מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:30 am

איינער פרעגט מיר היינט וויזוי מען קומט אהן צום בית החיים

זאג איך אים
"זייער פשוט, מאך צו גאר שטארק דיין אויגן און דרוק אראפ דעם גאז פעדעל עד הסוף.............!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:30 am

א פרוי קומט אהיים איין טאג זאגנדיג פאר איר מאן אז זי פילט אווי די קאר ציטערט לעצטנס צו סאך


זאגט ער איר , "נו וואדע אז די קאר האט דיר אלס דרייווער וואונדער איך מיר פארוואס ער זאגט ניש אויך אויס גאנץ תהילים און לייגט ניש אריין ח"י טאלער פאר ר' מאיר בעה"נ !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:31 am

געווען אמאל א קבצן וואס האט ניש געהאט קיין דאלאר צו די נשמה

האט ער אפגעמאכט אז ער שיקט א בריוו צום רבש"ע שרייבענדיג הייליגער בורא כ'ברויך 500 טאלער זיך צו קענען דערהאלטן ביים לעבן

סיז אנגעקומען צום פאסט אפיס און די ארבעטער דארט האבן דערזעהן דעם בריוו האבן זיי רחמנות באקומען אויף אים און זיי האבן געמאכט א אקציע אין פאסט אפיס צאםצושטעלן געלט פאר דעם נעבאכדיגן , למעשה האבן זיי צאםגעשטעלט 450 און שיקן אים עס צוריק אויף פאסט


דער קבצן באקומט איין טאג דעם ענוועלאופ מיט די געלט


שרייבט ער צוריק א בריוו צום רבש"ע ,הייליגער באשעפער שקויעך פארן שיקן ס'געלט אבער נעקסט טיים שיק עס ניש דורך די פאסט ווייל דעי גנבים פאסט ארבעטער האבן אראפגעציפט א פופציגער !!!!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:31 am

געווען אמאל צוויי ליטווישע אינגעלייט וואס האבן זיך ארוםגעריסן אויף א פשט אין רמב"ם אזוי האבן זיי זיך ארום געריסן א גאנץ לעבן אויף דעי שטיקל רמב"ם

איין טאג זענען זיי ביידע אוועק , ארויפקומענדיג אויפן עולם האמת האבן זיי זיך ווייטער ארוםגעריסן אויף דעם רמב"ם

אינמיטן שפאצירט דורך א חשובע איד מיט א לאנגע ווייסע בארד , גייען זיי צו צונעים און פרעגן אים ,קענסט אונז אפשר זאגן פשט דא איך טענה אזוי און מיין חבר טענה'ט אזוי

דער אלטער הערט זיך צו און זאגט , די פשט איז ניש ווי אייך און ניש ווי אייער חבר

פרעגן זיי אים , אנטשולדיג אבער וויזוי הייסט איר

זאגט ער , "בן מיימון"

זאגן זיי אים , "נעעעע, וואס פארשטייט דען א פרענק צו א שטיקל רמב"ם !!!!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:32 am

גוט ווארט

ווער ס'זאגט אז ס'דא הארטע ברויט ....... האט נאך אין זיין לעבן ניש געגעסן מצה !!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:32 am

מצות זענען אזוי ווי ציין ווייטאג !



"לעכער און ס'קאסט אסאאאאאאאך געלט !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:33 am

א איד פלעגט אמאל אנטוהן שוך וואס איז געווען צוויי סיייזעס קלענער פונעם

ווען מ'האט אים געפרעגט פשט , האט ער גע'ענטפערט , "נחת האבעך ניש , פרנסה אויך ניש

האבעך כאטש הנאה ווען טוה איך אויס די שוך מיינע !!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:33 am

מ'האט אמאל געפרעגט א קלוגן אידל אויב וואלט ער ווען געדארפט זיין אויף א פארווארפענעם אפגעזונדערטע אינזל וואסארא זאך וואלט ער מיטגענומען

האט ער געזאגט, א בילד פון מיין ווייב

פרעגט מען אים ,דאס איז ס'גאנצע

זאגט ער אודאי, אזוי עליך אייביג געדענקן פארוואס ס'לוינט זיך צו זיין אויף א פארווארפענעם אינזל !!!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:34 am

שופט , כ'פסקען אז דער באשולדיגטער איז ניש שולדיג אלס אומסטאביל

לויער, נאר דו אליינס ביזט אומסטאביל אדער ס'גאנצע יורדישע סיסטעם ?!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:34 am

מיין חבר דערציילט מיר אז היינט ביי די ארבעט איז איינער אריינגעקומען און זיך געפערליך געבייזערט אויף אים און זאגט אים כ'וויל רעדן צו דער וואס איז העכער דיר

האט ער אים געגעבן זיין ווייב'ס טעלעפאון נומער..............................!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:34 am

וען די ראקעטן זענען געפאלן פאריגע וואך מוצ"ש האט זיך איינער אין די ראקעטן שעלטער געפערליך געבייזערט און געשריגן

דעי עזה טעראריסטן זאלן שוין פייגערן , מילא שיסן ראקעטן אינמיטן וואך , נו שוין , אבער אונז חסידים אריינשטעלן אין איין קליינע שטוב אויף א מוצ"ש ??!! רחמנא לשיזבן ........!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:35 am

מ'דערציילט א ווערטל אז דער אמרי חיים זצ"ל האט אמאל געפרעגט א תמימות'דיג אידל וועכע יו"ט ער גלייכט ס'מערסטע

האט דער אידל גע'ענטפערט , יום העצמאות

ווען ער האט אים געפרעגט פשט האט ער גע'ענטפערט "ווייל ס'די איינציגסטע יו"ט וואס מ'גייט ניש ארבעטן און ס'אויך נישטא קיין טיש......!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:35 am

א איד קומט אמאל צום דאקטאר און דער דאקטאר זאגט אים כאב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס

שלעכטע נייעס , מארגן ברויך מען דיר אפשניידן ס'לינקע פוס

גוטע נייעס: " איבערמארגן העסטו אנהייבן די טאג מיט די רעכטע פוס!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:35 am

"פאפקארן"


ס'איינציגסטע מאכל וואס דער שמעק איז בעצם בעסער אווי די טעם !!!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:36 am

א בחור'ל קומט אריין צו זיין אלטע באבע און פרעגט , באבי האסט וויי פיי ?!

זאגט זי , ניין, אבער כאנאך אביסל טשאקלעט מילך !!!
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:25 pm

סופער גוט. איינס בעסער פונעם צווייטן. דאס מערסטע איז מיר געפאלן די מעשה מיט די שיך און די מעשה פום די אונזל...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 09, 2019 12:30 pm

נו וואדע האט געשריבן:א איד קומט אמאל צום דאקטאר און דער דאקטאר זאגט אים כאב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס

שלעכטע נייעס , מארגן ברויך מען דיר אפשניידן ס'לינקע פוס

גוטע נייעס: " איבערמארגן העסטו אנהייבן די טאג מיט די רעכטע פוס!!!"

כעין. א יוד האט אמאל געדארפט אדורך גיין א שווערע פרעסידזשער און מ'האט אים געגעבן די שפיטאל בגדים זיך אנצוטוען האט ער זיך געפערליך געטענהט אז ער מיר אנהאבן די ציצית, פיין מ'האט עס אים נאכגעגעבן. נאכן פרעסידזשער זאגט אים די דאקטער I have for you good news and bad news. די גאד נאס איז אז די האסט שוין נישט די מחלה ב"ה, די בעד נאס איז אז דיין ציצית איז פסול......
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג מאי 09, 2019 1:18 pm

יישר כוח נו וואדע!!!
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:40 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:א אינגערמאן רופט אן זיין רב פארזארגטערהייט: מיין ווייב האט געבאקען א שליסל חלה און עס איז פארברענט געווארען, מיינט דאס אז מיין פרנסה איז געגאנגען פייפען ?
ענטפערט דער רב: ניין ח"ו וועסט האבן גאר א גרויסע הצלחה מיט דיין ביזנעס, אבער עס וועט אלעס גיין דורך דער "שווארצע מארקעט"...

אמאל פלעגט מען זאגען אז נאך א שריפה ווערט מען רייך.

היינט גייט מען אין חד גדיא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:44 pm

נו וואדע האט געשריבן:איינער פרעגט מיר היינט וויזוי מען קומט אהן צום בית החיים

זאג איך אים
"זייער פשוט, מאך צו גאר שטארק דיין אויגן און דרוק אראפ דעם גאז פעדעל עד הסוף.............!!!!"

על כרחך אתה חי; הרבה עשו ולא עלתה בידן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:53 pm

נו וואדע האט געשריבן:געווען אמאל א קבצן וואס האט ניש געהאט קיין דאלאר צו די נשמה

האט ער אפגעמאכט אז ער שיקט א בריוו צום רבש"ע שרייבענדיג הייליגער בורא כ'ברויך 500 טאלער זיך צו קענען דערהאלטן ביים לעבן

סיז אנגעקומען צום פאסט אפיס און די ארבעטער דארט האבן דערזעהן דעם בריוו האבן זיי רחמנות באקומען אויף אים און זיי האבן געמאכט א אקציע אין פאסט אפיס צאםצושטעלן געלט פאר דעם נעבאכדיגן , למעשה האבן זיי צאםגעשטעלט 450 און שיקן אים עס צוריק אויף פאסט


דער קבצן באקומט איין טאג דעם ענוועלאופ מיט די געלט


שרייבט ער צוריק א בריוו צום רבש"ע ,הייליגער באשעפער שקויעך פארן שיקן ס'געלט אבער נעקסט טיים שיק עס ניש דורך די פאסט ווייל דעי גנבים פאסט ארבעטער האבן אראפגעציפט א פופציגער !!!!!!!

דאס איז א טאג טעגליכער ערשיינונג אז מען רייסט אראפ דער וואס האט דיר א טובה געטוהן. איינער זאגט פאר זיין חבר, פארוואס ביזטו שלעכט צו מיר איך האב דאך דיר קיינמאל קיין טובה געטוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:57 pm

נו וואדע האט געשריבן:א איד פלעגט אמאל אנטוהן שוך וואס איז געווען צוויי סיייזעס קלענער פונעם

ווען מ'האט אים געפרעגט פשט , האט ער גע'ענטפערט , "נחת האבעך ניש , פרנסה אויך ניש

האבעך כאטש הנאה ווען טוה איך אויס די שוך מיינע !!!!"

א צווייטער איד פלעגט קויפען שיך צוויי סייזעס גרעסער ווי אים; האט מען אים געפרעגט פארוואס, האט ער געזאגט אז פאר דער זעלבע פרייז קען ער דאך שוין באקומען א גרעסערע שטיק לעדער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:59 pm

טשיפקא האט געשריבן:יישר כוח נו וואדע!!!

און אזוי אויך פאר יעדער וואס ברענגט אונז א שמייכעל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:45 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- נו וואדע

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:23 pm

נו וודאי איז צוריק....
א דאנק פארן די ווערטלעך....

הגב די אנטי וואקינען חברה פלאנען צו עפענען א נייע מוסדות וואס גייט הייסן אומשאטצבאר... וועגן די אלע אנדערע מוסדות זענען געווארן פון די כת שאטס.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פוילישע וואסער און 10 געסט