אידישע תאוות!!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 07, 2019 3:06 pm

טרונקען א קאפפעע שבת נאכ-נאכמיטאג..
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » זונטאג יולי 07, 2019 3:46 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:טרונקען א קאפפעע שבת נאכ-נאכמיטאג..

נא! בשר בחלב :roll:

קישקע זאפט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 17, 2019 5:42 pm

תגובהדורך קישקע זאפט » זונטאג יולי 07, 2019 4:03 pm

פארשטיין וואס תוספות ענטפערט, אונטערן בוים, מיט א לייכטע ווינטל, און א געלונגענע קאווע.

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » זונטאג יולי 07, 2019 4:06 pm

קישקע! זאפט? האט געשריבן:פארשטיין וואס תוספות ענטפערט, אונטערן בוים, מיט א לייכטע ווינטל, און א געלונגענע קאווע.

נא תאוות!! :shock:

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג יולי 07, 2019 4:25 pm

דא קומט מען נישט נאכגעבן די תאוות! דא פארציילט מען וואס זיי זענען.

האסט א תאווה מחוה צו זיין?! נו גייט זיישע מוחל אריבער צום געהענגל המיוחד לכך...
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מאנטאג יולי 08, 2019 10:51 am

אויב איינער קען צאםנעמען די אלע תאוות און מאכן א pdf וואלט געווען א געוואלדיגע זאך
אזא תאוה...
טעיק איט איזי

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג יולי 08, 2019 12:15 pm

ציילן ספירת העומר פון די גרויסע טאוול אויפ'ן מזרח וואנט

אוועטאר
ראש חדשים
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » מאנטאג יולי 08, 2019 6:09 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:דא קומט מען נישט נאכגעבן די תאוות! דא פארציילט מען וואס זיי זענען.

האסט א תאווה מחוה צו זיין?! נו גייט זיישע מוחל אריבער צום געהענגל המיוחד לכך...

כאב געמיינט בדרך צחות
טאטע קויף מיר הויזן

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג יולי 08, 2019 7:55 pm

ארויפלייגן מיין טלית בייטל אויף א צווייטענס, און בשעת איך דריי דער של יד, צוקוקן ווי יענער ווארפט מיר בייזע בליקן, אבער איך האב א רעכט איהם צו איגנארירן, ווייל איך לייג דאך תפילין. ער מוז זוכן אן אנדער פלאץ צו לייגן ר''ת..
mi a nagy ügy

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מאנטאג יולי 08, 2019 8:05 pm

אהיימקומען פון קאנטרי... (ביי מאנכע...)

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יולי 08, 2019 8:49 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:ארויפלייגן מיין טלית בייטל אויף א צווייטענס, און בשעת איך דריי דער של יד, צוקוקן ווי יענער ווארפט מיר בייזע בליקן, אבער איך האב א רעכט איהם צו איגנארירן, ווייל איך לייג דאך תפילין. ער מוז זוכן אן אנדער פלאץ צו לייגן ר''ת..

:lol:
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג יולי 09, 2019 7:56 am

האבן א בייטל מיט קוואדערס צו געבן פאר משולחים ביים דאווענען, און נישט דארפן אנהאלטן שטארק דעם דאללער ביז דער משולח כאפט אז דו דארפסט 75 סענט טשענדש און דו וועסט בשום אופן נישט מסכים זיין פאר 50 סענט.
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג יולי 09, 2019 7:57 am

לאידך גיסא: א משולח וואס איז מצליח זיך צו מאכן כאילו ער מיינט אז יעדער וויל בפשטות געבן 50 סענט.. און דער געבער האט נישט די הארץ צו בעטן דער דריטער קוואדער.
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דינסטאג יולי 09, 2019 8:00 am

לאידך גיסא , האבן גענוג געלט צו טיילן דאללערס (יא, ווא, ממש גאנצע דאללערס) אין ביהמ''ד, און געבן אזא מאך מיט די הענט אז איך ברויך נישט קיין טשענדש, בשעת איך קוק נישטאמאל און מורמל אין סידור כאילו דו ביזט ממש נישט קיין עסק ביי מיר.
און נאכדעם שפיר איך ווי איך האב דיר געגעבן א הונדערטער...
mi a nagy ügy

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג יולי 09, 2019 9:52 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:ארויפלייגן מיין טלית בייטל אויף א צווייטענס, און בשעת איך דריי דער של יד, צוקוקן ווי יענער ווארפט מיר בייזע בליקן, אבער איך האב א רעכט איהם צו איגנארירן, ווייל איך לייג דאך תפילין. ער מוז זוכן אן אנדער פלאץ צו לייגן ר''ת..

אדער איינעם גוט אריינפארן בשעת ער וואשט זיך נטילת ידים. און ער קען דיר נישט צוריקענטפערן
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג יולי 09, 2019 12:55 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:האבן א בייטל מיט קוואדערס צו געבן פאר משולחים ביים דאווענען, און נישט דארפן אנהאלטן שטארק דעם דאללער ביז דער משולח כאפט אז דו דארפסט 75 סענט טשענדש און דו וועסט בשום אופן נישט מסכים זיין פאר 50 סענט.



דעיס איז געפעירלך לעיטלי, איך האב שוין אנגעהויבן צו טראכן פון ווייזן מיט די צוויי הענט (וואס מיינט אין לי) ווי ענדערש געבען א קוואדער.

האלטעך אינמיטן דאווענען לייג ארויס א טאלער פאר צדקה דער ערשטער איז זוכה 50 סענט (ווען איך וויל עם בעטן נאך איינס איז ער שוין לאנג נישט דא) די איבריגע נאר 25 סענט, בין איך דא מוחה אז סקען אריין גיין אין גניבה!!!

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » דינסטאג יולי 09, 2019 1:05 pm

דריקן snooze
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

שלים
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 7:32 pm

תגובהדורך שלים » דינסטאג יולי 09, 2019 3:43 pm

זיצן אויף אייוועלט :grin:

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג יולי 09, 2019 9:33 pm

אנקומען אין א שטאט פירע נאכמיטאג, פארשוויצט און פארקלעבט, שפאצירן מיטן ריזיגער רענצל ביזן אכסני'/האטעל, ארויסגיין מיט די קראק'ס אויפן טעראסע כאפן א ציגארעטל זיך גוט איינקוקן אין די נייע פאנאראמע.

נאך א לאנגע פארקלעבטע הכנות שליידערט מען ארויף דעם רענצל אויפן בעט, אריסנעמען א פאר פריש צאמגעלייגטע בגדים, נעמען א זעקל און אריינפאקן א גאטשע און א קריספי בראכסאוני העמדל, אונטערהעמד און זאקן, און ארויסגיין שפאצירן ביז א נאנטער שול, סווייפן ס'קארטל און אריינגיין אין א האלב טונקעלער מקוה.

זיך באקוועם מאכן אויפן באנק, אויסטון די זאקן, דאן כאפט מען עס אן און מען פירט עס שטייטעלעך אריבער צווישן די צוויי פיס פינגער דארט וואו עס איז פארהאן דאס מערסטע פאנגוס, דאן טוט מען זיך צושטייטעלעך אויס און מען שפאנט צום ריכטונג פון בור.

אנטשולדיגט, פון די בורות, צוערשט גייט מען אריין אין די שפאגל ריינע ווארעמע בור, מען אטעמט שטייט און שווער, נאך א פארזוימונג פון פינף מינוט טונקט מען איין שטאט ס'קעפל ביז ווען מען הערט דעם 'בלופ' העכערן קאפ, מען פירט עס צוביסלעך ארויס און מען קומט ארויס מיט נאסע אבער אויליגע געקרייזעלטע פיאות, דאן גייט מען אריין אינעם קאכעדיגן בור, דארט שטייט מען אויף יעדן טרעפל פאר מינימום זעכציג סעקונדן, ווען מען געפינט זיך אינעווענדיג טונקט מען שטאטעלעך נאכאמאל דאס קאפ אין די ברענעדיגע וואסער און מען פירט עס ארויס אויף סלאו מאושען, און דערנאך גייט מען ארויס עטוואס שנעלער און מען יאגט אריין אינעם קאלטן בור.

ברררר... די קאלטע וואסער קילט אפ דעם נארוואס אפגעקאכטער לייב, מען מאכט לפחות פופציג טבילות און מען לויפט ארויס מיט אן אימפעט, מען גייט אריין אין טוש און מע שלויכט זיך אפ מיט קילע וואסער, יעדע מינוט דרייט מען ארויף דע טעמפעראטור מיט אביסעלע, ווען ס'וואסער קאכט שוין זייפט מען זיך ארום און מען כאפט א שווענקל אונטער די הייס וואסער וואס שטורעמט און מאסאדזשירט דעם רוקן, און דאן גייט מען צוריק צום באנק.

מאכטלאז זעצט מען זיך אוועק צוגעדעקט מיט אן האנטוך, עס קומט רויעך פון דעם קאפ, דאן באקליידעט מען זיך מיט די פרישע בגדים און מען באשפריצט זיך מיטן דעאודראנט...

אט דאס קען נעמען צווישן פינף און דרייסיג מינוט און א שעה, און דאס ווערט מיט רעכט גערופן אידישע תאוות...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג יולי 09, 2019 11:46 pm

טישטוך... יוש!
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך יולי 10, 2019 2:01 pm

זיך ארויס לאזען אויפען וועג די זעלבע צייט ווי א צווייטער, אין דיין וועג וואס דו האסט גענומען פארט א מחי' אן קיין לעק טרעפיק.
אין אינמיטן באקומסטו אן היסטערישען טעלעפאון קאל, פון דער וואס האט זיך ארויסגעלאזט די זעלבע צייט ווי דיר, אז ער איז אריינגעפאלן אין א מאנסטערישע טרעפיק, אזש מ'שטייט פון דא ביז אוקריינע, אין ער שעלט אלדנ'ס בייזען,
אין מ'הייבט גלייך אן מיטפילן כלומר'שט, מיט יענעם, יו נעבעך! ווי לאנג שוין?
אבער דאס הארץ קוועלט פאר פרייד מיט א טיף אויסגעצויגענעם שמייכל, נאך א מזל מען זעט נישט דורך דעם טעלעפאון, אין מען פרעסט נאך אראפ טיפער דעם גאז פאדעל, מ'זאל עס טאקע פילן אין אלע ביינער.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » מיטוואך יולי 10, 2019 3:16 pm

אחד מהחבורה האט געשריבן:זיך ארויס לאזען אויפען וועג די זעלבע צייט ווי א צווייטער, אין דיין וועג וואס דו האסט גענומען פארט א מחי' אן קיין לעק טרעפיק.
אין אינמיטן באקומסטו אן היסטערישען טעלעפאון קאל, פון דער וואס האט זיך ארויסגעלאזט די זעלבע צייט ווי דיר, אז ער איז אריינגעפאלן אין א מאנסטערישע טרעפיק, אזש מ'שטייט פון דא ביז אוקריינע, אין ער שעלט אלדנ'ס בייזען,
אין מ'הייבט גלייך אן מיטפילן כלומר'שט, מיט יענעם, יו נעבעך! ווי לאנג שוין?
אבער דאס הארץ קוועלט פאר פרייד מיט א טיף אויסגעצויגענעם שמייכל, נאך א מזל מען זעט נישט דורך דעם טעלעפאון, אין מען פרעסט נאך אראפ טיפער דעם גאז פאדעל, מ'זאל עס טאקע פילן אין אלע ביינער.

איז דאס א אידישע תאווה? :roll:
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » זונטאג יולי 21, 2019 8:39 am

אויספאסטען אויף?

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יולי 21, 2019 9:38 am

טישטוך האט געשריבן:אנקומען אין א שטאט פירע נאכמיטאג, פארשוויצט און פארקלעבט, שפאצירן מיטן ריזיגער רענצל ביזן אכסני'/האטעל, ארויסגיין מיט די קראק'ס אויפן טעראסע כאפן א ציגארעטל זיך גוט איינקוקן אין די נייע פאנאראמע.

נאך א לאנגע פארקלעבטע הכנות שליידערט מען ארויף דעם רענצל אויפן בעט, אריסנעמען א פאר פריש צאמגעלייגטע בגדים, נעמען א זעקל און אריינפאקן א גאטשע און א קריספי בראכסאוני העמדל, אונטערהעמד און זאקן, און ארויסגיין שפאצירן ביז א נאנטער שול, סווייפן ס'קארטל און אריינגיין אין א האלב טונקעלער מקוה.

זיך באקוועם מאכן אויפן באנק, אויסטון די זאקן, דאן כאפט מען עס אן און מען פירט עס שטייטעלעך אריבער צווישן די צוויי פיס פינגער דארט וואו עס איז פארהאן דאס מערסטע פאנגוס, דאן טוט מען זיך צושטייטעלעך אויס און מען שפאנט צום ריכטונג פון בור.

אנטשולדיגט, פון די בורות, צוערשט גייט מען אריין אין די שפאגל ריינע ווארעמע בור, מען אטעמט שטייט און שווער, נאך א פארזוימונג פון פינף מינוט טונקט מען איין שטאט ס'קעפל ביז ווען מען הערט דעם 'בלופ' העכערן קאפ, מען פירט עס צוביסלעך ארויס און מען קומט ארויס מיט נאסע אבער אויליגע געקרייזעלטע פיאות, דאן גייט מען אריין אינעם קאכעדיגן בור, דארט שטייט מען אויף יעדן טרעפל פאר מינימום זעכציג סעקונדן, ווען מען געפינט זיך אינעווענדיג טונקט מען שטאטעלעך נאכאמאל דאס קאפ אין די ברענעדיגע וואסער און מען פירט עס ארויס אויף סלאו מאושען, און דערנאך גייט מען ארויס עטוואס שנעלער און מען יאגט אריין אינעם קאלטן בור.

ברררר... די קאלטע וואסער קילט אפ דעם נארוואס אפגעקאכטער לייב, מען מאכט לפחות פופציג טבילות און מען לויפט ארויס מיט אן אימפעט, מען גייט אריין אין טוש און מע שלויכט זיך אפ מיט קילע וואסער, יעדע מינוט דרייט מען ארויף דע טעמפעראטור מיט אביסעלע, ווען ס'וואסער קאכט שוין זייפט מען זיך ארום און מען כאפט א שווענקל אונטער די הייס וואסער וואס שטורעמט און מאסאדזשירט דעם רוקן, און דאן גייט מען צוריק צום באנק.

מאכטלאז זעצט מען זיך אוועק צוגעדעקט מיט אן האנטוך, עס קומט רויעך פון דעם קאפ, דאן באקליידעט מען זיך מיט די פרישע בגדים און מען באשפריצט זיך מיטן דעאודראנט...

אט דאס קען נעמען צווישן פינף און דרייסיג מינוט און א שעה, און דאס ווערט מיט רעכט גערופן אידישע תאוות...


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יולי 21, 2019 5:23 pm

שיסן האנטעכער אויף א חתן ביי הבדלה............... אדער אויפן שמש ביי הדלקת נר חנוכה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט