מיין נייער שרעקליכער נסיון!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך פופציגער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 5:32 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער ווי עס שיינט האט דער בורא כל עולמים איינגעזען אז איך בין גענוג שטארק און ראוי אויפצונעמען דעם נסיון וואס ער האט מיר געשאנקען,

גלייבטס מיר אז עס איז נישט גרינג, דער אחריות איז געוואלדיג גרויס, אבער קוק אהער, אז מען איז זוכה האט מען בס"ד די שטארקייט,

מיין נייע נסיון ווערט אנגערופן 'נסיון העושר'!

איך בין נתעשר געווארן!

איי איז דאס א נסיון...

לאמיר אייך פארציילן שטייטעלעך, ניין, דערווייל האט מיר דער אויבערשטער נאכנישט באשאנקען מיט קיין עפרות זהב, איך פארמאג נאך דערווייל נישט די געלטער וואס אנדערע עשירים פארמאגן, נאר אזויפיל האב איך יא גענומען אויף מיר, צו זיין א עושר! מען מוז עפעס האבן געלט דערצו? מאן יימר?

זיין א עושר האט גאנץ א שווערע זייט מטבע, אבער די צווייטע זייט מטבע שיינט צו זיין גאלד, און דערפאר האב איך גענומען אויף מיר אט דעם טיטל,

לאמיר אבזערווירן די עשירים סטאנדארט, און איך וועל אייך צייגן פארוואס מיך ציהט אהין,

זיבן אזייגער אינדערפרי, איך לויף אין ביהמ"ד כאפן מיין טעגליכן שיעור, א מקוה, און א שחרית, דער פארקינג לאט איז געפאקט מיט קארס, די צייט אין טאג איז גאנץ שווער צו טרעפן א פארקינג, און אה! דארט זעה איך א קאר שטייט און ביי די צוויי זייטן איז ליידיג! איך שמייס אהין פאר איינער וועט מיר צוכאפן דעם פארקינג וואס כהאב שוין קונה געווען מיט א קנין ראי', בלויז צו זעהן אז די צוויי פארקינג ערטער זענען ליידיג פאר א סיבה, נעמליך, דער גרויסער יוקאן (אדער עפעס ענליכס) וואס זיצט אינמיטן איז געשטעלט געווארן היבש אין די ברייט, און געהרגעט א דריי פארקינגס! געהעריג ווי ער וואלט געווען אין א מדבר וואו מענטשהייט עקזיסטירט נישט בכלל!

אה, איין מינוט, אלעס ווערט מיטאמאל פארענטפערט, איך זעה דעם בעל היוקאן אליינס זיך אריינזעצן אין קאר מיטן פולן מאס געדולד אויסגעגאסן אויפן ווייסן העמעד באציכטן בייכל, איך קען אים! דאס איז דער לעגענדארער נגיד ביי אונז אין די קהילה! אלעס שטימט שוין יעצט, ער מעג, ער דארף נישט זיין קיין מענטש, ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

נו שוין, אויסגעווארט ביז דער רינדעכיגער נגיד האט באקוועמערהייט באזעצט דעם לעדערנעם זיץ, געמאכט א שנעלן ראן-דאון אויפן פאון צו עמיצער האט אים וויכטיג געזוכט, און נאכן זיכערמאכן אז ער זיצט באקוועם בכל פרטי' ודקדוקי' געמאכט רואיגערהייט דעם וועג ארויס פונעם פארקינג לאט, און אריינגעלאזט מיין קליינטשיגן קארעלע וועלכע האט זיך באזעצט אויף איין איינצלענעם פארקינג,

איך מאך מיין וועג פון קאר גראד אריין אין מקוה, מען נעמט א האנטוך, און מען גייט זוכן א ליידיגן טרוקענעם פלאץ, ווען מיטאמאל ברעכט אויס א מהומה אין מקוה! וואס? א האריקעין? א שטורעם ווינט דא אין מקוה? אה, נע, גארנישט, איינער א געלונגענער בעל תוקע בלאזט דעם נאז מיט קראפט אינעם האנטוך! איינס, נאך איינס, און נאך איינס, ער בלאאאזט!!!

פעך, גרויליג, אין א פובליק פלאץ, אין א האנטוך וואס ער גייט נאכדעם איבערלאזן אויפן באנק פארן נעקסטן וואס גייט זיך יאגן און אומבאמערקטערהייט זיך אראפזעצן דערויף, און מארגן וועט דאס מעגליך דינען מיך אפצווישן נאך א אויבערפלעכליכע וואש און טרוקענען פראצעדור! זאג נאר, אינדערהיים טוט ער דאס אויך מיטן האנטוך???

נאך איין מזל אז איך האב גענומען די מיה צו קוקן ווער דער אומפארשעמטער אינגערמאן איז, וווייל אזוי איז מיר אלעס אין א סעקונדע פארענטפערט געווארן, מען רעדט דאך פון דעם דריי און צוואנציג יעריגן נארוואס אויפגעקומענעם עושר'ל! ער מעג, ער דארף נישט זיין קיין מענטש, ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

נאך די מקוה, איך זעץ מיך אראפ מיט א ישמח ישראל, די פאות ווערן געדרייט אויפן פינגער, מען זיפט אראפ פונעם קאווע באגלייט מיטן קאצקע צוקערל, און אין הארץ ווערט לעכטיג פון די זיסע ווערטער וואס דער ישמח ישראל שרייבט, אבער גלייך פאר מיר זיצט איינער וואס כנראה האלט ער נאך א גוטן טשולנט, ער לערנט חק מיט א דייעט קאוק צו דער זייט, און נאך יעדע שלונג הערט זיך א מאסיווער אויפשטויס ווי א דונער אינמיטן העלן בית המדרש!

האלאו!!! דא איז א מקום קדוש!! מענטשן זיצן דא אין לערנען!! ביסט אין א רשות הרבים, נישט באמערקט??

וואס, ווען, וואו, געב נאר א קוק ווער דאס איז, ער ברויך זיך עפעס איינהאלטן די ענגשאפט אין מאגן לכבוד דיר?? דאס איז דאך אונזער יערליכער חתן תורה קויפער, געב נאר א קוק וואסערע טייערע ברילן ער טראגט! מען רעדט דאך פונעם עושר הידוע!! ער מעג, ער דארף נישט זיין קיין מענטש, ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

אקעי, מען גייט דאווענען, אויוויי, ס'היבש שפעט געווארן, ס'דאך ראש חודש היינט, מען שטעלט זיך דאווענען, דער מנין פארט געשמאק, ביז עס קומט צו א האסטיגער אפשטעל ביים ערשטן שטיקל אין הלל, דער בעל תפילה איז דא אינגאנצן פאר אונז! ער צוגיסט זיין אומגעלונגענע חזנות שטיקלעך אין יעדן פסוק באזונדער, יעדער שטיקל ברענגט אונז ארויף צו א העכערן היכל אין עולם החזנות, רבונו של עולם, וואס האב איך היינט געזינדיגט?? דער אינגערמאן שטייט אנגעלאנט מיטן גאנצן עצמיות אויפן עמוד און קריכט ארום צווישן עפעס אומבאקאנטע צוהאקטע תנועה'לעך,

איך בין נישט בטבע דער נערוועזער זיידע וואס קלאפט אויפ טיש אין אזא צייט, אויך בין איך נישט דער אינגערמאן וואס גייט ציצקענען פארן בעל תפילה, אבער דער חידוש איז אז די אלע זענען שטיל, קיינער זאגט נישט קיין ווארט, דער עולם ווארט אויס מיט געדולד, געוואלד! וואס מיינט דאס?? קיינער ארבעט נישט היינט???

קוקנדיג אבער אביסל שטערקער צו מזרח ווערט אלעס קריסטאל קלאר! נעבן דעם בעל תפילה ליגט א טלית בייטל שש משזר געשפינט און געוועבט לעדער מיט האר, סוואראווסקי שטיינער מיט זילבערנע בלעכלעך, א הערליכער האנט זייגער הויערט נעבן דעם, און אויסליינענדיג דעם נאמען אויפן בייטל ווערט מיר קלאר דאס בילד! כהאב געהערט שמועסן אין מקוה אז לעצטנס האט דער אינגערמאן באשלאסן אז ער איז אנוישער, עפעס אפאר דאלער האט אים דער אויבערשטער אריינגעשיקט, און זעהט זיך אויס אז דאס האט מיטגעברענגט א רייכייט אין די שטים בענדער! הער אויס, ער מעג, ער דארף נישט זיין קיין מענטש, ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

און אזוי שטויסט מען זיך כסדר אן מיט אזאנע סיטואציעס,

ביים אינטערסעקשאן וועט ער אייביג האבן די רייט אף וועי, און נאך אפילו דיר באפיייפן מיט א געקנייטשטן שטערן פון אויפברויז טאמער וועסטו אנהייבן פארן ווען דער געזעץ ביכל געבט דיר דער רייט אף וועי פאר אים, סארא חוצפה איז דאס, ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

שטייענדיג אין די רייע צו באצאלן דיין נייע קאפל און באטעלע שמן זית פארן מקוה איד, וועסטו אים אויך מוזן לאזן זיך אריינרוקן און פרעגן הויעך 'זאג נאר וויפיל קאסטעיס?' ווי כאילו דא שטייען נישט קיין שורה מיט מענטשן וואס ווארטן צו באצאלן, ווייל ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

אין גראסערי אינמיטן דעם שמאלן אייל, וועט ער זיך גערן אפשטעלן שמועסן מיט א חבר זיינעם פארשטעלנדיג דיר דעם וועג אויס פון דא מיט דיין אנגעפילטן וועגעלע מיט צרכי שב"ק, און דיר איבערלאזן צוויי אפציעס, אדער קענסטו אויסווארטן, אדער קענסטו תיכף ארויסבעקן און גיין ארום און ארום, נאר וואגן זאלסטעך נישט אים צו טרייבן, ער איז דאך דער גרויסער נגיד!!

דעריבער מיינע טייערע פריינט, איז הארט באשלאסן געווארן אז איך אקצעפטיר אט דעם נסיון העושר!

פון היינט און ווייטער וועל איך מעגן זיך קראצן די פוס זיצנדיג צווישן מענטשן, איך וועל מעגן זאגן הויעך א מיינונג אפילו כאניש ס'מינדעסטע אנונג וואס טוציך באמת, פארשטייט זיך אז פארן אויף צוויי לעינס ערב יום טוב ווען יעדער יאגט זיך וועט זיין ביי מיר לכתחילה, איך בין אויך א גרויסער נגיד!!!

אקעי, נאר עטליכע זאכן ברויכן צושטאנד קומען, מען דארף לאזן וואקסן האר אויף די טלית בייטל, אנהייבן פארשטיין צו א גוטן וויין, זיך אביסל מער אויספארעמען צו די רינדעכיגע זייט, און געלט? אה, דאס וועט האפענטליך נאכקומען, מיטן אויבערשטנס הילף,

איך אנטשולדיג מיך פאר אייך פון פאראויס אז דערווייל וועל איך נישט קענען אויפנעמען משולחים, אבער איך האף בקרוב צו האבן א ojc אקאונט מיט די נויטיגע פאנדן דערצו,

נאך איין זאך, היות איך בין נתעשר געווארן שטעל איך קלאר אז איך אקצעפטיר נישט יעצט קיין נייע חברים! ווער מיר נישט א פרענד ווייל איך בין א עושר! מיינע אלטע חברים זענען שטענדיג וועלקאם,

זייטס געזונט און פריש!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 5:35 pm

אייזען!!!!
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 18, 2020 5:39 pm

שוין זאט פון פראבירן אפירצוקראצן אן אפגעוועטשטן גוטזאגערישן קאמפלימענט.. וועסט דיך מוזן באגענוגן מיט א גרינע.
;l;p-
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג אוקטובער 18, 2020 5:41 pm

SUPER!!
אז יענער קען קענסטו אויך

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג אוקטובער 18, 2020 5:43 pm

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך הערשקא » זונטאג אוקטובער 18, 2020 6:06 pm

Wow wow wow פיין פיין פיין
קענסט שוין טוישן דיין נאמען פון פופציגער צי מיליאנער
הייליגע באשעפער, איך האב דיר ליב
איך דאנק און דאנק און דאנק, ס‘גייט א רויעך.
נעם צוזאם די מלאכים און פול אן דעם שטוב
ש'כח, ש'כח, טאטע - יישר כח.

קרעדיט, מאטי אילאוויטש

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך שמו » זונטאג אוקטובער 18, 2020 6:30 pm

קנאקעדיג

יה"ר שיתקיים בך, ותוכל לעמוד בנסיון רבות בשנים
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

טריליאנער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 8:50 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך טריליאנער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 6:34 pm

העי די ראצער... מאך נישט חוזק פארגינסט מיך נישט?
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן

Haklal
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך Haklal » זונטאג אוקטובער 18, 2020 6:42 pm

אייזן גיט
יישר כח
הנאה געהאט

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג אוקטובער 18, 2020 6:44 pm

פופציגער האט געשריבן:נאך איין זאך, היות איך בין נתעשר געווארן שטעל איך קלאר אז איך אקצעפטיר נישט יעצט קיין נייע חברים! ווער מיר נישט א פרענד ווייל איך בין א עושר! מיינע אלטע חברים זענען שטענדיג וועלקאם,

זייטס געזונט און פריש!

כ'האף אז איך בין נאך אינקלאדעד פון די אלטע פרענדס
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3531
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 18, 2020 7:02 pm

;l;p- :lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
כ'בין גרייט זיך צו טיילן מיט דיין נסיון, דו נעם די אויבנדערמאנטע, און איך נעם ס'געלט...

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך נעכטן » זונטאג אוקטובער 18, 2020 7:05 pm

לאז וויסן ווען איר קאמפאוזט דעם ערשטן ניגון
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:07 pm

שטארק הנאה געהאט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך ל. שווימער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:22 pm

מען דארף נישט זיין אן עושר צו זיין א חזיר.
גענוג וואס טוען עס אן די געלט.

פראסט, סעלפיש, און עגאאיסטיש איז וואס מאכט דאס.
ביי מיר אין שול איז גראדע דער בעלחוב וואס טראמפירט מיט דעי מנהגים.

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך חבקוק » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:26 pm

נעכטן האט געשריבן:לאז וויסן ווען איר קאמפאוזט דעם ערשטן ניגון

:lol:

אוועטאר
ביציקל
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך ביציקל » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:27 pm

ל. שווימער האט געשריבן:מען דארף נישט זיין אן עושר צו זיין א חזיר.
גענוג וואס טוען עס אן די געלט.

פראסט, סעלפיש, און עגאאיסטיש איז וואס מאכט דאס.
ביי מיר אין שול איז גראדע דער בעלחוב וואס טראמפירט מיט דעי מנהגים.

כאב מורא דאס איז אונזער פופציגער ירום הודו...

למדן ת''ח
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 01, 2020 9:06 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך למדן ת''ח » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:34 pm

<באזייטיגט צוועקלאזע לאנגע ציטאט>

די עשירות האט גארנישט מיט געלט דאס איז גאוה וואס עס איז דא עשירום וואס האבן

יודיש בלעטל
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך יודיש בלעטל » זונטאג אוקטובער 18, 2020 8:41 pm

ל. שווימער האט געשריבן:מען דארף נישט זיין אן עושר צו זיין א חזיר.
גענוג וואס טוען עס אן די געלט.

פראסט, סעלפיש, און עגאאיסטיש איז וואס מאכט דאס.
ביי מיר אין שול איז גראדע דער בעלחוב וואס טראמפירט מיט דעי מנהגים.

גא"מ

שטומפיג
שר האלפיים
תגובות: 2437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך שטומפיג » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:10 pm

:lol: :lol: :lol:
געלאכט א גוטס!
פופצי אנטוישט אונז קיינמאל נישט מיט זיינע קנאקעדיגע סחורה!
...האט זיך די רבי ארומגעדרייט צו ר' יוסל און זיך אנגערופן מיט א שמייכל
"נישט פון מיר לאכן זיי, פון דיר לאכט מען, ווייל דו גייסט אן א מאסק"
(פיקטיווע געשיכטע, באזירט אויף אמת'ע פאקטן)

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:26 pm

מיט וואספארא חידושים דער פופציגער קומט אלץ נישט אויף!!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך פופציגער » זונטאג אוקטובער 18, 2020 9:32 pm

יישר כח פאר אלע קאמפלימענטן!

יעדע קאמפלימענט מאכט אויס און דערפרייט (אפילו אזא עושר ווי איך...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

צביירושלים
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך צביירושלים » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:16 pm

נו שוין האט דאך געזאגט דער זאגער:
הייליגער באשעפער.
חיים איז דאך אן עושר געב עם א פאר דולר אויך...........

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:54 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נאך א קנאקעדיגס פון פיפצי.

אלס עושר העט דיר פאסן ווייטער צו געבן פאר אונז ארימעלייט גוטע שטאף צו לעזן?
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך חבקוק » זונטאג אוקטובער 18, 2020 10:58 pm

פופציגער, זייער פיין!! גוט הנאה געהאט!!

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: מיין נייער שרעקליכער נסיון!

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוקטובער 18, 2020 11:38 pm

פאר איך מיר אזוי אין מיין קאר, איך קום אן צו א סטאפ סיין און איך ווארט אז דער קאר וואס איז אנגעקומען פאר מיר אנטקעגן איבער זאל זיך איינדרייען , עס איז דאך זיין רייט אף וועי,
אזוי ווארטענדיג זעה איך ווי יענע דרייווער ווייזט מיר אזוי מיט די האנט אז ער גיבט מיר במתנה די רייט אף וועי און איך זאל מיך איינדרייען ערשט, (איך וויל נישט דא אריינגיין אין די סכנה שבו)

דאס איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער ראש הקהל זעלבסט, יא יא דער נגיד,

צו זיינע אלע אויבענדערמאנטע מעלות איז ער נאך דער נועם המידות אויך...

און ;l;p- צום ארטיקל
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט