בלאט 1 פון 2

עד שתגיע למקומו, ממש ממש ממש

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 1:14 pm
דורך קרעמער
איך האב היינט געהערט אן עפיזאד וואס ווארפט א שטארקע שטראל אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל (אבות פ"ב מ"ד) אל תדין אל חבירך עד שתגיע למקומו, וואס ווי די מפרשים טייטשן, באדייט דאס אז איין מענטש קען קיינמאל נישט אנקומען צו זיין חבר'ס פלאץ, און דערפאר איז נישט מעגליך מען זאל יענעם קענען דן זיין אויף א זאך וואס ער האט געטאן.

משה פייגנבוים איז א מיטגליד אין איינע פון די געזאנג גרופעס וואס האבן זיך די לעצטע יארן געווידמעט, דאס זענען אזעלכע חבורות פון זינגער וואס קומען אראפ צו מסיבות און שמחות אויפן פארלאנג און לויטן טייסטער פון די בעלי בתים וואס רופן זיי.

האט זיך געמאכט אמאל אז משה מיט זיינע קאלעגעס זענען געלאדענט געווארן צו א בר מצוה אין א פרעכטיגע זאל אין די אומגעגענטער פון ניו יארק סיטי. נאכדעם וואס זיין גרופע האט זיך באקוועם געמאכט ארום איינע פון די קיילעכיגע טישלעך ביים עק פון זאל, האט זיך צוגעשארט צו זיי דער פאטער פונעם בר מצוה בחור, אייגנטליך דער וואס האט זיי גערופן מהנה צו זיין די געלאדענטע געסט ביי זיין שמחה.

ער האט פארלאנגט פון זיי אריינצוזינגען ווי נאר דער בחור'ל הייבט אן זיין פשט'ל, צוגעבנדיג א מאדנע זאץ: איך וועל זיך אויפשטעלן און פארלאנגען מען זאל נישט אריינזינגען, אבער איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייערע געזאנגען!

משה האט פארשטאנען אז דער טאטע וויל דא באשיצן זיין בר מצוה בחור'ל וואס האט עטוואס א שוואכערן קעפל און וועט מעגליך נישט קענען איבערזאגען דעם גאנצן איינגע'חזר'טן פשטל, פון די אנדערע זייט וויל ער דאך ארויסווייזן געטריישאפט פארן זוהן וואס האט זיך אזוי געמוטשעט צו קענען די דרשה, דערפאר וועט ער מאכן דעם אנשטעל ווי גלייך עס שטערט אים דאס וואס מען זינגט אריין און מען שטערט זיין זוהנ'דל פון אויסזאגען דעם פשט'ל.

במשך די גאנצע סעודה האבן חברת "מצלצלים" הערליך שיין אנגעפירט די שירה וזמרה, דערקוויקנדיג אלע אנוועזנדע וואס האבן דערביי איינגענעם געגעסן די רייכע מאלצייט און פארברענגט מיט משפחה און גוטע פריינט. ביז... עס איז געקומען דער ערווארטעטער מאמענט פון די בר מצוה דרשה. דער טאטע שטעלט זיך אויף און פארלאנגט אויסדרוקליך: איך וויל בעטן מען זאל נישט אריינזינגען אינמיטן די פשט'ל...

דער בחור'ל שטעלט זיך אויף, און נאך איידער ער עספיהט געהעריג ארויסצוזאגען אויף וועלכע מסכתא די פשט'ל איז געווידמעט, הערט מען שוין דעם הילכיגן אפקלאנג פון "וראה בנים לבניך" דורך חברת "מצלצלים" מיט אונזער משה פייגנבוים אלס אונטערברומער.

דאן האט עס פאסירט. איינער פון די פעטערס האט זיך אויפגעשטעלט מיט איין אימפעט און גענומען מאכן באנומענע קולות אין ריכטונג פון די זינג-טישל: איר חברה "מצלצלים"! וואו נעמט איר די פרעכהייט אריינצוזינגען אינמיטן א פשט'ל נאך אזא פערזענליכע בקשה פונעם אבי הבן? איך האב שוין לאנג געוואוסט אז איר זענט נישט קיין געטרייע קאפעליע און מען טאר אייך נישט רופן צו קיין שמחה...

אזוי איז יענער אנגעגאנגען מיט שימף-רייד און זידל-ווערטער אויפן חשבון פון די טייערע אינגעלייט וואס האבן ניטאמאל געמעגט עפענען זייער מויל און ענטפערן אז דאס גערעכטיגקייט ליגט ביי זיי, און זיי האבן אלעס געטוהן אויפן דירעקטן באפעל פונעם בעל שמחה אליין.

דאס איז א נייע באגריף און א שטארקע דערהער וואס אנבאלאנגט די אויבנדערמאנטע משנה, עס איז כדאי איבערצו'חזר'ן און גוט געדענקן אויף למעשה.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 1:27 pm
דורך ווארום
די משל איז גוט,
נאר די חברה מצלצלים האבן דאס געדארפט זעהן פון פאראויס.

אביסל שכל!

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 1:50 pm
דורך ווייסעך וואס
איך וואלט געבעטן פונעם פאטער א עקסטער אפצאל פאר דעם סערוויס וואס ער האט זיך באשטעלט, אויב עס האט אפי' א פרייז.
דער געטרייער פעטער איז אומשטאנד דעי גאנצע ביזנעס אוועקצולייגן, אויב איז ער נישט בארוהגט געווארן דארט אויפן פלאץ נאכן זיך אויס געבן מיט זיינע שומף רייד, ווער וויייסט וואס נאך שריט ער וועט טוען קעגן די חברה מצלצלים?

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 1:55 pm
דורך הערשי קניהויז
יישר כח קרעמער.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 2:47 pm
דורך איך_הער
WOW, א מורא'דיגע מעשה, יישר כח.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 2:49 pm
דורך געלעגער
דעם פעטער וואלט איך געוואלט אביסעל דא אפיר נעמען.
איינער האט'וך געפרעגט??
די צאלסט דא צי אז די שרייסט אזוי??
ביי יעדע פאמיליע מאכט זיך אזאנע אימבא'חנ'טע פעטערס וואס העלען אריין רעדען אין שרייען איבעראל אחוץ ווי מען דארף זיי,
די טאטע וואס צאלט פאר מצלצלים איז דא, אין אז ער האט א פראבלעם קען ער זיך אפרעכענען מיט זיי, דיר האט קיינער נישט געפרעגט!! זיי מוחל זעצט דיך אראפ, פיץ אפ דיין בארד פין די שטיקעל קאמפאט וואס ס'איז שטעקען געבליבען דארט, אין שא שטיל! טענקס

קרעמער, טאקע א וויכטיגע נקודה וואס מ'דארפ האלטען אין איין חזר'ן
ש'כוח

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 2:58 pm
דורך קרעמער
יישר כח אלע בא'שכוח'ערס, אבער דו 'געלעגער' האסט מיך אויפגעפלאצט.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 4:04 pm
דורך יגרסהדותא
קרעמער; האסט שוין געענדיגט דיין תגובה? איך וויל נישט אריינזינגן אינמיטן..

יש"כ

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 4:25 pm
דורך 3x0
שכוח קרעמער פאר די עפיזאד.

געלעגער, איך לאך צוזאמען מיט קרעמער...

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 4:43 pm
דורך דארפסמאן
דאס איז זייער א גיטע לעקציע אבער מען פארגעסט בשעת מעשה,

איך פארשטיי די פעטער, ער האט מסתם געהאט א שווערע טאג און ארבעט אין זיך אויסגעגעבען אויף די חברה מצלצלים

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 4:51 pm
דורך שוועמל
א מערקווירדיגער עובדא, ממש ממש ממש.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 4:51 pm
דורך יאנאש
אן אמעיזנג מעשה איבערן נושא פון דן זיין לכף זכות, שכוח קרעמער.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 6:33 pm
דורך פאטאקי08
קרעמער

עפעס הייבסטו אן צי רעדן פון איינעם פייגענבוים און...
קוקט אויס די ווילסט נישט ענדיגען די מעשה צי וואס...
אל תדין חברך... ממש... עד שתגיע.... האט נאך א טייטש ביז די וועסט פארשטיין...

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 6:55 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס האב איך נאך צו זאגן?.. די מעשה רעדט פון זיך אליין..

אה קרעמער, די וועג וויזוי דו האסט די מעשה געפארבט, איז הערליך... ממש ווי א עקטער..

טענק יו..

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 9:21 pm
דורך וואס
דארפסמאן האט געשריבן:דאס איז זייער א גיטע לעקציע אבער מען פארגעסט בשעת מעשה,

איך פארשטיי די פעטער, ער האט מסתם געהאט א שווערע טאג און ארבעט אין זיך אויסגעגעבען אויף די חברה מצלצלים


יא דו פארשטייסט אים ??? זיי מסביר ביטע ווי אזוי דו פארשטייסט א נערוועזן נודניק וואס שרייט אויף מענטשן.

קרעמער דאס איז א געוואלדיגע מעשה.

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 11:41 pm
דורך לוסטיג
געוואלדעניא!! מורעדיג מודררררעדיגג!

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 1:49 am
דורך cano
העי וואס: די הערסט נישט וואס קרעמער זאגט עד שתגיע ממש ממש ממש, און יגר עס פאסט נישט פון דיר מען האט דאך באצאלט זאלסט יא אריינזינגען.

און וויכי קים שרייב מיר יעצט אז איך זאל נישט דן זיין יגר'ן עד שאגיע למקומו ממש....

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 6:18 am
דורך סאכדעס
או הא, קרעמער, כ'קלער טאקע, אז דאס איז ממש פשט אין די משנה, סר'א חידוש.
כאבעס ממש געליינט, און ממש ממש ממש הנאה געהאט.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 8:02 am
דורך bailout
די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון קרעמער, אבער איך האב אויך הנאה געהאט פון די טאטע וואס האט זיכער געמאכט פון פאראויס אז ס'זאל אויסקוקן גוט פארן עולם ווי כאילו זיין אינגל קען גוט, ער דערמאנט מיר פון די יונגעלייטליך מיט געלט, וואס איינמאל זיי האבן געלט האבן זיי שוין תורה וגדולה במקום אחד....

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 8:13 am
דורך farshlufen
קרעמער, א דאנק פאר די מוסר דרשה, כ'קלער וויפל מאל טראכט מען קיין צוויי איידער מען זאגט א ווארט און למעשה זעט מען אויס אווי יענער פעטער.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:10 am
דורך שוועמל
רבותי, ס'שטעלט זיך ארויס ס'יז גארנישט אזוי פשוט די מעשה מיטן פעטער.

האט מיר פארציילט א חבר אז ער האט געהערט פון זיין שוואגער, אז זיין שוואגער האט אים אנגעזאגט ביי זיין זונס בר מצוה אז ער זאל קעיר נעמען מען זאל נישט אריינזינגען ביי די פשעטיל. ער האט מתחילה נישט געוואלט ווייל וואס האט ער זיך צו מישן, אבער נאך וואס זיין שוואגער האט אים שטארק מפציר געווען האט ער גענומען די אויפגאבע אויף זיך. ער פארציילט אז דער שוואגער האט אים אפילו געבעטן צו שרייען און אויף "מצלצלים" אויב נייטיג.

הייסט דאס אז דער כיטרער אבי הבן האט באשטעלט ביידע, סיי מצלצלים און סיי דעם פעטער. ביידע האבן געטון זייער תפקיד בשלימות.

יעצט אז די מעשה טראגט שוין אן אנדער פנים, ביטע טראכט איידער איר שרייבט ארויס א ווארט אויפן פעטער. (יא, דער פעטער איז א טיפ וואס גלייכט קעיר צו נעמען, אבער ס'נעמט נישט אוועק פון די מעשה).

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:20 am
דורך פאטאקי08
אזוי האב איך פארשטאנען פון קרעמער פון אנהויב אז ער ענדיגט ספעציעל נישט די מעשה כדי צי זען דער עולם וועט טאקע נישט דן צי יא דן זיין....

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 11:06 am
דורך איך_הער
שוועמל, וואויל.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 11:19 am
דורך קרעמער
פאטאקי08 האט געשריבן:אזוי האב איך פארשטאנען פון קרעמער פון אנהויב אז ער ענדיגט ספעציעל נישט די מעשה כדי צי זען דער עולם וועט טאקע נישט דן צי יא דן זיין....

שוין נעכטן האסטו עפעס גערעדט פון אומגעפארטיגטע מעשיות... איך האב געשריבן די מעשה לויט ווי איך האב דאס געהערט, און אויב עס פעלט עפעס דערפון, וועט מען בעטן די בעקערס (א שטייגער ווי שוועמל) מוסיף נופך צו זיין.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 11:48 am
דורך פשוט פשט
ווייסעך וואס האט געשריבן:איך וואלט געבעטן פונעם פאטער א עקסטער אפצאל פאר דעם סערוויס וואס ער האט זיך באשטעלט, אויב עס האט אפי' א פרייז.
דער געטרייער פעטער איז אומשטאנד דעי גאנצע ביזנעס אוועקצולייגן, אויב איז ער נישט בארוהגט געווארן דארט אויפן פלאץ נאכן זיך אויס געבן מיט זיינע שומף רייד, ווער וויייסט וואס נאך שריט ער וועט טוען קעגן די חברה מצלצלים?

דער פעטער האט נישט קיין פעני, דעריבער וואלט ער געוואלט זען א סוף מיט די זינגערס וואס ער קען נישט עפארדן. דוק ותשכך.
:mrgreen: