בלאט 418 פון 437

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:51 am
דורך ישוב הדעת
בע״ה ״לפנות בוקר״ יום ה׳ גלשתי ברשת לראות ״מה נשמע״ והנה מצאתי ״ספורי צדיקים״ נפלאים עד מאוד.

הנה פלוץ פלצתי מאוד מאוד עיני עיני יורדה מים בזכותכם.

״והנה וודאי״ שאני רוצה להביע הכרת טובה.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:57 pm
דורך אלופי אדום
וואס טוט זיך האט געשריבן:
כ'האב געטוישט מיין פעסווארד צו silence, ס'די איינציגסטע ווארט וואס מיין בני בית קען נישט.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:10 pm
דורך בר דעת
ברעיקינג!!!
גמליאל הייבט זיך אן צו ברעכן. מען האט יעצט געזעהן גמליאל אין זיין שפאגל נייע מערצעדיס, זיצענדיג מיט טלית ותפילין און ער דאווענט שחרית...
#כוח היחיד

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:18 pm
דורך לפנות בוקר
וואס טוט זיך האט געשריבן:
טוויטער איז א סארס צו אויפמאכן ליגענט, און ארומדרייען סארסעס~עבירעהעם לינקאלן

עבירעהעם לינקאלן???
שוין געוועו טוויטער דעמאלטס?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:24 pm
דורך לפנות בוקר
ר' אברהם מרדכי מלאך פרעגט..
עס שטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה איז ווי אזוי קען זיין אז איך וואס איך בין משמח חתן כלה בין נישט זוכה דערצו??
נאר די גמרא זאגט אז איינער ליינט קרי"ש נאכן זמן איז עס נאר כקורא בתורה..
צו די תורה איז ער זוכה ווען ער איז משמח חתן וכלה...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:35 pm
דורך צדיק בן צדיק
לפנות בוקר האט געשריבן:ר' אברהם מרדכי מלאך פרעגט..
עס שטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה איז ווי אזוי קען זיין אז איך וואס איך בין משמח חתן כלה בין נישט זוכה דערצו??
נאר די גמרא זאגט אז איינער ליינט קרי"ש נאכן זמן איז עס נאר כקורא בתורה..
צו די תורה איז ער זוכה ווען ער איז משמח חתן וכלה...


עס שטייט ״זוכה לחמשה קולות״ מן הסתם מיינט עס, מ׳ברויך איהם אויפוועקען פינעף מאהל פאר זמן קריאת שמע! נא זמן קר״ש...נא שטיי שוין אויף.....נאאאאאאאאאאאאאאא :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:44 pm
דורך יש בו
לפנות בוקר האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
טוויטער איז א סארס צו אויפמאכן ליגענט, און ארומדרייען סארסעס~עבירעהעם לינקאלן

עבירעהעם לינקאלן???
שוין געוועו טוויטער דעמאלטס?

יעצט פארשסטייסטו פארוואס אין בדיחותא?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:45 pm
דורך קלאָצקאָפּ
צדיק בן צדיק האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ר' אברהם מרדכי מלאך פרעגט..
עס שטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה איז ווי אזוי קען זיין אז איך וואס איך בין משמח חתן כלה בין נישט זוכה דערצו??
נאר די גמרא זאגט אז איינער ליינט קרי"ש נאכן זמן איז עס נאר כקורא בתורה..
צו די תורה איז ער זוכה ווען ער איז משמח חתן וכלה...


עס שטייט ״זוכה לחמשה קולות״

מ"מ ביטע.

ברכות דף ו ע"ב

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:51 pm
דורך zugurnish
וא"ר חלבו אמר רב הונא כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות שנאמר (ירמיהו לג, יא) קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו את ה' צבאות ואם משמחו מה שכרו אמר רבי יהושע בן לוי זוכה לתורה שנתנה בחמשה קולות

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:51 pm
דורך לפנות בוקר
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ר' אברהם מרדכי מלאך פרעגט..
עס שטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה איז ווי אזוי קען זיין אז איך וואס איך בין משמח חתן כלה בין נישט זוכה דערצו??
נאר די גמרא זאגט אז איינער ליינט קרי"ש נאכן זמן איז עס נאר כקורא בתורה..
צו די תורה איז ער זוכה ווען ער איז משמח חתן וכלה...


עס שטייט ״זוכה לחמשה קולות״

מ"מ ביטע.

גוט..
לשון הגמרא..
ואם משמחו מה שכרו אמר רבי יהושע בן לוי "זוכה לתורה" שנתנה בחמשה קולות

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:53 pm
דורך הויעך
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ר' אברהם מרדכי מלאך פרעגט..
עס שטייט כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה איז ווי אזוי קען זיין אז איך וואס איך בין משמח חתן כלה בין נישט זוכה דערצו??
נאר די גמרא זאגט אז איינער ליינט קרי"ש נאכן זמן איז עס נאר כקורא בתורה..
צו די תורה איז ער זוכה ווען ער איז משמח חתן וכלה...


עס שטייט ״זוכה לחמשה קולות״

מ"מ ביטע.


מיכאל שניצלער האט געשריבן:כוויל נישט חס ושלום עובר זיין
אויף די גמרא ברכות ו עמוד בית


גמרא ברכות ו עמוד ב האט געשריבן: אמר רבי חלבו אמר רב הונא: כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו - עובר בחמשה קולות, שנאמר: קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול אומרים הודו את ה' צבאות. ואם משמחו מה שכרו? - אמר רבי יהושע בן לוי: זוכה לתורה שנתנה בחמשה קולות.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 9:39 pm
דורך סיפורי צדיקים
באקומען פריער פון @הענדימען אין אישי
איינער זאגט פאר א סאטמארער. דיין זוהן לערנט יעצט דף היומי אין אנדערן צימער
ער שטורעמט אריין און שרייט. האסט נישט וואס טוהן? לערן ענדערש א בלאט גמרא אין דעי צייט!

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 11:00 am
דורך כתמר יפרח
צוויי גנבים האבן זיך אריין געגנבט ביי א פרוישע קליידער געשעפט,
וען איינער האלט אינמיטן אויסליידיגן די שעלפס באמערקט ער אויף איינע פין די קליידער א טעג וואס שטייט $800
"איך גלייב נישט" רופט ער זיך אן צו זיין חבר, "אזעלעכע גנבים דא"

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:25 pm
דורך נו וואדע
א עלטערע קראנקע מענטש קומט אמאל אריין צום דאקטאר און פרעגט , ווי לאנג האבעך צו לעבן ?

זאגט אים דער דאקטאר , 10

פרעגט ער, 10 טעג ,חדשים אדער יאר ?

זאגט אים דער דאקטאר, "9" !!!!!!

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:25 pm
דורך נו וואדע
וואס איז די חילוק צווישן א מענטש וואס קויפט די לאטערי און א מאן וואס טענה'ט זיך מיט א פרוי ?


















דער מענטש וואס קויפט די לאטערי האט באמת א שאנס צו געווינען !!!!!

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:25 pm
דורך נו וואדע
איינער זאגט מיר היינט

"לערן דיר פון דיין גויטע , ווען דו האסט ניש געדולד צו אויפקליענען , צוברעך עס.....................................!!!!!"

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:26 pm
דורך נו וואדע
א פרוי רופט אהן איר מאמע און וויינט , מאמי מיין מאן וויל שוין ווידער ניש עסן די רייז וואס כאב געמאכט פאר נאכטמאל ,כאב שוין ניש קיין כח צו דעם

זאגט די מאמע, זאג אים ווי שווער ס'דיר געווען צו קאכן און עס מאכן פאר אים

זאגט זי , "הייסט כאב עס געדארפט קאכן אויכעט ??!!!!"

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:26 pm
דורך נו וואדע
אגט מיר איינער

"ס'דא מענטשן וואס מיין טיר איז אייביג אפן פאר זיי...............................................................................................................................................................................................................אז זיי זאלן אפ פיצן פון דאנעט !!!!!!

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:26 pm
דורך נו וואדע
שטארק ווארט

יעדע פרוי איז מחיוב צו געבן נאכטמאל פאר איר מאן




ווייל לויט די דזשעניווע געזעצן איז יעדע ארעסטאנט בארעכטיגט צו א ווארימע נאכטמאל..............................................................................................!

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:27 pm
דורך נו וואדע
אמת ווארט

מ'האט אמאל געפרעגט א קלאון , פארוואס האסטו אייביג אהן א מאסק

האט ער גע'ענטפערט , "יעדער מענטש אין די וועלט האט אהן א מאסק , נאר מיינס זעהט מען כאטש!!!!!"

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:27 pm
דורך נו וואדע
אינמיטן א שטארקע רייבעריי צווישן מאן און ווייב , רופט זיך אהן די ווייב

כ'בין געווען טויב ,בלינד און שטום, אהנע שכל דיר צו נעמען פאר א מאן

רופט זיך אהן דער מאן , " הייסט ניש גענוג כאב רחמנות געהאט און גענומען א עכט קראנקע פרוי שלאגסטו דיר נאך ארום מיט מיר ??!!"

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:28 pm
דורך נו וואדע
סיז אמאל אנגעקומען א סובמארין אין די ארץ ישראל'דיגע וואסערן

האט מדינת ישראל געשיקט א דייווער צו זעהן פון וועכע לאנד דאס איז

ער קומט צוריק און זאגט אז פון די קאלירן זעהט עס אויס א רוסישע אבער ער איניש זיכער

שיקט מען ארויס א צווייטע ים טויכער , קומט ער צוריק נאך אפאר מינוט און זאגט ס'זעהט אויס אווי א אמעריקאנע ווייל די מאטאר זעהט אזוי אויס אבער איך ביניש זעכער

שיקט מען א דריטן , ער קומט צוריק זאגט ער , ס'קומט זיכער פון חעלם

פרעגט מען אים פארווואס

זאגט ער , "ווייל ווען כאב געקלאפט אויפן טיר , האבן דעי משוגעים גע'עפנט !!!!!"

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:28 pm
דורך נו וואדע
א שוטה איז אמאל געקומען אויף א וויזיט צו זיין חבר
דער חבר האט געהאלטן אינמיטן שפילן מיט זיין הונטל , און ער זאגט פארן שוטה , מיין הונטל איז אזוי קלוג , קוק כ'ווארף א ביינדל , כ'געב אים א שטויס און ער ברענגט עס מיר גראד צוריק, ווילסט עס אויספרובירן

זאגט דער שוטה , אודאי ווילעך אבער פליז געמיר ניש צו א שטארקע שטויס......................................................!!!

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:41 pm
דורך היימישער הייקער
נו וואדע האט געשריבן:שטארק ווארט

יעדע פרוי איז מחיוב צו געבן נאכטמאל פאר איר מאן




ווייל לויט די דזשעניווע געזעצן איז יעדע ארעסטאנט בארעכטיגט צו א ווארימע נאכטמאל..............................................................................................!


אוייויויו! לאכתי ופלצתי!!! :lol: :lol: :lol:

געשריבן: פרייטאג ינואר 24, 2020 1:50 pm
דורך ארלאנדא
נו וואדע האט געשריבן:סיז אמאל אנגעקומען א סובמארין אין די ארץ ישראל'דיגע וואסערן

האט מדינת ישראל געשיקט א דייווער צו זעהן פון וועכע לאנד דאס איז

ער קומט צוריק און זאגט אז פון די קאלירן זעהט עס אויס א רוסישע אבער ער איניש זיכער

שיקט מען ארויס א צווייטע ים טויכער , קומט ער צוריק נאך אפאר מינוט און זאגט ס'זעהט אויס אווי א אמעריקאנע ווייל די מאטאר זעהט אזוי אויס אבער איך ביניש זעכער

שיקט מען א דריטן , ער קומט צוריק זאגט ער , ס'קומט זיכער פון חעלם

פרעגט מען אים פארווואס

זאגט ער , "ווייל ווען כאב געקלאפט אויפן טיר , האבן דעי משוגעים גע'עפנט !!!!!"


:lol: :lol: :lol: