בלאט 366 פון 408

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 9:15 am
דורך zugurnish
איך שרייב דאס בכדי מקיים זיין כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.

צו ארויס ברענגען ווי ויכטיג עס איז צו מקיים זיין דעם מאמר חז"ל
וועט מען פארשטיין פון א מעשה רב

אמאל איז א איינער א חסיד געווען ביי א שיעור פון א ראש ישיבה
הערט ער ווי ער האלט אין איין זאגן "האב איך מסביר געווען" "האב איך מחדש געווען" "לויט מיין הסבר איז פארשטאנדיק"

פרעגט דער חסיד וואס איז דער "איך" "איך" "איך" א גאנצער צייט?

ענפערט דער ראש ישיבה וואס הייסט?
עס שטייט דאך אז מען דארף זאגן דבר בשם אומרו.....

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 10:12 am
דורך קיקיון
בעריל איז אויף אורלויב און זיין שותף שמעריל רופט אויף דעם טעלעפאן
בעריל: וואס איז? קענסט זיך נישט אליין אן עצה געבין? כ'בין קוים אנגעקומען
שמעריל: עס איז ממש עמערדשינסי עס פעלט צען טויזענט פון סעיף
בעריל: לייג עס שוין צוריק

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 11:21 am
דורך shimon7323
684d100c6d5a5d451536f132919ee1ea.jpg
684d100c6d5a5d451536f132919ee1ea.jpg (36.4 KiB) געזעהן 2710 מאל

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 12:21 am
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
אדמו"ר אחד התחשק לו קוגל. אמר לחסידים אתם יודעים מה ראשי תיבות בלק? בא לי קוגל. הביאו לו. גמר רצה עוד. אמר להם ומה ראשי תיבות בלעם? בא לי עוד מנה...

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2018 5:30 pm
דורך קיקיון
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:אדמו"ר אחד התחשק לו קוגל. אמר לחסידים אתם יודעים מה ראשי תיבות בלק? בא לי קוגל. הביאו לו. גמר רצה עוד. אמר להם ומה ראשי תיבות בלעם? בא לי עוד מנה...

וועלכע שפראך איז דאס? מיר האט מען אויסגעלערנט אז ברענג = הבא ברענגטס = תביאו

דער באסס האט זיך ציגעזעצט צו די ארבייטער ביי לאנטש און גיזאגט אזעלכע וויצען
באמערקט ער אז שמעריל שייכעלט אפילו נישט
שמעריל וואס איז געשען מיט דיין חוש פון הומאר?
זאגט שמעריל מיין חוש איז ב"ה אין ארדענונג נור איך מיז נישט לאכען
מארגען איז מיין לעצטער טאג ביי די ארבייט

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 4:39 pm
דורך והמבין יבין
איינער קען די מעשה מיט די קאפ וואסער כאבעס פארגעסן?

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 4:45 pm
דורך מי יודע
קיקיון האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:אדמו"ר אחד התחשק לו קוגל. אמר לחסידים אתם יודעים מה ראשי תיבות בלק? בא לי קוגל. הביאו לו. גמר רצה עוד. אמר להם ומה ראשי תיבות בלעם? בא לי עוד מנה...

וועלכע שפראך איז דאס? מיר האט מען אויסגעלערנט אז ברענג = הבא ברענגטס = תביאו

דער באסס האט זיך ציגעזעצט צו די ארבייטער ביי לאנטש און גיזאגט אזעלכע וויצען
באמערקט ער אז שמעריל שייכעלט אפילו נישט
שמעריל וואס איז געשען מיט דיין חוש פון הומאר?
זאגט שמעריל מיין חוש איז ב"ה אין ארדענונג נור איך מיז נישט לאכען
מארגען איז מיין לעצטער טאג ביי די ארבייט

בא לי = ס'קומט זיך מיר...

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 4:55 pm
דורך שמו
בא לי איז ריכטיגער ס'שמעקט מיר (ס'איז אזא סלענג, אנשטאט מתחשק לי, זאגט מען בא לי, ווי זיי זאגן אני עושה מה שבא לי)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:04 pm
דורך העלאו
מען פארציילט א מעשה, ס 'איז געווען אמאל איינער גלייך נאך די חתונה , ער האט געוואלט ווייזן פאר זיין רעבעצין וויפיל ער זארגט פאר איר . האט ער איר געזאגט: זאלסט וויסן איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אויב ס 'איז דיר נגזר געווארן עפעס א קאפ ווייטאג, זאל איך האב די קאפ ווייטאג. א טאג שפעטער זאגט ער: אויב ס 'איז דיר נגזר א בויך ווייטאג, זאל איך האב די בויך ווייטאג. א טאג שפעטער זאגט ער: איך בעט דעם אייבערשטן אז אויב ס 'איז נגזר אז דו זאלסט פאלן , זאל איך פאלן. איך זאג דיר איך בעט דעם אייבערשטן אויב ס'איז דיר נגזר איינער זאל דיר פארשעמען , זאל איך פארשעמט ווערן . צען יאר נאך די חתונה זאגט ער איר, יא אויב ס'איז דיר נגזר זאלסט ווערן א אלמנה , זאל איך ווערן דער אלמן ...

-------
מ 'פארציילט א מעשה, אז א איד פלעגט אלעמאל זאגן אז ער איז א חזן, און ווען מ'האט אים געהייסן צוגיין צום עמוד , האט ער געזאגט ניין ניין, ער האט מורא, ער היט זיך אויפן קול , ער היט אויפן שטימע, יעדע מאל ווען ס 'איז געקומען א יו"ט, א שיינע שבת , האט מען אים געמוטשעט גיי צו צום עמוד. ניין ניין , ער היט אויף די שטימע, ער היט אויפן קול , פרעגט מען אים איין טאג, זאג נאר, דו דרייסט זיך שוין ארום צוואנציג יאר זאגענדיג אז דו ביסט א חזן, למעשה ביסטו נאך קיינמאל נישט צוגעגאנגען , אויף וועלכע קול היטסטו? זאגט ער , ס 'איז דא א קול אין די גאס אז איך בין א חזן, איינמאל איך גיי צי צום עמוד פארליר איך דעם קול , קיינער וועט שוין נישט זאגן אז איך קען ...

-----
מ'ווייסט דאך אז ביי א שבת שבע ברכות קומען צו גיין געסט אין ביהמ"ד צום דאווענען, פארציילט מען אז אמאל איז געווען עפעס א פעטער פון חתן וואס איז געקומען אלס גאסט פון אויסלאנד, האט מען אים מכבד געווען ער זאל צוגיין צום עמוד, ער גייט צי צום עמוד, און דער האט נעבעך נישט געקענט בחייכון וביומיכון , ער הייבט זיך אן גארגלען, און דער עולם זעהט אז ס'איז צרות ווי א בארג, ס 'איז ממש געפערליך, נמנו וגמרו אז מ'גייט אים אנכאפן און אוועקשיקן פון עמוד. מ'גייט צי מ'וויל אים אנכאפן פונעם עמוד און אוועקריקן, זעט מען אז ער איז צוגעבינדן מיט א גארטל צום עמוד . ווען מ'ענדיגט דאווענען דארטן פרעגט אים איינער זאגט נאר דו ביסט א בעל רוח הקודש? פון וואו האסטו געוואוסט זיך צוצובינדן? זאגט ער דו מיינסט אז איך בין די ערשטע מאל א פעטער ביי א שמחה...?

קרעדיט מלאך בגליון החדש

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:52 pm
דורך גרויסער יחסן
מי יודע האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:אדמו"ר אחד התחשק לו קוגל. אמר לחסידים אתם יודעים מה ראשי תיבות בלק? בא לי קוגל. הביאו לו. גמר רצה עוד. אמר להם ומה ראשי תיבות בלעם? בא לי עוד מנה...

וועלכע שפראך איז דאס? מיר האט מען אויסגעלערנט אז ברענג = הבא ברענגטס = תביאו

דער באסס האט זיך ציגעזעצט צו די ארבייטער ביי לאנטש און גיזאגט אזעלכע וויצען
באמערקט ער אז שמעריל שייכעלט אפילו נישט
שמעריל וואס איז געשען מיט דיין חוש פון הומאר?
זאגט שמעריל מיין חוש איז ב"ה אין ארדענונג נור איך מיז נישט לאכען
מארגען איז מיין לעצטער טאג ביי די ארבייט

בא לי = ס'קומט זיך מיר...

איך האב געהערט א המשך צו דם אויפ'ן זעלבן סיסטעם: פלוצלונג קומט צו דער גבאי צום רבין און שרייט "פנחס" פרעגט דער רבי וואז'שע מיינט דאס?! ענטפערט דער גבאי: "פ'תאום נ'גמר ח'צי ס'יר" (ס'האט זיך פלוצלונג געענדיגט אנ-האלבן טאפ פון די קוגל)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:15 pm
דורך חאצקל פרייליך
ידוע דאס ווערטל אז קוגל איז בגימטריא שבת, איי ס'שטימט דאך נישט ווייל קוגל איז פיל ווייניגער, עסט מען צו נאך קוגל און נאך און נאך ביז ס'שטימט אלעס. שטייט פארגאנגענע וואך אין אמרי נועם אז בלק בן צפור + בלעם איז בגימטריא שבת, שטימט דאס אפשר מיטן ב'א ל'י ק'וגל און ב'א ל'י ע'וד מ'נה הנזכרים לעיל, מען עסט עוד ועוד מנות ביז ס'שטימט. פנחס ליינט מען דאך שוין די ימים טובים, דענסמאל איז געוויינטליך דא א גרעסערער עולם ביים טיש ווי שב"ק - דער אמרי נועם זאגט אויך אז דערפאר שטייט פרשת יו"ט נאך יפקוד ה' אלקי הרוחות איש על העדה ווייל יו"ט פארט מען צו א רבי'ן, האט משה רבינו פאר אלע ימים טובים געבעטן א מנהיג ישראל - אפשר דערפאר האט דער האלבער טאפ אזוי פלוצלונג אומגעראכטן זיך אויסגעליידיגט מחמת ריבוי האוכלים בלעיה"ר, זאל זיין פרנסה בריוח והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה, ס'וועט זיין יו"ט איהנדערוואכן! וואס רעדיך? ס'וועט זיין יום שכולו שבת, יה"ר שנזכה לזה בקרוב מיט א ריזן קוגל לכבוד עריכת השולחן של מלך המשיח בליל תשעה באב תיכף אחר עלינו לשבח לאדון הכל, כל קהל ישראל מזומן!

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 12:00 pm
דורך סאדאם חוסעין
חאצקל פרייליך האט געשריבן:ידוע דאס ווערטל אז קוגל איז בגימטריא שבת, איי ס'שטימט דאך נישט ווייל קוגל איז פיל ווייניגער, עסט מען צו נאך קוגל און נאך און נאך ביז ס'שטימט אלעס. שטייט פארגאנגענע וואך אין אמרי נועם אז בלק בן צפור + בלעם איז בגימטריא שבת, שטימט דאס אפשר מיטן ב'א ל'י ק'וגל און ב'א ל'י ע'וד מ'נה הנזכרים לעיל, מען עסט עוד ועוד מנות ביז ס'שטימט. פנחס ליינט מען דאך שוין די ימים טובים, דענסמאל איז געוויינטליך דא א גרעסערער עולם ביים טיש ווי שב"ק - דער אמרי נועם זאגט אויך אז דערפאר שטייט פרשת יו"ט נאך יפקוד ה' אלקי הרוחות איש על העדה ווייל יו"ט פארט מען צו א רבי'ן, האט משה רבינו פאר אלע ימים טובים געבעטן א מנהיג ישראל - אפשר דערפאר האט דער האלבער טאפ אזוי פלוצלונג אומגעראכטן זיך אויסגעליידיגט מחמת ריבוי האוכלים בלעיה"ר, זאל זיין פרנסה בריוח והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה, ס'וועט זיין יו"ט איהנדערוואכן! וואס רעדיך? ס'וועט זיין יום שכולו שבת, יה"ר שנזכה לזה בקרוב מיט א ריזן קוגל לכבוד עריכת השולחן של מלך המשיח בליל תשעה באב תיכף אחר עלינו לשבח לאדון הכל, כל קהל ישראל מזומן!

ח"ו יסכר פי דברי הבל אויפן צדיק וקדוש עליון ר' מאיר מדזקוב, אז דו האסט נישט גוט אויסגערעכנט די גמטריה רעכן איבער נישט זאג אז עס שטימט נישט בלק בן צפור בלעם איז גמטריה שבת יא עס שטימט.

געשריבן: פרייטאג יולי 06, 2018 12:40 pm
דורך ראפאט קראמפלי
סאדאם חוסעין האט געשריבן:

האסט געלייענט אביסל צו שנעל, קוק עס איבער וועסטו זעהן וואס ער זאגט,

__
חאצקל, שיינע פערל ווערטער!

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 6:13 am
דורך זענדל
zugurnish האט געשריבן:איך שרייב דאס בכדי מקיים זיין כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.

צו ארויס ברענגען ווי ויכטיג עס איז צו מקיים זיין דעם מאמר חז"ל
וועט מען פארשטיין פון א מעשה רב

אמאל איז א איינער א חסיד געווען ביי א שיעור פון א ראש ישיבה
הערט ער ווי ער האלט אין איין זאגן "האב איך מסביר געווען" "האב איך מחדש געווען" "לויט מיין הסבר איז פארשטאנדיק"

פרעגט דער חסיד וואס איז דער "איך" "איך" "איך" א גאנצער צייט?

ענפערט דער ראש ישיבה וואס הייסט?
עס שטייט דאך אז מען דארף זאגן דבר בשם אומרו.....

דא איז אויך פון יארמער שליט"א

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 12:52 pm
דורך zugurnish
יא? ער האט אויף א טייפ?

איך האב עס געהערט פון א חסידישער איד.

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 7:50 pm
דורך scy4851
.

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 7:54 pm
דורך טוב ויפה
א אמת'ע מעשה:
בחצרות גור איז דער מנהג אז יעדער אנהייב יאר לכבוד ראש השנה קומט ארויס פרישע נייע ניגונים אויף לכה דודי, הלל, קל אדון, היום תאמצנו, אא"וו, איין יאר די ערשטע שבת נאך ראש השנה איז א איד צוגעגאנגען צו הר"ר יענקל תלמוד ז"ל די בארימטע מלחן אין גור, און זאגט איהם, ר' יענקל, די קל אדון געפעלט מיר עפעס נישט, ענה לו ר' יענקל: אזוי?? נו, שמד דיך (ח"ו)

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 8:07 pm
דורך מאיר מייער
דערמאנסט מיר וואס מיין טאטע פלעגט מיר זאגן פרייטאג צונאכטס ווען ער האט מיר מכבד געווען מיט זינגען קה רבון עלם,
האב איך אים געפרעגט וועליכע קה רבון?
האט ער געזאגט אונז האבן נאר איין קה רבון...

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 8:10 pm
דורך נפש׳ל
אייינער זעהט אמאל אין שול ווי דיקליכע מענטש עסט תיקון, פרעגט ער אים ״ האסט דיך נאר וואס אנגעהויבן א דייעט?
ענטפערט ער ״וואס דייעט? ווען דייעט? ״״״״דאר בלייבט דאר און לקח בלייבט לקח״״״״
(#נער בלייבט נער און מקח בלייבט מקח)

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 8:28 pm
דורך אדער יא
נופש מאגאזין_Page_1.jpg
נופש מאגאזין_Page_1.jpg (101.49 KiB) געזעהן 1411 מאל

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 9:14 pm
דורך סאמעטוכע
zugurnish האט געשריבן:יא? ער האט אויף א טייפ?

איך האב עס געהערט פון א חסידישער איד.

כאילו יארמע רב איז עפעס א ליטוואק מיט א שניפסל...

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 9:15 pm
דורך סאמעטוכע
נפש׳ל האט געשריבן:אייינער זעהט אמאל אין שול ווי דיקליכע מענטש עסט תיקון, פרעגט ער אים ״ האסט דיך נאר וואס אנגעהויבן א דייעט?
ענטפערט ער ״וואס דייעט? ווען דייעט? ״״״״דאר בלייבט דאר און לקח בלייבט לקח״״״״
(#נער בלייבט נער און מקח בלייבט מקח)

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך יולי 25, 2018 9:34 pm
דורך zugurnish
סאמעטוכע האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:יא? ער האט אויף א טייפ?

איך האב עס געהערט פון א חסידישער איד.

כאילו יארמע רב איז עפעס א ליטוואק מיט א שניפסל...

וואס לייגסטו ווערטער טין מיין מויל. איך האב נאר געזאגט איך געהערט פון איימיצער אנדערש. ניט דער יארמער רב. דעסט איט.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 8:02 am
דורך זענדל
zugurnish האט געשריבן:יא? ער האט אויף א טייפ?

איך האב עס געהערט פון א חסידישער איד.

שמעתי מפ"ק דאבדק"ק יארמא שליט"א

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:13 pm
דורך eller
ס'איז זייער שטיל דא.
רבותי ס'איז נחמו לאמיר זיך טרייסטען מיט אפאר זאפטיגע לאכעדיגע ווערטלעך...
ווי איז נו אוודאי?