ר' 'מקוהקאלטמאכער' שליט"א

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

ר' 'מקוהקאלטמאכער' שליט"א

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 31, 2009 1:34 am

א גיטע וואך. אזוי ווי די יו"ט האט מען מערערע מאל געניצט די מקוה, אויב מאך איך נישט קיין טעות האט מען עס געניצט 5 מאל. אזוי זיצענדיג אין בור, האב איך אויפ געפאסט אן אינטערעסאנטע זאך,
די בור ווערט פליצלינג קאלט... וואס הייסט? איך זיץ אזוי רואוג אין איך ווייק מיך, פארזינקען אין מיינע מחשבות, אין פליצלינג א שטראם פון קאלט וואסער באפאלט מיר, וואסי געשעהן? א איד לאמיר אים ריפען ביים לעצטן נאמען 'מקוהקאלטמאכער' איז אנגעקימען, אויפ'ן ערשטען בליק איז ער מיר שוין נישט געפאלען, ער איז אריין געקימען אין בור דורעך די פארקערטע וועג, דארט ווי ס'שטייט א גרויסע סיין 'ארויס', ער רייסט אריין אין בור מיט א הילכיגע פלאטשקע, אין ער גייט גראד צי צו זיין באליבטע שטאפער אין... איין צוויי דריי... ארויס... ס'נעמט'סעך אריין גיסען קאלטע שמיצוגע וואסער פין די מי גשמים בור, ול''מקוהקאלטמאכער' היתה אורה, יעצט קען מען זיך טובל'ן מיטן ריכטיגען הידור, ער פאנגט אן מוט זיין שי טבולות א ס'גייט א רויעך. וויל איך דיך יעצט פרעגן רעב יוד, פארוואס טוסטו עס צי מיר? האב איך נישט באצאלט די זעלבע דריי טאלער אווי די צי קענען הנאה האבען פונעם ווארימען בור? זאג מיר נישט פרעכערהייט אז ס'יז מער אויסגעהאלטען, ווייל אויב האלטסטו אז די פלעינע וואסער איז דיר נישט גענוג גיט, דאס נעקסטע מאל די קומסט אין מיין מקוה העליך דיך אריין לייגען אין די כלים בעסקעט אין די העסטעך קענען טובל'ן דיירעקט אינעם מי גשמים בור, גיט? כ'מיין ווי ביסטו? ביים טאטען אין וויינגארטען? ווען די קומסט ווען אריין אין די געסט עס א שלעפ ארויס אין לייגסט עס גראד צוריק, די טוסט עס נאר זיכער צו מאכן אז איינער האט געמאכט די השקה, נו גיט כעל דיר נאכגעבען, נישט אז די ביסט גערעכט, ווייל די האלטסט טאקע אז די אלע יודען וואס האבען זיך גע'טובל'ט ביז יעצט זענען נישט אזוי ערליך א'ווי די?
אבער האלטען די שטאפער אינדערויסען די גאנצע וואס די טובל'סטעך ניין דאס שוין נישט, זיי מוחל טובל דיך אין גיי ארויס, אויפן וועג ארויס מאך זיכער צי גנב'נען מיין האנטוך. ומכאן הקריאה יוצאות, צי אלע יודען וואס לעבען פין דעם, הערטס אויף מיט ענקערע שטיקעס, עסקנים ארבעטען יעצט אויף א מקוה וואס די גאנצע וואנט העט זיין אנגעפילט מיט שטאפערס אין כל הרוצה ליטול את ה'שטאפער יוטל, אבער ביז דערווייל בעט איך דיך רעב יוד, הערט אויפ מיט די מעשיות, איר קומט אריין אין בור שטאפט איך צי די נאז חאפט אן די פיאות איינס צוויי דריי א טובל אין.... היידא ארויס,
בעזר השם די מינוט וואס די נייע מקוה עט זיין פארטיג על איך לאזען וויסען,
א דאנק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מאי 31, 2009 1:50 am

יישר כח פארן אויספלאץ.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 31, 2009 1:55 am

נעם דיך נישט אזוי צום הארצן, געלעגער'ל.

נעקסטיים וועל איך מער נישט טון...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 31, 2009 2:40 am

דאס אז דו ביסט ניי, דארפסטו שוין נישט שרייבן אויף דיין חתימה, דאס שרייט שוין פון זיך אליין, יעדע נייע שרייבער, הייבט אן מיט "קאווע, און מקוה"...

אבער יעדער אויף א אנדערע שטייגער, און איך מוז דיר זאגן, אז איך האב עכט געלאכט, סיי פון דיין קעפל, דאס איז גאר גוט.. און כ"ש דיין ארטיקל, דאס איז געוואלדיג...

יישר כח, און שטעל דיך נישט אפ, דו האסט אנגעהויבן אויף די ריכטיגע טרעקס.. גיי ווייטער..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג מאי 31, 2009 12:02 pm

ער איז גארנישט שולדיג, ער האט באמערקט איינעם זיך מאכן א 'געלעגער' פונקט אין מקוה, האטערעם געוואלט פשוט אויפוועקן.

יישר כח, כ'האב גוט גע'שמייכל'ט.

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » זונטאג מאי 31, 2009 12:18 pm

געלגער דו שילדערסט מיט ריכטיגע פארבן.

כ'מיין אז חוץ א שאלה אין הלכות מענטשהייט, איז עס א שאלה אין הלכות שבת.

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » זונטאג מאי 31, 2009 1:39 pm

געלעגער, בכלל דער וואס טוט דאס, ווייזט ארויס אז ער הייבט נישט אן צו וויסן הלכות מקואות, איינע פון די חומרות איז אז מען זאל נאר מאכן איין מאל אן השקה, ווייל עס איז דא פוסקים בנטל סאה ונתן סאה, איז די מי גשמים שוין נישט גוט, (איך גיי נישט פארלערנען דא הלכות מקוואות), קומענדיגע מאל, זאלסטו וויסן אז דאס פון קומט פון פרומע עם הארצות.
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג מאי 31, 2009 1:45 pm

קוימען קערער, כ'האב מיר שוין גע'הרג'עט אמאל מיט איינע פון "די" חברה איבער די הלכה, אבער אים גייט עס נישט אן, ווי זאגט נאר געלעגער? ער איז יעצט ביים טאטן אין וויינגארטן...

עניוועי ר' געלעגער'ל, געליינט און גרויס נאָע געהאט...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג מאי 31, 2009 2:09 pm

דאס האלטן דעם השקה לאך אפען א גאנצען צייט בשעת טבילה האב איך אין מיין לעבען נישט פארשטאנן, כדי יוצא זיין השקה, איז דאך גענוג איין סעקונדע, זיך נאכפרעגנדיג ביי די חברה, האט קיינער נישט געהאט א געהעריגן תירוץ, אבער פון זייערע ווערטער האב איך פארשטאנען, זיי זענען מקיים דעם צאי לך בעקבי, פון דעם איד וואס ער האט פאריגן וואך געזען אזוי טוהן.

(אפשר אז מ'וועט נאך גיין דעם איש מפי פיש, איז דער ערשטער געווען דער שמש אליין...)
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 31, 2009 2:24 pm

איך האב אויך אמאל געפרעגט א איד וואס דאס ענין איז האטעמיר געזאגט אז ס'איז דא אן ענין דערביי ואין מגלין אותו אלא ליודע חן..
ני פרעג איך דיך קאנען מיר אריינרעדען??
אפשר נאך מיין פערציג על איך מיך אריין טוהן דערין.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 31, 2009 4:42 pm

געלעגער ;l;p- ;l;p- ;l;p- מתוק מתוק

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג מאי 31, 2009 4:50 pm

געלעגער : קודם זיי ציפרידען אז דיין שמש האט נאר געבעטן 3 דאללער ווייל מיין שמש האט געבעטן גאנצען פינעף דאללער ערב יו"ט, און ווען איך האב אים געפרעגט וואס דאס מיינט האט ער מיר געזאגט אז די גייסט ניצען 5 מאל די מקוה סא בייצאל 5 דאללער

און וועגן די השקה שטאפער האב איך געזען א צעטיל און א מקוה אז ווער עס נעמט ארויס די שטאפער אן רשות איז א גנב און האט נישט קיין רעכט צי גיין און די מקוה,
(אבער גלייב מיר עס העלפט נישט קיין סאך)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג מאי 31, 2009 7:18 pm

דארפסמאן, ווען נישט די פראבלעם פין גילו וואלט איך דיך געפרעגט וועלכע מקוה די גייסט, זייט וויסען אז מיין מקוה איז נישט ווערט די דריי טאלער, ווען איך קום ארויס פין בור שפיר איך ווי איך וואלט ווען באגאסען געווארען מיט א ווארימע טאפ אויל! ס'איז גליטשיג פין אלע זייטען,
תמיד טרעף איך א געווירבעל מיט האר פארקניפט אין מיין פיס פינגערס, ס'זעהט אויס ווי די שמש לייגט דאס אריין במכיוון, לקיים מה שנאמר ואהבת לריעך כמוך, אז די טראגסט דיין האר טראג דיין חבר'ס אויך.
עניווע ש'כוח פאר אללע באדאנקערס
ס'געט שטארק חיזוק אנציגיין

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג מאי 31, 2009 9:14 pm

געלעגער שכוח, איך האב אויך הנאה געהאט פון די לעצטע ווארט פון ואהבת לרעך כמוך....

חחחחח

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » זונטאג מאי 31, 2009 9:18 pm

חחחחח, דאס לעצטע ווארט איז נאך בעסער ווי רי ארטיקל וואס איז אויך לעילא ולעילא

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג מאי 31, 2009 11:39 pm

גוט גוט און נאכאמאל גוט..
לאחחטו.. ולאחחחטו... ולאחחחחחטו.....עוד!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מאנטאג יוני 01, 2009 2:01 am

געלעגער ביזט גוט, און דיין פעדער איז נאך בעסער, טו מיר פערזענליך א גענאדע אין שטעל צו אפט סחורה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג יוני 01, 2009 10:00 am

איך קום אריין, אין איך זעה א געטומעל, וואסי ? די שטאפער!!!
וועלכע שטאפער? אה, די שטאפער צו די השקה.

אלע פה אחד, האבן דא מסכים געווען, אז עס האט נישט קיין שום מקור להלכה, און איינער האט אפילו גאר מוסיף געווען, אז די יעניגע ווייסן גארנישט בהלכות מקוואות אז זיי מאכן גאר קאליע, און עס איז גאר א חומרא קיינמאל נישט צו עפענען, איינער האט נאכגעזאגט בשם איינער פון די שטאפער-עפענער, אז דאס האט א שייכות מיט די זאכן, וואס מען לערנט נאר איבער די פערציג, אזוי יעדער איינער האט אזוי העפטיג ארונטערגעריסן די שטאפער-עפענער.

אקדמות מילין, איידער איך פאנג אן צו רעדן, וויל איך דא מודיע זיין בשער בת רבים, אז איך האב אין מיין לעבן נישט געעפנט די השקה שטאפער!!!, (חוץ צוויי וואכן אין זומער, וואס עס איז געווען מיין אפיציעלע אויפגאבע, זייענדיג די צייטווייליגער מקוה איד...)

נאך א זאך, איך האב שטארק געקלערט צו איך זאל בכלל שרייבן איבער די נושא.
ווייל די אלע חברה, וואס עפענען די שטאפער, ווייל זיי מיינען אז מיט דעם ווערט מען פרום, איז בדרך כלל האבן זיי נישט קיין אנונג פארוואס זיי טוען עס, איז פארוואס זאל מען זיי מודיע זיין די סיבה פארוואס זיי טוען עס. נאר היות די אשכול איז אין קרעטשמע, און נישט אין ביהמ"ד, און די תלמידי חכמים זענען עוסק בתורה אין בית המדרש דקהלתינו, אזרתי חיל, און גיימיר לערנען א סעיף אין הלכות מקואות.

אין יורה דעה הל' מקואות סימן ר"א סעיף נ"ב שטייט לגבי השקה, ולאחר שנתערב הפסול עם הכשר אפילו רגע נשאר לעולם בהכשרו אפילו נסתם הנקב אח"כ
און אין ש"ך ס"ק קי"ב שטייט לעולם בהכשרו, ורבינו ירוחם כ' שנסתפקו המפרשים אם נשאר השאוב בהכשרו או כיון שנסתם הנקב חוזר לפסולו כבתחלה ומביאו ב"י וד"מ וטוב להחמיר לכתחילה.

אלזא, נישט קיין קבלה, נישט קיין אייגענע חומרות, א גלאטע חומרא פון די הייליגע ש"ך וטוב להחמיר לכתחילה.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יוני 01, 2009 11:32 am

פיין חומרות ביי דיר אינדערהיים נישט אויף יענעםס חשבון

נ ב פארשטייסט אליינס אז מאיז מחמיר ביי א דאוריתא נישט סתם אזוי
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג יוני 01, 2009 11:38 am

שוין האב איך שוין א לעצטע נאמען אויך!!

יישר כח פאר ר' באטל פארן צושטעלן די דעפענסיוו דרייווינג קלעס, אויך דארף מען דערמאנען אז ס'ווערט נאכדערציילט אויף איינע פון די צדיקים אז ער האט געזאגט אז ס'איז דא איין כונה וואס מ'דארף אינזין האבן אין מקוה, ''שנעל ארויסצוגיין''!

און דאס איז אויזער דעם וואס ס'קען זיין אז מ'האט פשוט פארגעסן צו מאכן א השקה.

נו איז ער דען נישט גערעכט, ער האט שוין געפועלט צו קומען אין שול, ער איז שוין אראפגעגאנגען די שטיגן צו די מקוה, ער האט שוין ארויסגעשלעפט די צוויי דאלער פון בערזל, ער האט זיך שוין ארויסגעדרייט פון די פארדרייטע געיט, ער האט שוין געשמעקט די האנטעך גערוך, זיין הוט איז שוין נאס געווארן פון די פארע וואס טראפט פון דאך, ער האט שוין אפגעשיילט זיינע וועש פון זיך, אקעי די שיך בענדל איז גראדע יא געווען אפן..... אבער וועגן דעם מעג ער נאך ננישט זיכער מאכן אז די טינק איז אויסגעהאלטן לכל הדיעות, זאג נאר די האסט ליב ווען די טייפסט אפ א גאנצע תגובה אין די פארלירסט עס, ס'איז גארנישט באטעמ'ט, מען דארף טון אלע מיטלען זיך צו באווארענען ס'זאל נישט געשען, מ'קאפי'ט עס פאר מ'שיקט וכו' וכו' אנדערע גייען לכתחילה צו ווארד, די זעלבע וויל ער זיכער מאכן אז נאכן זיך אפפלאגן זאל ער כאטשיג יוצא זיין די טבילה.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יוני 01, 2009 11:53 am

o c d
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג יוני 01, 2009 1:32 pm

את אשר יגורנו בא...

מען באפאלט מיר פון אלע זייטן, (נישט פון אלע זייטן נאר אין טאלק....) היתכן איך גיב ערלויבעניש צו עפענען די מקוה שטאפער.

הנני בזה לגלות דעתי, איך האב עס קיינמאל נישט געעפנט, און איך האב אויך פיינט ווען מען עפענט עס ווען איך בין אין מקוה, מיין תגובה האט זיך נאר באצויגן צו די יעניגע וואס האבן ליצנות געמאכט דערפון, און געזאגט אז עס האט נישט קיין שום מקור, האב איך אפירגעברענגט א ש"ך וואס זאגט אז מען זאל מחמיר זיין.
חומרות אויף יענעמס חשבון??? מאן דכר שמי'....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג יוני 01, 2009 2:06 pm

געלעגער און מיין מקוה האט מען היינט גערעדט פון דיר ווען איינער איז אריין געקימען און מקוה און געעפענט די שטאפער און עס געליינט און די זייט רופט זיך איינער אן פאר דעם יוד אז א מייז קריכט אריין ער זאל עס שנעל צישטאפען און ער האט דאס שנעל ציגעשטאפט און יעדער האט זיך צילאכט, און געלעגער איז ארויף געקימען אויפען טיש

(פארשטייט זיך יעדער האט געשוורען אז ער שרייב נישט דא נאר ער ליינט,איך בין נישט געווען אינעם שמיס האב איך נישט מורא גיי זוך נאך בערך 20 מענטשן און די זייט, יא יא איך בין איינער פון זיי)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יוני 01, 2009 4:21 pm

דארפסמאן מיר האבען שוין ערווענט אויבן אז מיר ניצען לכאורה נישט די זעלבע מקוה, צי ס'שמעקט מיר אז מען האט גערעדט פין מיר? הממממ.... יא!!
סאדע באטעל, גוט,גע'פועל'ט, ס'איז א שך. אבער ער מיינט זיכער נישט אז א איד זאל זיך טובל'ן שי טבילות מיט די צינג אינד,,, איך מיין די שטאפער אינדערויסען, אויב שוין יא מחמיר זיין, איין טובל אין ארויס, דאס איבריגע איז פרום מיט'ן ראשי תיבות...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 01, 2009 4:52 pm

געלעגער, איך כאדער נאר געוואלט מודיע זיין אז די ביסט גוט! דעץ אלל.

פארוואס זאג איך אייך דאס? שלוש שביעו.. כ'מיין שלול תשיבות בדבר, די ערשטע צוויי אז די זאלסט וויסן אז איך האב הנאה געהאט און הנותן וויזויהייסטעס נאר פאר איינעם צריך להודיעו.

און צווייטענס סתם אזוי אז די זאלסט וויסן אז מענטשן האבן הנאה און די זאלסט ממשיך זיין ווייטער.

אגב, מיר האט א פשוטער אינגערמאן - איינער וואס שטאפט נישט אויף דעם לעכל - צוגענומען דאס האנטוך פונעם אויבערשטען געיט, על אף וואס איך האב דאס ארומגעדרייט צוויי מאל א שטייגער ווי צו זאגן, האללאו, דאס איז נישט דיינ'ס, זעסט נישט? דאס איז אנדערש געלייגט. (ווי גלייך ער האט א וועג וויזוי ער לייגט זיין האנטוך, ער לייגט דאך נישט גארנישט די חכם..)

נאך א זאך, א זמ'רעדט שוין, איך האב לעצטענס געהאט צוטוען מיט איינעם וואס פארשטאפט דעם לאך! פארקערט ווי דיין פראבלעם.

ס'הייסט, ער מיט זיינע האר גערייסאכץ דארט אונעם בור פארשטאפט ער דעם גאנצן דרעין מיט וואס דער וואסער פארט ארויס. אבער קעגן דעם וועל איך נישט רעדן וויבאלד עס האט א גרויסע מקור מימי קדם ואין מהרהרין אחר... שוין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט