בלאט 389 פון 399

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:06 pm
דורך nmi
:lol:
eller האט געשריבן:נו וודאי איז צוריק....
א דאנק פארן די ווערטלעך....

הגב די אנטי וואקינען חברה פלאנען צו עפענען א נייע מוסדות וואס גייט הייסן אומשאטצבאר... וועגן די אלע אנדערע מוסדות זענען געווארן פון די כת שאטס.....

עללער כ'האב שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס.

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:05 pm
דורך eller
זעמיר זייער נייגעריג ווער ס'האט זיך הערשט היינט געכאפט אז מ'זאגט מער נישט מוריד הגשם....

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:15 pm
דורך nmi
eller האט געשריבן:זעמיר זייער נייגעריג ווער ס'האט זיך הערשט היינט געכאפט אז מ'זאגט מער נישט מוריד הגשם....

גיב ארויס. וואס איז געווען די מעשה?

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:16 pm
דורך eller
nmi האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זעמיר זייער נייגעריג ווער ס'האט זיך הערשט היינט געכאפט אז מ'זאגט מער נישט מוריד הגשם....

גיב ארויס. וואס איז געווען די מעשה?

פשוט היינט האט געסטאפט די רעגן וואס גייט שוין אן זינט שבת...

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 12:18 pm
דורך nmi
eller האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זעמיר זייער נייגעריג ווער ס'האט זיך הערשט היינט געכאפט אז מ'זאגט מער נישט מוריד הגשם....

גיב ארויס. וואס איז געווען די מעשה?

פשוט היינט האט געסטאפט די רעגן וואס גייט שוין אן זינט שבת...

הא הא...

געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 1:23 pm
דורך אסדר לסעודתא
eller האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זעמיר זייער נייגעריג ווער ס'האט זיך הערשט היינט געכאפט אז מ'זאגט מער נישט מוריד הגשם....

גיב ארויס. וואס איז געווען די מעשה?

פשוט היינט האט געסטאפט די רעגן וואס גייט שוין אן זינט שבת...

אין ארץ ישראל זאגט מען אזא צייט, מ'איז איינגעגאנגען אויף א הפסקת אש...

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:58 pm
דורך משה חבר
2019-05-16.png
2019-05-16.png (50.21 KiB) געזעהן 4261 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:05 pm
דורך אלטע גיטע וויין
משה חבר האט געשריבן:
2019-05-16.png

גיט גיט

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:01 pm
דורך חמרא טבא
D6u4WmNXYAEShV2.jpg
D6u4WmNXYAEShV2.jpg (51.47 KiB) געזעהן 3985 מאל

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 1:18 pm
דורך shimon7323
;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 1:32 pm
דורך כרם
SPUSMN האט געשריבן:
נו וואדע האט געשריבן:געווען אמאל א קבצן וואס האט ניש געהאט קיין דאלאר צו די נשמה

האט ער אפגעמאכט אז ער שיקט א בריוו צום רבש"ע שרייבענדיג הייליגער בורא כ'ברויך 500 טאלער זיך צו קענען דערהאלטן ביים לעבן

סיז אנגעקומען צום פאסט אפיס און די ארבעטער דארט האבן דערזעהן דעם בריוו האבן זיי רחמנות באקומען אויף אים און זיי האבן געמאכט א אקציע אין פאסט אפיס צאםצושטעלן געלט פאר דעם נעבאכדיגן , למעשה האבן זיי צאםגעשטעלט 450 און שיקן אים עס צוריק אויף פאסט


דער קבצן באקומט איין טאג דעם ענוועלאופ מיט די געלט


שרייבט ער צוריק א בריוו צום רבש"ע ,הייליגער באשעפער שקויעך פארן שיקן ס'געלט אבער נעקסט טיים שיק עס ניש דורך די פאסט ווייל דעי גנבים פאסט ארבעטער האבן אראפגעציפט א פופציגער !!!!!!!

דאס איז א טאג טעגליכער ערשיינונג אז מען רייסט אראפ דער וואס האט דיר א טובה געטוהן. איינער זאגט פאר זיין חבר, פארוואס ביזטו שלעכט צו מיר איך האב דאך דיר קיינמאל קיין טובה געטוהן.



איינער האט ארויס געהאלפן איינעם פאר א שטיק צייט, דערנאך האט די וואס האט געהאלפן געשיקט א בעג מיט קליינע שטיינדעלך פאר די געהאלפענע, פרעגט ער מה זה? האט ער געזאגט, די גייסטך בקרוב ווארפן שטיינער אויף מיך בעט איך אז עס זאל עטליעסט זיין קליינטשיגע שטיינדעלעך

א ביטער געלעכטער

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:27 pm
דורך יש בו
דער היילגער צאנזער רב זצ"ל האט געזאגט, אז אין אנהויב האט ער געוואלט איבערמאכן די וועלט, ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט, האט ער געטראכט אז ער וועט נאר איבער מאכן זיין שטאט, ווען ער האט געזעהן אז דאס קען ער אויך נישט האט ער געטראכט אז נאר זיין משפחה, האט ער געזעהן אז דאס איז אויך נישט מעגליך, ביז ער האט געזעהן אז קוים זיך אליין קען מען פארעכטן,

קען איך א איד וואס ער האט זייער שטארק נישט געהאלטן פון זיך, האט ער געוואלט ארבעטן אויף זיך, ווען ער האט געזעהן אז ער קען נישט, האט ער געטראכט אז ער וועט איבער מאכן זיין משפחה, ווען ער האט געזעהן אז דאס קען ער אויך נישט האט ער געטראכט אז אפשר וועט ער איבער מאכן זיין שטאט, האט ער געזעהן אז דאס איז אויך נישט מעגליך, האט ער גטראכט אז ער וועט איבערמאכן די גאנצע וועלט. דו"ק וטישטע"ך

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 2:33 pm
דורך scy4851
געקריגען און אימעיל

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 2:39 pm
דורך scy4851
נאך איינס פון אברהמי דזארדען

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 4:09 pm
דורך חוח בין השושנים
scy4851 האט געשריבן:געקריגען און אימעיל

כבר היה לעולמים:
חשוקי חמד.JPG
חשוקי חמד.JPG (153.69 KiB) געזעהן 3236 מאל

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 4:27 pm
דורך שטאלצער יוד
עס דערמאנט מיר פון דעם מעשה:

קוגל מאכער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:אויף ר' אברהם גנוחבסקי ז"ל דערציילט מעןץ אז אמאל ווען אן אשה האט זיך אראפגעזעצט נעבן אים אויפן באס האט ער זיך אנטשילדיגט פאר איר אז ער האט כרוספדין. יענע מיינענדיג אז דאס איז א מחלה אדער וואס האט זיך באדאנקט און געזיכט א צווייט מקום.

פאר ווער עס האט נישט פארשטאנען, כרוספדין ווערט אנגערופן אין גמרא ציצית.

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 11:52 am
דורך דעת הקהל
אמאל איז געווען נסיון העוני און נסיון העושר, היינט איז דא א נייע צרה "נסיון העוני צוזאמען מיט נסיון העושר" דער ארימאן וויל אויסקוקן ווי דעם עושר...

געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2019 12:28 pm
דורך הענדימען
דעת הקהל האט געשריבן:אמאל איז געווען נסיון העוני און נסיון העושר, היינט איז דא א נייע צרה "נסיון העוני צוזאמען מיט נסיון העושר" דער ארימאן וויל אויסקוקן ווי דעם עושר...

ענליכס האט פאפע'ר רב זצ"ל געזאגט. מ'האמער א מסורה אויף אלע מיני נסיונות וויאזוי אומצוגיין חוץ אויף דעם אז דער עני האט נסיון העושר (עפעס אזוי)

יענץ געלעכטער

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 12:43 pm
דורך אלופי אדום
א משולח פון ארץ ישראץ זאגט מיר אז די בעסטע צייט צו גיין נאך געלט ביי שחרית, איז ווען מ'האלט ביי שטילע שמונה עשרה.
ווייל דעמאלס קענען נאר 6 מענשן נישט געבן.................................

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 1:16 pm
דורך קיקיון
שטאלצער יוד האט געשריבן:עס דערמאנט מיר פון דעם מעשה:

קוגל מאכער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:אויף ר' אברהם גנוחבסקי ז"ל דערציילט מעןץ אז אמאל ווען אן אשה האט זיך אראפגעזעצט נעבן אים אויפן באס האט ער זיך אנטשילדיגט פאר איר אז ער האט כרוספדין. יענע מיינענדיג אז דאס איז א מחלה אדער וואס האט זיך באדאנקט און געזיכט א צווייט מקום.

פאר ווער עס האט נישט פארשטאנען, כרוספדין ווערט אנגערופן אין גמרא ציצית.

אן אנדערע גירסא
הרב_שלום האט געשריבן:אין זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן
געהערט פון ר' מנשה רייזמאן שליט"א
אין ארץ ישראל האט אן אויסגעלאסענע פרוי זיך געזעצט לעבן א היימישע יונגערמאן. די יונגערמאן האט איר באלד געלאזט וויסען אז ער האט כרוספדין (די תרגום זאגט אויף ציצית כרוספדין) דאס איז לעכטיג געלע זאך ארום די קערפער
די פרוי נישט וויסענדיג וואס דאס איז, האט זיך באלד געזעצט אויף אן אנדערע ארט

לכבוד יו"ט

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 11:19 am
דורך אלופי אדום
מיין עך אז קלויבן בלומען פאר שבועות נעמט שוין לענגער ווי א אתרוג פאר סוכות?

ווייל מיין ווייב פארשטייט צו בלומען.............................................

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 12:12 pm
דורך nmi
אלופי אדום האט געשריבן:מיין עך אז קלויבן בלומען פאר שבועות נעמט שוין לענגער ווי א אתרוג פאר סוכות?

ווייל מיין ווייב פארשטייט צו בלומען.............................................

פאר א סיבה איז איינגעפירט אז די מאן קויפט עס פאר א פרעזענט און נישט די ווייב גייט זיך עס קלויבן.....

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 1:12 pm
דורך געריבענער סוחר
א ליטווישע ראש הכולל האט אינמיטן א טיפזיניגען שיעור נאכגעזאגט א רעיון פון סאטמארע רב.

א סאטמארע אינגערמאן וואס לערנט דארט איז דערנאך ציגעגאנגען צום ראש הכולל און אים געזאגט אז די ווארט האט סאטמארע רב געזאגט איין יאר ביים קרעפל פשעטל.

ניין!! ניין!! זאגט די ראש הכולל, דאס איז נישט סתם א קרעפל פשעטל, דאס האט סאטמאר רב עכט געזאגט!

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 2:57 pm
דורך חוח בין השושנים
איך ווייס האט געשריבן:געהערט אין די עריו"ט טעג ווי א בחור'ל פרעגט דעם געשעפטס מען אין א ספרים געשעפט צו ער האט אפשר א קיצור תיקון ליל שבועות...

פארציילט מיר א איד פאר א ווערטל, אז ער זאגט נאר די ערשטע און לעצטע 3 פסוקים פונעם תיקון.
הלמאי?
זאגט ער: כ'האב געטון מיטן תיקון, דאס וואס דער תיקון האט געטון מיטן די גאנצע תורה...

:lol:

געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2019 4:05 pm
דורך מענטשאלע
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איך ווייס האט געשריבן:געהערט אין די עריו"ט טעג ווי א בחור'ל פרעגט דעם געשעפטס מען אין א ספרים געשעפט צו ער האט אפשר א קיצור תיקון ליל שבועות...

פארציילט מיר א איד פאר א ווערטל, אז ער זאגט נאר די ערשטע און לעצטע 3 פסוקים פונעם תיקון.
הלמאי?
זאגט ער: כ'האב געטון מיטן תיקון, דאס וואס דער תיקון האט געטון מיטן די גאנצע תורה...

:lol:

אין ירושלים זאגט מען אז א איד איז אריין אין א ספרים סטאר און געבעטן א תיקון ליל שבועות נוסח גור, האט דער מוכר אים געגעבן א קרי"ש ליינער.