מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:27 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:@אהבת השם, נישטא קיין מצוה צו באדאנקען פאר יעדע ווערטל עקסטער...

מיט פארשטענדעניש

פארשטייסט נישט?
אזוי הייבט מען די מספר תגובות
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יוני 21, 2018 6:45 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:(א אמת'ע מעשה, נעמען פיקטיוו).

און וועלכע צייטען איז דאס געווען?

ברך משה (אנדערע נעמען קען איך נישט ארויסגעבן די באטרעפנדע לעבן נאך)
כשמ"ו כן הוא

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » פרייטאג יוני 22, 2018 10:55 am

אהבת השם האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, האט מיר איינער געפרעגט לעצטענס אויב ביים שאקלען לולב מאך איך אן "על מִצְוַת לולב" אדער אן "על מִצְוֹת לולב"?. ענטפער איך, כ'מיין אז "על מִצְוַת לולב"..

זאגט ער מיך אז ער מאכט אן "על נטילת לולב"...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

כ'זע דו פרייסט זיך אויף מיינע בזיונות...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מאנטאג יוני 25, 2018 8:39 am

א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........

העלאו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג יוני 25, 2018 9:36 am

זענען אמאל געווען צוויי ידידים אברהם און משה, אברהם איז געווען איבערוואגיג און האט כסדר פרובירט פארשידענע דייעטעס אבער עס האט גארנישט געהאלפן, בעת וואס משה האט געגעסן וויפיל ס'לאזט זיך נאר, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

זאגט אברהם צי משה, דא אויף דעם וועלט בין איך טאקע פעש און דו ביסט דין;
אבער יענע וועלט איז דאך אן עולם האמת, וועל איך זיין דאר ווי א שטעקן, און דו וועסט זיין גראב ווי א פאס...

העלאו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג יוני 25, 2018 9:37 am

א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיר בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט

העלאו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מאנטאג יוני 25, 2018 9:46 am

יענקל: גענענדל האסט נישט קיין אהנונג ווי גוט איך דרייוו
גענענדל: ויאזוי וייסטו אז די דרייווסט אזוי גוט ?
יענקל: ואס הייסט היינט אלייינס האבן מיך פינעף מענטשען געפרעגט ווער האט מיך אויסגעלערנט צו דרייווען

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » מאנטאג יוני 25, 2018 10:00 am

‏א קינד שרייט צו זיין מאמע , מאמי קענסט מיר אפשר געבן 3 דאלאר פאר דער מענטש וואס שרייט אונטן

פרעגט אים די מאמע , וואס שרייט ער ?

זאגט ער, ער שרייט "אייז קריעם פאר 3 דאלאר
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » מאנטאג יוני 25, 2018 10:17 am

לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........

לאמיר גיין וויטער צו פרשת עקב...
עקב איז ר''ת כיבוד אב ואם... דאס מאל שטימט אלעס...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יוני 25, 2018 12:58 pm

יונהלע האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........

לאמיר גיין וויטער צו פרשת עקב...
עקב איז ר''ת כיבוד אב ואם... דאס מאל שטימט אלעס...

קרעדיט פאר אלע 3 ר' שלום אליעזר דים, אויב זאגסטו עס נישט בשמו, איז בן בנו.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מאנטאג יוני 25, 2018 2:17 pm

העלאו האט געשריבן:א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיר בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט

מעגליך אז דאס איז אויך אמת, אבל סתם בדרך אגב - ממקור מוסמך שמעתי' גם להיפך, אז א חסיד (הרה"ח ר' בערל אמסעל ז"ל תלמיד מרן הקדושת יו"ט וחסיד מבנו מרן מסאטמאר זכותם יעועכי"א - אשר כמה מימרות שנונות מתאמרי בי מדרשי משמי' דהרה"ח הנ"ל) האט דאס געזאגט אמאל פורים פארן רבי'ן (מסאטמאר), האט דער רבי געפרעגט וכו' האט דער חסיד געענטפערט וכו', ונהנה מזה.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יוני 25, 2018 2:43 pm

חאצקל פרייליך האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:א רבי האט גיזאגט תורה
אז מחצית השקל איז כנגד ארבע בנים
האט די חסידים גיפרעגט אז מע געט נאר דריי מטבעות אין עס איז דא פיר בנים?
האט דער רבי גיענפערט
דער חכם געט נישט

מעגליך אז דאס איז אויך אמת, אבל סתם בדרך אגב - ממקור מוסמך שמעתי' גם להיפך, אז א חסיד (הרה"ח ר' בערל אמסעל ז"ל תלמיד מרן הקדושת יו"ט וחסיד מבנו מרן מסאטמאר זכותם יעועכי"א - אשר כמה מימרות שנונות מתאמרי בי מדרשי משמי' דהרה"ח הנ"ל) האט דאס געזאגט אמאל פורים פארן רבי'ן (מסאטמאר), האט דער רבי געפרעגט וכו' האט דער חסיד געענטפערט וכו', ונהנה מזה.

די מעשה איז געווען אז איין תענית אסתר פארנאכטס איז דער רבי אריין געקומען זייער שפעט צו מנחה, און דער רבי האט אריין געשטורעמט אין ביהמ''ד זייער נערוועז צו כאפן מנחה פאר... ר' בערל הנ''ל איז געשטאנען ביים באלעמער געבנדיג די מחצית השקל, זעענדיג די רבי אריבער שפאנען אזוי אנגעצויגן, האט ער זיך אנגערופן צום רבין: די רבי ווייסט אפשר די טעם וכו'? זאגט די רבי: זאג דו, האט ער דאס געזאגט, און די מצב האט זיך אויפגעלאזט.
כך שמעתי מר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג יוני 25, 2018 3:27 pm

ביטע שרייבט די גאנצע מעשה, אדער שרייבט בכלל נישט, שרייבן א האלבע מעשה פול מיט וכו', וגו', וד"ל ואכמ"ל... איז סתם צער בעלי חיים
יישר כח

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג יוני 25, 2018 6:20 pm

האט איינער געזאגט חיי"ם איז ר"ת יש קנקן חדש מלא ישן
נא וואו איז די "ק"?
שטייטעך אין פרק אל תסתכל בקנקן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שוין גענוג
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 02, 2018 6:29 pm
לאקאציע: הרים וגבעות

תגובהדורך שוין גענוג » דינסטאג יוני 26, 2018 11:35 am

א ראמענישע האט געמאכט א באזוך אין א האטעל, פרעגט אים זיין חבר:

נא האסט שוין גענומען א שאווער?

ענפערט ער:

די שאווער האב איך פרובירט צו נעמען, אבער ס'איז נישט געגאנגען, אבער די האנטיכער, און אלעס ארום האב איך שוין......

קרעדיט: יארמער רב
ווען וועלט וואלט געווען וועלט,,,, וואלט קיין וועלט נישט געווען..... דוק ותשכח

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 26, 2018 12:08 pm

די מעשה דערמאנט מיר וואס איך האב געהערט אלס קינד
ווען די רוסישע סאלדאטען האבען אריינמארשירט אין אונגארען, דייטשלאנד וכ'
האבען זיי געזעהן ווי עס קופט וואסער פון קראנען
האבען זיי דאס ארויסגעריסען אהיים צו נעמען
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דינסטאג יוני 26, 2018 1:28 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יונהלע האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........

לאמיר גיין וויטער צו פרשת עקב...
עקב איז ר''ת כיבוד אב ואם... דאס מאל שטימט אלעס...

קרעדיט פאר אלע 3 ר' שלום אליעזר דים, אויב זאגסטו עס נישט בשמו, איז בן בנו.

הרב כוסעין די קרעדיט קומט זיך פאר ר' שמואל ווידער ע"ה ער האט דאס געזאגט פורים ביים טיש פונעם ברך משה זצ"ל שנת תשמ"ט
ער האט געזאגט נאך אפאר , געדענק איך עס ליידער ניש , איינס דערמאן איך מיר יעצט
זאב איז ר"ת והיית אך זמח ודו"ק
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

געטראכט
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » דינסטאג יוני 26, 2018 1:59 pm

אין א טעקסטיל פארבריק אין אר"י האט מען אויפגענימען א נייער ארבייטער א רומענער אויף צי רייניגען דאס פארבריק, אבער קודם האט די בעה"ב צאמגענימען אן אסיפה פין אלע ארבייטער, אז היות די רומענער זענען באוויסטע גנבים בעט מען אלע זאלען זיין אויפן וואך אז ער גנבעט נישט.

ביים ערשטען טאג ארבעט באמערקט איינער אז פין אינטערן העמעד פינם רומענער שטעקט ארויס א פאדעם, געפאקט ביי די גנבה! דער גנב'עט פאדעם אין פאקט דאס אינטערן העמעד, גייט ער צי שטילערהייט אין שלעפט ארויס דער פאדעם אין שלעפט אין שלעפט ביז ער האט ארויסגעצויגען א גאנץ פעקל פאדעם.

די נעקסטע טאג שפילט זיך איבער דאס זעלבע,

די דריטע טאג קימט דער רומענער נישט ציריק, נאר פארט ציריק קיין רומעניא, אין תיקף ווי ער קימט אהן ריפט ער צאם א וויכטיגע זיצונג אין די לוקאלע קרעטשמע, אין אזוי זאגט ער לכל הנאספים הנכבדים, " וויסען זאלט איר טייערע פריינד אז אינז זעמער שוין מער נישט די וועלטס געלונגענסטע גנבים היל"ת, די ישראלים האבען אינז איבערגעהיפערט ביג טיים, והא ראיה אז זיי האבען מצליח געווען צוויי טעג אין א צי, מיר צי באגנ'בענען דאס אינטערהעמעד פין אינטער די העמעד, אהן אז איך זאל בכלל אויסטיען די העמעד, דאס קען קיין איינער פין אייך נישט!

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מיטוואך יוני 27, 2018 3:50 am

געהערט היינט צווישן אנדערע ביי א חתונה בביהמ"ד הגדול ק"י (ואם אינני כותבה בדיוק הגמור מחולשת הזכרון אקוה שה' הטוב יכפר בעדי): א קבוצה ליטווישע בחורים שטעלן זיך פאר א היטש, א דורכפארנדער איד שטעלט זיך אפ און זיי בעטן אים העפליך אויב ער קען זיי צוטראגן צום מחאה פלאץ ביי די טראפיק אפשטעל צענטער, ער פארבעט זיי אריינצוקומען און טראגט זיי צו לויט די אנווייזונגען ביז צום דיסטענאציע זייער'ס, זיי גייען ארויס און יעדער באזונדער באדאנקט זיך זייער שיין מיט א בויג מיטן קאפ און א ייש"כ. זיי גייען ארויס און שטעלן זיך אפ אויפן שטראסע פונקטפארענט פון זיין זיץ ביים רעדל מיטן רוקן צו אים און הייבן ביידע הענט און ער ווייל הייבן פוס ואיננו במציאות,נעמט ער זיך שרייען וואס איז דאס מיט ענק? איך האב ענק דא געברענגט, קוים עטליכע סעקונדען צוריק האט עטס מיר אזוי שיין באדאנקט און דא וואס ווילט עטס פון מיר האבן? איך יאג זיך, רוקט אייך אין די זייט און לאזטס מיר ארויס פונעם פלאנטער דא! דאס קומט זיך מיר?! ענדליך קומען זיי צו צו אים, איר קענט אונז נישט? איר ווייסט נישט אונזער מהלך? מיר זענען דאך ליטווישע לומדים און אלעס גייט מיט חילוקים, (שטרעקן אויס ביידע הענט רעכטס) דאס (בקמץ רפה) איז דאס (כנ"ל), און דאס (כנ"ל - אבער דא מיט די הענט אויף לינקס) איז דאס (כנ"ל). דאס איז צוויי סבאזונדערע חפצא'ס, יא ס'איז דא אן ענין פון הכרת הטוב און מיר האבן געפרעגט צי ס'איז נישט קיין אומוועג פאר אייך אלס מענטשליכקייט ודיבורו בנחת עם הבריות, אבער יעצט איז חל געווען דער ענין פון מצות מחאה - אן אנדער מסכתא אינגאנצן ולא קרב זה אל זה, מען דארף קענען מחלק זיין צווישן צוויי מציאות'ער, זעהט אויס איר האט נישט דעם ריכטיגן דרך הלימוד, ווען איר וועט דאס גוט קענען וועט איר אויך דאס פארשטיין און מער נישט זיין אנגעצויגן. (לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן איז ער נאך דארט אלס ערשטער קאר אינעם שווערן טראפיק).

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » מיטוואך יוני 27, 2018 4:03 am

מענין רומענער'ס:
ביי עפעס א חופה פין מענטשן וואס שטאמען פין רומעניע, האט די גבאי אויס גערופן:
אכטונג געבן אויף די טעשער ווייל די זיידע'ס קומען אראפ.... :lol:
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

העלאו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מיטוואך יוני 27, 2018 5:25 am

לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........


געהערט אמאל א ההמשך איינער האט געזאגט אז בלק מאכט ואהבת לרעך כמוך האט אים איינער געפרעגט עס שטימט דאך נישט ?
האט ער גענטפערט נא דאס איז דאך די קינץ צו ליב האבן דעם חבר אפילו ווען עס שטימט נישט...

העלאו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

תגובהדורך העלאו » מיטוואך יוני 27, 2018 5:34 am

ענדליך צו דעהם זאגט די וועלט אז א בעל דרשן האט געזאגט אז פרשת בא איז ר''ת בכורות ארבה מרמז צו זיין די צויי מכות וואס איז דא פרשת בא
האט איינער אריינגעפרעגט וואו איז די חושך
ענטפערט דער בעל דרשן די חכם איינער די חושך קען מען נישט זעהן עס איז דאך טינקעל ...

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » מיטוואך יוני 27, 2018 11:54 am

העלאו האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........


געהערט אמאל א ההמשך איינער האט געזאגט אז בלק מאכט ואהבת לרעך כמוך האט אים איינער געפרעגט עס שטימט דאך נישט ?
האט ער גענטפערט נא דאס איז דאך די קינץ צו ליב האבן דעם חבר אפילו ווען עס שטימט נישט...

דעיס איז גוט געזאגט ;l;p-
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך יוני 27, 2018 1:10 pm

יעקב פריינד האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:
לבלוב האט געשריבן:א דבר תורה אויפן פרשה..........
חקת איז ראשי תיבות - שמחת חתן וכלה (די ח' שטימט נישט אזוי)
בלק איז ר"ת - ואהבת לרעך כמוך (די ל' שטימט נישט אזוי)

גייען מיר זעהן צו זיך מתחזק זיין טאקע אין דיע טעג מיט דיע זאכן...........


געהערט אמאל א ההמשך איינער האט געזאגט אז בלק מאכט ואהבת לרעך כמוך האט אים איינער געפרעגט עס שטימט דאך נישט ?
האט ער גענטפערט נא דאס איז דאך די קינץ צו ליב האבן דעם חבר אפילו ווען עס שטימט נישט...

דעיס איז גוט געזאגט ;l;p-

ר' אלימלך בידרמאן שליט"א זאגט עס אסאך

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג יוני 28, 2018 1:03 pm

מיט וואס איז א עירקאנדישן גלייך צו א קאמפיוטער ??











ביידע ארבעטן שטייטער אויב עפענט מען ווינדאוס.........................
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט