מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:52 am

דעם שבת אינמיטן דער שבת שובה דרשה האט זיך דער רב אפגעשטעלט און געפרעגט פון אלע פארזאמעלטע:

ווער פון אייך איז גרייט מוחל צו זיין אלע זיינע שונאים?
יעדער האט אויפגעהויבן די האנט אויסער משה דער אלטער.
"משה" פרעגט דער רב "ביזט נישט גרייט צו מוחל זיין דיינע שונאים?"
משה: איך האב נישט קיינע שונאים.
רב: ווי אלט ביזטו, אויב כ'מעג פרעגן?
משה: 90 יאר.
רב: קענסט אונז אנטפלעקן דיין סוד, וויאזוי דו ביזט שוין 90 יאר, און דו האסט נישט קיין שום שונאים?
משה: מען דארף נישט טון גארנישט, מען דארף פשוט ליבן לענגער ווי די אלע אקסן...
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:31 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:געהערט פון ר' פישל שעכטער אז איינער האט געזאגט אז ער עסט ראש השנה lettuce, raisins, און celery.

לסימנא מילתא צו let us raise my salary...

איך עס סארדינס: אלץ סר דין.
קיווי: אלץ כי בי אורך ימיך.
איך זאל אנהייבן מיין ליסט?


געזעהן דעם חודש אין 'דער אוצר' אויסגאבע, אז הרה"ח ר' שלמה הערש שטויבער הי"ו האט אמאל געברענגט פאר הרה"ק ר' איציקל פון פשעווארסק זצ"ל א קיווי אויף ר"ה, און ער האט געזאגט אז ער ברענגט עס פאר א גוטע סימן ווייל עס שטייט אין פסוק 'כי בי וכו'' (איך געדענק נישט פונקטליך צו דעם פסוק וואס סאדאם ברענגט)... און ר' איציקל האט עס טאקע געגעסן ר"ה ביינאכט

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:35 am

ס'קען זיין:
כִּי בִי יִרְבּוּ יָמֶיךָ וְיוֹסִיפוּ לְּךָ שְׁנוֹת חַיִּים.
כִּי בִי חָשַׁק וַאֲפַלְּטֵהוּ אֲשַׂגְּבֵהוּ כִּי יָדַע שְׁמִי.
לִי קִוּוּ רְשָׁעִים לְאַבְּדֵנִי עֵדֹתֶיךָ אֶתְבּוֹנָן.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:23 pm

גיב א שמייכל האט געשריבן:פארוואס זאגט מען נישט ראש השנה, אנו מתירין להתפלל עם העברינים?
ווייל זיי זענען אלע געפארן קיין אומאן.....

(נו, נעם עס נישט פערסענאל... סאיז נאר א ווערטעל...)

אומאן איז אזוי ווי 'האום דיפאו'
יעדער וואס פעלט אים א 'שראפעל' פארט אהין!
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ס'פאלט מיר איין א מעשה

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 06, 2019 3:17 pm

א בדחן פלעגט זיך אלס באגעגענען אויף שמחות מיט א בארימטן בעל מספר וואס האט ענטערטעינד דעם עולם מיט מעשה'לעך, שטאלצירנדיג אז זיינע מעשיות זענען אלעמאל אמת'ע.

איינמאל פרעגט אים דער בדחן: פון וואו האסטו אלעמאל אזוי פיל מעשיות?

ענטפערט יענער: דיר פאלט איין עכטע ווערטלעך - און מיר פאלט איין עכטע מעשיות...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 5:07 pm

ווי האט נאר יארמער רב געזאגט?

'איך האב פיינט די בדחנים וואס מאכן אויף פאלשע מעשיות, עס איז זייער נישט גלייך
איך למשל, מאך נאר אויף אמת'ע מעשיות...' עכל"ק
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 11:58 am

איז ווער האט יעצט די מאנדאט צוזאמצושטעלן א קאאליציע, ביבי אדער גאנץ?

ל'מאן-דאט' כל עמי הארץ
(כי ה' הוא האלקים אין עוד!)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:30 am

נאפאליון דער קעניג פלעגט אלס גיין אנגעטוהן מיט א רויט העמעד מיטן תירוץ אז אויב ווערט ער אמאל פארוואונדעט זאל מען עס ניש אנזעהן






יעצט פארשטיי איך פארוואס קים דזשאנג אן גייט מיט ברוינע הויזן.......................................!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:30 am

שטארק ווארט

אמאל האט צובראכענע טעלעפאון געמיינט א שפיל ......................................................................................................................................................................היינט מיינט דאס אסאך געלט !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:30 am

איינער פרעגט מיר צו כאב געהערט פון דעי אינגע פארפאלק וואס זענען געגאנגן האנימון אין די קאריעביען אינזלען און א שארק האט געביסן צום טויט ס'מאן

זאג כ'אים ניין כאב ניש געהערט דערפון , ס'הערט זיך זייער שרעקעדיג

רופט זיך יענער אהן , עט ליעסט האט ער ניש געליטן קיין סאך

פרעג איך אים, פון וואנעט ווייסטו דאס ?

זאגט ער מיר , "וואס הייסט ?!, ער איז נאר געווען חתונה געהאט פאר 5 גאנצע טעג !!!!!!!!!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:30 am

גוט ווארט

אויב האסטו א ביקס , יעמאלטס קענסטו באראבעווען איין באנק



אויב האסטו א באנק , קענסטו באראבעווען יעדן !!!!!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:31 am

איינער זאגט מיר נעכטן

ער קען קוים ווארטן אז די דייעט זאל זיך מיט אים אנהייבן


ווייל אייביג איז ער וואס דארף אנהייבן .....................................................!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:31 am

א בחור בין הזמנים צופריה נאך שחרית

"מאמי מיט וואס קעניך דיר היינט העלפן ?"

מאמע: גארניש שעפעלע, אלעס איז אין דער ארדענונג

ביינאכט

מאמע: שעפעלע אלעס מוז איך טוהן דא אין הויז אליינס כ'בין עפעס דיין קלינינג לעדי ?!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:31 am

א ווייבל פרעגט איר מאן , אווי האסטו געלייגט די ביכל "וויזוי צו לעבן ביז די הונדערט און צוואנציג"

זאגט ער, כאב עס פארברענט

פרעגט זי , פארוואס

זאגט ער, "ווייל דיין מאמע האט מיר געשיקט נעכטן א מעסעדזש אז זי קומט היינט אויפפיקן די בוך !!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:32 am

א חבד'סקער ,ליטוואק און א בריסקער זענען געוואויר געווארן אין איין טאג אז זייערע מאמע'ס זענען ניש קיין אידן און בעצם זענען זיי אויך ניש קיין אידן

דער חבד'סקער פריידט זיך גאר שטארק , און פארט גראד קיין תל אביב צו א קלאב

דער ליטוואק פריידט זיך אויך זייער און לויפט אריין אין א מעקדאנעלדס און ארדערט זיך א גרויסע טשיז בורגער סענדראוויטש

דער בריסקער פריידט זיך אויך זייער און הייבט אהן טאנצען זאגענדיג , אההההההההה יעצט קען מען שוין גיין לערנען אין בעסקיס !!!!!!!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:32 am

שטארק !


יעדער וואונדערט זיך עט ליעסט איינמאל אין לעבן


וויזוי דער טיילענאול ווייסט פונקטליך וועכע אבר אדער מוסקעל טוט מיר וויי........................!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:32 am

דער ליעבערמאן פון ישראל ביתינו האט א מעידזשער פראבלעם

ער וויל ניש זיצן מיט חרדים
ער וויל ניש זיצן מיט מר"ץ
ער וויל ניש זיצן מיט עבודה
ער וייל ניש זיצן מיט ביבי
ער וויל ניש זיצן מיט די אראבער
ער וויל פשוט ניש זיצן


זעהט מיר אויס אז ער האט העמערוידס.................!!!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 10:38 am

א גוט יאר האבעך ניש צו סאך צייט לעצטנס אבער ס'האט זיך מיר פארבענקט נאך אזעכע געהויבענע טעג צו קענען אנהאלטן די שמחה אויף די ימים הבאים


ניש פארגעסן צו קויפן א קאנע פיש פוד דיזער שאבעס און עס עסן נאך די פיש צו קענען פיטערן אייער אקווערעיום וואס האט זיך געשאפן אין אייער איצטמכא פון די לעצטערע פאר וואכן אויב ווילט איר עס מאכן קאלירפול דיין עסט אסאך מינע צמחים העט איר שוין אויך האבן א "קאראל ריעף" דארט און געטס אכטונג זיך ניש צו אנעסן מיט חלה ווייל די פיש קענען זיך דערשטיקן

"please handle them with caution "
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:06 am

נו וואדע האט געשריבן:א גוט יאר האבעך ניש צו סאך צייט לעצטנס אבער ס'האט זיך מיר פארבענקט נאך אזעכע געהויבענע טעג צו קענען אנהאלטן די שמחה אויף די ימים הבאים


ניש פארגעסן צו קויפן א קאנע פיש פוד דיזער שאבעס און עס עסן נאך די פיש צו קענען פיטערן אייער אקווערעיום וואס האט זיך געשאפן אין אייער איצטמכא פון די לעצטערע פאר וואכן אויב ווילט איר עס מאכן קאלירפול דיין עסט אסאך מינע צמחים העט איר שוין אויך האבן א "קאראל ריעף" דארט און געטס אכטונג זיך ניש צו אנעסן מיט חלה ווייל די פיש קענען זיך דערשטיקן

"please handle them with caution "

:lol: :lol: :lol:
איך ראל מיך...

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:07 am

שכויעך נע וואדע פארן ארויפציען א שמייכל אויף מיינע לעפצען
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:14 am

נו וואדע האט געשריבן:דער ליעבערמאן פון ישראל ביתינו האט א מעידזשער פראבלעם

ער וויל ניש זיצן מיט חרדים
ער וויל ניש זיצן מיט מר"ץ
ער וויל ניש זיצן מיט עבודה
ער וייל ניש זיצן מיט ביבי
ער וויל ניש זיצן מיט די אראבער
ער וויל פשוט ניש זיצן


זעהט מיר אויס אז ער האט העמערוידס.................!!!!!!

ביבי וויל אויך נישט 'זיצן'...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:53 am

נו וואדע האט געשריבן:שטארק ווארט

אמאל האט צובראכענע טעלעפאון געמיינט א שפיל ......................................................................................................................................................................היינט מיינט דאס אסאך געלט !!!


ביינונז און אונגארן האבן מיר נאכנישט געכאפט, קען איינער ביטע מסברן?

אז מיר זענען שוין דא, וועלן מיר זיך שטארק באדאנקען פאר נאוואדע פארן ארויסווארפן די מרה שחורה.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:59 am

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:שטארק ווארט

אמאל האט צובראכענע טעלעפאון געמיינט א שפיל ......................................................................................................................................................................היינט מיינט דאס אסאך געלט !!!


ביינונז און אונגארן האבן מיר נאכנישט געכאפט, קען איינער ביטע מסברן?

אז מיר זענען שוין דא, וועלן מיר זיך שטארק באדאנקען פאר נאוואדע פארן ארויסווארפן די מרה שחורה.



ווען האסטו א צובראכענע טעלעפאון (סעלפאון) רופסטו ארום 10 געשעפטן פונעם געלן בוך ווער ס'פארעכט פאר די ביליגסטע (אזוי מיין איך איז פשט אינעם וויץ :wink: )
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 11:59 am

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:שטארק ווארט

אמאל האט צובראכענע טעלעפאון געמיינט א שפיל ......................................................................................................................................................................היינט מיינט דאס אסאך געלט !!!


ביינונז און אונגארן האבן מיר נאכנישט געכאפט, קען איינער ביטע מסברן?

אז מיר זענען שוין דא, וועלן מיר זיך שטארק באדאנקען פאר נאוואדע פארן ארויסווארפן די מרה שחורה.


אמאל געווען א געים וואס מהאט גערופן "בראקען טעלעפאוין" וואס מפלעגט שפילען אלס קינד.

היינט צוטאגס ווען די געלעקסי 9 אדער אייפאוין 10 צוברעכט זיך קאסט עס אסאך געלט.
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 12:03 pm

א שיינעם דאנק
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אביונה, להבא און 34 געסט