בארגען טו"ת

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

בארגען טו"ת

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 30, 2009 7:23 am

געלעגער איז היינט אויפגעשטאנען שפעט! נו מען האט דאך שוין געהערט אזאנס, יא יא, באט היינט בין איך געווארען פראסטרעטיד. איר פרעגט פארוואס? כעל אייך זאגען.

איך געב מיך א כאפ אויף, איך זעה אז ס'איז גוט שפעט, מיט א שנעלע רעכן אויס זע'עך אז אויב איך וועל זיך מיט כאפען מיט די 8'טע מנין על איך עס מאכן דזשאסט אן טיים, איך נע'מיך יאגען ווי משוגע, כ'טוה מיך אן איך לויף אין מקוה (נישט געפיצט די ציין) מקוה צופרי וועל איך נישט פארפאסען פאר קיין געלטס וועלט, (שוין א אלטע שאלה וואס לוינט זיך ענדערש, דאווענען מיט מנין פון אנפאנג בוזן סוף אדער כאפען א טובל..א עקסטערע שמועס וואס מ'דארף נאך צוריק קומען) איך האב פארשטייט'צעך נישט געכאפט קיין שויער, נישטא קיין צייט פאר אזאכע שטותים ווען ס'איז אזוי שפעט, מיין פיאות אוואדי אויך נישט געמאכט, (אימעזשען מיין אויסקוק, נישט געפיצטע ציין, אויליג שוויציג אן א טוש, צעפלויגענע פיאות,) איך לויף ארויף כאפען מיין טלית בייטעל, ביז דערווייל מורמעל איך ברכי נפשי, איך קום צי די פלאץ ווי איך האב עס נעכטען אראפ געלייגט אבער הילד איננו.. ס'איז נישט דא.. איך קוק רעכטס לינקס ער איז נישט דא.
איך בין זיכער אז איך האב אים דא איבער געלאזט, איך געדענק אפילו אז איך האב אווע'געריקט אפאר סידורים אז ס'זאל פיטען, סא ווי איז עס??? איך טראכט צו מיר, א כפרה די פסק פין מיין באלאבאס, איך האף נאר א ס'איז נישט ג'גנבט איי פארוואס פונקט מיינס, ווייל איך ווייס נישט, מיינס פעלט.... נאך צעהן מינוט זיכען טרעף איך עס אין די אנדערע שטובעל.....

ס'ארא חוצפה!!!

וואסי? א איד האט פארגעסען זיינס איך ווייס נישט ווי, האט ער גענימען מיינס,
יעצט הער מיך שיין צו די איד. זאלסט דיך אין דיין לעבען מער נישט וואגען צוצירירען מיינס א חפץ! ניטאמאל קוקען דערויף. איך פארשטיי האסט געוואלט מקיים זיין די מאמר חז'ל פין ניחא לי לאינוש לעבוד מצוה וכו' איך וועל אבער מקיים זיין די אנדערע מאמר חז'ל, טוב שבנחשים רצוץ וכו'. אין אויב פלאנסטו צו נעמען א צווייטענס זיי אזוי גוט אין גיי אין שויער בעפאר, אין אויב שוויצטי איז א טלית נישט די פלאץ זיך אפציווישען, אין זיי אזוי גיט לייג צאם די רצועות אויף די זעלבע וועג, אין זיי אזוי גיט טויש נישט די של ראש קשר, קאפטשוי????

ביי די וועי מיין פסק איז געוועהן א ציפעדיג'ס. אבער יו נאו, לייפ גאוס אן.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יוני 30, 2009 8:14 am

הער איך, באט ווי איז יושר אריינצוגיין אין א מקוה 'אויליג שוויציג?... דיין טענה אידאך אז יענער האט געשוויצט אין דיין טלית.... נו...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 30, 2009 8:32 am

ס'יז נאר אידישע אויל און שוויץ.
צדיקים האבן אינדעם איינגעטונקען דעם כרפס
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 30, 2009 12:19 pm

שוועמל אר יו שאר?

געלעגער'ל טייערער, רעג דיך נאך אביסל, כ'ווייס נישט צו ס'איז גערעכט פון מיר, (קענסט מאכן אן ארטיקל דערוועגן אויך.) באט דיינע גערעגטע ארטיקלען קומען ארויס עפעס סופער דופער.

יישר כח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 30, 2009 3:41 pm

טיטאניק האט געשריבן:הער איך, באט ווי איז יושר אריינצוגיין אין א מקוה 'אויליג שוויציג?... דיין טענה אידאך אז יענער האט געשוויצט אין דיין טלית.... נו...


אין מיין מקוה וועט א ביסעל שוויץ נישט טוישן די מצב.
מיין טענה איז ניצען מיין טלית מיט יענעמס שוויץ. כאפסט?

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יוני 30, 2009 3:49 pm

יעדער טראכט מיין ביסעלע טוישט נישט פארדעם קוקט עס אזוי אויס...קענסט די כעלעמע מעשה?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 01, 2009 11:16 am

געלי, זיימיר מוחל, כאזעך זייער געאיילט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 01, 2009 11:31 am

ר' געלעגער, איר האט פארגעסן אז איר האט מיט א טאג פריער נישט געכאפט אייער מנין און דערפאר געדאווענט אינעם אנדערן שטובל?

אלענפאלס, שרייבסט גוט, האלט עס ארויף.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 01, 2009 1:00 pm

פארוואס לייגסטו נישט אוועק דיין טו"ת יעדן טאג, דינג א לאקער ביים משמש און לייג עס אריין דארט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יולי 01, 2009 1:47 pm

געלעגער, גוט אראפגעלייגט דיינע געפילן, יישר כח.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג יולי 02, 2009 4:20 am

געלעגער האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:הער איך, באט ווי איז יושר אריינצוגיין אין א מקוה 'אויליג שוויציג?... דיין טענה אידאך אז יענער האט געשוויצט אין דיין טלית.... נו...


אין מיין מקוה וועט א ביסעל שוויץ נישט טוישן די מצב.
מיין טענה איז ניצען מיין טלית מיט יענעמס שוויץ. כאפסט?

יענער האט נאס געמאכט דיין טלית מיט די מקוה וואסער..

תמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 10:41 pm

תגובהדורך תמים » דאנארשטאג יולי 02, 2009 9:36 am

געלעגער קענסט נישט האבן קיין טענות. איך האב עס שיין צוריק געלייגט. דרך אגב ווען איך ווייס ווען אז דו שרייבסט און קרעטשמע וואלט איך נישט געקוקט אויף דיין טלית בייטל וויאזוי דו הייסט אלס חשש גילו

געלעגער ביזט קעש

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג יולי 02, 2009 9:42 am

גלעגער ביזט פיין

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יולי 03, 2009 1:07 pm

משה קאפויער האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:הער איך, באט ווי איז יושר אריינצוגיין אין א מקוה 'אויליג שוויציג?... דיין טענה אידאך אז יענער האט געשוויצט אין דיין טלית.... נו...

זעט אויס אז געלעגער איז א חסיד וואס ביי אים איז שלי שלך, ושלך שלך, ממילא זיין אייגענע שוויץ האט ער אוועקגעגעבן פאר אנדערע אין די מקוה... אבער אז א צווייטער זאל אים אריינגעבן שוויץ אינעם טלית, דאס שוין נישט... שלך שלך, האלט דיר מיט דיין שוויץ.

;l;p-

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 03, 2009 3:13 pm

געלעגער, דאכצעך איז האב דיר שוין געזאגט, דו האסט א רייכער פענע.. זיי נישט קיין נער, פאלג "איכער".. שרייב פאר ס'געשעהט, דער עולם דא איז מתפלל סאל געשעהן זאכן צו דיר, דער עולם גלייכט דיין געשרייבעכצער..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מיטוואך יולי 08, 2009 11:59 pm

געלעגער, ממש ווי וויכי, אט אט דאס האב איך.. כמיין אזוי וויל איך שרייבן האר איך האב נישט קיין צייט סוי פעסט עס אריין דא..

גוט! און מעיזשער איז דאס ווארט..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג יולי 15, 2016 2:23 am

געלעגער האט געשריבן:(אימעזשען מיין אויסקוק, נישט געפיצטע ציין, אויליג שוויציג אן א טוש, צעפלויגענע פיאות,)

חחח

געלעגער פלעגט אמאל שרייבען ארטיקלען

מ'דארף ספלל זיין זאלסט צירוקווערן די סעילספערסאן און נישט זיין אזויפיל אין אפיס (פאשטייסט ואסעכמיין )
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט