מ'דארף שוין לויפן ווייטער...
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מאי 13, 2008 12:39 am

איצט גענדיגט ליינען, זאג נאר איך הער, כ'קום דיר עפעס??? אה יא, א יישר כוח..

זייער שיין, און ריכטיג.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג מאי 13, 2008 2:51 pm

יעצט איבער געליינט בעיון רב ,, פיין געזאגט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט