ארור מכה רעהו בסתר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג ינואר 08, 2009 1:03 pm

איך האף אז דו האסט כאטש פארדרייט די פאקטן..........
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג ינואר 08, 2009 2:00 pm

בּלאַ!... בּלאַ!... בּלאַ!... הערט אויף! גענוג געפּרעפעלט. הערט אויף רעדן דארט שטותים - דו שטותים רעדער, דו ניקים אויס-גיסער, דו עצות געבער, דו שלום בית צושיסער, דו ארטיקלען ספּוילער, דו שרייבער פארטרייבער, סטאַפ-איט! בּלאַ!... בּלאַ!... בּלאַ!...

סאכדעס, דיר קומט זיך "מנה אמת המים" האסט ארויס געברענגט אזאך וואס האט זיך צוריק אויפגעפרישט זינט פארגאנגענעם איבער יאר, כ'בעטענק הערט אויף! בּלאַ!... בּלאַ!... בּלאַ!...

קענסט נישט האלטן קיין סוד בייד דיר? נעם דיינע פעק, דיין יוזזער נעים און פעסווארד, אין יאג אהיים! גיי פארצייל פאר דיין בריינטשאָ ווי גוט דו ביסט,
דא האמער א אנדערן תפקיד, דו סרוך! שפאציר ארויס פון אישית קעסטל, אויב ביסטו דערביי איבערצושפילן אלעס ביינאכט מיט דיין חברותא מיט נאך צען מענטשען ארום דיר. גיי כאפ א סמאוק!

****
סאכדעס; ביים מיטינג מארגן וועט מען אפממאכן וואס דו קנס וועט זיין, אבער אויף דערווייל נעקסטע מאל ביים קופקע שטייען זע דארט נאכאמאל, כאפ אן פיר פינעף לעכטעלעך פונעם לעכט באקס אין טראסקעט זיי אין פנים פאר די 'ניקים ארויסגעבער' גענוג! (איך על העכסענס צאלן די לעכטעלעך - ביג דיעל, זארעך; מסכים?)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג ינואר 08, 2009 6:24 pm

באחו,

יאך וואלט אים געטראסקעט דעם גאנצן ליכט קעסטעלע * אין פרצוף אריין,
אן קיין אחריות וואס עס קאן פאסירן, מיט זיין ראש כלענה,
מדה כנגד מדה, שלם ישלם המבעיר את הבערה,
ער טראכט נישט און ער קלערט אויך נישט פאר ער לאזט זיין פיסק איבער רינען,
און ביז וואו ווייט זיינע דיבורים קאנען זעך קוילערען און וואס אלס עס קאן שעדיגן אין דערמיט.


* מיט די פינף ליכטעלעך צוזאם, כנגד נרנח"י.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » פרייטאג ינואר 09, 2009 1:54 am

מורעדיג סאכדעס, איך ווייס שוין וואס צו טיען, איך קען אפילו נישט טראכטען סזאל צירוקקומען מיין נאמען דורעך ערגעץ וויסעך ווי, כוועל מיך דאך נישט וויסען ווי צובאהאלטען, איך האף אז די מאכסט עס מער ווי סאיז, סאיז גארנישט קיין זשאק מען שפילט זיך מיט פייער, יא יא פייער... אין מדה כנגד מידה וואלט מען טאקע געדארפט טין וואס דער אלטער האט פארגעשלאגען...

עניוועס כהאב הנאה מען האט געמאכט דעם אשכול ביים אנפאנג, זאל יעדער טאקע וויסען טאקע ביים אנפאנג ווען ער קומט אריין אין קרעטשמע ווי א גרונער,אז אויב וועט ער סיך נישט האלטען דעם פיסקעל וועט מען אים ארויסטראגען ווי א רויטער, מען וועט קיינעם פארשוינען, ואין אונשין אלא אים כן מזהירין..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג ינואר 09, 2009 5:54 am

יא רבותי עס איז א שרעליכע מכה

איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט איינעם פון די חברי הקרעטשמע און ער האט פראבירט אויף אלע זייטן במישרים ובעקיפין געוואר צו ווערן ווער איך בין איך האב אים גאנץ שנעל אפגעהאקט זעהנדיג זיין ציל,

וזאת למודעי אזוי ווי איך באנוץ זיך אסאך מיט טימוויעווער צו העלפן אנדערע יודן און חברים דא, ווערט יעדער געבעטן צו באהאלטן אלע פריוואטע זאכן איידער ער לאזט מיר אריין.
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג ינואר 09, 2009 9:10 am

איך האלט מיך שוין איין באלד א וואך צייט נישט אויסצוברעכן וואס קוועטש מיר, אבער ליינענדיג די תגובות דא האט דאס מיר ממש באצווינגען אנטייל צונעמען און בעל כרחי אויך אריין שמייסן א תגובה.

ווען א גרופע יונגעלייט קוואקענען אין א פובליק קאווע שטיבל און ווערן שיכור פאר ליידיקייט ונכנס קאווע ויצא סוד, דאן איז דאס שוין ווייט ווייט נישט קיין מכה רעהו 'בסתר'. דאן איז שוין דער פראבלעם א 'גלוי לכל העמים - עובר ושב'. אויב שוין יא ניצן דעם פסוק אלס אויסדריק, וואלט איך דאס ענדערש טאקע גענציט און אנגעכאפט דעם פראבלעם ביים קאריג און נישט פון קיין הונטערוואלעכס.

זיצן אויף גוגל און רעדן מיט יענעם 'בסתר' און ארויסדערווישן פון יענעם אייניגע אינפארמאציע, און דערויף לויפן צום חבר'ס גוגל און דאס אים איבערטראגן 'בסתר', אט דאס איז דער ריכטיגער "מכה רעהו בסתר". און במחילת מכבודכם וואלט איך געזאגט אז: "דארט ליגט דער הינט באגראבן!" איינמאל דאס האט פאסירט איז שוין דער קאווע שטיבל געפלויזשעכטס נישט מער ווי א תולדה פון די מכות וואס דער רעהו האט געקריגן בסתר ובחשאי.

יא, עס זענען פאראן פערשוינען וועלכע גוגלן זיך ארום, איינער מער איינער ווייניגער, איבער די טעמעס פון דערגיין ניקים און מ'האלט זיך אין איין שעירן אינפארמאציע וואס מ'ווייסט איבער דעם און יענעם. יענקל גיבט ארויס פאר מיכל איין קליינטשיגע אינפארמאציע וואס ער האט זיך דערשנאפט איבער דעם און דעם ניק, דערויף גייט מיכל און גיבט שוין פאר חאצקל א שטיקל ברייטערער ידיעה מיט אביסל מער אינפארמאציע, און פארשטייט זיך אז חאצקל איז שוין אצינד א גאנצער הירא"ו ער קען שוין קומען צו לייבלען ווי א גאנצער ידען באגלייט מיט א שלל אינפארמאציע איבער דעם און דעם.

דער פראבלעם איז דאס פלאוזשען אין קאווע שטיבל? עךך... דער קאווע שטיבל איז בלויז איין רינגעלע און א תוצאה פונעם פראבלעם, נישט דארט הויבט זיך דאס אן. דאס נאכגיין און שפיאנירן און זיך דערווישן עפעס א זאפטיגע אינפארמאציע און דערויף דאס טוען זיין מזה לזה, דאס איז דער פראבלעם!

עס קומט מיר פאר ווי דאס גאנצע וואס ס'שטערט דא, איז בלויז דאס פלוישן אין שול בגלוי, אבער נישט דאס עצם 'מכה רעהו בסתר!'...

לשון הרמב"ם הל' דעות פרק ז':
הלכה א' - המרגל בחבירו עובר בלא תעשה, שנאמר לא תלך רכיל בעמיך. ואע"פ שאין לוקין על דבר, זה עון גדול הוא וגורם להרוג נפשות רבות מישראל. לכך נסמך לו ולא תעמוד על דם רעך. צא ולמד מה אירע לדואג האדומי:

הלכה ב - אי זהו רכיל, זה שטוען דברים והולך מזה לזה ואומר כך אמר פלוני כך וכך שמעתי על פלוני. אע"פ שהוא אמת הרי זה מחריב את העולם.


זייט געזונט – ט'שאבעס

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » פרייטאג ינואר 09, 2009 10:43 am

א יישר כח ר' זארעך,

'ריכטיג' ארויסגעברענגט דעם 'ריכטיגן' פראבלעם. לאמיר האפן עס עס וועט גרייכן די 'ריכטיגע' הערצער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 09, 2009 12:15 pm

זארעכ דו זאגסט גוט, אבער נישט דאס מיינט מכה רעהו בסתר.

בסתר איז פשט אז יענער ווייסט נישט דערפון, לאו דוקא אז ס'יז בסתר אויף טולק צי ס'יז בגלוי אין קאווע שטיבל.
און קיין רכילות איז עס זיכער נישט. בלויז "גילוי"...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קאפ-צאל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 02, 2008 8:00 pm

תגובהדורך קאפ-צאל » מוצ"ש ינואר 10, 2009 11:45 pm

מוצש"ק לסדר ואמר לרשע למה תכה רעיך, שנת ואמרו ידינו לא שפכה לפ"ק,

צו מיין טייערע פריינט וואס זוכט צו דערגיין מיין אינדענטיטעט, און פרובירט צוזאמען שטעלן אינפארמאציע איבער מיר, און טוט זיין ארכילאגישע ארבייט צו דערגרינטעווען גענוי ווער איז דער וואס באהאלט זיך אונטער מיין ניק.

איך בין נאך מסופק ווי אזוי מיינע שורות וועלן זיך ענדיגן שרייבן, אבער איך בין אויסן דיר צו העלפן מיט דיינע מיאוס'ע שטודיע, און איך וועל דיר ארויסגעבן מער פרטים איבער מיר, און כ'האף אז דו וועסט פון דעם קענען צוזאמען שטעלן א גענויע בילד ווער איך בין, און נאך מער וואס איך וויל מיט מיין בריוו'ל צו דיר, דו זאלסט עפענען דיינע אויגן און זיך טרעפן פנים אל פנים מיט דעם געפארפולקייט פון דיינע בייזע מעשים.

איך בין א אינגערמאן 29 יאר אלט, איך בין אויפגעוואקסן ביי מיין פאטער אין מוטער אינדערהיים, ביידע פון זיי האבן מיר געגעבן אן ארטידאקסישן חינוך, און איך בין געגאנגן אין חדר, אין די פרומע מוסדות ביי אונזער חרידי'שע געגענט, און דערנאך אין ישיבה האב איך גראדואירט ביי מיין חתן ווערן פון איינעם פון די אנגעזעהנסטע ישיבות.

ביי מיין טאטע'ן אין שטוב, בין איך פון די צווייטע גענעראציע קינדער, [כ'מיין צו זאגן פון די אינגערע], מיינע עלטערע ברודער'ס אין שוואגער'ס זענען חשובע בעלי בתים און אויך איין שוואגער וואס איז נאך אין כולל, נאך מיין חתונה איז מיין שווער געווען זייער ברייטהארציג צו מיר, און ער האט מיר אויף שיינע שטיק צייט מיר ארויסגעהאלפן מיר די דירה געלט, אז כ'זאל זיצן אין כולל על מי מנוחות.

אבער ווען מיין משפחה האט זיך ברוך השם קע"ה פארברייטערט, האב איך געמוזט פארמאכן די גמרא און שלחן ערוך און גיין מקיים זיין וואס כ'האב מיר אינטערגענומען ביי מיין חופה, ואנא אפלח וכו', און געגאנגען טוהן פאר פרנסה, איך בין געפארן פון איין ארבייט צום צווייטען ביז איך האב מיר ענדליך איינקאווארטירט צו א גוטן ארבייט ביי א גוטע בעל הבית ביי וועמען איך ארבייט שוין א לענגערע צייט.

ביי דעם ארבייט וואס איך טוה יעצט איז פאר מיר געווען א געלונגענע אינגערמאן, וואס מיין בעה"ב האט אים געגעבן דעם ראזע סליפ, און דער אנגעבליכע תירץ איז געווען, ווייל ער האט צוריקגעהערט פון גאס אז ער שרייבט אויף ה"פ, און עס האט פאר יענעם אינגערמאן נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו, ער האט נישט געקענט קיין איין מינוט מסביר זיין, זיין אייגענע צד.

איך האב ברוך השם נושא חן געווען אין זיינע אויגן און כ'טוה מיין ארבייט באמונה, און אלעס ווערט געטוהן אויפן ארט, און כ'קום אן מיט די ארבעט, און מיט די צייט האב איך מיר איינגעקויפט א גוטע נאמען און דער בעה"ב פארטרויעט מיר מיט מער זאכן ווי פאר די אנדערע, און צו דערזייט באקום איך אויכעט פון צייט צו צייט די ארבייט וואס אנדערע האבן משום איזה סיבה נישט אנגעיאגט, און אויך ווען עס איז ב"ה דא אן איבערפלוס פון ארבייט באקום איך דעם כיבוד פון "אווערטיים".

מיין אנקומען קיין קרעטשמע, איז געווען אין די צייט וואס איך בין געווענדליך נישט ביי די ארבייט, אבער מיט די צייט ווען עס איז נישט אזוי ביזי, האב איך מיר שוין יא ערלויבט אז בין עדר לעדר כאפ איך מיר אריין אין קרעמל, כ'שרייב עפעס און ליין די נייע ענינים וואס אינטערסירט מיר, און צוריק צו דער ארבייט, אבער פאר מיינע אויגן ליגט דער כלל קלאר "ביזנעס ביפאר פלעזשאר", און עד היום קום איך נאך אן מיט מיין טעגליכע ארבייט גענוי וואס מען פארלאנגט פון מיר, און אפילו ווען צוליב דעם קען מיר אויסקומען אז כ'זאל דורכאויס עטליכע טעג נישט קענען אריין אין קרעטשמע, עס איז מיר וויכטיגער אז איך זאל האבן ברויט פאר מיינע קינדער.

און יעצט צום ענין.

נישט לאנג צוריק באקום איך א ידיעה אז דו זיכסט אינפארמאציע איבער מיר, און איינער וואס האט שוין געהערט פון דיר א פערטיגע נאמען, איז מיר עס געקומען פארווארפן, צו הערן אויב איך בין טאקע דער יעניגער אדער נישט, ברוך השם נישט דו און נישט יענער האבן צוגעטראפן צו דעם ריכטיגן נאמען, אבער דאס האט מיר נישט בארוהיגט.

עס זענען שוין אריבער עטליכע פיינפולע טעג און נעכט וואס כ'קען נישט צוזיך קומען פונעם פאקט אז דו זיכסט צו דערגיין ווער איך בין, ווען פאר מיינע אויגן האט שוין דער דמיון דערציילט אלע קאנסקעווענצען וואס פון דיין כיטרע און גרויליגע אקט קען פאסירן, אז איך האב ממש געהאט דערפון שלאפלאזע נעכט, פשוטו כמשמעו.

דער בורא כל עולמים זאל שומר און מציל זיין אויב מיין בעה"ב ווערט געוואר דערפון, באקום איך א פינק סליפ על אתר, איך וועל מעגן טענה'ן אז איך האב גארנישט שלעכט געשריבן, און איך שעם מיר נישט דערמיט, אבער מיין פרנסה איז א פארגאנגענהייט, און גיין זיכן אין די יעצטיגע חדשים א נייע פרנסה איז ערגער ווי קריאת ים סוף, עס איז נישט קיין חידוש וואס כ'בין מחדש, אבער דאס איז נישט דער גאנצע.

מיין פאטער לאורך ימים ושנים איז שוין נישט קיין אינגערמאן, און ביי אים איז נישט קיין חילוק פון א קרעטשמע ביז א אינטערנעט, און ער קומט פון א בעגרוינד מיט הארץ פראבלעמען און דער שמועה אז איינע פון זיינע קינדער זענען אינטערנעט שרייבער, קען זיין פאטאל, יא דו הערסט גוט, דו שפילסט דיך מיט רציחה ממש, און דו וועסט נישט קענען זאגן דעם ידינו לא שפכו את הדם הזה.

און דאס ווערן קאנפראנטעד פון מיינע געשוויסטער פון מיין משפחה און פון מיין שווער'ס משפחה וועט זיין פארמיר דער גיהנם פתוחה לי מתחתי, און מיין שלום בית [איך שטעל מיך דא אפ, פינטל.].

און יעצט איבער די שאלה וואס דו ווילסט מיר איבערבעטן, און איך זאל דיר געבן שיינערהייט מיין גאנצע מחילה, לאמיר דיר זאגן אזוי, אז די אלע פארגאנגענע טעג און נעכט וואס זענען געווען ביטער און שווער פאר מיין רוהיגקייט, גייט נישט מיט איין מחול לך אוועקפליען, קען טאקע זיין אז דער אין מרצין לאדם בשעת כעסו ווערט געזאגט אויף די מאמענטן, אבער אולי ווען דו וועסט שוין איינמאל קריגן פון מיר דעם ווארט מחול לך, וועל איך דיר מסביר זיין וואס עס מיינט.

איך בין א חסידישער אינגערמאן און כ'גלייב אין שכר ועונש, און כ'האב אמונת צדיקים, און אמונה אין אלע דברי חז"ל שנאמרו כמשה מפי הגבורה, און אז זיי האבן מיר דערציילט אז יסורים ממרקין עוונותיו של אדם, כגלייב איך עס מיטן פולן זין פון ווארט, און מיט די יסורים הנפש והגוף בין איך זיכער אפגעקומען גאנצעטע הויפענעס חטאים עוונות ופשעים, וואס איז מיר גאנץ גרינג נאר ביים צוריק טראכן, די אלע מחשבות וואס זענען מיר נאכגעלאפן, און כ'האב פארשטייציך עס נישט געקענט מיט קיינעם איבערשמועס'ן, ווייל איך זעלבס וויל מיר נישט מגלה זיין, נאר איך האב יעדעס מאל געזאגט דעם "ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי", און מיט דעם האף איך וועט מיין שובבי"ם וואכן אריבער גיין מיט מער מריקת הנפש.

אבער וואס כ'קען דיר נישט מוחל זיין איז דער אפעקט וואס עס האט געהאט ביי מיר אין שטוב, מען דארף נישט מסביר זיין וואס עס מיינט ווען דער טאטע האט נישט דעם קאפ אויף האלדז וואספארא רושם עס מאכט אויף דעם גאנצן אטמאספערע, און אויכעט וואס כ'וועל דיר קיינמאל נישט קענען מוחל זיין. איז אויב דיינע חקירות ודרישות וועט אנקומען צום מצב אז כ'וועל פארלירן מיין פרנסה, וועסטו קיינמאל דאס נישט קענען אראפווישן פון דיין רעקארד, ועל הכל אויף חס ושלום, והשם ישמרינו וירחם עלינו עס וועט אנקומען צו מיינע עלטערן אדער שווער עלטערן אדער צו סיי וועם פון מיין משפחה, איז דאן אין קיץ וערך פון דיין אומווערדיגע מעשה, אזוי ווי דער פסוק זאגט המות (ה"י) והחיים ביד הלשון, והגיהנם כלה וחטאך לא התחיל.

כ'מיין אז דו פארשטייסט שוין מיט וואס דיין תאוה פון חוקר זיין און נאכגיין מיין אינדענטיטעט, און עס מיטטיילן פאר דיינע חברים לדבר עבירה, איז שוין אפהעניג, און צוליב דעם בעט איך דיר, און איך ווארן דיר, הרף!! זאל דיך אפ פון דיינע גרויליגע מנהגים, און הער אויף נאכצופרעגן און צוזאמענשטעלן און אויס פלוידערן די נעמען וואס באהאלטן זיך אינטער איטליכעס ניק, והקולר תלוי בצוורך.

וויבאלד איך האב ארויסגעשריבן דעטאלן איבער מיר האב איך געמוזט ארויפלייגן מיין בריוו מיט א אנדערע ניק, אבער דער רי"ש שי"ן עי"ן זאל עס אננעמען דעם מכתב הנכתב מקרב ליבי, און תשובה טוהן פון זיינע מעשים, און דער רבוש"ע זאל אים העלפן אז עס זאל קיינאמל נישט צוקומען אז עס זאל ארויסקומען קיין תקלה מתחת ידינו, און קיינער זאל נישט האבן קיין עגמת נפש, און קיין שלום בית זאל נישט חרוב ווערן, און קיין פרנסות זאלן נישט אוועקגענומען ווערן און אלע אידן זאל בלייבן געזונט אין שטארק, ביז אונז וועל מיר זוכה זיין צו דעם התגלות כבוד שמים בב"א.

ווי עס שרייבט אונטער א דערשראקענע און פארווייטאגטע ניק.


לגולגלותם, צו זייער קאפ-צאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 11, 2009 12:34 am

א שרעק!

(ערשטענס, פריי איך מיך למפרע פארן מדבק זיין דעם אשכול צום אויבנאן, צווייטנס קלער איך ביי מיר אז סאכדעס אליינס האט נישט געוואוסט ווי טיף דער פראבלעם איז איינגעגעסן און ווי שרעקליך די קאנסעקווענצן זענען).

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 11, 2009 1:09 am

קרעמער, דיין טראכט און דיין קלער, איז שוין גארנישט קיין שאלה, פונקט אזוי ווי דו זאגסט, און איך האב הנאה אז עס איז געווארן אזא אישו.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » זונטאג ינואר 11, 2009 7:11 pm

יעצט גענדיגט אדורך ליינען דעם אשכול, איך כאפ נאכנישט אויף וועלכע וועלט איך בין.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » זונטאג ינואר 11, 2009 7:27 pm

צוביילטער האט געשריבן:יעצט גענדיגט אדורך ליינען דעם אשכול, איך כאפ נאכנישט אויף וועלכע וועלט איך בין.

......אויף די אידישע וועלט :smile:

-----------------------

רבותי דער אשכול איז גאר הייקעל אין וויכטיג, אבער נישט זיין פארנאטיש אין ח"ו נישט אריינפאלן אין מרה שחורה אדער פחד, קיינער זוכט אייך נישט אינטערצוברענגן נאר אמאהל מאכט איינער א נארישע טעות, וועגן דעם טוט מען אים דא אויפמערזאם מאכן.

נאך ליינען אזוי סאך שרעקעדיגע מעשיות און משלים, דארף מען הערן אויך פארקערט, פארשטייצעך עס איז ביי יעדעם אנדערש די סטעטואציע, אבער פון מיין עקספירענס, ווי למשל אין די  פאל דארף מען גארנישט באהאלטן פון א ווייב (מיין בני בית ווייסט אז איך שרייב, אבער אנע ניק) זי זאל ענדערש וויסן אז די שרייבסט אין אויבדי פאברענגסט צו פוהל זאל זי דיך דערמאנען, (זי איז דאך א עזר כנגדו) פארוואס זאל מען איר ערשט דערציילן ווען מען האט א פילינג אז זי גייט במילא אויסגעפונען? אז מען לעבט אפען טוט מען אסאך מער אויף און מען קומט מער אן און לעבן..

איך געב נישט קיין שום רעכט פאר איינער וואס טוט עפעס בנוגע גילו, אבער די אטמאספערע דא זאל נישט זיין אזוי אנג...

מען קען ניצן א גוט ווארט פון נאך חברי הקרעטשמע..

סך הכל מען דארף זיין פארזיכטיג אבער נישט דערשראקן...
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג ינואר 11, 2009 8:31 pm

אז מען רעד שוין דא דערוועגן וועל איך אויך צולייגען וואס איך האב צוזאגן, אבער מיינע ווערטער איז ממש געצילט צו איינעם דא.

עטס ווייסט דאך שוין בערך מיין השתלשלת דא, און איך האף און איך בעט אז איך זאל נישט נאכאמאל דארפן דורך מאכן דאס וואס כהאב שוין מיטגעמאכט ביז יעצט, אבער ווי עס קוקט אויס וועט דאס ליידער יא דארפן פאסירן.

איך וועל עס מאכן קורץ און שארף אן קיין הקדומת און גלייך צו גיין צום ענין, עס דריידט זיך דא ארום איינער, און אמתן איז עס מער ווי איינער, אבער איך וועל אנכאפן דער איינער וואס איך ווייס פון אים, וואס דער איינער האט אפגעמאכט זיך צו נעמען איבער מיינע ביינער און ער מיז וויסן ווער איך בון, גיי ווייס וואס פינקט איך שטער אים, מיין פאריגע ניק איז ער געוואר געווארן און מיך אוועקגעלייגט דערמיט און יעצט ארבעט ער ווייטער אויף מיר אוועק צולייגען, אז דו וועסט אים פרעגן וואס ער וויל פון מיר, וועט ער דיר זאגן איך וויל אוועקלייגען הערשי? חס ושולם איך וויל נאר וויסן ווער ער איז טאקע.

איז לאמיך רעדן צו דיר און צו דיינס גלייכן אפאר ווערטער, דו ביזט מוראדיג גוט, יא איך מיין עס זייער אמתדיג דו ביזט באמת זייער געלונגען און דו קענסט כאפן אויף מיין שריפט ווער איך בון, אבער איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן? וואס דו גהנים ווילסטו פון מיר? איך שטער דיך מיט עפעס? איך שטיי דיר און וועג? אדרבה ואדרבה אויב האסטו עפעס אויף מיר זאג מיר פארוואס דו האסט א שווער הארץ אויף מיר און מיר וועלן זיך אויסקומען.

יא יא איך רעד צו דיר, טראכט נישט איך מיין א צווייטען ווייל צו טאקע דיר רעד איך, איך מיין עס ווערי סיריעס איך האב מער נישט כח צו דיר, עס איז אדער אדער, אדער דו, אדער איך.

יעצט פליז איך בעט דיר לאז מיך אפ טרעט אפ פון מיר טרעף דיר א צווייטען אויף וועם צו רייטען און דו גיידער דיין וועג און לאז מיך גיין מיין וועג, פארשטאנען?

איך געב דיר א לעצטע ווארענונג אז עס העלפט נישט עלעך מפרסים זיין דיין נאמען דא ברבים!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 11, 2009 9:54 pm

חנא, ביסט זייער גערעכט, אז מ'טאר נישט ווערן מרה שחורה, און אויך אז ס'דארף נישט זיין קיין פראבלעם דאס מיט צוטיילן מיט די ווייב.

לאמער דיר זאגן, איך האלט אויך אז מ'דארף נישט אריין פאלן אין מרה שחורה, אבער ווען איינער פראבירט צו זשוינען קרעטשמע, ער האט און פילט הנאה דערין, אבער ער וויל דאך נישט מ'זאל וויסן, פאר סיי וואספארא ריזן ער האט, און ס'איז דא גענוג, ניטאמאל גיי איך דאס אויסרעכענען, און אט ווערטער געוואר, אז עפעס א מאן דהו, וואס וויל ארויס ווייזן זיין מעכטיגע חכמה, און ווי אויך זיינע קענטעניסן אין שפיאנאזש, האט דיסיידעט, אז איינע פון זיינע טעסט קרבנות גייט ער ווערן, וואס פארלאנגסטו פון אים? און וואסארא מוד זאלער זיין?

ווידעראום וועגן לאזן וויסן פאר די ווייב, (מיין ווייב ווייסט, און ווי אויך קען זי מיין ניק.) ניין. פינטל. נישט יעדער קען לאזן וויסן פאר די ווייב אלעס, ס'ווענד זיך וואסארא ווייב מ'האט, פון וואסארא טייג געקנאטן, פון וועכע שטוב זי קומט, ווי לאנג מ'האלט נאך די חתונה, ועוד ועוד, אויב ברויכסטו עקסטערע הסברים, אויף די אלע וואס כאדער יעצט דערמאנט, קענסטו דאס בעטן, אפשר וועלעך מיך נעמען ס'מיה און דיר דאס מסביר זיין.

ווער רעדט נאך ווען עלטערן ווערן עפעס געוואר, איז אזוי, ווען זיי וואלטן ווען געפרעגט במה דברים אמורים, קען זיין זיי וואלטן דאס אנגענומען און פארשטאנען, אבער די סדר העולם איז נישט אזוי, מ'נעמט זיך נאר מאכן אזאנע קולות, אז ס'פארגייט אפילו די אפעטיט צו ענטפערן. (ניין, איך רעד נישט פון מיינע עלטערן, איך האב מיט זיי ב"ה נישט קיין פראבלעם, אבער ס'איז דא וואס יא.)

סאו קיינער זוכט נישט קיינעם צו דערשרעקן, מ'בעט א פשוט'ע טובה, און אן אזהרה, אז די הנהלה האט באשלאסן דאס צו פארסירן אויפן שטרענגסטן אופן, און קיינער דארף נישט זיין קיין אויבער חכם, און דאס פראבירן אראפ צו שפילן.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג ינואר 11, 2009 10:07 pm

קאפ-צאל האט געשריבן:
עס זענען שוין אריבער עטליכע פיינפולע טעג און נעכט וואס כ'קען נישט צוזיך קומען פונעם פאקט אז דו זיכסט צו דערגיין ווער איך בין, ווען פאר מיינע אויגן האט שוין דער דמיון דערציילט אלע קאנסקעווענצען וואס פון דיין כיטרע און גרויליגע אקט קען פאסירן, אז איך האב ממש געהאט דערפון שלאפלאזע נעכט, פשוטו כמשמעו.

דער בורא כל עולמים זאל שומר און מציל זיין אויב מיין בעה"ב ווערט געוואר דערפון, באקום איך א פינק סליפ על אתר, איך וועל מעגן טענה'ן אז איך האב גארנישט שלעכט געשריבן, און איך שעם מיר נישט דערמיט, אבער מיין פרנסה איז א פארגאנגענהייט, און גיין זיכן אין די יעצטיגע חדשים א נייע פרנסה איז ערגער ווי קריאת ים סוף, עס איז נישט קיין חידוש וואס כ'בין מחדש, אבער דאס איז נישט דער גאנצע.

מיין פאטער לאורך ימים ושנים איז שוין נישט קיין אינגערמאן, און ביי אים איז נישט קיין חילוק פון א קרעטשמע ביז א אינטערנעט, און ער קומט פון א בעגרוינד מיט הארץ פראבלעמען און דער שמועה אז איינע פון זיינע קינדער זענען אינטערנעט שרייבער, קען זיין פאטאל, יא דו הערסט גוט, דו שפילסט דיך מיט רציחה ממש, און דו וועסט נישט קענען זאגן דעם ידינו לא שפכו את הדם הזה.

און דאס ווערן קאנפראנטעד פון מיינע געשוויסטער פון מיין משפחה און פון מיין שווער'ס משפחה וועט זיין פארמיר דער גיהנם פתוחה לי מתחתי, און מיין שלום בית [איך שטעל מיך דא אפ, פינטל.].

און יעצט איבער די שאלה וואס דו ווילסט מיר איבערבעטן, און איך זאל דיר געבן שיינערהייט מיין גאנצע מחילה, לאמיר דיר זאגן אזוי, אז די אלע פארגאנגענע טעג און נעכט וואס זענען געווען ביטער און שווער פאר מיין רוהיגקייט, גייט נישט מיט איין מחול לך אוועקפליען, קען טאקע זיין אז דער אין מרצין לאדם בשעת כעסו ווערט געזאגט אויף די מאמענטן, אבער אולי ווען דו וועסט שוין איינמאל קריגן פון מיר דעם ווארט מחול לך, וועל איך דיר מסביר זיין וואס עס מיינט.

ווי עס שרייבט אונטער א דערשראקענע און פארווייטאגטע ניק.



פשיהא, אזא מסירת נפש נאר פאר אביסל פארוויילן אין קרעטשמע! יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די קרעטשמע איז אזוי מצליח...
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 12, 2009 2:25 am

שרעקעדיג!

לויפענדיג פאר א וויכטיגע אמט.. אינערהאלב די קרעטשמע, האט מיר אוועקגענומען די צייט צו ליינען דא לעצטענס. יעצט, אינמיטן די נאכט איז מיר אויסגעקומען צו ליינען, דאס ערשטע איז מיר געפאלן מיין אויג אויף דעם שרעקעדיגער נאמען פונעם אשכול, כ'האב שוין גלייך פארשטאנען וואס דאס איז, מיטהאלטענדיג לעצטענס פון די נאנט ווי איינער פון די אריות שבחבורה פון אינזער "אידישער וועלט" איז ברוטאל פארשניטן געווארן און פארלוירן געגאנגען א דאנק א לויזער צינג.

קודם קומט זיך א יישר כח פאר סאכדעס פארן עפענען דעם אשכול און ארויפברענגען דעם "גילו" פראבלעם וואס דער קרעטשמע פלאגט זיך לעצטענס פון וואס רבים חללים הפילו.

צווייטענס קומט זיך א שכויעך פאר סאכדעס פארן שרייבן דעם ארטיקל "קרעטשמע-סאכדעס סטייל" און אזוי ארויסגעברענגט דעם פראבלעם.

אבער שאקירט ביניך געווארן פון די נאכפאלגענדע תגיבות. א זאך צו וואס איך קען קיין סאך נישט צולייגן, עס רעדט פאר זיך אליין.

בעת איך שרייב די שירות זעה איך אז די מנהלים האבן שוין מדבק געווען אויבן די תקנות הפורום, א זאך וואס איז וויכטיג פאר יעדעם צו ליינען און די מנהלים דארפן דאס טאקע אויפנעמען מיטן שטרענגסטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 12, 2009 2:51 am

10-4
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מאנטאג ינואר 12, 2009 1:11 pm

מ'קען מתפלל זיין, משה רבינו'ס תפלה, קה הושיעני מעצת מרגלים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 12, 2009 9:09 pm

דער אשכול איז א בחינה פון "וגילו ברעדה"...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג ינואר 12, 2009 11:43 pm

אין גילו אחר גילו אלא למעט...

אוועטאר
פרינץ
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 11:43 am
לאקאציע: אין 'ווערצהויז'

תגובהדורך פרינץ » מיטוואך ינואר 14, 2009 2:37 pm

איך_הער האט געשריבן:אין גילו אחר גילו אלא למעט...


ואין בגילו אלה להרבות ניקים, וואס הייסט? דאס הייסט אז אויב האט מען איינעם געפאקט מיט זיין וויזוי-הייסטעס... עעפענט ער נאך א ניק. נו איז די "גילו" דער געבאָרער פון די אנלויפעניש פון ניקים...

זאל טאקע זיין "נקום ניקים דם עבדיך השפוך" אלע וואס גיסן ארויס די ניקים זאלמען ארויסגעבן זייערס...
זאג שטענדיג דעם 'אמת'; אזוי וועסטו נישט דארפן געדענקען וואס דו האסט געזאגט 'לעצטע-מאל'

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג ינואר 16, 2009 11:35 am

ס'איז קלאר אז דער פראבלעם פון "גיליו" איז זייער גרויס, און עס איז גורם פיל עגמ"נ, און בין אדם לחבירו איז דאס מצער מענטשן, ווי עס גרעניצט זיך מיט נישט גוטע מדות ועוד,

אבער! (מיין רבי פלעגט זאגן אז דא קומט אריין דער אבער..)
זיין א חושד בכשרים איז אפשר נאך מער איסור ווי דער איסור פון גילו, סתם מצער זיין מענטשן און באקאנטע מיט שארפע לשונות באזירט אויף בלויזע חשדות איז זיכער מער איסור און מער עבירה,

איך האב צוריק געהערט פון עטליכע וואס האבן זיך אפגערעדט מיט א שטארקע ווייטאג אז מ'איז זיי חושד אימזיסט און מ'האלט זיי אפיר אויף זאכן וואס זיי האבן קיינמאל נישט געטון,

דעריבער פאר איינער וויל יענעם אפיר נעמען היתכן ער קראצט זיך אויף זיין ניק, ביטע מאכן ריסערטש בעפאר דעם, און אויב ער איז איבער צייגט אז ס'איז אמת דאן קען ער אריין הילכן א פסק און ווארפן לעכט, אפי' אויסגיסן זיין קאווע אין קאווע שטובל,
אבער סתם חושד זיין מענטשן איז זיכער א עוולה...

בשם עטליכע חבירים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 16, 2009 2:09 pm

היינט געלערנט אין פלא יועץ אז דער וואס פרובירט ארויסצודערווישן זיין חבר'ס פריוואטע זאך, הייסט א גונב דעת. (עי' ערך דיבור)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש ינואר 17, 2009 8:45 pm

ויאמר לרשע למה תכה רעך.

פרעגט דער כלי יקר, וואו איז געשטאנען דא הכאה? מען זעט בלויז אין פסוק 'שני עברים נצים' דערווייל האט נאך קיינער נישט געשלאגן?

זאגט דער כלי יקר אז איה"נ זיי האבן זיך טאקע נישט געשלאגן זיי האבן זיך בלויז געקריגט מיט ווערטער, געשאלטן און געשימפט איינער דעם צווייטן. און מיר געפונען אז שלעכטע רייד ווערן אנגערופן בלשון הכאה "ארור מכה רעהו בסתר", און דערפאר האט משה זיי ביידע אנגערופן 'רשע', למה תכה רעך [רשע כמותך] וויבאלד ביידע האבן זיך געקריגט מיט שלעכטע רייד.

א פחד פון ווערטער!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט