מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 03, 2017 9:34 pm

א מעסעדזש וואס מיין טאכטער האט באקומען פאראיאר פאר יום כיפור:

צו אלע וואס זענען מעגליך געווארן געטשעפעט פון עפעס וואס איך האב זיי געזאגט
ביטע פרובירט אייך צו דערמאנען וואס האט געברענגט דערצו
ס'איז נאך פארהאן צייט צו איבערבעטן

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג יולי 03, 2017 9:40 pm

קיקיון האט געשריבן:א מעסעדזש וואס מיין טאכטער האט באקומען פאראיאר פאר יום כיפור:

צו אלע וואס זענען מעגליך געווארן געטשעפעט פון עפעס וואס איך האב זיי געזאגט
ביטע פרובירט אייך צו דערמאנען וואס האט געברענגט דערצו
ס'איז נאך פארהאן צייט צו איבערבעטן


;l;p- ;l;p- ;l;p-
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דינסטאג יולי 04, 2017 8:02 am

טרעף איך נחום, מיין חבר פון ישיבה מיט א האלבע נאז ל''ע, פרעג איך אים נחום וואס גייט פאר מיטן נאז? זאגט ער מיר מיט א ברייטן שמייכל, מיין שווער דער חיה,איך מוז אים צופיקסן איינמאל פאר אלעמאל, האב איך מיר אפגעהאקט דעם נאז זאל יעדער זעהן מיין שווער האט א איידעם מיט א האלבע נאז.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג יולי 04, 2017 11:17 am

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:טרעף איך נחום, מיין חבר פון ישיבה מיט א האלבע נאז ל''ע, פרעג איך אים נחום וואס גייט פאר מיטן נאז? זאגט ער מיר מיט א ברייטן שמייכל, מיין שווער דער חיה,איך מוז אים צופיקסן איינמאל פאר אלעמאל, האב איך מיר אפגעהאקט דעם נאז זאל יעדער זעהן מיין שווער האט א איידעם מיט א האלבע נאז.


אה, נחום הייסט ער גאר?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:54 pm

באקומען אויף בליץ פאסט פון הרה"ח ר בעריל ענגעלבערג בעל חנות FUN THINKS ועורך ומו"ל נר ההפטורה
Untitl.gif
Untitl.gif (81.13 KiB) געזעהן 3970 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 06, 2017 4:04 pm

ער מיינט געוויס די איינגעפירעכץ פון עסן דייקא דזשאנק-פוד דורך די קעפ און קאנטרי סיזען.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג יולי 06, 2017 4:28 pm

היינט ציפרי קלאצנדיג ביי די הכנות אויפן 'דבר יום ביומו' יארצייט אפטיילונג, נישט קענענדיג אידענטיפיצירן די פילע צדיקים וואס ער האט דארט צאמגעקראצט, רובם ככולם, איז דאס די ערשטע מאל וואס כ'הער פון זיי
איז מיר פייגעבאלן א פשט אויף דעם וואס די גמרא אין קידושין זאגט את מספר ימיך אמלא, שהקב"ה ממלא שנותיהם של צדיקים וכו', צדיקים מתים ביום שנולדו
די צדיקים זענען געבוירן געווארן אויף די דבר יום ביומו ליסטע אלס צדיקים, און די יארצייט איז בו ביום.....

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג יולי 06, 2017 4:31 pm

זבחי צדק האט געשריבן:היינט ציפרי קלאצנדיג ביי די הכנות אויפן 'דבר יום ביומו' יארצייט אפטיילונג, נישט קענענדיג אידענטיפיצירן די פילע צדיקים וואס ער האט דארט צאמגעקראצט, רובם ככולם, איז דאס די ערשטע מאל וואס כ'הער פון זיי
איז מיר פייגעבאלן א פשט אויף דעם וואס די גמרא אין קידושין זאגט את מספר ימיך אמלא, שהקב"ה ממלא שנותיהם של צדיקים וכו', צדיקים מתים ביום שנולדו
די צדיקים זענען געבוירן געווארן אויף די דבר יום ביומו ליסטע אלס צדיקים, און די יארצייט איז בו ביום.....

לכאורה מעג מען טראכטן פון ד"ת אין...

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג יולי 06, 2017 4:34 pm

א מחי' האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:היינט ציפרי קלאצנדיג ביי די הכנות אויפן 'דבר יום ביומו' יארצייט אפטיילונג, נישט קענענדיג אידענטיפיצירן די פילע צדיקים וואס ער האט דארט צאמגעקראצט, רובם ככולם, איז דאס די ערשטע מאל וואס כ'הער פון זיי
איז מיר פייגעבאלן א פשט אויף דעם וואס די גמרא אין קידושין זאגט את מספר ימיך אמלא, שהקב"ה ממלא שנותיהם של צדיקים וכו', צדיקים מתים ביום שנולדו
די צדיקים זענען געבוירן געווארן אויף די דבר יום ביומו ליסטע אלס צדיקים, און די יארצייט איז בו ביום.....

לכאורה מעג מען טראכטן פון ד"ת אין...

את חטאי אני מזכיר....
ועל חידוש כגון דא, ענדיגט מען צו 'וה' הטוב יכפר אם שגיתי'....

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 06, 2017 4:40 pm

געהערט פון א בדחן (את שמו איני זוכר, אברך צעיר מק"ק סקווירא)

איך פיר זיך לעצטנס אלעס נאטורליך, איך עס נאר געזונט,

איך עס מיין געזונט, מיין טאטעס געזונט, מיין שוויגערס געזונט וכו'

איך טרינק נאר נאטורליך, איך טרינק יענעמ'ס בלוט

און אפי' שפאצירן איז נאר נאטורליך, איך שפאציר אויף יענעמ'ס נערוון
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג יולי 07, 2017 12:45 am

געווען א אידל וואס האט מחליט געווען אז ער האט שוין גענוג געהאט מיט פאליציאנטען על אם הדרך. ער האט צו זיך געקלערט, איך ברויך אן עצה וויאזוי זיך ארויסדרייען פון די חברה. האט ער מחליט געווען ער גייט זיך אהערשטעלען ווי א איזרעילי בירגער אזוי ארום וועט מען אים נישט טיקעטירן אין אמעריקא.

אומר ועושה, ער נעמט א תפילת הדרך קארטל‏, קלעבט ארויף זיין בילד. באדעקט די קארטל מיטן בילד לעמענעיטעד, און ער מאכט דעם חשבון אז ווען זאל אים א פאליציאנט אפשטעלען וועט ער אהינגעבען דעם תפילת הדרך'ל, און ער וועט שפילן ווי א איזרעילי און אזוי פארמיידן א קוויטל מיט א פדיון.

ויהי היום. אין ויהי אלא לשון צער. דער איד האט אנגע'היטשט ס'מאשין זיינער מיט אפאר אידעלעך. און ער שמייסט אויפן הייוועי ווי אויף א רעיס טרעק, 105 אין א 65 זאון. די מיטרייזענדע פרעגן אויב ער האט נישט מורא, והוא באחד ומי ישבנו... ער האט די איזרעילי איידי...

תוך כדי אכילת פרס זעהט ער פון הינטען די בליציגע רויט און בלויע לעמפ. הגיע עת הזמיר. לעטס סי וואט העפענס‏.

דער אפעציר שפרייזט צו צום פענסטער "לייסענס און רעג'יסטרעשען פליז". 
אונזער חכם זאגט אים 'מי נאו ענגליש. מי איזרעיל. מי העוו פלייט 2 אהוערס נאו. קאנטינענטעל עירפארט. מי העוו טו גאו'.

דער פאליציאנט זאגט אים "איידי פליז".

דער אידל נעמט דעם תפילת הדרך קארטעל, שטעקט עס אהין צום אפעציר. דער אפעציר באטראכט עס פון אלע זייטען, ער זעהט אידישע אותיות... ער האט שוין כמעט געוואלט אפלאזן דעם אידל ווען נישט די מיטרייזענדע האבן נישט געקענט איינהאלטן דאס געלעכטער און ז'האבן זיך גע'פלצת'עט ווי קיינמאל בעפאר...

דער פאליציאנט זעהט אז עפעס איז דא פישיג. דער רופט זיך אן צום דרייווער. "קום מיט מיר!" אריין אין חד גדיא אריין! 

צוויי שעה שפעטער שטייט דער אידל דערשראקענער הייט פארענט פונעם שופט מיט כאלאטעל. דער שופט הערט פונעם אפעציר וואספארא פארשוין ער האט דא, און אז דער פארשוין שטעלט זיך אהער ווי א איזרעילי בירגער.

דער שופט נעמט די תפילת הדרך 'איידי'‏ און קוקט עס אן. ער שיסט אויס אין א געצלעכטער הויעך אויפן קול און זאגט פאר אונזער אידל אין א זאפטיגען אידיש: דאס מאל וועל איך דיך לאזן גיין. אבער זאג מיר נאר וועלכעס איז דיין נאמען, "חיות רעות" אדער "לסטים"?.....


(קרעדיט: ר' אברהם מרדכי מאלאך שליט"א, שיעור פר' בלק תורהעניטיים.קאם)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג יולי 07, 2017 12:49 am

ארגינעל האב איך עס געהערט פארצייטנס אויף אן 'אשר יצר' זאגערל, דער פאליציאנט האט אים געפרעגט דו ביזט פון די נקבים אדער פון די חלולים?...

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג יולי 07, 2017 12:50 am

חחחח
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » פרייטאג יולי 07, 2017 3:17 am

יענקל, וואס דרייט זיך שוין ארום עטליכע טעג אין שטוב מיט א פארוואונדעטע אויג, שעמט זיך צו גיין אין שוהל אריין, וויבאלד דאס אויג איז איהם באנדאזשירט און ער קוקט ממש אויס ווי א ים רויבער.

עס איז געווען שבת פרשת בלק ווען ער האט מחליט געווען אז ער פייפט אויף'ן וועלט, און מיט א פרישע גיסטע נעמט ער זיך זיין טלית און גייט אין בית המדרש אריין.

למעשה, האט ער פרובירט צו באהאלטן זיין פנים אינעם סידור און געדאווענט מיט גרויס כוונה.

דער ערשטער חכם וואס האט אויפגעמערקט וואס ער באהאלט, איז צוגעגאנגען צו איהם און מיט א קלאפ אין ריקן אויסגערופן מיט קלוגשאפט, "יענקל, פונקט גוט פאר פרשת בלק, קוקסט דאך ממש אויס ווי בלעם," יענקל האט זיך נישט פארלוירן און ענטפערט גלייך אפ, "משה, געוואלדיג, ממש פי האתון."

(מעשה שהיה)
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג יולי 07, 2017 9:13 am

שמחת עולם האט געשריבן:יענקל, וואס דרייט זיך שוין ארום עטליכע טעג אין שטוב מיט א פארוואונדעטע אויג, שעמט זיך צו גיין אין שוהל אריין, וויבאלד דאס אויג איז איהם באנדאזשירט און ער קוקט ממש אויס ווי א ים רויבער.

עס איז געווען שבת פרשת בלק ווען ער האט מחליט געווען אז ער פייפט אויף'ן וועלט, און מיט א פרישע גיסטע נעמט ער זיך זיין טלית און גייט אין בית המדרש אריין.

למעשה, האט ער פרובירט צו באהאלטן זיין פנים אינעם סידור און געדאווענט מיט גרויס כוונה.

דער ערשטער חכם וואס האט אויפגעמערקט וואס ער באהאלט, איז צוגעגאנגען צו איהם און מיט א קלאפ אין ריקן אויסגערופן מיט קלוגשאפט, "יענקל, פונקט גוט פאר פרשת בלק, קוקסט דאך ממש אויס ווי בלעם," יענקל האט זיך נישט פארלוירן און ענטפערט גלייך אפ, "משה, געוואלדיג, ממש פי האתון."

(מעשה שהיה)

:lol: :lol: :lol:
יוש האבעך גע'פלצת'עט...

העלאו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » פרייטאג יולי 07, 2017 10:57 am

שכוח שמאטע פארן ברענגען די ווערטל פון ר' אברהם מרדכי

גראדע האט ער געזאגט דארט נאך א טייער ווארט
אז די רעבעצין פון ר' שלום אליעזר מראצפוט זצ''ל איז געוועהן א אשה מלומדת און די חסידים פלעגן זיך טשעפענען מיט איר
האט איינער אמאל געזאגט פאר איר אז פרויען זענען ערגער ווי א בהמה וייל מען מאכט שלא עשני אשה און מען זאגט נישט שלא עשני בהמה איז דאך משמע אז פרויען זענען נאך ערגער ממילא זאגט מען שלא עשני אשה וייל מען כאפט אהן די ערגעסטע זאך
האט זי גענטפערט ניין שלא עשני בהמה קענט איר נישט מאכען וייל עס איז א ספק ברכה לבטלה ....

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » פרייטאג יולי 07, 2017 12:32 pm

שמו האט געשריבן:געהערט פון א בדחן (את שמו איני זוכר, אברך צעיר מק"ק סקווירא)

איך פיר זיך לעצטנס אלעס נאטורליך, איך עס נאר געזונט,

איך עס מיין געזונט, מיין טאטעס געזונט, מיין שוויגערס געזונט וכו'

איך טרינק נאר נאטורליך, איך טרינק יענעמ'ס בלוט

און אפי' שפאצירן איז נאר נאטורליך, איך שפאציר אויף יענעמ'ס נערוון


"מנשה לוסטיג" חול המועד סוכות פאר די קינדער , עס איז דא ערגעץ אויפן וועלטל

ניק נקי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

תגובהדורך ניק נקי » פרייטאג יולי 07, 2017 5:43 pm

שמאטע האט געשריבן: אנגע'היטשט ס'מאשין זיינער מיט אפאר אידעלעך


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 10, 2017 11:37 pm

חכם באשי האט געשריבן:צחות: פעם מאן-דהו סיפר כי בב"ב קיים בין מאות הגמחי"ם, גמ"ח ויכולו למי שעדיין לא אמר ויכולו בשניים...

תג של זהב האט געשריבן:שכחת את ההמשך:...
פעם בעל גמ"ח 'ויכולו' נסע לחו"ל, כדי לאסוף ממון כדרך בעלי מוסדות וגמ"חים. הגיע איש החסד להתרים נדיב מפורסם, שאלו הנדיב: עבור מה אתה אוסף? - יש לי גמ"ח, ויכולו, עונה האיש, ומספר בקצרה את התועלת העצומה של גמ"חו. ולשם מה הנך צריך ממון עבור גמ"ח כזה? - הא, כשנסעתי עכשיו לחו"ל הוצרכתי לשכור אדם חילופי...

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דינסטאג יולי 11, 2017 12:35 am

משה קומט אהיים מיט ליידיגע הענט פארגעסנדיג אז היינט איז זיין דריטע אינעווערסעטי,
די פרוי זיינע רופט זיך אן צו אים אינגאנצען באליידיגט,
משה איך האב טאקע נישט קיין שום חשיבות ביי דיר?
וויאזוי וואלטסטו געפילט ווען דו קומסט אהיים און דו זעסט מיר נישט פאר די אויגן??,
משה: זאל איך דיר זאגן דעם אמת!? עס וואלט מיר בכלל נישט געבאדערט!!

נעקסטע טאג משה קומט אהיים און ער זעט טאקע נישט זיין פרוי.
צומארגנס. עודך. ער זעט איר נישט.
צום דריטן טאג ...,, האט שוין משה געפילט סך בעסער. ער האט איר שוין געקענט באמערק פון די זייט פונעם רעכטן אויג,,,
לעצט פאראכטן דורך גיי שוין גיי אום דינסטאג יולי 11, 2017 7:10 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 12, 2017 8:22 am

קיקיון האט געשריבן:
חכם באשי האט געשריבן:צחות: פעם מאן-דהו סיפר כי בב"ב קיים בין מאות הגמחי"ם, גמ"ח ויכולו למי שעדיין לא אמר ויכולו בשניים...

תג של זהב האט געשריבן:שכחת את ההמשך:...
פעם בעל גמ"ח 'ויכולו' נסע לחו"ל, כדי לאסוף ממון כדרך בעלי מוסדות וגמ"חים. הגיע איש החסד להתרים נדיב מפורסם, שאלו הנדיב: עבור מה אתה אוסף? - יש לי גמ"ח, ויכולו, עונה האיש, ומספר בקצרה את התועלת העצומה של גמ"חו. ולשם מה הנך צריך ממון עבור גמ"ח כזה? - הא, כשנסעתי עכשיו לחו"ל הוצרכתי לשכור אדם חילופי...


און וואס איז מיט שכר שבת?
בהבלעה מיט וואס?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2925
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך יולי 12, 2017 8:59 am

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
חכם באשי האט געשריבן:צחות: פעם מאן-דהו סיפר כי בב"ב קיים בין מאות הגמחי"ם, גמ"ח ויכולו למי שעדיין לא אמר ויכולו בשניים...

תג של זהב האט געשריבן:שכחת את ההמשך:...
פעם בעל גמ"ח 'ויכולו' נסע לחו"ל, כדי לאסוף ממון כדרך בעלי מוסדות וגמ"חים. הגיע איש החסד להתרים נדיב מפורסם, שאלו הנדיב: עבור מה אתה אוסף? - יש לי גמ"ח, ויכולו, עונה האיש, ומספר בקצרה את התועלת העצומה של גמ"חו. ולשם מה הנך צריך ממון עבור גמ"ח כזה? - הא, כשנסעתי עכשיו לחו"ל הוצרכתי לשכור אדם חילופי...


און וואס איז מיט שכר שבת?
בהבלעה מיט וואס?


מיט א גמ"ח קידוש לבנה
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך יולי 12, 2017 9:02 am

איך ברויך זייער וויכטיג א שמייכל! חברה לאמיר גיין פאר א שמייכל פארמעסט,

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יולי 12, 2017 9:10 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: מיט א גמ"ח קידוש לבנה

;l;p- ;l;p-
אייזען

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך יולי 12, 2017 9:15 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
און וואס איז מיט שכר שבת?
בהבלעה מיט וואס?


מיט א גמ"ח קידוש לבנה[/quote]
;l;p- :smile:
זוכט איר דוי?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באמת א חכם, קאסאניער און 17 געסט