מיין נסיעה קיין קאלירפאניע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 19, 2009 8:15 pm

גאלי די ביסט סופער! מיין אשת חבר האט יעצט געמאלדען נאו מאר קאליפארניע וואט סא עווער. ס'האט נישט געהאלפען קיין פודינו ומצלינו. פליס ענדיג שוין ווייל איך האב א ביזנעס טריפ.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מאי 20, 2009 2:13 pm

יוי, דו מאכסט מיר געהערינג פלאצן....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מיטוואך מאי 20, 2009 2:48 pm

גאליציאנער מיר האלטן מיט פון די נאנט..(פארזעצונג אין פראסעיס)
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » פרייטאג מאי 22, 2009 11:44 am

גאליצי, ווילאנג דארפן מיר ווארטן אויפ'ן נעקסטן פארזעצונג?

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » מוצ"ש מאי 23, 2009 10:48 pm

5'טע פארזעצונג

כ'גיי אזוי אינעם ריכטונג פינעם זאמד ראוד אין כ'טראכט זיך אביסעל איבער מיינע פלענער וואס כ'האב צאם געשטעלט צי עס איז אויסגעהאלטען ריאליסטיש אדער עס איז ווילדע שריט וואס קען נאך שווערע מאכען די מצב כ'קום צי די החלטה אז כ'האב נישט ציפיהל ברירות אין כ'מיז ווייטער גיין לויטען פלאן אין בשם השם נעשה ונצליח, כ'האב מיר דערמאנט פין מיינע קינדערלעך וואס דארפען מיר נאך האבען אין כ'דארף טוהן אלעס אז זיי זאלען ווייטער האבען א רואיגען טאטען וואס קען זיך אפגעבען מיט זייער אנטוויקלונג (יאנאש כ'ווייס וואס די טראכסט יעצט אין איך הער כ'ווייס אויך וואס די טראכסט.... שאקס) כ'קום נענטער צים רואז אין כ'זיך אויס א הויכער בוים מיט ברייטע צווייגען ווי כ'זאל מיר קענען גוט באהאלטען אין קענען גוט אבזערווירען די גאנצע ארום,
כ'קריך ארויף אויפען בוים אין כ'זיך אויס א גוט באקוועמען צווייג וואס באהאלט מיר גוט אבער כ'קען גוט אבזערווירען דעם ראוד, כ'מאך מיר דארט באקוועם אין מ'הייבט אן ווארטען,
כ'בען דעם באשעפער א הייסען תפילה היה נא מצליח דרכי אשר אנוכי הולך אויב נישט פאר מיר דאן פאר מיינע קינדער זיי האבען דאך נאכנישט געזינדיגט, א הייסע טרער גליטשט זיך אראפ אויף מיינע באקען אין ווערט פארשווינדען ערגעץ איבער די פרישע בלעטער אויפען בוים,
אין אזוי זייענדיג פארטיפט אין די באטריבע געדאנקען הער איך פלוצלונג א קול פין א קאר פינדערווייטענס כ'געב זיך א חאפ אויף פין מיינע געדאנקען אין כ'קאנצערטריר מיין בליק אויפען שאסיי, א קאר קומט צי פארען די ערשטע זאך פרוביר איך צי זיכער מאכען וויפעל באנדיטען זענען אינווייניג , די זון האט שטארק געשיינט אין כ'האב גלייך געזעהן אז צוויי חברה זיצען פין פארענט אין די בעק איז ליידיג , כ'ווארט צי זעהן וואס זיי גייען טוהן צי זיי קומען מיר זיכען אדער זיי גייען עפענען דעם צוים אין אוועק פארען, אבער ניין זיי שטעלען אפ די קאר אין קומען ארויס לעבען וואלד עפענען אויף די בעק טיר אין צי מיין שרעק קומט ארויס א הינט, א שמעק איז קוקט אויס, קוקט אויס אז זיי פלאנען נישט אזוי שנעל צי אויפגעבען אויף מיר כ'קוק צי זיי זענען באוואפענט אין יא ביידע פארמאגען רעוואלווערס אויף זייערע פאסיקעס, כ'זעה איין אז די סכנה איז זייער גרויס אין כ'מיז פרובירען זיי צי אטאקירען נאך פאר זיי קענען זיך אריענטירען וואס דא גייט פאר, אין פאר די הינט וועט שפירען מיין אנוועזענדהייט,
כ'בעט א שנעלע תפילה כ'נעם דעם רעוואלווער אין כ'קוק אריין אינעם ציגעטשעפעטען קוקער אין כ'ציל אין דעם וואס כ'האב דערקענט אלץ יאהאן אין זיין קאפ אין כ'געב א שלעפ דעם טריגער אין ער פאלט אראפ אין א קאלודזשע בלוט פאר וואס ווען ווי ציל איך אויפען צווייטען וואס כ'האב דערקענט אלץ סטיווען אבער ס'איז נישט געלונגען אין ציל אין ער האט זיך געחאפט אז מען שיסט פין בוים אין ער האט אנגעהויבען שיסען אויפען בוים אבער נישט וויסענדיג פינקליך ווי איך בין האט ער ב"ה נישט געטראפען אין ציל כ'האט נאכאמאל געצילט אויף עים אין ער איז געטראפען געווארען אינעם ברוסט קאסטען אין ער איז אראפגעפאלען אויף דער ערד שעלטענדיג אלע רוחות כ'האב עים געציל נאכאמאל איינס אין קאפ אין עים געשיקט אין הימעל אריין, דער הינט האט געבילט ווי א לונאטיקער אבער כ'האב עים שנעל שטיל געמאכט מיט א פאר קוילען אין כ'בין שנעל אראפ פין בוים וויסענדיג אז עס איז נישטא קיין צייט צי פארלירען כ'האב אראפגענומען זייערע וואפען פין זיי אין אזוי אויך אויגעלייגיט זייערע טאשען פין געלט אין זייערע פאפירען אין די קאר שליסלען כ'עפען דעם טראנק ג'לייג שנעל אריין זייערע קערפער כ'לייג אויך אריין דעם הינט אין כ'טרעף עפעס א האלץ ביי די זייט אין כ'פארדעק די בלוטיגע זאמד כדי נישט צי איבער לאזען קיין שפירען,
יעצט נעם איך מיר צים שלאס פינעם צוים אויף זייער שליסעל רינג האב איך שנעל געטראפען דעם שליסעל כ'עפען דען שלאס אין די צוים ווערט געפענט אין כ'זעץ זיך אריין אינעם קאר אין כ'פאר ארויס כ'מאך צירוק צי דעם צוים אין צירוק אין קאר אין ויסעו מ'פארט די קאר איז געווען פינעם טייערען סארט אין עס האט פארמאגט א דזשי פי עס סיסטעם כ'צינד עס אן כ'לייג אריין א אדרעס פין א חב"ד האוז וואס כ'האב געקענט אין מ'פארט די וועגען זענען געווען געדרייט ביז כ'האב מיר ארויס באקומען פין די סענד ראוד אבער נאכדעם ביניך ארויף אויפען גרויסען שאסיי אין געפארען כאחד האדם טראכטענדיג אז קיינער זאל נאר נישט וויסען וואס די טראנק פארמאגט,
נאך צוויי אין א האלב שעה פארען קום איך אן צי דעם חב"ד הויז אין ראסוויל קאליפארניע, ארין כ'שטעל אפ די קאר כ'שפאר עס צי כ'קלאפ אריין אין דער שליח וואס כ'האב אים געקענט עפענט די טיר כ'גיי אריין אינעם הויז אין כ'פאר אריין אינעם קאנאפע אין כ'נעם זיך פלוצלינג וויינען ווי א קליין קינד אין כ'קען זיך נישט בארואיגען דער שליח פרובירט מיר צי בארואיגען ער פרובירט צי פרעגען אבער ער גייט נישט כ'קען מיר נישט בארואיגען עס האט געדויער א גאנצע שעה ביז כ'האב מיר ברואיגט אין ער פרעגט מיר וואס האט פאסירט זאג איך אים הערטס מיר אויס היינט האב איך געהארגעט צוויי מענטשען אין כ'שפיר מיר זייער ציבראכען דערפין חאטשיג כ'האב עס געטהון אלץ הבא להורגך השכם להורגו אבער דאך איז עס ציפיהל צי פארנעמען אין כ'האב אים דערציילט די גאנצע מעשה מרישא ועד גמירא,
ער איז געווארען זייער ערענסט אין דערשראקען אין ער זאגט מיר הערצי ר' חיים יעצט דארף מען שנעל האנדלען די קערפער מיזען פארשווינדען ווערען אין די קאר אויך ווייל זיי קענען טרעקען די קאר דורך דזשי פי עס אין גרינג קומען אויף די שפירען,
ער זעצט זיך אריין אין זיין קאר אין נעמט מיר צוויי שאוולעך אין זאגט מיר אים צי נאכפארען מיר פארען א האלבע שעה אין מען קומט אן צי א גרויסען וואלד מען פארט אריין אין א קליינעם וועג אינעם וואלד אין ער שטעלט זיך אפ קומט ארויס מיט די שאוולעך מען גייט אריין טיף אימיטען די ביימער אונז גראב מיר אויף א טיפען גרוב מען גייט צים טראנק מיר נעמען ציזאמען ארויס די קערפער איינס ביי איינס אין מען שטופט זיי אריין אין לאך אין די הינט אויך אין מען דעקט צי כ'מורמעל זיך אינטער כן יאבדו כל אויבך ה' אין מען באדעקט די פלאץ מיט צווייגען מען זאל עס נישט דערקענען, ער זעצט זיך אריין אין זיין קאר אין ער הייבט אן פארען אין כ'פאר אים נאך ער פארט א צוויי שעה כ'הייב אן נערוועז ווערען ווי פארט ער דא אבער מען הייבט אן ארויף פארען אויף הויכע בערג ביז אויף די זייט פין די ראוד איז דא א טיפע טאל ער שטעלט זיך אפ אנטקעגען די טאל אין איך נאך אים אין ער זאגט מיר צי אויסדרייען די קאר אנטקעגען דעם טאל אין ווארטען ביז מען הערט נישט קיין שום גערויש פין א קאר אינעם גאנצען ארןם אין דעם אזוי אויך ליידיגען ראוד ער הייסט מיר לייגען די קאר אויף נאטרעל כ'ליידיג אויס די קאר פין אלע זאכען וואס כ'האב נאך געדארפט די רעוואלווערס אין אנדערע זאכען כ'לייג ער אריין אין זיין קאר, אין ווען די מינוט איז געווען געאייגענט געבען ממיר ציזאמען א שטופ די קאר צי די זייטען פינעם ראוד אין עס נעמט זיך גליטשען זייט וועגס ביז עס געבט א טראסקע אראפ אינעם טיפען טאל צי זיין אייביגער רוה,
בליץ שנעל זעצען מיר זיך אריין אין זיין קאר אין ויסעו מען מאכט פליטה, ער זאגט מיר אז יעצט פארט ער צירוק צי זיין הויז אין דארט ווען מען שוין טראכטען וואס מען האט צי טוהן ווייטער.

פארזעצונג קומט אי"ה
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש מאי 23, 2009 11:10 pm

סופער סופער! גאליץ ווי אר וועטינג פאר מאר.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מוצ"ש מאי 23, 2009 11:20 pm

גאליציאנער שכויח פארן מהנה זיין, עכט צוהענד און אינטערסאנט.

דער שרעקעדיגן חלק זענען מיר שוין אריבער? אדער עס קומט נאך??
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » מוצ"ש מאי 23, 2009 11:45 pm

צוויי האסטו שוין אוועק געלייגט, אינאיינעם מיטן הינט זייער'ען,

אויף וויפיל חברה דארף מען נאך קעיר נעמען?

חברה! ווער וויל קומען מיט מיר?

איך וויל זיי מסדר זיין, איך דארף העלפ, ווער קען יעצט קומען מיט מיר?

איך בין פיין אויסגעשלאפן עס גלוסט מיר צו גיין אויף א אקציע דורך צו שטופן די נאכט.

נא! ווער קומט?
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 24, 2009 12:59 am

או וואס האסטו געטיען מיט די קאר, די האסט מיר עס געקענט געבען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג מאי 24, 2009 7:17 am

כאטש די דזשי פי עס האב איך געקענט נוצן

גאליצי, אן אייזערנער דזשאב מאכסטו אויף מיר, איך בין שוין לאנג נישט געוועהן אזוי אנגעצויגן ב"ה

קיפ איט אפ

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג מאי 24, 2009 11:20 am

יוש.. וואס האסטו געטוהן??
די צוויי קערפער מיטן הינט וואלסטו ווען געדארפט אראפשליידערן דעם טיפן טאל.. און די טייערע בענטלי קאר באגראבן אין דרערד, און עס אפנעמען לכשירחיב... (איי בעליוו האסט טאקע אזוי געטון, ווילסט עס נישט שרייבן ווייל האסט מורא אז כ'וועל אהין גיין זיכען...)

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » זונטאג מאי 24, 2009 11:42 am

גאליציאנער מאכסט א פיינע דזשאב

שכח

מיר ווארטן אויף די פארזעצונג
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 24, 2009 12:07 pm

ר' גאליציאנער, דו נעמסט מיר ארויס די וויאזוי הייסט עס, די ביסט ריזיג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 24, 2009 12:47 pm

יוי ביסטו גוט.....
ס'ווערט ערנסט דער מצב....
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 24, 2009 12:47 pm

גאלי;

איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו ביסט א מעכטיגע שרייבער?

אויב נישט ---- בין איך דער ערשטער!

אויב יא ---- בין איך כקרעמער ועוד. אבער דו ביסט סופער-דופער גוט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 24, 2009 1:02 pm

גאלי, כאדער שוין געשריבן פריוואט, (כאטש דו ביסט געווארן אויסגעסיינט אינמיטן.) אז דו ביסט גוט ביסטע גוט, ווער רעדט נאך ווען דו דערמאנסט מיך אינמיטן...

יישר כח. באט פליז שטיי ווייט פון מיר, איינמאל דו האסטעך אויסגעלערענט וויזוי צו ניצן וואפן, האבעך מורא פון דיר..

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג מאי 24, 2009 2:34 pm

שכוח גאליציאנער.

איך וווארט אויף נאך.

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » זונטאג מאי 24, 2009 10:28 pm

גאליציאנער איי סי יא מיט די טייערע קאר און קאליפארניע, און איך שטיי און איך ווינדער זיך האט זיך גאליציאנער ערלויבט צו דינגען א טייערע קאר, דא און אמעריקא דרייווט ער א אלטע דזשילאפי, ווייל ער ערלויבט זיך נישט קיין שיינע קאר, אבער דארט און קאליפארניע האב איך עם געזעהן מיט עפעס א אויסנאם רייכן קאר, האב איך מיר געוואונדערט, אביר יעצט איז שוין אלעס פארעטפערט,

עניוועי נעקסט טיים איך בין אויפן פלעין און איינערהייבט אן צו מיר צו רעדן, מאך איך זיך טויב, און שטום

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 24, 2009 10:42 pm

גאליצי, יו אר די בעסט ;l;p- ;l;p- ;l;p- זאג נאר האסט פארגעסן פון דיינע פעקלעך?? און וואס איז מיט מיין דזשי פי עס וואס די האסט געבארגט פון מיר??
און צו דיר טייערע וואלוועלע, זאג די אמת די ארבעטס אויך פאר זיי?? אניש וואס זיכסטו אין קאליפארניע??
אגב וועסט דיך דארפן מאכן בלינד אויך, אז א צעטל זאל נישט אריין פליען צו דיר.

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » מאנטאג מאי 25, 2009 12:04 am

.
לעצט פאראכטן דורך גאליציאנער אום דינסטאג יוני 02, 2009 9:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יא אין ניין ס'ווענד זיך

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 25, 2009 12:37 am

גאליצ;
גוט ביסטו גוט.

דערמאנסט מיר די מעשה פון די קאנטרי וואס דער ערליכער איד האט געוואלט אפקויפן און דער רוסישער מאפיא האט אים געוואלט אומברענגען, די מעשה מיט די בערן אויפן ראוד...
ווער געדענקט? (געבאקן פאר פסח)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג מאי 25, 2009 12:44 am

שוועמל רעדסטו אפשר פערצופאל פון די מעשה מיט די קינד וואס איז געווען פארכאפט ביי די מאפיא??
זאג מיר נישט אז דאס איז נישט געווען א אמת'ע מעשה, איך האב אזוי געציטערט פאר אים...... איך בין אסאך נעכט נישט געשלאפן נאכן הערן די מעשה......

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג מאי 25, 2009 12:17 pm

ניין ער רעדט פון די מעשה פון די בולעטין בערך א יאר ציריק
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 26, 2009 4:14 pm

עס איז געלונגען פאר אונזער קארעספאנדאנט Yes_or_no צו כאפן א בילד ווי סטיוון טרייט צו שיסן אויף גאליצי.
בילד

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג מאי 26, 2009 4:53 pm

נע, דאס איז נישט סטיוון, עס איז עיטש (הערעשיאו קעין) פון די מיאמי קריים לעב... יעס אר נאו?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ר' איד און 14 געסט