בלאט 2 פון 436

געשריבן: זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:13 pm
דורך שוועמל
אכשיר דרא.....


בוש וויל ענדיגן בבלי

סאדאם וויל ענדיגן ירושלמי

אולמערט וויל ענדיגן ש"ס

........ וויל ענדיגן .....

Re: מילתא דבדיחתא

געשריבן: זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:25 pm
דורך פענסטער
נאט טו ביזי האט געשריבן:אנשטאט עס צו שרייבן אין די אלטע קרעטשמע אויף הייד פארק אינם אשכול "יארמור רב"... ... זאגט: שרייב איך עס דא.

איך האב געהערט נאכזען פון ר' יענקעל אז פארוואס טוט מען אן א קיטל פאר א נפטר? ווייל מען וויל אים דערמאנען אז ער האט אמאל חתונה געהאט.


דא האט איר די לינק צו יענעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/top ... id=1488383


אויב אזוי, דארף ווען דער קעפל פונעם אשכול זיין "יארמור רב"... ... זאגט: און נישט "מילתא דבדיחותא".

איך וואלט ווען ענדערש געזאגט אז דאס זאל זיין א המשך צו די אשכול וואס בעני (ז"ל) האט געפנט אין אלט שטאט "גיט א שמייכעל".

געשריבן: זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:32 pm
דורך פענסטער
און יעצט א מילתא דיבדיחותא, שוין טאקע אן אלטע דזאוק, אבער ס'נאך אלץ א דזאוק.

עס איז אמאל געווען צוויי חברים פלאצירט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים, - לאמיר זיי אנרופען פאר די סעיק פון די מעשה ראובן און שמעון - איינמאל האבן די צוויי חברים שפאצירט נעבן א סווימינג פול און ראובן געט א שפרונג אריין אין פול, און ס'קוקט אויס ווי ער דערטרענקט זיך, שמעון זעט וואס ס'גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי און געט א שפרונג אריין נאך זיין חבר און ער שלעפט אים ארויס, ממש ער האט אים געראטעוועט דאס לעבן.

דער הויפט פון די אנשטאלט האט געהערט פון די מעשה האט ער געלאזט רופן דעם שמעון, און ער זאגט אים איך האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, די גוטע נייעס איז אז אזויווי דו האסט באוויזען אזא העראישע אקט כדי צו ראטעווען דיין חבר ביסטו באפרייט פון דא, און די שלעכטע נייעס איז אז ראובן איז טויט, ער האט זיך געהאנגען אין זיין צימער.

זאגט אים שמעון, ער האט זיך נישט געהאנגען, איך האב אים אויפגעהאנגען ער זאל זיך אויסטרוקענען פון די וואסער, יעצט ווען קען איך ארויסגיין?...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 27, 2006 10:14 am
דורך 3x0
פענסטער האט געשריבן:און יעצט א מילתא דיבדיחותא, שוין טאקע אן אלטע דזאוק, אבער ס'נאך אלץ א דזאוק.

עס איז אמאל געווען צוויי חברים פלאצירט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים, - לאמיר זיי אנרופען פאר די סעיק פון די מעשה ראובן און שמעון - איינמאל האבן די צוויי חברים שפאצירט נעבן א סווימינג פול און ראובן געט א שפרונג אריין אין פול, און ס'קוקט אויס ווי ער דערטרענקט זיך, שמעון זעט וואס ס'גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי און געט א שפרונג אריין נאך זיין חבר און ער שלעפט אים ארויס, ממש ער האט אים געראטעוועט דאס לעבן.

דער הויפט פון די אנשטאלט האט געהערט פון די מעשה האט ער געלאזט רופן דעם שמעון, און ער זאגט אים איך האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, די גוטע נייעס איז אז אזויווי דו האסט באוויזען אזא העראישע אקט כדי צו ראטעווען דיין חבר ביסטו באפרייט פון דא, און די שלעכטע נייעס איז אז ראובן איז טויט, ער האט זיך געהאנגען אין זיין צימער.

זאגט אים שמעון, ער האט זיך נישט געהאנגען, איך האב אים אויפגעהאנגען ער זאל זיך אויסטרוקענען פון די וואסער, יעצט ווען קען איך ארויסגיין?...


הא הא הא.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:16 pm
דורך איך_הער
ווי אזוי קען א פרוי מאכן איר מאן פאר א מיליאנער?



ווען ער איז פארדעם געווען א ביליאנער.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:16 pm
דורך איך_הער
וואס איז די שירה פון א מאסקיטא?


רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:19 pm
דורך איך_הער
עס האט איינער פארציילט אז ער האט די קאר א טעכנעלאגיע וואס ס'זאגט אים ווען ער פארט צו שנעל, אדער ווען ער מאכט צו א שנעלע דריי וכדומה, ס'הייסט

די ווייב.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:22 pm
דורך איך_הער
פארוואס איז נישט דא קיין וואלמארט אין איראק?


ווייל יעדע קארנער איז א טארגעט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:25 pm
דורך מעסטערמיינד
סעקרעטאר,


גוט גוט גוט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2006 11:28 pm
דורך מאשקע
איך_הער, אפאר גוטע זאכן געזאגט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2006 12:18 am
דורך קרעמער
איך_הער;

גוט געזאגט! יישר כח פארן שמייכל

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2006 10:11 am
דורך יאנאש
וואס האט די שוויגער מיט חנוכה לעכט??






ביידע האט מען הנאה ווען זיי ברענען.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2006 10:38 am
דורך סאכדעס
גוט גוט איכער, כאב הנאה געהאט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2006 2:39 pm
דורך 3x0
א עלטערע איד האט אמאל געזאגט פאר א בחור "איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע" האט אים דער בחור גענטפערט "מיין באבע וואלט נישט חתונה געהאט מיט אייך"...

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2006 2:41 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן:כאב הנאה געהאט.

און יעצט שוין נאמאר?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 11:53 am
דורך סאכדעס
אויף ווען איז די 'יעצט' געזאגט געווארן?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 12:12 pm
דורך קרעמער
יאנאש האט געשריבן:וואס האט די שוויגער מיט חנוכה לעכט??






ביידע האט מען הנאה ווען זיי ברענען.


מיינסט נישט ח"ו ברענען ממש, מסתמא מיינסטו אנגעצויגן פאר כעס.. אדער ווען זיי זענען רויט אין קאך איבערגעבויגן העכערן טאפ מיט פאנקעס, וכדומה.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 12:28 pm
דורך מאשקע
קרעמער, פון וואו ווייסטו אזוי גוט וואס ער מיינט?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 1:44 pm
דורך איך_הער
סאכדעס האט געשריבן:אויף ווען איז די 'יעצט' געזאגט געווארן?

אקארשט, ווען דו ליינסט עס "יעצט".

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 3:20 pm
דורך א אידעלע
איינער האט אמאל שפעט ביינאכט, זיך גענומען עסן לאטקעס (פארשטייט זיך חנוכה), ווען מען האט אים פארגעהאלטן אז דער דאקטער לאזט אים דאס נישט עסן, האט ער געענטפערט אז דער דאקטאר שלאפט שוין יעצט...........

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 3:36 pm
דורך קרעמער
אני_הקטן האט געשריבן:קרעמער, פון וואו ווייסטו אזוי גוט וואס ער מיינט?


כ'בין אים פשוט דן לכף זכות (אדער קען איך פשוט נישט זיין שוויגער)

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2006 5:59 pm
דורך איך_הער
פון אן אנאנימער.

דריי זאכן וואס ס'פאסט נישט אבער ס'שאדט נישט.

טרינקען ברוינפן פון א גרויס גלעזל.
עסן קאמפאט מיט א גרויסן לעפל.
דערלאנגען צוויי פראסקעס פאר די ווייב. ( ואיכא דאמרי, אז ס'פאסט אבער ס'שאדט אויך )

די זאכן זענען געשריבן געווארן נאר לחדודי מילתא, אבער נישט לאסוקי שמעתא אליבא דהלכתא.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 11:45 am
דורך א אידעלע
איך האב פונקט געהערט נעכטן, אז מען האט געפרעגט א באקאנטן גדול אין ארץ ישראל, צו מען מעג אין שבת אריינווארפן די באל אין די בעסקעט, (ווען מען שפילט בעיס באל), דער גאון זייענדיג אויסגעטוען פון דער וועלט, האט מען אים דאס געדארפט מסביר זיין אז עס איז דא אזא בעסקעט וואס מען ווארפט אריין דערינען אזא רינדעכיגע באלי.

דער גאון נאכ'ן מעיין זיין אביסל, האט זיך אנגערופן, אז לדעתו וואלט געווען כדאי אז מען זאל עס אריינלייגן אין די בעסקעט נאך פון פאר שבת........

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 12:28 pm
דורך קרעמער
היינט געהערט פון די שמש אין מיין שוהל:

פארוואס גייען רבי'ס בלויע בעקיטשעס אום שבת?

צוליב די זעלבע סיבה וואס ארבייטער גייען בלויע העמעדער אינדערוואכן.

די חילוק איז אז די ארבייטער ארבעטן אינדערוואכן, און די ארבעט פון די רבי'ס איז אום שבת.

----

נעכטן בייגעפאלן זיצנדיג און שמועסנדיג מיט א קאזין מיינער אויף א חתונה:

א תימן'ער איד האט געשילדערט ביי אן אפיל די גרויסקייט פון זיינע עלטער זיידעס די מארי'ס פון תימן, זאגט ער בתוך הדברים: מיין זיידע מארי עייאש איז אמאל שולדיג געווען געלט פאר אן אראבישן שכן, און ער האט געמוזט באצאלן נאך יענעם טאג, ווען ער האט געזען אז ער וועט נישט האבן די פונקטליכע סומע ביז עטליכע שעה, האט ער אפגעשטעלט די זון, און עס איז נישט געווארן נאכט ביז ער האט געהאט דעם גאנצן סכום.

דער עולם שמייכלט זיך אונטער און בליקט זיך ארום...

ער ווערט ווילד, די אויגן קומען אים ארויס פון די לעכער: איר גלייבט נישט???? עס איז געווען בשעתו אזא ווינדער, אז אפילו די גוים האבן דאן אריינגעלייגט אין זייערע צייטונגען א בילד דערפון!!!!!!!!!!!!!!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 26, 2006 10:53 pm
דורך איך_הער
א פיילאט פארן לאנדן האט באגריסט די רייזענדע ווי פאלגענד,
א העפי קראצמעך פאר אלע וואס זיצן, און א העפי חנוכה פאר אלע וואס שטייען.