בלאט 374 פון 408

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 30, 2018 5:29 am
דורך שמערלער
א איד קומט צו א בעל מקובל אין זאגט אים אז ער האט אנגעהויבען א שטרענגע דייעטע אין עס העלפט גארנישט
זאגט אים דער בעל מקובל אז מברויך בודק זיין די תפילין
גייט צום סופר אין דער סופר זעט אז אנשטאט ואכלת ושבעת שטייט צוויי מאל ואכלת.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 30, 2018 6:29 am
דורך פראביר נאר
א יונגערמאן איז געפארן מיט זיין פרוי אויף א טריפ קיין ים–המלח...
אינמיטן זאגט ער פאר זיין ווייב, דריי זעך אויס א מענוט!
דרייט זי זעך אויס אין פרעגט פארוואס?
זאגט ער, עהה א שאד... פאר לוט איז עס יא געלונגען.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:59 pm
דורך נו וואדע
די לצים זאגן

אז זאל ווען האלאווין זיין להבדיל א אידישער יו"ט. ......

וואלט שוין א פאמפקין געקאסט 350 טאלער און יעדער מחותן וואלט ווען געדארפט קויפן פארן צוקונפטיגער חתן זיינעם א זילבערנעם פאמפקין האלטער...!!!!

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:21 pm
דורך אלמוני
רבי וואדע אחר דריידט זיך לעצטנס צופיל מיט די לצים...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 02, 2018 1:28 am
דורך כתמר יפרח
קאן זיין שוין דא געווען

שופט: פארוואס האסטו גע'הרג'עט דיין ווייב נאכן וואוינען מיט איר איבער 30 יאר?

מאן: פלעין פוילקייט...................... ......................................................................................... .יעדן טאג האבעך געזאגט "מארגן עליך איר הרג'ענען !!"

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 02, 2018 2:24 pm
דורך סיפורי צדיקים
מעגליך שוין געווען אבער נאכאלס גוט

פארוואס קידוש לבנה וואס מ'מאכט איינמאל א חודש טאנצט מען און אשר יצר וואס מ'מאכט עטליכע מאל א טאג טאנצט מען נישט?
ווען די וואלסט געמאכט אשר יצר איינמאל א חודש וואלסטו אויך געטאנצן.....
(בצלאל דים)

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 02, 2018 2:28 pm
דורך סיפורי צדיקים
פארוואס מאכט מען בי א חופה די ברכה יוצר האדם וואס קומט עס דארט אריין?
ווייל יעדער וויל דאך אז די חתונה זאל זיין שיין, און שטעל דיר פאר אז מ'וואלט נישט געמאכט יוצר האדם און מ'רופט אויס די זיידע איז מכובד מיט די צווייטע ברכה און ער פאנגט גלייך אן אשר יצר את האדם בצלמ וואלט דאך יעדער געשריגן נא נא יוצר האדם ממילא וועגן דעם האט מען מתקן געווען די ברכה....
געהערט פון ר' אברהם מרדכי מלאך ביי די בראשית שיעור בשם יארמע רב

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 03, 2018 9:40 pm
דורך Wow a1
פאר די עלקשנס רעדן די ווענט צי דיר נאך די עלקשנס רעדסטי צים וואנט.....

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:28 am
דורך זייער קלוג
פארוואס דארף מען רינוען די לייסענס יעדע 10 יאר אין מערידש לייסענס דארף מען נישט רינוען

ווייל ווען מען וואלט געדארפט רינוען מערידש לייסענס וואלט עס קיינער מישט רינוט

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 8:51 am
דורך קיקיון
געהערט פון א געוועזענעם גסות שוחט
א שו"ב פון א"י האט ג'ארבייט אין א בית השחיטה בגלילת טאראנטא
ויהי היום און ער האט פארשםעטיגט דעם אויטא פון די אנדערע שוחטים
דינגט ער א אויטא און דרייוט נוסח א"י שטעלט אים א פאליצאנט
אזויפיל ענגליש האט ער געקענט I A JEW KILLER
זענען די שוטרים בודק די קאר און זיי טרעפען גסות חלפים
עס האט געדוירט א גאנצען טאג ביז מען איז געוואיר געווארן ווי ער איז

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:43 am
דורך לדעתי
נאך לאנגע יארן שטודירן א געוויסע דיסארדער זענען די פיסכיאטארן ממש לעצטענס געקומען צו אן אויספיר מיט בוכשטאבן איבער די שעדליכע דיסארדער וואס פולע ווערן ליידער טעגליך געמטושעט דורך די וואס זענען ליידער אנגעשטעקט אין די געפערליכע דיסארדער, די דיסארדער ליינט זיך ווי פאלגענד: TSD.

עס בלייבט צום האפן אז זיי זאלן בקרוב דערגיין די רפואה צו די שעדליכע TSD

#טוה מיר א טובה מאכמער א קאווע

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:55 am
דורך געשיקטער
לדעתי האט געשריבן:נאך לאנגע יארן שטודירן א געוויסע דיסארדער זענען די פיסכיאטארן ממש לעצטענס געקומען צו אן אויספיר מיט בוכשטאבן איבער די שעדליכע דיסארדער וואס פולע ווערן ליידער טעגליך געמטושעט דורך די וואס זענען ליידער אנגעשטעקט אין די געפערליכע דיסארדער, די דיסארדער ליינט זיך ווי פאלגענד: TSD.

עס בלייבט צום האפן אז זיי זאלן בקרוב דערגיין די רפואה צו די שעדליכע TSD

#טוה מיר א טובה מאכמער א קאווע


די מיינסט אפשר DST דער פאררוקטער זייגער ?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 12:05 pm
דורך יענקעלע
#טו_עס_דו, דאס איז א לייכטע ווערסיע פון BPD

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:27 pm
דורך געשיקטער
יענקעלע האט געשריבן:#טו_עס_דו, דאס איז א לייכטע ווערסיע פון BPD


אפשר איז די לעזונג דערצו "9TSD"

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:49 pm
דורך הענדימען
געשיקטער האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:#טו_עס_דו, דאס איז א לייכטע ווערסיע פון BPD


אפשר איז די לעזונג דערצו "9TSD"

מ'דארף זיך האלטן פאזיטיוו. נישט זאגן ניין

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:00 pm
דורך געשיקטער
TSD!



גענוג פאזיטיוו?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 4:32 pm
דורך סיפורי צדיקים
א איד האט אמאל געזעהן ביינאכט אז די לעקטער אין זיין בעיסמענט איז אנגעצינדן, איז ער געגאנגען קוקן וואס גייט פאר דארט זעבט ער אז א גרופע גנבים זענען מסדר זיינע זאכן, האט ער גערופן די פאליציי, זאגן זיי אים אז זיי האבן נישט קיין אפיצירן יעצט עוועילעביל, רופט ער צוריק אפאר מינוט שפעטער אז ס'איז שוין מסודר ער האט זיי אלע גע'הרג'עט, ביז 2 מינוט זענען געווען דארט א גאנצע גרופע פאליציי, זיי האבן געקייטעלט די גנבים און זיי דרייען זיך אויס צו דעם איד האסטו נישט געזאגט אז די האסט זיי גע'הרג'עט? פרעגט ער זיי האט עטס נישט געזאגט אז האטס נישט עוועילעביל קיינעם יעצט?.........

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 5:08 pm
דורך waterbury
פארוואס סידור קידושין איז מען מכבד דעם רבי'ן און פאר סידור הגט גייט מען צום רב?
ווייל א רבי 'נעמט' ער 'געט' נישט...
(שמעתי מר' שמוואל. א. שיחי')

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 06, 2018 7:50 pm
דורך סיפורי צדיקים
געווען אמאל 2 פרויען האבן זיך ארומגעקריגט אויף א בחור ווער ס'זאל אים באקומען פאר אן איידעם, זענען זיי געגאנגען צום רב, האט דער רב געזאגט א זער מיינט מ'זאל צושניידן דעם בחור און מ'וועט געבן האלב פאר איר ואן האלב פאר איר, האט זיך איינער אנגערופן אז ניין זי וויל נישט ענדערש זאל אים די צווייטער נעמען, אבער די אנדערע פרוי האט געזאגט אז יא ס'איז טאקע א גוטע עצה צושניידן, זאגט די רב אה די ביסט די ריכטיגע שוויגער....

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 06, 2018 9:54 pm
דורך nmi
כ'האב געהערט אמאל פון פינקי וועבער אזא מעשה.
איינמאל ערב שבועות נאכמיטאג כאפט ער זיך אז ער האט נאכנישט געקויפט קיין בלומען פאר זיין ווייב. קאלט ער שנעל אן דעם בלומען סוחר אז ער דארף די שענסטע בלומען וואס ער האט. ס'גייט נישט דורך קיין האלבע שעה און מ'קלאפט אים אויפן טיר, עפענט ער די טיר זעהט ער דעם בלומען סוחר מיט א ריזיגע וועיז מיט בלומען. נעמט ער זיך שרייען אויפן סוחר דאס הייסט בלומען? ס'איז דאך אינגאנצן ציקווטשט??? זאגט אים די סוחר האלאו האלאו האלאו דאס איז שיינע רויזן מיט לולוס וכו' נאר ס'קומט פארמאכט און ס'עפענט זיך אויף אליין און דעמאלץ קומט ארויס די שיינקייט. ווארט צו א צוויי דריי טעג און אויב ס'עפענט זיך נישט עפען עס אליין. פינקי פרעגט אים מה יקר? ענטפערט ער $200. און פינקי צאלט אים מיט א טשעק.
א וואך דעראויף קאלט די בלומען סוחר אן פינקי און זאגט אים איך בין יעצט אריין אין באנק און זיי זאגן אז ס'איז נישטא אזא עקאונט. ענטפערט אים פינקי ווארט צו א צוויי דריי טעג און אויב ס'עפענט זיך נישט עפען עס אליין...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:57 pm
דורך Wow a1
נאך פון פינקי קל מבשר זאגט פאר שלום בית דרוקט פיר, איך דרוק שוין פאר ווייס איך ווי לאנג און גארנישט......

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:28 pm
דורך כי לה׳
א פרוי זעהט ווי די שכנ'טע מאכט פסח'דיג און זי פלאגט זיך מיט'ן ריקן די קאוטש, פרעגט זי איר "פארוואס ווארטסטו נישט ביז דיין מאן קומט אהיים?"
ענפערט די שכנ'טע "עס איז סאך שווערער ווען ער זיצט דארט!"

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:19 pm
דורך נו וואדע
א איד האט אמאל אנגעהויבן צו פארקויפן זיינע טעותים

ווען מ'האט אים געפרעגט פשט דערפון , האט ער געזאגט

אז ער הערט זיך אייביג צוזאם אז פאר מיסטעיקס צאלט מען טייער, וויל ער טאקע זעהן צו סיז אזא גוטע ביזנעס.....!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 11:30 pm
דורך וזרח השמש
ווי אלעמען באקאנט איז אינעם "כינור דוד" זאהל (פאר ווער עס איז נאכנישט גע'אפדעיט די אמאליגע אולם עקשטיין) אין קרית יואל איינגעשטעלט א DJ סיסטעם וואס ביי יעדע חתונה לויפט איבער די זעלבע ניגונים. האט פאסירט אז אז א קאפל האבן זיך אפגעשמועסט אז ווען עס גייט שפילן אמר ר' עקיבא וועט מען זיך טרעפן אינדרויסן, מה עשה הקב"ה פונקט איז א רבי'לע אריינגעקומען אין אנטשטאט אמר ר' עקיבא האט מען אנגעהויבן מיט א ברען די זעקס'טע הקפה ניגון, אין דאס האט געהאט א קאטעסטראפישער ענדע!.

נב. די יודעי דבר האבן געוויסט צו זאגן אז עס איז בעסער געוועזן אז זיי האבן זיך נישט געטראפן!.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 18, 2018 11:45 pm
דורך וזרח השמש
פארגאנגענעם נאכט וועק איך מיך אויף צו צו א שטילן גערויש ביז איך האב אויפגעכאפט אז די רעדע איז פון צוויי גנבים וואס זענען געקומען זוכן "געלט," האמער זיך נישט געפוילט אין זיך אויך אנגעשלאסן אין די זוכעריי!. אפשר דאך. :lol: