מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 2:14 am

פראביר נאר האט געשריבן:פאציילט מען מהאט געבעטן א רבי אין אונגערן ער זאל קומען אויף שבת "אחרי קדושים" וויילן צווישן זיינע חסידים אין א אנדערע שטעטל אין אונגארן,
האט די רבי געפרעגט וואס איז שלעכט נאר "אחרי" פארוואס מוז עס זיין סיי אחרי אין סיי קדושים?

נאך שבת האט די רבי געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט אין ער וויל פארן אויך אויף פרשת "אמור בהר" :wink:

פרשטיי איך נישט דעם וויצל

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:15 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20180816-WA0000.jpg
IMG-20180816-WA0000.jpg (522.62 KiB) געזעהן 3109 מאל

טייטל
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 12:24 pm

נו וואדע האט געשריבן:א עלטערע בחור פלעגט פארן יעדע וואך צו עמוקה צום קבר פון ר' יונתן בן עוזיאל געהאלפן צו ווערן


נאך אפאר יאר איז ער טאקע געהאלפן געווארן

נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן צו פארן יעדע וואך קיין צפת צו ר' לייב בעל היסורים........................................................................

און ער איז נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן....

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:50 pm

טייטל האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:א עלטערע בחור פלעגט פארן יעדע וואך צו עמוקה צום קבר פון ר' יונתן בן עוזיאל געהאלפן צו ווערן


נאך אפאר יאר איז ער טאקע געהאלפן געווארן

נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן צו פארן יעדע וואך קיין צפת צו ר' לייב בעל היסורים........................................................................

און ער איז נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן....

יא ביז ער האט געכאפט אז ער דארף גיין צו א דיין נישט צו א רבי :wink:

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 3:32 pm

פארוואס זאגט מען נישט קידוש לבנה זיצנדיג??






וויל מ'האט רחמנות אויף דע קינדער זאלן נישט דארפן אריין ברענגען אויך דע בענקלעך.....
(גראדע דע אמת'ע סיבה זאגו אביי - "...הלכך צריך למיימרה מעומד וכו'")

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:13 pm

אזוי ווי די מעשה מיט יהושע'לע בהמה, משב''ק ביים ראפשיצער רב זי''ע. דער ראפשציער האט אים געפרעגט וואס וועט זיין מיט א שידוך, האט ער געענטפערט אויף וואס ארויף דארף איך א שידוך? פאר קינדער קען איך דאך פארן קיין בעלזא.....
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:35 pm

האט איינער נאך געזאגט (כ׳דענק נישט פון וועם) עימיצער האט געפרעגט וואס עפעס איז דוקא איינגעפירט צו טאנצן נאך קידוש לבנה, פארוואס נישט נאך אשר יצר?. האט ער גע׳ענפערט, זאל מען ווען מאכן אשר יצר נאר איינמאל א חודש העסטע הערשט טאנצן!

גראדע איז קידוש לבנה דאס איינציגסטע מאל און שו״ע וואס שטייט מ׳זאל טאנצן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:37 pm

פרעגט מיר היינט א שארף אידל:

פארוואס ביי די חסידישע ישיבות נעמט מען אויף מגידי שיעור וואס האבן דעים ליטווישן דרך הלימוד.

משא''ס ביי ליטווישע ישיבות נעמט מען חסידישע אינגעלייט פאר קעכערס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » מוצ"ש אוגוסט 18, 2018 11:41 pm

לבלוב האט געשריבן:פארוואס זאגט מען נישט קידוש לבנה זיצנדיג??






וויל מ'האט רחמנות אויף דע קינדער זאלן נישט דארפן אריין ברענגען אויך דע בענקלעך.....
(גראדע דע אמת'ע סיבה זאגו אביי - "...הלכך צריך למיימרה מעומד וכו'")

קרעדיט ר אברהם מרדכי
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:26 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אזוי ווי די מעשה מיט יהושע'לע בהמה, משב''ק ביים ראפשיצער רב זי''ע. דער ראפשציער האט אים געפרעגט וואס וועט זיין מיט א שידוך, האט ער געענטפערט אויף וואס ארויף דארף איך א שידוך? פאר קינדער קען איך דאך פארן קיין בעלזא.....

געהאט די זכי' עס צו הערן פון הרה"צ ר' מיכעלע מנתני' זצ"ל, מיט די זעלטענע חן דקדושה, וצהלות פניו, איי נאסטאלאגיע....
נאך פון רבי מיכעלען זצ"ל:
ווייסטו וויאזוי מ'פלעגט לאדענען צו א ברית אין דייטשלאנד?
גֶעלַאדֶען זִי צוּם אַפְּשְׁנִיט!
און ווי נאר ער האט געענדיגט דעם פתגם איז ער פארגאנגען אין א געלעכטער, א מין זיסקייט געוועזן, זכותו יגן עלינו

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:45 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:האט איינער נאך געזאגט (כ׳דענק נישט פון וועם) עימיצער האט געפרעגט וואס עפעס איז דוקא איינגעפירט צו טאנצן נאך קידוש לבנה, פארוואס נישט נאך אשר יצר?. האט ער גע׳ענפערט, זאל מען ווען מאכן אשר יצר נאר איינמאל א חודש העסטע הערשט טאנצן!

גראדע איז קידוש לבנה דאס איינציגסטע מאל און שו״ע וואס שטייט מ׳זאל טאנצן.

קרדיט: בצלאל דים.

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:48 am

פארוואס הייסט א "שווער" אזוי?
ווייל א גרינגע שווער איז שווער צו טרעפן.
און פון א שווערע שווער איז שווער צו פטור ווערן.......

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוגוסט 19, 2018 8:53 am

לבלוב האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:האט איינער נאך געזאגט (כ׳דענק נישט פון וועם) עימיצער האט געפרעגט וואס עפעס איז דוקא איינגעפירט צו טאנצן נאך קידוש לבנה, פארוואס נישט נאך אשר יצר?. האט ער גע׳ענפערט, זאל מען ווען מאכן אשר יצר נאר איינמאל א חודש העסטע הערשט טאנצן!

גראדע איז קידוש לבנה דאס איינציגסטע מאל און שו״ע וואס שטייט מ׳זאל טאנצן.

קרדיט: בצלאל דים.

כ'מיין אז ס'שטאמט פון ר' מיכל'ע מנתני'.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוגוסט 19, 2018 9:02 am

לבלוב האט געשריבן:פארוואס הייסט א "שווער" אזוי?
ווייל א גרינגע שווער איז שווער צו טרעפן.
און פון א שווערע שווער איז שווער צו פטור ווערן.......

ווי יענער האט געזאגט. פארוואס הייסט ער א שווער? ווייל ס'איז שווער
און זי א שוויגער? ווייל ס'איז א "שוויגער"
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » זונטאג אוגוסט 19, 2018 11:14 am

אלץ קליין אינגל פלעגט מיר מיין מאמע זאגן שבת ביים סעודה, אז גלייך נאך די פיש זאל איך גיין שלאפן,
ס'איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, איך בין עס מקיים ערליך עד היום הזה...........

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:17 pm

און וויליאמסבורג איז אן עלטערע אלמנה אוועקגעפאלן פון א הארץ אטאק ר"ל און הצלה האט איר אין איילעניש אריינגעפירט אין שפיטאל. פארענדיג אויף בעדפארד עוועניו זעהט מען ווי א יונגערמאן אין אן אדעסי פליט נאך דעם אמבולאנס און פייפט מיט קולות מרמז צו זיין די אמבולאנס זאל זיך אפשטעלן אבער אן ערפאלג. ענדליך איז אים געלינגען אריין צו קאטן פארנט פון אמבולאנס, ער לויפט צו צום הצלה און פרעגט טאמער זי לעבט נאך ווייל ער וויל וויסן אויב די דירה איז אוועילעבל

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:18 pm

משה איז נתפעל געווארן אריינצוקומען אין זיין חבר יענקל'ס רעסטוראנט, און זען אז דער כינעזער גוי רעד א פליסיגן אידיש.

"פון וואו קען דיין גוי אזא גוטן אידיש?"

שששש... ענטפערט אים יענקל, קום אין א זייט.

"רעד נישט אזוי הויעך, איך צאל פארן גוי זיך צו לערנען דעם שפראך, ער מיינט אז ער לערנט ענגליש"

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:20 pm

אינגערמאן איז אמאל געקומען צו זיין רב מיט א ערנסטע שאלה
אז ער יאגט זיך זייער יעדן טאג צו די ארבעט ממילא פארט ער אויף 180 מפ"ש ער שנייד רעכטס און לינקס סאו זיין שאלה איז צו ער זאל בענטשן גומל יעדן מאנטאג און דאנערשטאג אדער איז גענוג איינמאל א וואך שבת


האט אים דער רב גע'ענטפערט , "ענדערש לערן אויס דיינע קינדער קדיש יתום !!!!!"

בולקע
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 2:55 am

תגובהדורך בולקע » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:00 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:פרעגט מיר היינט א שארף אידל:

פארוואס ביי די חסידישע ישיבות נעמט מען אויף מגידי שיעור וואס האבן דעים ליטווישן דרך הלימוד.

משא''ס ביי ליטווישע ישיבות נעמט מען חסידישע אינגעלייט פאר קעכערס.


גוט ווארט. אלא מאי פון דער ליטווישע דרך הלימוד באקומט מען תלמידים וואס וואקסן אויף קעכערס.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:22 pm

יש מזל האט געשריבן:נאך פון רבי מיכעלען זצ"ל:
ווייסטו וויאזוי מ'פלעגט לאדענען צו א ברית אין דייטשלאנד?
גֶעלַאדֶען זִי צוּם אַפְּשְׁנִיט!
און ווי נאר ער האט געענדיגט דעם פתגם איז ער פארגאנגען אין א געלעכטער, א מין זיסקייט געוועזן, זכותו יגן עלינו


נאסטאלגישע זכרונות, די וויצן האבן מיר שוין געקענט אויסעווענדיג, אבער יעדעס מאל האמיר אזוי הנאה געהאט פון פריש.

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 7:09 am

ברוך השם!!
צוגעלייגטע
תינוק שנשכח.jpg
תינוק שנשכח.jpg (88.04 KiB) געזעהן 2302 מאל
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:06 am

נעכטן געוועלן ביי א חנוכת הביית האב איך זיך דערמאנט א בדיחותא.
דע אינגערישע האבן ליב אז זייערע נאמען שטייט אויפן בנין.
און דע פוילישע האבען ליב אז דע בנין שטייט אויף זייערע נאמען........
:lol: :lol: :lol:

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:07 pm

The Giyes crisis costed already for Satmar over $3Million! #MekazEzra raised 1.3M
#MarkazHatzula 1M
#KerenVYoelMoshe $600,000 #KiddishHashem

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 6:03 pm

בולקע האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:פרעגט מיר היינט א שארף אידל:
פארוואס ביי די חסידישע ישיבות נעמט מען אויף מגידי שיעור וואס האבן דעים ליטווישן דרך הלימוד.
משא''ס ביי ליטווישע ישיבות נעמט מען חסידישע אינגעלייט פאר קעכערס.

גוט ווארט. אלא מאי פון דער ליטווישע דרך הלימוד באקומט מען תלמידים וואס וואקסן אויף קעכערס.

גוט געזאגט! פיין געזאגט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:03 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:נאך פון רבי מיכעלען זצ"ל:
ווייסטו וויאזוי מ'פלעגט לאדענען צו א ברית אין דייטשלאנד?
גֶעלַאדֶען זִי צוּם אַפְּשְׁנִיט!
און ווי נאר ער האט געענדיגט דעם פתגם איז ער פארגאנגען אין א געלעכטער, א מין זיסקייט געוועזן, זכותו יגן עלינו


נאסטאלגישע זכרונות, די וויצן האבן מיר שוין געקענט אויסעווענדיג, אבער יעדעס מאל האמיר אזוי הנאה געהאט פון פריש.


זאלסט מיר מוחל טון אבער איך באגרייף נישט דעם דזשאוק
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט