אה!! ב"ה עס איז ארויס.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך wildturkey » מיטוואך יולי 30, 2008 11:16 pm

קודם שלום עליכם צו די (נייע) וועלט.
עכ"ז וואס די אלטע איז געווען מער "היימיש" קרעטשמיש געשטימט נאך אלץ איז "דא" דאס פלאץ.



אט איז מיין איבערלעבעניש.

כאב מיך אויפגעוועקט און געפילט עפעס פאני, און א קוויטש איז ארויס פון מיין האלז אויפוועקענדיג מיינע קינדער, עס איז ארויס!!! זאג איך פאר מיין ווייב מיט איין שמחה.
עס איז שווער מסביר צו זיין, און מיטטיילן פאר ענק טייערע חבירים, וואספארא שמחה עס האט געהערשט ביי מיר אין שטוב ווען עס איז ארויס, און די זאך איז, אז עס ב"ה ארויס אהן קיין שום מעשה מצידי.

איך העל ענק נישט אויפהאלטן מיט קיין הקדמות.

די מעשה האט זיך אנגעפאנגען איין מאנטאג נאכט, א נאכט ווי אלע נעכט, ביי מעריב האב איך נישט גע'חלומ'ט אז איך דארף עפעס עקסטערס אינזינען האבן. אהיים שפאצירענדיג פון מעריב, האב איך שיין באטראכט די לבנה, טראכטענדיג דערביי די טובות ה' אז אפי' אין דעם טונקעלען גלות, שיינט נאך עפעס א שיין פון האפענונג. און ווי אויך, אז אין דעם טיפן גלות איז אלץ דא אפס ענד דאונס, יעדע חודש באזונדער, נישט טראכטנדיג אז די אלע זאכן וועלען זיין באלד פאר מיר א גרויסער חיזוק.

איך קום אהן אהיים, שוין ביי די טיר באגריס איך מיין ווייב מיט א העלא, אזוי אז זי זאל זיךנישט שרעקן אז סתם איינער איז אריין. פארשוויצטערהייט טו איך מיר אויס מיין כמו ענגליש וואלענע רעקל, (דרך אגב ווייס איך נישט וויאזוי די ענגלישע טראגן אדורך אזא הייסן זומער, קען זיין אז זיי האבן נישט על גאור וואס זאל זיי אויפקלערן אז די זון באקט) איך הענג עס שיין אויף אויף מיין הענגער (בענקל בלע"ז), אריינקומענדיג אין קיטשען, זעה אז עס איז דא א סורפרייז, די טיש איז שיין געדעקט קוקיס מיט קעיק, און איך באמערק שוין אז מיין ווייב גייט דא האבן א מעידשאר פלאפ, ווייל אינמיטן טיש ליגט א גרויסע (אזוי מיינצו) קאפ מיט סלאש מיט צוויי מאכלי בהמה (שטרוי'ס בלע"ז), איך האב זיך שנעל אריאנטירט, און גענומען א קוקי זאגענדיג פאר מיין ווייב ווי גוט עס איז, און זי מוז עס קאסטן, זי גייט דאך עניוועי מארגען (נאכאמאל) אנפאנגען דעם דייעט. ווי נאר זי איז געווארן איבערגערעדט, האב איך געגעבן א שאר צו צו די סלאש אין עס מסיים געווען. (איך העל ענק נישט צעגערן מיטן פארציילען וויאזוי איך האב מיך פארענטפערט, ווייל זי האט עס עניוועי נישט אנגענומען), נאכן זיך דערכאפן דאס הארץ טראכט איך צי מיר וואס איז דאס? מה לילה מלילולים? רוף איך מיך אהן, נאו די מיליאן דאללער קוועסשאן וואט איז דיס פאר? איז זי מיר מסביר באריכות אז אונזער שיינדעלע איז געווארן... האק איך איר איבער און איך פרעג: האסט שוין פארגעסן אז די האסט שוין געמאכט א בוירדעי פארטי פאריגע וואך ווען זי איז געווארן איין יאר? ניין זאגצו, לאמעך אויסרעדן, אקעי איך בלייב שטיל, און זי איז מיר מסביר אז לויט די ענגלישע חדשים טאמער רעכנט מען פעב. מלא (און אונז יודן מוזן מיר אזוי טוהן ווייל טאמער נישא איז עס חוקת הגוי) - די טאן ווערט העכער און דראמאטישער מיט א טרער צי דער זייט - ווערט היינט שיינדעלע 365 טעג אלט. אזוי? דעמאלטס איז דאך טאקע א שמחה, לאמיר דאנקען דעם אויבערשטען מיט נאך אפאר ברכות, איך קוק מיך אום וואס נאך עס איז דא אויפן טיש.

און דאס איז עס...
דארט אינמיטן טיש איז געלעגן אומשולדיגערהייט(?) א שיסל מיט פאפקארן – וואס שיינדעלע האט מיטגעהאלטן ווי מען פאפט עס – א בעל בית'טע איז זי דאך, און זי ווייסט פונקטליך וויפיל זאלץ צו לייגן, און מען האט אנגעהויבן צו קייען הויעך, און פלוצלינג האט עס פאסירט, אהן קיין שום ווארענונג פון פאראויס.
א האלבע שאלאכטס פון א פאפקאר האט זיך אריינגעזעצט דארט ווי נאר די דענטיסט קען אנקומען. רואיגערהייט גיי איך צום קלאזעט, ווייל דאס ארויסצונעמען דארף מען דאך מאכן א פיקעטינג, דער טוטפיק איז פון די טייערע סארט וואס האט אזא בענדל, איך קוועטש עס אזוי פארזיכטיגערהייט אריין וויסענדיג וואס עס קען פאסירן.. און וקראך הוה עס האט עס געגעבן א שטיפ אריין אזוי ביז די גאם אז עס האט געבלוט אביסל, נערוועזירהייט בין איך צוגעגאנגען צום שפיגל מיט א דינעם נאדל און פראבירט מיט דעם, איך פאנג אן פון אונטן ארויף, און ולא עלתה בנאדלו, (מיין ווייב'ס אינסטינקט האט גלייך געשפירט – זיי זענען דאך מומחים אין דעם - אז עס איז נישטא וואס צוטוהן) כאפרובירט שלום צו מאכן מיט די מצב - וואס זאל איך טוהן אז אין מיין סידור ביי קידוש לבנה איז נישט געשטאנען ולא יהי' לי כאב שיניים? - און גיין שלאפן, אבער ווי שלאף ווען שלאף? עס קוקט אויס אז די בעל החלום גלייכט נישט קיין פאפקארן סידס, ווייל די נערוועציטעט האט געשפרינגען יעדע רגע ווי א היישעריק ארויף די טרעפ, און עס איז נישטא קיין רעדע פון קיין שלאף, וואס טוט א איד (ווי איך)? מגייט לערנען(?) אביסל, איך עפן אויף די משניות, און ווידעראמאל שטויסט זיך מיין צונג אהן אויף'ן סיד, איך קען מיך נישט מצמצם זיין מיין מוח, איך בין געוואור געוווארן אז קוץ ודרדר תצמיח מיינט נישט נאר ארויסוואקסן, עס קען אויך מיינען אריינוואקסן, שוין איך האב אויפגעגעבן! טראכטענדיג מיט ווייטאג אז דער קערנדעל וועט מיך שוין באגלייטן עמו"ש (ועד בכלל?). ווי א טאג שפעטער האט זיך דער קערענדעל אלץ מער היימיש געמאכט און נישט געשעמט ארויסצוגעבן זיינע ריחות, עס האט שוין אויסגעקוקט אז עמאקסיסילען וועל איך שוין נישט דארפן נעמען קיינמאל (ווער ווייסט דען נישט אז מען מאכט עס פון שימל), מענטשן האבן מיך געפרעגט צו איך האב געגעסן סחוג היינט, זיי האבן נישט געחלומט אז עס איז גארנישט סחוג און גארנישט פון היינט, ווען איך האב פרובירט צו פיצן מיין ציין האט זיך "עס" אזוי אריין געריסן אין די גאם, אזוי אז עס האט שוין געמוזט בלייבן נאך קאמפאני פאר דעם שייגאץ.

און ב"ה הודו לה' כי טוב אז היינט צופרי - בשעת איך האב זיך גארנישט גערישט און גארנישט געטוהן -
האט דער כל יכול געוויזן אז קיין יאוש איז נישט פארהאנען, ווייל היינט צופרי איז....................(קענסט קוקען אויבן טאמער די ווייסט נישט)
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 30, 2008 11:28 pm

פשיהא. א נייער שרייבער און דאך אזוי גוט! א נחת געווען צון ליינען, באמת! און דיינע מליצות זענען אויך שוה כסף!

דו גייסט גוט, האלט עס נאר אן!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:08 am

ב"ה ס'איז ארויס.

וואס פרעגסטע וואס? קוק ארויפצוה, עסטע זען.

איך רעד אבער גראדע פון עפעס אנדערש, ס'איז ארויס א הערליכע תגובה, פון וויילד זז"ג, סאו דארף מען דאנקען דעם באשעפער דערויף, ווייל עכט האמער זעך בכלל נישט געראכטן דערויף.

וויילד, א יישר כח, כ'האב הנאה געהאט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:22 am

א יישר כוח טורקי פאר די הערליכע באשרייבונג!!
און ב"ה עס איז ארויס...

אין אנהויב האב איך געמיינט אז איך ליין איך-הערס א תגובה,,, נעבעך וואס איך בין...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:49 am

שוועמל, שכוח פאר די קאמפלימענט...

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג יולי 31, 2008 12:56 am

WOW אזוי אנצופאנגן? אבער ווי הייב איך אן?
ביי די מליצות?
ביי די יומאר?
ביי די תוכן?
ביי די בירטדעי פארטי?
ביי די סלאש?
ביי די מעריב?
ביי דיר?
עס איז שוין שפעט,(פרי)
און איך האב נאכנישט אנגעהויבן. און איך גיי יעצט נישט אנפאנגן,
איין זאך, דיין פלאץ איז דא, אתה נאה להיימישע.......???????? ו.......????????נאה לך.
ביסט א געלונגענע שרייבער.
און תתחדש פאר דיין יודיש.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג יולי 31, 2008 9:09 am

זייער פיין אראפגעלייגט, יישר כח.

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך אבאמא09 » דאנארשטאג יולי 31, 2008 9:48 am

ר' טערקל אזאנס אראפ צו לייגן! אויף דיין ארטיקל קוקט נישט אויס ווי די ביסט פון לעקוואד, רעדער פון קרעטשמע, כה לחי! ווי וואנט מאר!!!
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך יצמח » דאנארשטאג יולי 31, 2008 10:38 am

זייער א שיינער ארטיקל א גוטע התחלה פאר דעם נייעם לאקאל.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:15 am

א ריזיגער ארטיקל און ווי יצמח זאגט א גוטער התחלה דאהי.

יישר כח ווילדער גאנז, קיפן קאומינג.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך דרך אגב » דאנארשטאג יולי 31, 2008 4:26 pm

און וואס זאל איך שרייבן? אה?
עס איז גוט געווען? איך האב הנאה געהאט? איך האב נישט קיין געדולד יעצט. איצטערט קוק איך די נייע מאלדינגס און די אלומינעם דורס, די פרישע אויסגעוואשענע טשענדעליר, בקיצור עס איז נאך פריש און איך בין נאכנישט צוגעוואוינט,
אבער איך האב דאך פארט הנאה געהאט, אזןוי אריינקומענדיג, ווען א יעדער ווייזט ווי צו גיין, און אטא דא קומט צו גיין א פרישע גלעזעלע שנאפס, און איז אונז מכבד, מיט א שאט, וועא"מ. כ'מיין א גוט שטיקל אייסעס זיך צו באלעקן, די עיר קאנדישאן ארבעט נאכנישט, די חברה געבן איבער אז ביז אפאר שעה וועט אלעס זיין פארראכטן.
סאו זאל איך נישט שרייבן? איך מיין פון ווי וועט ער וויסן אז איך האב הנאה געהאט?
וויל איך דא טאקע זאגן בשער בת, וועמענס? יא איך האב זייער הנאה געהאט.
זאלסטו זיך ווייטער מיען, און ארטיקלן פאר אונז ציען, אז פון לאכן וועלמיר זיין אויף די קניען.
ייש"כ.
הכ"ד דרך אגב
פה אידישע וועלט
מ.היימישע קרעטשמע
מ.פארק העולמי

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג יולי 31, 2008 5:22 pm

יא איך מוז מודה זיין אז מ'קען קאן מען א הערליך שטיקל
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג יולי 31, 2008 7:31 pm

טערקי וואס זאל איך זאגען, עס איז הערליך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג יולי 31, 2008 7:56 pm

פיין פיין....
פונקט אזוי קען זיך שרייבן אויפ אן ארטיקל,
מ'ציט מ'שטעכט ס'בליט...
אבער צום סוף,
מיט איין שלח (שיק עס..)
איז ער אינדרויסן....

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

Re: אה!! ב"ה עס איז ארויס.

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 31, 2008 8:29 pm

איך מוז דא ארויסברענגן מיין איבערראשונג פון די שיינע ארטיקל וואס דער ווילדער גאנז האט דא אראפגעשריבן מיט זיין גענזענע פעדער, עס איז געווען ציענד, שפאנענד, און ועל כולם פול מיט זאפט.

ב"ה עס איז נאר געווען א פאפקארן, און נאר אין דיין ציין, ווייל אין אנהייב האב איך מיר דערשראקן אז דאס איז געווען עפעס שרעקליכער.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 2:53 pm

אונטער דעם אימפרעישן פון קרעמער'ס לעצטע שורה, שרייב איך דא מיין שערקויעך.

איז אזוי, קוידען דארף מען זאגן געהעריג 'ישר כוח' אזוי האט אונז יאכער געלערנט מיט א לאנגע הקדמה, וואס די צייט ערלויבט מיר נישט עס איבערצו'חזר'ן.

צווייטנס, דו ביסט עפעס א רוח פון א שרייבער, די דעטאלן וואס ווערן אראפגעגאסן פון דיין גענזענעם פעדער, קוקט אויס ווי עס וואלט אקאורשט פאסירט, דא ביי מיר אין אפיס. ווען כאווען פאפקארן, וואלט איך זיך געהעריג פארטיפט אינ'ם עולם הדמיון, אזש, א קערל וואלט זיך אריינגעזעצט ביי מיין ציין.

דריטנ'ס, פרעגט זיך א קשיא, אי מלכא אנא, אויב בינעך א טורקי, עד השתא, פארוואס האסטע זיך איצט דערמאנט? דער תירוץ איז פשוט, נאך פשוט'ער איז די קשיא. אהה כ'רעדשוין שטותים דא... וואס ווילעך נאר? אהה יא, כ'שעם זיך צו זאגן, אבער דער אמת איז אז כאגעמיינט אז כאשוין מגיב געווען. נאך א נס דער ארענדאר האט מיט זיינע קאנעקשנס ערלעדיגט אז א שטערנד'ל זאל ארויפקומען אויב האט מען שוין מגיב געווען. קוק איך אזוי איבער דעם היימישע קרעטשמע הויפט בלאט, און ס'ווילט זיך מיר שוין זאגן אז עס זענען דא ערארס דא, אמער? כ'זעה נישט דעם שטערנדל אויף דעם אשכול. קומעך קוידען דאבל טשעקן, זעהעך אז ארענדאר איז גערעכט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:36 pm

פערטנ'ס, זעה איך אז כאנישט צוגענדיגט די תגובה. איז אזוי, און אויב איז ארענדאר גערעכט, בין יאך נישט גערעכט, אמער? פארוואס האבעך טאקען נישט געשריבן א דאנק פאר דעם ווילדן טערק?

פיפטנ'ס, וויל איך איהם איבערבעטן (וועא"מ) אויף דעם וואס איך האב נישט געשריבן תיכף ווען איך האב עס געליינט. ה' הטוב יכפר

זעקסטנ'ס, דו ביסט א געוואלדיגער שרייבער, כ'ווייס נישט צו איך האב דיר עס שוין אמאל געזאגט, און אפילו אויב יא, זאגעכעס נאכאמאל. דיין וועג אראפצושרייבן די זאך א_ווי עס וואלט געווען לעבעדיק, דאס איז ממש א בחינ' פון מעין עולם הבא.

זיבעטנ'ס, כ'זעה אז אינ'ם פריערדיגן תגובה האבעך עס שוין געשריבן, אבער דאפלט איז שטערקער.

אכטנ'ס, איז שוין א סוד.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 3:49 pm

סאכדעס האט געשריבן:אכטנ'ס, איז שוין א סוד.


נו, אריין אינעם סודות אשכול.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 4:20 pm

איך_הער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אכטנ'ס, איז שוין א סוד.


נו, אריין אינעם סודות אשכול.


כ'בין נישט קיין חסיד דערפון. אבער פארוואס פארדרייען אשכולות?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט