מיין נסיעה קיין קאלירפאניע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

מיין נסיעה קיין קאלירפאניע

תגובהדורך גאליציאנער » מאנטאג מאי 11, 2009 1:24 am

בס"ד,

אזוי ווי צוליב וויכטיגע ענינים האבעך זיך געדארפט געפינען אין קאלירפאניע , וועליך דא באשרייבען די נסיעה מען בעט דער עולם מ'זאל זאגען תפלת הדרך פאר מ'הייבט אן ליינען ווייל כ'גיי ענק דא פארפירען אין ווייטע אומבאקאנטע עפיזאדען ומעשה ש' כך היה :
זינטאג אווענט:
כ'קום אן אין עירפארט ס'טוט זיך א בהלה מענטשען קומען אין מענטשען גייען, כ'גיי דארט מיט מיין גרויסען היט אין מיט צוויי לאקען ביי די זייטען וואס דאס ציט פין צייט צי צייט בליקען פין זייטיגע פארביי גייער, כ'האב הנאה דערפין כ'באקום אימזיסטיגע אויפמערקזאמקייט אן דארפען עפעס טוהן פין מיין זייט, אזוי גיי איך מיר צי צי נארט וועסט עירליין קאנטער אין ס'שוין היבש שפעט קיינער איז כמעט שוין נישט דארט כ'טשעק אריין שנעל אין מ'גיימער צים אמעריקאנע קאסטאם'ס וואס זיי ברויכען צי זיכער מאכען אז בין לאדין חאפט זיך נישט אריין אין אמעריקע שוין זיי הייסען אויסטוהן די שיך מיט די היט אין רעקעל אין מ'גייט אדורך דעם מעטאל דיטעקטער , ס'האט זיך זיי פארגלוסט צי באקוקען מיין בריווקעיס זיי קוקען אריין קיין גראנאט איז דארט נישטא אין לאזען מיר ווייטער גיין כ'קום אן צים געיט ממש ביים בארדען כ'גיי ארויף אויפען עראפלאן אין ס'נעמט נישט לאנג אין ויסעו דאס פייגעל הייבט זיך אין ס'פליט נו וואס קענעך טאן לאזעך אים פליען ,
לעבען מיר זיצץ א הויכער גוי מיט א שיינעם טשופ אין קלוגע אויגען, ער קוקט מיר אן אין ער פרעגט מיר וויזוי איך הייס, פרעג איך אים וויזוי הייסטו מאכט ער זיך נישט וויסענדיג אין דרייט זיך צירוק צי זיינע זאכען נעמט זיך שרייבען אויף צעטלעך אין פליצלונג געבט ער מיר א ווארף צי א צעטעל מיט עפעס אויפגעשריבען דערויף אין געבט זיך א הייב אויף אין גייט אין בהכ"ס כ'נעם דאס צעטעל אין כ'ליין דארט שטייט אזוי:
אזוי ווי כ'האלט אז די ביסט די ריכטיגע מענטש אויסציפיהרען דעם שליחות וויל איך ווען מען קומט אן דיר געבען א פעקעל מיט אן אדרעס ווי די זאלסט עס דעליווערען, פארשטייט זיך כ'וועל דיר גוט באצאלען דערפאר, אין כ'האף אז די פארשטייסט מיט וועם די האסט ציטוהן אין אז ניין איז נישט קיין ענפער .

כ'ליין עס דורך איינמאל אין נאכאמאל אין עס ווערט מיר קלאמוטנע אויפען הארץ וואס טוט מען דא ווער ווייסט וואס פאר א שווארץ יאר ער איז ווער ווייסט וואס דא וועט זיין ,
כ'באשלוס צי מאען א שווייג אין זעהן וואס עס וועט זיך דא אויסקאכען, די פליגער לאנדעט אין סאן פראנציסקא אין מ'שטייגט אויס כ'נעם זיך גיין מיט א שנעלקייט מיט א פארזוך צי פארשווינדען ווערען ווי שנעלער, קומענדיג אפצינעמען מיינע פעקלעך טרעף איך עים דארט ער שמייכעלט העפליך אין זאגט אז ער האט שוין געווארט אויף מיר אין אז כ'זאל נעמען מיין סוטקעיס אין קומען נאך עים, פרעג איך אים ווי זאגט ער אז ער האט א קאר ווארטען אין דרויסען אין אז מ'גייט פארען צי א וועירהאוז אין דארט גייט ער מיר איבער געבען א וויכטיגע פעקעל צי דעליווערען צי א פלאץ בערך צוויי שעה אוועק פין דא,
זאג איך אים איים ווערי סארי אבער כ'דארף גיין יעצט, אין ער זאל מוחל זיין טרעפען א צווייטען ,
אין כ'נעם זיך גיין מיין וועג אזוי גייענדיג קראכט איינער אזוי בטעות אריין אין מיר אין מיין היט פאלט אראפ אין כ'בייג זיך אראפ עס אויפציהייבען געבט יענער א מורמעל אריין צי מיר :
כ'ווארען דיר באצייטענס גיי מיט מיט יענעם אויב נישט יו אר גאואינג טו ריגרעט איט אין אז יא קענסטע מאכען אסאך געלט , כ'בלייב שטיין צימישט וואס גייט דא פאר זאלען זיי זיך אפטשעפענען פין מיר ,
כ'טריי צי מאכען א שנעלע חשבון פין די סטואציע אין כ'באשלוס אז כ'גיי מיט יענעם אין דער באשעפער וועט היטען כ'דריי מיר אויס אין כ'גיי צירוק כ'טרעף יענעם ער גריסט מיר מיט א סאדיסטישע שמייכעל אין מיר נעמען זיך גיין ,
פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פאראכטן דורך גאליציאנער אום מאנטאג מאי 11, 2009 1:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 11, 2009 2:54 am

נט נט נט נטנטנננננננ... נננ נננ ננננןןןן נןןןן נחנחמ נחמןןןןן מאומןןןןן נןןןןןןןןןןןן נננננןןןןןןןןןןןןן ננננ

דא לדא נקשן רופט עס רש"י.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » מאנטאג מאי 11, 2009 7:01 am

גאלי וואו האסטו זיך געלערנט אויסצוציען די נערווען?
דרך אגב א האסט נאך אוועקגעלייגט די צעטיל זכר לנס?

אונז ווארט מען קקקווויים אאוייףף די פארזעצונגג

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 11, 2009 7:13 am

האסט עובר געווען אויף לא תחנם... וואו מעג מען זאגען אויף א גוי אז ער האט א "שיינע טשופ" און "קלוגע אויגן"???

מסתמא שטייט ער נאך יעצט אונטער דיין רוקן מיט א רעוואלווער. לאמיר שנעל זאגען תפלת הד...מיון.

אוועטאר
קאקאש קעיק
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 05, 2009 3:26 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק » מאנטאג מאי 11, 2009 8:45 am

יוש האסטו מיר גענומען אויף א נסיעה!!! נאך א מזל דו שרייבסט אנפאנג 'מען בעט דער עולם מ'זאל זאגען תפלת הדרך פאר מ'הייבט אן ליינען ווייל כ'גיי ענק דא פארפירען אין ווייטע אפטיילונגען פין די כוח הדמיון'
צלח ורכב! יה"ר שכשם שהכנסתנו לחלק ראשון, כן תזכה להכניסנו לשאר החלקים.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 11, 2009 9:17 am

קרעמער האט געשריבן:האסט עובר געווען אויף לא תחנם... וואו מעג מען זאגען אויף א גוי אז ער האט א "שיינע טשופ" און "קלוגע אויגן"???

מסתמא שטייט ער נאך יעצט אונטער דיין רוקן מיט א רעוואלווער. לאמיר שנעל זאגען תפלת הד...מיון.


וואס נעמסטו די גאולה פאר די צייט?
באלד וועסטו נאך געוואויר ווערן ער איז גארנישט קיין גוי, דער גרוי-האריגער, נאר א פיפיגער מוֹסַד אגענט..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג מאי 11, 2009 9:25 am

קודם שלום עליכם.

שכוח גאליציאנער פאר דעם חלק, אבער איך פלאץ פאר נייגער....

דו ווילסט פליז רעדן ווייטער....

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג מאי 11, 2009 9:57 am

מ'דארף אויך זאגן תפילת הדרך ווען מ'רוילט זיך פאר געלעכטער.?...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 11, 2009 10:22 am

דערווייל, איזעס נאר איין קליינע שטיקל פון דא, איז אויב פלאנסטו צו פארן ווייטער, קיפ אן, און אויב נישט, שרייב פלעין צו דארט, און שוין.

פאר דערווייל יישר כח.

(אין עי סייד נאטיס, כ'האב לעצטענס געטראכט גראדע ממשיך צו זיין דארט, באט כ'לאך פון מיין אייגענע כח הדמיון אין יענע צייט, און בשעת'ן איבער ליינען ס'גאנצע מעשה, בינעך געווען אזוי אנגעצויגן, אז כ'האב פלעין נישט געקענט ווייטער שפינען די מעשה.)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג מאי 11, 2009 11:40 am

:shock: :shock: :shock: :shock: :shock: ....................................................
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מאנטאג מאי 11, 2009 11:41 am

נא, ענדיג שוין, צי מיר נישט אהן די נערווען.....

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20090
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 11, 2009 12:11 pm

דער גאלי, איז וואן אוו עי קיינד.. ער נעמט אונז אויף א רייד.. און אויפן וועג, ער פארציילט א שיינע מעשה...

אלע קינדער ארויף אויפן באס, מ'פארט שוין ווייטער, מ'גייט פארציילן ווייטער די מעשה..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 11, 2009 12:37 pm

גאלי, האסט מיר גענומען אויף א רייד. יוי ביסטו צוקער, און יעצט שטיי אויף די נערוון.... דו....

אפפס, וויכי האט אריינגעקראכט מיט די זעלבע ווערטער וואס איך האב געשריבן... העי, גערארעהער....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20090
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 11, 2009 12:46 pm

שמערי, א האלבע שעה דויערט דיך צו שרייבן?.. וואס הייסט כאב אריינגעהאקט?.. קוק די זייער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 11, 2009 12:57 pm

כ'האב געעפנט א באנטש פענסטערלעך
און זוי לאנג האט גענומען ביז כבין אנגעקומען צו דעם אשכול.
קאפטשעט?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 11, 2009 1:57 pm

וויכי, און אז ערעט קוקן אויפן זייער, וואס עטער זען, הא? (א פינעווער, אייל דיך צו, כ'יאג מיך...)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 11, 2009 2:02 pm

איכער, א טאמב
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » מאנטאג מאי 11, 2009 2:06 pm

2'טע פארזעצונג :

כ'שפאציר אזוי נאך יענעם גוי, ער גייט ארויס פין עירפארט אין דארט ווארט א שווארצע לינקלאן מיט שטארק געטינטע פענסטער ער עפענט אויף די טראנק אין זאגט מיר לייג אריין די סוט קעיס, ער עפענט די בעק טיר אין זאגט מיר פליז טעיק א סיט, כ'זעץ מיר אריין אין ער זעצט זיך לעבען מיר אין די קאר הייבט אן אוועק פארען מיט א שנעלקייט, כ'קוק זיך אזוי ארום דער דרייוער איז א הויכע פארשוין מיט א שטייפע פנים אין זון ברילען באדעקען זיינע אויגען, מיין שגץ זיצט לעבען מיר אין ר עדט נישט קיין ווארט עס הערשט א שרעקעדיגע שטילקייט, כ'באשלוס צי ברעכען די שטילקייט כ'נעם מיר אן די קוראזש אין כ'פרעג מיין שכן: סארי אבער ווער ביסטו ?
ער שענקט מיר א בליק אין זאגט מיר :
פאר דיר הייס איך דזשאן ,
פרעג איך עים אין וואס ווילסטו פין מיר :
זאגט ער כ'האב דיר שוין געזאגט אז די וועסט דארפען עפעס דעליווערען
פרעג איך אים: ליסען וויפעל גייסטו מיר באצאלען פאר די דעליווערי
זאגט ער : 20.000 דולר
איך: אין פין וואס באשטייט די דעליווערי
ער: א מיליאן דולר קעש
איך : אין ווי דארפעך עס טראגען
ער: קיין קעניא אין מזרח אפריקא
איך : אין אויב האלטעך נישט דערביי?
ער: אינז האב מיר געוויסע טעקניקען דיר צי מאכען וועלען אדער דיר צי מאכען פאלגען אפילו די ווילסט נישט
איך : אזוי ?! זייער שיין סאו די פלאנסט מיר צי צווינגען
ער: יא די כאפסט שנעל אן עסק כ'האב געוויסט אז די אידען זענען קלוג
איך : נו נו
די קאר פאר מיט א שנעל קייט עס דרייט זיך ארויף אויף זייטיגע וועגען נאכדעם פארט עס ארויף אויך זאמטיגע ראודס , פלוצלונג זעה איך ווי דער דרייוער טוישט זיינע ברילען ער געבט א לעש אויס זיינע העד לייטס אינדרויסען איז א חושך אין ער נעמט זיך פארען מיט א שנעלקייט מיין הארץ הייבט אן שנעל צי קלאפען מיינע ליפען שעפשעט א שטילע תפילה צים רבון כל העולמים,
נאך א האלבע שעה פארען אזוי אין די פינסטערניש ווערט פליצום לעכטיג די קאר איז אריינגעפארען אין א באלאכטענע וועירהאוס אין עס האט זיך אפגעשטעלט,
די טירען עפענען זיך אין מיר גייען ארויס דזשאן פירט מיר אריין אין א שיינע עלעגאנטע ליווינג ראם אין ווייזט מיר אן אז כ'קען זיך אראפ זעצען אויף איינע פין די שיינע קאנאפעס, כ'זעץ מיר אראפ אין ער ברענגט מיר אריין א גלאז וואסער כ'זאג עים טענקס , כ'מאך א ברכה מיט כוונה אין כ'טרינק עס אויס
עס גייט אדורך א האלבע שעה אין עס קומט אריין א מענטש א מיטעל געוויקסיגער מיט א שלאנקע פיגור , א גרויסע מאסטאדש אנגעטוהן מיט א גרויע סוט מיט א שניפסעל ער זעצט זיך אראפ אקעגען איבער מיר אין נעמט זיך קוקען אויף מיר ,
כ'זאג עים : היי ווער ביסטו
ער: קענסט מיר ריפען סטיווען
איך : אקעי סטיווען כ'זיך די וועג ארויס פין דא אפשער קענסטו מיר העלפען
ער: יא מיר וועלען דיר שוין ארויס פיהרען ווען די צייט וועט קומען לאמיר דיר זאגען וואס דיין ארבעט גייט זיין מיר האבען דא אסאך קעש וואס דארף אריבער גיין זייער וויכטיג קיין קעניא מיר האבען דיר שוין געקויפט א טיקעט אויף בריטיש עירוועיס אין די פלאן איז אזוי די געלט איז גוט פארפאקט אין קאמופלאשירט אין צוויי סוט קעיסעס אין יעדע סוט קעיס ליגט הונדערט טויזענט דולער מען קען נישט שיקען מער אויף אמאל יעצט איז אזוי די וועסט פארען פין דא קיין לאנדאן אין פין דארט קיין נייראובי די הויפט שטאט פין קעניא אין דארט וועט מען דיר שוין אפווארטען אין עירפארט זעה זיך אויפציפיהרען רואיג אז קיינער זאל גארנישט חושד זיין טאמער מען חאפט עס ווייסטו סייווי נישט וואס צי זאגען ווייל די ווייסט נישט ווי די ביסט אין די ווייסט נישט צי וועם די רעדסט , פארשטאנען ! אין טאמער עס קומט אן בשלום באקומסטו 20.000 דולר קעש ווען די קומסט צירוק
די וועסט דא איבער שלאפען אין מארגען אכט אזייגער וועט מען דיר נעמען צים עירפארט שלאף זיך גוט אויס ווייל עס איז א לאנגע רייזע אין די דארפסט זיין אויסגערוט
ער פירט מיר ארויף א שטאק צי א שיין מעבלירטע שלאף צימער אין פארשפארט די טיר פין אינדרויסען אין גייטצעך אוועק
פארזעצונג קומט אי"ה
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג מאי 11, 2009 2:09 pm

און יעצט לאזטו אונז שלאפן..... הא?

מסתמא האסטו נישט געקענט שלאפן ביינאכט... איך קען יעצט אויכנישט... (ווייל ס'איז נישט ביינאכט...)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מאנטאג מאי 11, 2009 3:03 pm

איך האף דו שרייבסט פון דא שוין, און נישט פון עפעס אן אונטערערדישער קעלער אין קעניא...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 11, 2009 4:35 pm

האסט געדארפט נעמען די 2 רענצלעך און ברענגן צו די קרעטשמע.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 11, 2009 6:17 pm

גאליצי ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- מיר ווארטען מיט שפאנונג.
איך זאג דיר איין זאך איך ציטער אויב ער קוקט דיר נישט נאך, ווייל אויב יא גיי ווייס וואס ער וועט טון פאר קרעמער, פארן פארלאנגן עס צו ברענגן צום קרעיטשמע. קרעמער, זאג די האסט נישט מורא??????

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מאי 12, 2009 12:21 am

ליין דעם קעפל: א טריפ קיין "קאליר-פאניע"

עס איז פעיק, פראוד, "פאניע".

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » דינסטאג מאי 12, 2009 9:58 am

גאליציאנער קען שוין נישט ווייטער שרייבן, ער איז פארכאפט ביי די חברה...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 12, 2009 11:04 am

גאלי, וואויל, דו רייצט מיך באלד אן איך זאל יא ציען די אנדערע פארזעצונג, אבער דערווייל, וואו האלטסטו? האסט שוין די רענצלעך? דארפסט עפעס איידיעס וויזוי צו אנטלויפן? אדער וויזוי זיי אריין צו מיירענען, אז זיי זאלן טאקע געדענקען אז יודן זענען קלוג?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נא_שכל און 17 געסט