אייז קריעם טראק

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

אייז קריעם טראק

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 20, 2009 9:03 pm

קודם כל לא שרייבער אני ולא בן שרייבער אני אבער איך פיעל אז איך מוז מיך ארויס געבען אביסעל. והוא רחום יכפר עון....
ס'איז היינט געווען אין די נייעס אז אפאר מענטשען האבען זיך צאמגענומען צו פייט'ן די מחלה וואס רופט זוך אייז קריעם טראק. איך ריף עס מחלה ווייל ס'האט שוין קראנק געמאכט טויזענטער מענטשען בלי שום גוזמא!! יעדע שבת נאכמיטאג ווען מען האט שוין פיינעלי ג'ענדיגט לייגן די קליין ווארג קומט דו מעופש'דיגע קול צו קרוכען מיטן באקאנטען יענקי ניגון: דא דא דא דיי דאם
דא דא דיי דאם (פאטש פאטש) וכו' וכו' ווי אזוי ער ווייסט אז געלעגער איז יעצט אריין אריין אין געלעגער ווייס איך נישט אבער דאס איז די פאקט. איך ווייס אז איך העל גארנישט קענען טוישן אבער א מחאה אין קרעשמע קאן איך זיכער מאכען. וויל איך יעצט אויסשרייען: 'גייטס ענק ווי די שווארצע פעפער וואקסט. פארטס קיין הארלעם זינגטס אין פאטשסט א גאנצע נאכט אבער מיך לאטס שלאפען ראויג

ש'כוח

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך מאי 20, 2009 10:04 pm

געלעגער עס קוקט מיר אויס ענדערש ווי די רעדסט פון געלעגער ארויס, ווער פאטשט ווער מאכט דא דריי דאם? וואס האט דאס מיט א אייז קרים טראק? לאמיך מיטהאלטן די גאנצע חלום

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מאי 20, 2009 10:12 pm

געלעגער, איך גיי מיך נישט רעכענען מיט דיין חתימה, איך גיי יא קריטיקירן.. דו ליגענער!!! שקרן וואס דו ביסט!!.. דו שרייבסט 'לא שרייבער אני, ולא בן שרייבער'.. איך קען נישט דיין טאטע... אבער דו ביסט א געהעריגע שרייבער.. שעם דיך נישט.. שרייב נאך..

בנוגע דיין אייסקרים-טראק פראבלעם, ב"ה איך לייד נישט דערויף, אבער איך ווייס וואס דאס איז, און דאכצעך אז ס'איז נישט נאר שבת.. ס'איז א גאנצע וואך.. נאר שבת הערסטו עס, וויל דו ארבעטסט נישט.. דו ביסט אינדערהיים..

טענקס..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 20, 2009 10:17 pm

אויב וואוינסטו אין ווילי מעגסטו וויסן אז די ניגן גייט בערך אזוי
דא דא דאם דיי דיי, מיט צוויי פאטשעס וכו' וכו' איך קען נישט זינגען די גאנצע ניגן וועגן ספירה אויס

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 20, 2009 10:34 pm

מיר ווייסן גאר גוט וואס די מחלה איז, און צווישן די סימפטאמען זענען: איינגעקורטשעטע דאכענעס אין א שוויציגע שבת נאכמיטאג, וואטע אין די אויער, געשרייען אויף די ילדים, פארהאקטע לאדענס ווען אינעווייניג איז 95 דעגרי און דער עיר-קאנדישאן האט געקראכט. דאקטוירים זאגען אז דאס מאכט זיך מער אין די זוממער מאנאטן, ווען די סעזאן פון קאלטס קומט אריין, אבער מאנכע מאל קען מען ליידן דערפון אויך אין די פרילינג אדער הערבסט מאנאטן, ווען די רינדעכיגע דרייווערס וואס טויגן נאר צו שמירן אייז-קרעים אויף א קאון און פארן אויף 5 מייל פער שטונדע אויף די נערוון פון די דרייווערס ארום און די הרוגי בעט'ער אין די ארומיגע הייזער, באשליסן צו מאכן א גראשן צוויי אוועקצולייגן אויפן ווינטער.

אבער 'געלעגער', געב נישט אויף! אויב וועט מען נישט אויפטוהן צו מבטל זיין די גאנצע אייז-קריעם טראק געפארעכטץ, קען מען כאטש ערלעדיגן זיי זאלן בייטן דעם זינלאזן ניגון.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך מאי 20, 2009 11:07 pm

קרעמער האט געשריבן:אויב וועט מען נישט אויפטוהן צו מבטל זיין די גאנצע אייז-קריעם טראק געפארעכטץ, קען מען כאטש ערלעדיגן זיי זאלן בייטן דעם זינלאזן ניגון.

בייטן די ניגון??!!

די אייז-קרעם פעדלער האבן שוין מקובל די ניגון מדורי דורות! זייער טראדציע לויטעט אז דער ערשטער אייז-קרעם פעדלער - וואס פלעגט נאך ארומצופארן מיט פערדין-וואגן און קלאפן אויף די טירן- אין די פראסטיגע היצען (אינדערהיים איז אמאל געווען הייס..? שטענדיג געווען פארסטיגע קעלטן באדעקט מיט שיכטן שניי...) פארקויפן זיינע סחורה - האט אטע די ניגון אפגעקויפט פון א קוימען-קערער...

נו קען מען דען בייטן זייער מסורה ?...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 20, 2009 11:20 pm

געלעגער, איר זענט גוט. איר קענט יא.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 20, 2009 11:27 pm

צום זאך לאמיר מאכען א דיעל.
ווען ער קומט אן צו זיין דעסטינעשען למשל צום פארק איי דאנט קער אויב ער זינגט איינס צוויי מאל די סאנג וואס זיי האבען בירושה אבער זיצען אויף איין פלאץ אין קריכען אויף די נערווען דריי שעה אין איין צו????
איך מיין ווי בין איך???

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 20, 2009 11:38 pm

גראדע קען איך 2 אייז-קריעם טראק ניגונים, מעגליך אז איינס איז נוסח אשכנז.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מאי 20, 2009 11:43 pm

קרעמער ;l;p-
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 20, 2009 11:46 pm


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 1:36 am

קרעמער, כאנישט געוויסט אז דו טוסט אין אייז-קריעם טראקס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » דאנארשטאג מאי 21, 2009 10:31 am

ווי מען גיט איבער וועט אויף "בדידי" חלק ב' זיין די צוויי ניגונים פונעם אייז קרים...

געלגער איך טראג מיט מיר דעם זעלבן פראבלעים.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג מאי 21, 2009 10:39 am

ווער געדענקט ווען בלומבערג - זאל זיין געזונט - האט געמאכט די נייע געזעץ אז מען טאר נישט מאכן קיין גערודער נאך 10:00 ביינאכט, האבן די אייז קרים טראק דרייווערס פארפירט? זיי האבן געזאגט אז אן די ניגון וועלן קינדער נישט קומען קויפן פון זיי קיין אייז קרים. ביי די קינדער איז די ניגון זייער באליבט. בד"וו איך געדענק אז פאר די געזעץ פלעגט מען הערן די טראק אפילו 2:00 אינדערפרי. איך בין נייגעריג וועלכע קינד איז דעמאלטס געקומען קויפן אייז קרים.........
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מאי 21, 2009 11:09 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קרעמער, כאנישט געוויסט אז דו טוסט אין אייז-קריעם טראקס...

נישט אין אייזקרים טראקס טוט ער.
ער האט געעפענט א נגינה אפטיילונג, קאמפעטישאן מיט לי עוו פאטא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:18 pm

געלעגער האט געשריבן:איך מיין ווי בין איך???

דא !! ;l;p- :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:26 pm

שוועמל, ווי לאנג ער גייט נישט קאמפעטישען מיט אונזער היכל הנגינה, קענער טוהן וואס ער וויל..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מאי 21, 2009 1:10 pm

רעדסט על דעת די בעה"ב פון דיין פעיווראד מוזיק געשעפט ?
ועמך כולם צדיקים

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » דאנארשטאג מאי 21, 2009 3:17 pm

יא,יא, צו דער זאך געפעסט די טעסט. קענסט מער נישט נוצן די הקדמה.
יו ווי די חברה נערווירן ב"ה מיין דירה איז אויף א גאס וואס אויב זיי קומען אריין דארט איז עס א שאד די גאזעלין, ניטאמאל א שארט-קאט קען מען מאכן דערפון, ווי דער באס מענעדשער האט זיך אמאל (ביי פעילין'ס צייטן) אז עס איז אט סטריט טו נאו ווער. ודפח"ח.

אבער און די לעצטע שיינע פאר יאר איז מיר אויסגעקומען צו ארבעטן אויף צוויי פלעצער (און די זעלבע צייט) איינס איז געווען א גאראדש זייערע, אוי וויי.... די קולות זייערע...........נישט נאר און די זומער נאר און די ווינטער חדשים צוגלייך, מעינטענענס וכדו' אבער די ניגון האבן זיי קיינמאל נישט פארגעסן.

והשנית בדומה, איז די אפיס מיינע געווען און א טייערע געגענט, נעבן א גרויסע פארק,......קאמענטארן זענען איבעריג......

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מאי 21, 2009 3:29 pm

איך האב הנאה פינעם אשכול ווייל איך לייד אויך זייער שטארק פון זיי, איבערהויבט שבת נאכמיטאג ווען מען האט שוין איינגעשטילט די קליינע מיט די גרויסע קימט ער פינקט צו פארען מיט זיין ניגון וואס נערווירט געפערליך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש מאי 23, 2009 10:23 pm

אפדעיטס: די וואך איז ב'ה שטיל געווען, משפחת געלעגער איז פיין געשלאפען. איצטערט קום איך ארויס מיט א ווארענונג, אויב ליינט איר יא קרעטשמע אין איר זעהט אונזערע ארטיקלען העל איך מערצאשעם ענק לערנען נאך אסאך מידות טובות, נא נא!!!! איך קום נאך ענק!!

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » פרייטאג מארטש 27, 2015 11:31 am

רבותי, דער ווינטער האלט זיך נאכנישט ביים ענדיגן אבער די חברה האבן שוין אנגעהויבן. וואס וועט זיין???? וואס קען מען טון מיט די קריכערס???

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מיטוואך יוני 20, 2018 11:47 pm

איך דארף יעצט אן אייז קריעם.
די געשעפטן זענען שוין געשפארט, אפשר ווייסט איינער ווי דער טראק געפונט זיך יעצט?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Newegg, ארגינעלע יוד און 17 געסט