מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 9:17 am

פון וואו נעמט זיך דעם מקור אז די אונגארישע קענען נישט אויפכאפן קיין וויצן?

ווייל האט עימיצער געזאגט א וויץ פאר אן אונגארישן אויף די ענגלישע שפראך, און פרעגט אים דערנאך: דיד יו אנדערסטענד [האסטו פארשטאנען]? האט אים דער אונגארישער געענטפערט אויף זיין שפראך: איגען ["יא" אויף אונגאריש igen] און יענער האט פארשטאנען אז דער אונגארישער זאגט again וואס באדייט "נאכאמאל"... האט ער אים איבערגעזאגט דעם וויץ און פרעגט אים ווידער: דיד יו אונדערסטענד? און יענער ווערט שוין נערוועז און ענטפערט מיט א הויך קול: איגען און דער ערשטער ווערט אויפגערעגט פארוואס יענער בעט again און זאגט עס איבער צום דריטן מאל....
בקיצור, האט יענער באשלאסן אז די אונגארישע כאפן נישט קיין וויצן...

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:48 pm

וואס איז א חילוק צווישן ליבאוויטש און ברסלב
ליבאוויטש איז א קאנפליצירטע חסידות פאר פשוט'ע מענטשן, בלסלב איז א פשוט'ע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן.
(קרעדיט: ר' אורי האלבערשטאם גראמער)

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:50 pm

איבעראל זעהט מען א חילוק צווישן די חתן און אנדערע באטייליגטע, ווי אזוי זעהט מען א חילוק ביי די נ-נח'ס
אלע מענטשן גייען מיט קראקס, משא"כ דער חתן גייט מיט זאקן אויך...

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:13 pm

אוהב שלום האט געשריבן:מיכל: למך ווילסט מאכן געלד?
למך: יא מיכל...
מיעל: איך האב פאר דיר א גרינגע וועג, לאמיר מאכן א 'בעד'!
למך: נאו פראבלעים! וויזוי גייט די בעג?
מיכל: דו לייג איין א צענער אז דו ביסט נישט דא...
למך: מיכל?! ווסעגעשעהן מיט דיר?!...
מיכל: דו ווילסט מאכן געלט אדער דו ווילסט זיך טענה'נען?
למך: אקעי אקעי נו הייב אן.
מיכל: איז זאג אזוי, דו ביסט אין מאנסי?
למך: ניין!
מיכל: אין מאנרא?
למך: ניין!
מיכל: אין בארא פארק?
למך: ניין!
מיכל: דעמאלטס קוק אהער אז דו ביסט נישט אין מאנסי און נישט אין מאנרא און נישט אין בארא פארק ביסטו דאך "ערגעץ אנדערש"... איז געב שוין אהער די צענער...
:lol: :lol: :lol:


Abbott And Costello- You're not here!

אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 5:00 pm

תגובהדורך אוהב שלום » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:26 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:וואס איז א חילוק צווישן ליבאוויטש און ברסלב
ליבאוויטש איז א קאנפליצירטע חסידות פאר פשוט'ע מענטשן, בלסלב איז א פשוט'ע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן.
(קרעדיט: ר' אורי האלבערשטאם גראמער)

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p-
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 4:00 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:איבעראל זעהט מען א חילוק צווישן די חתן און אנדערע באטייליגטע, ווי אזוי זעהט מען א חילוק ביי די נ-נח'ס
אלע מענטשן גייען מיט קראקס, משא"כ דער חתן גייט מיט זאקן אויך...

אוי איז עס אמת :lol: :lol:
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 6:34 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:וואס איז א חילוק צווישן ליבאוויטש און ברסלב
ליבאוויטש איז א קאנפליצירטע חסידות פאר פשוט'ע מענטשן, בלסלב איז א פשוט'ע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן.
(קרעדיט: ר' אורי האלבערשטאם גראמער)


קרעדיט רבי אברהם מרדכי מלאך שליטא

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 6:48 pm

סימן אלף ביי יתגבר כארי ווערט געברענגם מהרה׳׳ק מפרעמישלאן זי׳׳ע אז מען גיט שלאפן ווי א יוד שטייט מען אויף ווי א יוד און אז מען גייט שלאפן ווי א גוי שטייט מען אויף ווי א גוי. לפי זה פארשטייט מען וואס מען זאגט ביי יוצר וכולם פותחים את ׳׳פיהם׳׳ אז אלס פאנגט זיך אן ביים ״פי עם״
קרעדיט ר׳ ישעי׳ סאקס

חמרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 8:13 pm

איך לייג זיך ווען עס איז שוין עי עמ, אין איך בין מתגבר כארי ווען ס׳איז שוין באלד פי עמ

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג אוקטובער 27, 2017 1:13 pm

א יונגערמאן האט געקויפט א נייע קאר, די ערשטע זאך האט ער אראפגענומען די ווייפער'ס נישט צו באקומען קיין טיקעט'ס...

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג אוקטובער 29, 2017 5:59 pm

בין איך אמאל געווען אין שומר שבת, ארום 68 מינוט נאכן שקיעה, שטייט איינער א חיוב און שרייט "מנחה מנחה", עפעס א ליטווישער בחור איז אריבערגעגאנגען און פרעגט "וואס, נאך מנחה?" זאגט אים איינער: ער מוז, ער איז א חיוב. רופט זיך דער ליטוואק אהן: "Wow, Some people really live on the edge..."
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 9:30 pm

בריסקער לומדית
צוגעלייגטע
purim.JPG
purim.JPG (23.32 KiB) געזעהן 1816 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:31 am

איינער זאגט מיר היינט אז פארוואס האט לוט געהייסן לוט,
ווייל לוט איז ראשי תיבות לוט וויל טרינקען,
פרעגט ער פארוואס זאל ער נישט הייסן טול טרינקען וויל לוט?
ווייל ווער איז לוט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:32 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איינער זאגט מיר היינט אז פארוואס האט לוט געהייסן לוט,
ווייל לוט איז ראשי תיבות לוט וויל טרינקען,
פרעגט ער פארוואס זאל ער נישט הייסן טול טרינקען וויל לוט?
ווייל ווער איז לוט?

טיף טיף... ;l;p-

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:38 am

האט אבער א פירכא

ט'ול ו'ויין ל'יבהאבער [ל'עקער]

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:43 am

א פאליציאנט שטעלט אפ א קאר אויפן הייוועי און זאגט אים האסטו באמערקט אז דיין קאר פארט זיג זאג די גאנצע צייט ?

רופט ער זיך אהן ,יא אבער כאב געטרינקן פאר דעם 5 באטעלעך ביר

רופט זיך אהן דער פאליציאנט , "נאכאלס ניש קיין תירוץ צו לאזן דיין ווייב דרייוון !!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:43 am

א דאקטאר רופט אהן זיין פאציענט און זאגט אים ,נאך אלע בלוט טעסטס וואס מ'האט גענומען פון דיר האבעך דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס

די שלעכטע נייעס איז אז מ'ברויך דיר אפשניידן ביידע פוס

די גוטע נייעס איז , אז כאב געטראפן א קאסטומער פאר דיינע שוך !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:44 am

צו זאגן פאר א פרוי "וואקס שוין אויף"

איז אזוי ווי זאגן פאר א שטיין "ריק דיר שוין"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:44 am

4 מאמעס זיצן אזוי אין פארק
רופט זיך אהן דער ערשטער , אוי
רופט זיך אהן די צווייטע , אוי אוי
רופט זיך אהן דער דריטער , אוי אוי אוי
רופט זיך אהן דער פערדער, שוין , גענוג גערעדט פון די קינדער ,מ'קען אפשר אריבערגיין צו א אנדערע נושא ?!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:45 am

א עלטערע מענטש איז ארויף אויפן באס און דערלאנגט פארן דרייווער א קינדער באס קארטל
זאגט אים דער באס דרייווער סאררי אבער ס'קארטל איז פאר קינדער
רופט ער זיך אהן " זאלסטו כאטש וויסן ווילאנג כ'ווארט שוין דא !"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:45 am

א שכנ'טע האט מיר היינט אנגערופן צו זי קען נוצן מיין וועקיום קליענער

האבעך איר געזאגט , יא , אבער מיט איין תנאי אז זי קען עס נאר נוצען אין מיין הויז !
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:46 am

א רב האט זיך אמאל אהיים געיאגט א ערב יו"ט מיט זיין אויטא אינמיטן האט ער געמאכט א העד אן עקסידענט מיט א קאר וואס א גלח האט געדרייווט , ביידע קארס זענען געווען א טאטאל פארלוסט אבער צו מזל איז יעדער ארויס אומבאשעדיגט

דער רב גייט צו צום גלח און זאגט אים , אזא נס איז געשעהן צונונז ביידע לאמיר מאכן א לחיים ער נעמט ארויס א באטל ווהיסקי פונעם טראנק און גיסט אהן א גלעזל פארן גלח און פאר זיך

דער גלח געט א שלונג אראפ דעם גאנצן גלעזל אויף איינמאל און זעהט ווי דער רב האלט נאך זיין גלעזל און טרינקט ניש

ווען ער פרעגט אים פארוואס ער טרינקט ניש זאגט אים דער רב

כאב יעצט גערופן די פאליציי נאכדעם וואס זיי וועלן דיר אוועקנעמען עליך טרינקן !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:46 am

א שוטה האט אמאל געוואלט טוישן א באלב איז ער ארויף אויף א בענקל מיט שמוציגע שוך צו טוישן

רופט זיך איינער אהן דארט , לייג עט ליעסט אונטער א צייטונג

זאגט ער, "כ'ברויך ניש , כ'ריטש די לייט אהנע דעם אויכעט !"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:47 am

קויפן זאקן איז אזוי ווי גיין אויף א חתונה מיט די געוויסן אז די פארל גייען זיך שפעטער גט'ן !
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך נובעמבער 01, 2017 10:47 am

געווען א מלמד וואס האט געהייסן די קינדער אין זיין כיתה צו מאלן א קוה

אזוי ארום גייענדיג צווישן די קינדער זעהט ער ווי איין קינד מאלט ניש
פרעגט ער אים פארוואס מאלסטו ניש

זאגט דאס קינד , וואס זאל איך טוהן אז דו האלטסט דיר אין איין ריקען !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט