מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:44 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:פרעגט מיר היינט א שארף אידל:

פארוואס ביי די חסידישע ישיבות נעמט מען אויף מגידי שיעור וואס האבן דעים ליטווישן דרך הלימוד.

משא''ס ביי ליטווישע ישיבות נעמט מען חסידישע אינגעלייט פאר קעכערס.

דער תי' אויף די צווייטע איז זייער פשוט פאר דער וואס קען די ליטווישע וועלט; אויב וואלט די ישיבה גענומען א ליטווישער קעכער וואלט יענער שוין געהאט א 'שטעלע' און געגאנגען מיט א 'טיי', וואלט אים שוין נישט געפאסט צו זיין א קעכער.

גראדע האב איך געלערנט (געלערנט? זיך געדרייט) אין איינס פון די גרעסטע ליטווישע ישיבות אין די וועלט, און ס'נישטא קיין איין חסיד'ישער איינגעשטעלטער אין די גאנצע גשמיות'דיגער חלק פון די ישיבה.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 6:59 am

אהבת השם האט געשריבן:און וויליאמסבורג איז אן עלטערע אלמנה אוועקגעפאלן פון א הארץ אטאק ר"ל און הצלה האט איר אין איילעניש אריינגעפירט אין שפיטאל. פארענדיג אויף בעדפארד עוועניו זעהט מען ווי א יונגערמאן אין אן אדעסי פליט נאך דעם אמבולאנס און פייפט מיט קולות מרמז צו זיין די אמבולאנס זאל זיך אפשטעלן אבער אן ערפאלג. ענדליך איז אים געלינגען אריין צו קאטן פארנט פון אמבולאנס, ער לויפט צו צום הצלה און פרעגט טאמער זי לעבט נאך ווייל ער וויל וויסן אויב די דירה איז אוועילעבל

קרעדיט: פינקי...

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:32 am

ממש אזוי האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:נאך פון רבי מיכעלען זצ"ל:
ווייסטו וויאזוי מ'פלעגט לאדענען צו א ברית אין דייטשלאנד?
גֶעלַאדֶען זִי צוּם אַפְּשְׁנִיט!
און ווי נאר ער האט געענדיגט דעם פתגם איז ער פארגאנגען אין א געלעכטער, א מין זיסקייט געוועזן, זכותו יגן עלינו


נאסטאלגישע זכרונות, די וויצן האבן מיר שוין געקענט אויסעווענדיג, אבער יעדעס מאל האמיר אזוי הנאה געהאט פון פריש.


זאלסט מיר מוחל טון אבער איך באגרייף נישט דעם דזשאוק


איהר זענט נישט מחוייב צו פארשטיין יעדן ווערטל...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:18 am

וואס איז די חילוק פון סאטמאר אין ליבאוויטש ?
ביי חב"ד איז יעדע שייגץ א צדיק. ביי סאטמאר איז יעדע צדיק א שייגעץ
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 9:50 am

maybeeynot האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון סאטמאר אין ליבאוויטש ?
ביי חב"ד איז יעדע שייגץ א צדיק. ביי סאטמאר איז יעדע צדיק א שייגעץ

וואס איז דע חילוק פון ברסלב און ליובאוויטש?
ביי ברסלב: אין ייעדע ייוד איז דא א פינטל.
ביי ליובאוויטש: אין ייעדע פינקטל איז דא א ייוד

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 10:39 am

Think and Thank האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:פרעגט מיר היינט א שארף אידל:

פארוואס ביי די חסידישע ישיבות נעמט מען אויף מגידי שיעור וואס האבן דעים ליטווישן דרך הלימוד.

משא''ס ביי ליטווישע ישיבות נעמט מען חסידישע אינגעלייט פאר קעכערס.

דער תי' אויף די צווייטע איז זייער פשוט פאר דער וואס קען די ליטווישע וועלט; אויב וואלט די ישיבה גענומען א ליטווישער קעכער וואלט יענער שוין געהאט א 'שטעלע' און געגאנגען מיט א 'טיי', וואלט אים שוין נישט געפאסט צו זיין א קעכער.

גראדע האב איך געלערנט (געלערנט? זיך געדרייט) אין איינס פון די גרעסטע ליטווישע ישיבות אין די וועלט, און ס'נישטא קיין איין חסיד'ישער איינגעשטעלטער אין די גאנצע גשמיות'דיגער חלק פון די ישיבה.

דערמאנסט מיר פון די באקאנטע מעשה אין טעלזע ישיבה.
עס איז געווען א אינגערמאן וואס איז געווארן א שטיקל משגיח, האט ער געזאגן פארן ווייב (די נייע משגיח'טע) אז פון היינט און ווייטער קען ער מער נישט ארויסטראגן די גארביטש, ספאסט מער נישט, סדאך נישט קיין כבוד התורה.
זיין ווייב איז זיך געגאנגען אויסרעדן פארן ר''י ר' מרדכי אז איר מאן איזמער אגאנצער בעל גאווה געווארן, און זי האט נישט מער ווער סזאלן ארויסטראגן די גארביטש.
יענעם נאכט קלאפט די ר''י אליין אריין ביי דעים נייעם משגיח, דער אינגערמאן איז געקימען צילויפן, וואס האב איך די כבוד אז די ר''י קימט צי מיר? וואס קען איך העלפן דעים ר''י?
זאגט אים ר' מרדכי: איך דארף דעים גארביטש!
וואס הייסט? פרעגט דער אינגערמאן, כבוד התורה?
ענטפערט ר' מרדכי: כבוד התורה ארויף כבוד התורה אראפ, די גארביטש מיז אבער איינער ארויסטראגן!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 11:36 am

לבלוב האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון סאטמאר אין ליבאוויטש ?
ביי חב"ד איז יעדע שייגץ א צדיק. ביי סאטמאר איז יעדע צדיק א שייגעץ

וואס איז דע חילוק פון ברסלב און ליובאוויטש?
ביי ברסלב: אין ייעדע ייוד איז דא א פינטל.
ביי ליובאוויטש: אין ייעדע פינקטל איז דא א ייוד

וואס איז די חילוק פון א חבדסקער און א ברעסלווער ?
א ברעבלווער קימט א רויף אויף יענע וועלט זאגט מען אים האסט געטין דעיס יענס א ריין אין גהנום שרייט ער רבי רבי קימט די רבי שלעפט אים ארויס מיט די פאיות
א חבדסקער שרייט רבי רבי די רבי קימט געט אים א דאלער און זאגט אים הצלחה פאר דיין שליחות...
Have it in mind don't be right be smart

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 12:16 pm

וואס איז די חילוק פון די ספרי ברסלב ביז חב''ד?

ברסלב טיילט בחינם, חב''ד איז נישט ממש בחינם אבער אויף סעיל...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 12:29 pm

כ'מיין שוין געווען דא

חב"ד איז קאמפליצירטע חסידות פאר פשוט'ע מענטשן
ברסלב איז א פשוט'ע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:05 pm

הענדימען האט געשריבן:כ'מיין שוין געווען דא

חב"ד איז קאמפליצירטע חסידות פאר פשוט'ע מענטשן
ברסלב איז א פשוט'ע חסידות פאר קאמפליצירטע מענטשן

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:56 pm

וואס איז די חילוק צווישען א לענדלארד און א גרוש?

דער לענלארד ווארט אויפן ערשטן, און א גרוש ווארט אויפן צווייטן.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:58 pm

ארבעטער: "איך מעג ליינען די צייטונג אין די ארבעט שעות?"
בעה"ב: "זיכער! נאר מאך זיכער נישט אויסצולאזן די jobs אפטיילונג"...

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:58 pm

עמעצער האט געהערט אין בית הכבוד פון א בית המדרש ווי א עלטערער איד זאגט אשר יצר הויך אויפן קול אין די נעקסטע שטיבל נעבן אים...

ארויסקומענדיג, גייט דער איד צו צום אלטן איד: ר' חיים, וואס עפעס זאגט איר די ברכה אשר יצר אינעווייניג אין ביהכ"ס? זאגט דער אלטער: "קוקט אהער, דא אויפן אשר יצר סיין שטייט: "א סגולה צו אריכות ימים צו זאגן די ברכה "אינווייניג"...

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 5:59 pm

צוויי אידענעס זענען געקומען צום רב מיט א טענה: זיי ביידע ווילן האבן א געוויסן בחור אלס חתן פאר זייער טאכטער, איינע זאגט אז זי האט איהם ערשט געזעהן, און די צווייטע זאגט פונקט דאס זעלבע.

רופט זיך אן דער רב: "איך ווייס נישט ווער פון אייך איז גערעכט, דערפאר ברענגט א מעסער, און מ'זאל צושניידן דעם חתן אויף צוויי, און יעדערער פון אייך וועט נעמען א טייל".

די ערשטע פרוי זאגט: "ניין רבי! אויב דאס איז פארבינדן מיט שפיכות-דמים, דאן וויל איך דאס נישט האבן, און איך זאג זיך אפ פון דעם גאנצן ענין.

ווידער די צווייטע האט געזאגט: "רבי, אייערע רייד זענען וואונדערבאר און פיל מיט חכמה! שניידט דעם חתן אויף העלפט!

אה! זאגט דער רב, "זי איז די ריכטיגע שוויגער!".

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:03 pm

א איזרעלי האט געשנארט פון עמעצן א ציגארעטל, באקומענדיג די ציגאר האט ער זיך פארענטפערט אז רייכערן האט ער שוין געסטאפט אבער פון שנארן קען ער זיך נאך נישט אפגעוואוינען...

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 6:37 pm

אהבת השם האט געשריבן:צוויי אידענעס זענען געקומען צום רב מיט א טענה: זיי ביידע ווילן האבן א געוויסן בחור אלס חתן פאר זייער טאכטער, איינע זאגט אז זי האט איהם ערשט געזעהן, און די צווייטע זאגט פונקט דאס זעלבע.

רופט זיך אן דער רב: "איך ווייס נישט ווער פון אייך איז גערעכט, דערפאר ברענגט א מעסער, און מ'זאל צושניידן דעם חתן אויף צוויי, און יעדערער פון אייך וועט נעמען א טייל".

די ערשטע פרוי זאגט: "ניין רבי! אויב דאס איז פארבינדן מיט שפיכות-דמים, דאן וויל איך דאס נישט האבן, און איך זאג זיך אפ פון דעם גאנצן ענין.

ווידער די צווייטע האט געזאגט: "רבי, אייערע רייד זענען וואונדערבאר און פיל מיט חכמה! שניידט דעם חתן אויף העלפט!

אה! זאגט דער רב, "זי איז די ריכטיגע שוויגער!".

:lol: :lol: ;l;p-
. . . . . . .

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 9:49 pm

א מאן און ווייב האבן געהאט שלום בית פראבלעמען אבער די מאן האט איר נישט געוואלט געבן קיין גט האט די פרוי באשלאסן צו זאגן פרק שירה אפשר וועט עס העלפן,ויהי היום די פרוי האלט אינמיטן זאגן פרק שירה און איר מאן קאלט אריין און זי האט נישט געוואלט אויסרעדן האט זי באשלאסן אויפצוהייבן די טעלעפאן און אריין זאגן ווי זי האלט און ער וועט פארשטיין אז זי קען נישט אויסרעדן זי הייבט אויף די טעלעפאון און זאגט נו נו כלב מה הוא אומר...... און ער נעמט זיך שרייען וואס? דו רופסט מיך א כלב און ער האט אראפגעהאקט די טעלעפאון און אפאר טעג שפעטער האט ער איר געגעבן א גט

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 9:52 pm

האטעל אייגענטומער: א נאכט איז $25. אויב איר מאכט אייער בעט, איז עס $5 א נאכט.
גאסט: אקעי, איך וועל מאכן מיין בעט.
האטעל אייגענטומער: ווארט אויס, איך ברענג שוין ברעטער און נעגל.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 9:53 pm

מאן: איך וועל דיך מאכן די פריילכעסטע מענטש אויף די וועלט!
ווייב: וואס?! אזוי יונג פלאנסטו צו שטארבן?

אוועטאר
פראביר נאר
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:30 am

תגובהדורך פראביר נאר » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 6:58 am

א איידעם קומט אהיים פין שפיטאל פין באזיכן זיין שוויגער אין א שווערן מצב!
ווייב: נא וואס מאכט מיין מאמע? וואס זאגן די דוקטורים?
מאן: זיי זאגן אז דיין מאמע גייט ארויס מארגן פין שפיטאל, אין זי קומט שלאפן דא אינדערהיים פאר א האלבע יאר!
ווייב: וואס??? איך האב נעכטן גערעדט מיטן דוקטער אין ער האט געזאגט אז זי האט נאך געציילטע טעג......
מאן: איך ווייס נישט, די דאקטער האט מיר געזאגט "גרייט זעך צום ערגסטנ'ס"
:lol: :lol:
געדענק! נישט יעדע זאך וואס ליגט דיר אין בויך דארפסטו שרייבן, קענסט עס אויך זאגן!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:35 pm

איידעם: א גוטן אווענט שוויגער. ווי לאנג פלאנט די שוויגער צו בלייבן דא?
שוויגער: ביז דער איידעם נמאס ווערן פון מיר
איידעם: וואס??? אפילו א קאווע נישט טרינקען ביי מיר???

קרעדיט: פינקי וועבער 20 יאר צוריק
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:45 pm

וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר און לובאוויטש???
אין סאטמאר איז יעדער איד א שייגעץ,
אין לובאוויטש איז יעדער שייגעץ א איד...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:47 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר און לובאוויטש???
אין סאטמאר איז יעדער איד א שייגעץ,
אין לובאוויטש איז יעדער שייגעץ א איד...
ארויס פין בבל

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:48 pm

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר און לובאוויטש???
אין סאטמאר איז יעדער איד א שייגעץ,
אין לובאוויטש איז יעדער שייגעץ א איד...

viewtopic.php?p=1745327#p1745327
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:52 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר און לובאוויטש???
אין סאטמאר איז יעדער איד א שייגעץ,
אין לובאוויטש איז יעדער שייגעץ א איד...

viewtopic.php?p=1745327#p1745327

נישט געמערקט. אנטשולדיגט
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט