גענדיגט מיט נעגל-וואסער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

גענדיגט מיט נעגל-וואסער

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 9:52 am

ווער אין דער וועלט האט אויסגעטראפן דעם פאני נאמען פארן טעפל אין שיסל וואס מ'גרייט אן ביים בעט?

ס'קען הייסן נאכט שיסל, האנד גיסער, הייליגע וואסער, אבער נעגל?? איך מיין משוגע האט אויך א שיעור

פון היינט אין ווייטער גרייט איך אן בעט וואסער

אמ אמ סקוקט אויס פאני, לאמיך עס נאכאמאל איבערזאגן בעט וואסער, און נאכאיינמאל בעט וואסער

אקעי מיט דעם בלייבן מיר

ובכן, שאתה הוא ד' אלקינו בעט וואסער, לברכה ולא לקללה..



נ.ב. שלום עליכם

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 9:56 am

יגר,

פרינט ארויס דיין תגובה און גיב עס פאר יעדעם וואס קומט צו דיר מאכן א קאר וואש, אפשר אזוי וועט עפעס ווערן פון דיין פלאן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 2:36 pm

מילא ווען דו גיסט אויס דיין כעס אויף אשר יצר פאפיר, החרשתי, אבער אויף נעגל וואסער בשום אופן, "נעגל וואסער" און נאכאמאל "נעגל וואסער", "נעגל וואסער" האט עס געהייסן און "נעגל וואסער" הייסט עס און "נעגל וואסער" וועט עס הייסן ביז משיח'ס טאג במהרה. די גאנצע טעם פון זיך וואשן נעגל וואסער איז אראפ צו נעמען די טומאה וואס איז שורה אויף די נעגל, און פאר דעם הייסט עס "נעגל וואסער", און די טעפל מיט וואס מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" טעפל, און די שיסל אוואו מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" שיסל, און ביי דעם בלייבט עס "נעגל וואסער"

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 3:22 pm

יגר'ל כ'פריי זיך דיר דא צו זעהן צווישן די ווענט אין קרעטשמע.

איצט בנידון פון נעגל/בעט/הייליגע וואסער, העליך נישט נעמען קיין מיינונג, סיקומט מיר נישט אויס כמעט צו זאגן די ווארט, מיינע קינדער זאלן דאס רופן וויאזוי זיי ווילן.

והיה בזה שלום

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 6:40 pm

איך_הער האט געשריבן:מילא ווען דו גיסט אויס דיין כעס אויף אשר יצר פאפיר, החרשתי, אבער אויף נעגל וואסער בשום אופן, "נעגל וואסער" און נאכאמאל "נעגל וואסער", "נעגל וואסער" האט עס געהייסן און "נעגל וואסער" הייסט עס און "נעגל וואסער" וועט עס הייסן ביז משיח'ס טאג במהרה. די גאנצע טעם פון זיך וואשן נעגל וואסער איז אראפ צו נעמען די טומאה וואס איז שורה אויף די נעגל, און פאר דעם הייסט עס "נעגל וואסער", און די טעפל מיט וואס מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" טעפל, און די שיסל אוואו מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" שיסל, און ביי דעם בלייבט עס "נעגל וואסער"

איך בין הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט דיר, ממש דו כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מויל, יישר כח!

נ.ב. עליכם שלום יגר'ל, ברוך מחיה ה....

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2006 7:48 pm

יגר'ל

איך האב אלץ געוויסט אז 'בעט וואסער' מיינט עפעס אנדערש

(איך לייג ניטאמאל די דריי פינטעלעך)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג נובעמבער 10, 2006 2:43 am

lol
איי שוועמעל שוועמעל נאך א מזל איך ליין נישט דיין תגיבה אין בעט איך האב שיר נישט גהאט בעט וואסער דא אויף דער ערד אזוי שטאר לאך איך
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » פרייטאג נובעמבער 10, 2006 5:29 am

איך רוף עס שוין יאהרען "שפרענג וואסער"...

(האסט נישט פארשטאנען דעם וויץ? ווי ביסטו געווען ווען דער מלמד האט זיך אויסגעשריגען דעם קול ביי "מי נדה חטאת הוא" בעת ער האט געמישט די קאווע מיט די בלויזע הענטלעך פון זיינע עטוואס גרינע ברילן...?)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג נובעמבער 10, 2006 10:55 am

מיי אונז אין דארף פלעגט מען דאס רופן 'נעגל דזוס'.

shtilerheit
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

תגובהדורך shtilerheit » זונטאג נובעמבער 12, 2006 1:15 am

איי איי יגר'ל יגר'ל, העסטו ווען געהאט שכל וואלסטו יעצט געווען ראשעקאל, וואלטען מיר אלע געמוזט אויסהערן דיין מיינונג אפילו סאכדעס איז דערקעגען, קיינער קען זיך דאך נישט אנרופען קעגן ראשעקאל זאל זיין געזונט און שטארק, היות דערווייל ביסטו פונקט ווי אונז אלע מוזען מיר אננעמען ווי סאכדעס'ן וואס רעדט דאך פונעם תורהדיגען שטאנדפונקט פונעם דיין אליין, און נעגל וואסער בלייבט נעגל וואסער פארשטאנען,

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג נובעמבער 12, 2006 2:19 pm

shtilerheit האט געשריבן:איי איי יגר'ל יגר'ל, העסטו ווען געהאט שכל וואלסטו יעצט געווען ראשעקאל, וואלטען מיר אלע געמוזט אויסהערן דיין מיינונג אפילו סאכדעס איז דערקעגען, קיינער קען זיך דאך נישט אנרופען קעגן ראשעקאל זאל זיין געזונט און שטארק, היות דערווייל ביסטו פונקט ווי אונז אלע מוזען מיר אננעמען ווי סאכדעס'ן וואס רעדט דאך פונעם תורהדיגען שטאנדפונקט פונעם דיין אליין, און נעגל וואסער בלייבט נעגל וואסער פארשטאנען,


פון וואנעט זעהסטו אז כאב גענומען א מיינונג?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 12, 2006 5:26 pm

אזוי "שטילערהייט" קאפעט ער מיך מיט קרעמער'ן ארויס פונעם גאנצן געשעפט, איי פארוואס, וואס האבן מיר אים דען געטוהן? (ס'איז נאר אגב )

shtilerheit
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm

תגובהדורך shtilerheit » זונטאג נובעמבער 12, 2006 8:15 pm

הויכערעהייט גערעדט, עס איז געווען א פאטאלען טעות!!!
איך מיין אז מער שרייב איך נישט נאך צוועלעווע אין קרעטשמע, ווייל די מוח איז שוין נישט אזוי קלאר, קודם מיט דעם טעות, נאכדעם פרובירנדיג מסביר זיין וואס עס מיינט <>, ואתכם הסליחה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 12, 2006 8:28 pm

איך וואלט דיר געזאגט אז דו קענסט שרייבן אין קרעטשמע ווען אימער דו ווילסט, נאר וואס דען? מוזט זיך נישט פארענטפערן פאר יעדן שמויגער בויגער.. (אפילו ער איז פון די בעסטע און מערסטע שרייבער) אמעריקע איז א פרייע לאנד? אדער וואס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג נובעמבער 12, 2006 9:43 pm

קרעמער, יישר כח, די קאמפליעמנט שטייגט איבער דעם פליק.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג מאי 21, 2007 3:56 am

shtilerheit האט געשריבן:איי איי יגר'ל יגר'ל, העסטו ווען געהאט שכל וואלסטו יעצט געווען ראשעקאל, וואלטען מיר אלע געמוזט אויסהערן דיין מיינונג אפילו סאכדעס איז דערקעגען, קיינער קען זיך דאך נישט אנרופען קעגן ראשעקאל זאל זיין געזונט און שטארק, היות דערווייל ביסטו פונקט ווי אונז אלע מוזען מיר אננעמען ווי סאכדעס'ן וואס רעדט דאך פונעם תורהדיגען שטאנדפונקט פונעם דיין אליין, און נעגל וואסער בלייבט נעגל וואסער פארשטאנען,


אין וואס טוט מען יעצט אז יגר איז ראש הקהל
דאס אידאך א נעגעל וואסער סקאנדאל
וואס טוט מען דא

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 21, 2007 2:52 pm

לאקשען, וואס איז געשעהן מיט דיר? האסט זיך בארעכנט ארויפצוברענגן אלע יגר'ל תגובות?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג מאי 21, 2007 3:47 pm

אזוי איז די דרך ווען איינער לויפט קוקט מען דורעך זיין רעקארד

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:00 pm

איך_הער האט געשריבן:די גאנצע טעם פון זיך וואשן נעגל וואסער איז אראפ צו נעמען די טומאה וואס איז שורה אויף די נעגל, און פאר דעם הייסט עס "נעגל וואסער", און די טעפל מיט וואס מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" טעפל, און די שיסל אוואו מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" שיסל, און ביי דעם בלייבט עס "נעגל וואסער"


די טומאה איז שורה אויף די נעגל? ווי שטייט דאס?

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:11 pm

מיגו האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן:די גאנצע טעם פון זיך וואשן נעגל וואסער איז אראפ צו נעמען די טומאה וואס איז שורה אויף די נעגל, און פאר דעם הייסט עס "נעגל וואסער", און די טעפל מיט וואס מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" טעפל, און די שיסל אוואו מגיסט זיך אפ הייסט "נעגל וואסער" שיסל, און ביי דעם בלייבט עס "נעגל וואסער"


די טומאה איז שורה אויף די נעגל? ווי שטייט דאס?

:roll:


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט