געלט גייער און טאקסי דרייווער...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

געלט גייער און טאקסי דרייווער...

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 11:33 am

היינט אינדערפרי האב איך אויפגעפאסט לייוו צוויי באזונדערע עפיזאדן מיט א געוויסע ענליכקייט, נאר דאס צווייטע מאל איז עס געווען ערשטהאנטיג.

כ'האלט אינמיטן אשרי ובא לציון און צום וויפילטן מאל הייב איך אונטער מיין ר"ת בייטל מיט א כלומרשט איבערראשטע מינע אויפן געזיכט כאילו דאס לעצטע מאל איז עפעס געווען דארט, און צו מיין גרויס ווייטאג מוז איך אים צייגן דעם האנט פלאך, ספק כ'אנישט ספק...

אינסטינקטיוו פארן מיינע אויגן אים נאך צו מיין שכן וועלכער גיט אים מיט איין התלהבות א קוואדער, א דיים און נאך איין פעני.
איצט זעה איך ווי ער שטעלט זיך ביים באלעמער און הייבט אן דאווענען דאס וואס ער האט איבערגעהיפט ביים וותיקין מנין, איזהו מקומן, אני מאמין, א.א.וו.

אט הער איך מטבע קלאנגען פון הונטן און נאך בעפאר כ'האב א געלעגענהייט צו זעהן זיין געזיכט האב איך שוין זוכה געווען צו דערשמעקן זיין פרישטאג, כ'צייג אים וואס כ'האב געצייגט דעם פריערדיגן, און זיין צווייטע האנט לויפט גלייך צום נעקסטן וועלכער איז דאס מאל געווען דער ערשטער גייער וועלכער שאקלט זיך איצט ביים באלעמער, און דא קומט עס...

דער צווייטער גייער ווייזט אים זיין פלאסטיק פארוויקלטן המלצה בריוו און דער ערשטער קוקט אים אן מיט א טאטאלער איבערראשונג, איין אויג קוקט אויף ארויף און דאס צווייטע אויף זיין בינטל דאלארן אונטער זיין סידור, מיט א מינע פון בתמיה, צו מיר קומסטו נאך געלט? ? ? מ'שטיינס געזאגט צו זעסטו דען נישט אז איך אליינס גיי נאך געלט ? ? ?

* * *


כ'ענדיג דאס דאווענען, כ'שפאציר זיך געמיטליך ארויס פון ביהמ"ד ווי כ'דערמאן זיך אז מיין קאר (געקויפט 10 טעג בעפאר) ליגט ביים מעכאניקער, און אז איך וויל זיין אין ביזנעס היינט ברויך איך אהין אנקומען.

זיצט זיך אין פארקינג לאט א יונגערמאן – א האלבער פריינט מיינער – וועלכער האט אקארשט געדאווענט מיט מיר אין מנין, כ'גיי צו צו זיין אפענעם פענסטער ווי כ'קען מיטהאלטען לייוו ווי ער הערט אויס אלע זיינע רינגטאונס מיט א ערנסטע מינע אויפן געזיכט, און כ'פרעג אים מיט א שמייכל: מיין ליבער, ווייסטעך געווענטליך שטיי איך נישט נאך היטשעס נאר היא הנותן איך ברויך אנקומען צום ריפעיר שאפ, פארסט נישט אפשר דורך יענע גאס?

ער הייבט אונטער שטייטעליך זיין קעפל און קוקט מיך אן מיט א גרויסן שמייכל און ווייזט מיר זיין נעקסטעל, כ'טראכט צו מיר וואס איז אזוי 'פאני'? און דער זאגט מיר מיט א הויכן קדמא ואזלא, "כבין דאך א קאר סערוויס"... און זיינע אויגן ברעמען ציען ארויף אזוי ווי "וואס קען איך טאן? כ'העט דיך ווען גערן געטראגן..."


אינסטינקטיוו – כ'ווייס אליינס נישט פארוואס – האבן זיך די צוויי צוזאמגעשטעלט ביי מיר אין מוח.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 30, 2009 1:07 pm

ס'שמייכל'טצעך. יישר כח.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יוני 30, 2009 1:19 pm

איי דאנט געט איט :oops:
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 1:30 pm

איט וואז עי פילינג איי טרייד מיי בעסט טו עקספלעין, סאררי.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג יוני 30, 2009 1:37 pm

איך פארשטיי זייער גוט פארוואס דו האסט עס צאמגעשטעלט.

דיין שריפט איז גוט. קיפ איט אפ!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג יוני 30, 2009 2:35 pm

בין איך דאם, אז איך פארשטיי נישט?? אדער צפרדיע?..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יוני 30, 2009 2:43 pm

עס שטימט, און א פראפעשענעל שריפט איז אויך דא

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » דינסטאג יוני 30, 2009 3:23 pm

קענסט נישט מיין בלעקבערי איי עם, איך וואלט דיר אפשר געטראכט פון דיר וועלן נעמען.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 30, 2009 4:21 pm

קאמענטאטער. קודם יישר כח פאר די צוויי מעשיות. עס איז טאקע אינטערסאנט איבער די ביידע ענליכקייטן איינע נאך די אנדערע.

אבער איך וויל דיר עקסטערע זאגן אז איך גלייך זייער דיין שריפט, עס איז א שטארקער שרייבערישער שריפט און מ'טרעפט עס שוין כמעט נישט היינט אין קרעטשמע ווי אמאל.

און פארשטיי אליין אז איך זאג דאס נישט בלויז פאר א קאמפלימענט.. :P איך ברויך דערפאר צוריק א טובה פון אייך. טו מיר זיי מוחל צוליב און שרייבט אראפ דא פאר אינז נאך עטליכע מעשיות ווען איר האט. עס וועט זיין אינזער פארגעניגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג יוני 30, 2009 4:42 pm

אונגארישער האט געשריבן:איי דאנט געט איט :oops:


מער קאמענטארען איז איבעריג :?
the SCY is the limit

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 30, 2009 4:55 pm

בעליוו מי ענד טראסט מי. ס'איז פראפעסינאל! (אפילו די לעצטע..)

אבער אויב איז דאס טאקע דיין פראבלעם האב איך דערפאר א גרינגער לעזונג.

ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך שרייבט שוין אין זיין צעטיל קטן, א זאך וואס מ'טוט אסאך ווערט מען דערצו געוואוינט און ההרגל נעשה טבע. אויב די וועסט שרייבן מער אפט וועסטו שוין ווערן דערצו געוואוינט און די וועסט נישט אזויפיל נאכקוקן אויב דאס איז יא אדער נישט גוט געשריבן.

****

איך טראכט יעצט, נאכדעם וואס די האסט אראפגענומען דיין תגובה אויב איך זאל אויך אראפנעמען מיינס אדער ארויסשלאגן פון דיר דיין פאביע...
לעצט פאראכטן דורך צייטליך אום דינסטאג יוני 30, 2009 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 4:56 pm

קענסט עס לאזן, ווען כ'ברויך חיזוק וועל איך וויסן ווי צו קוקען, ולמצוה...
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יוני 30, 2009 5:40 pm

ר שמחה :!:
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 30, 2009 7:04 pm

די מעשה איז נישט אזוי אינטערעסאנט א-ווי די שרייבער פין די מעשה
מיר האבען דא געווינען א שיינעם פעדער,
כה לחי..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 01, 2009 1:26 am

יישר כח קאמענטאטאר, זייער אינטערסאנטע עפיזאדן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יולי 01, 2009 12:49 pm

א ריזיגער צוזאמשטעל און נאך פיין אראפגעלייגט אויך, יישר כח.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יולי 01, 2009 4:52 pm

;l;p-
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג יולי 02, 2009 10:02 am

קאמענטאטאר
א בייפאל צאמצושטעלן. קוקסט אויס (כהאב דיך אמאל געזעהן?) א טיפער טראכטער.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 10:52 am

ווי א שירעם נאך א רעגן, און וואו א טעקסי דרייווער פאר א היטש כאפער, צו וואו א געלט גייער פאר א צווייטן געלט גייער, קום איך מיך אן דא אזוי נאך יעדן איינעם'ס תגובות, אזאש אז ס'שפירט זיך וואו מיין תגובה איז גענצליך איבעריג..

אבער למעשה גייט מיך עס נישט אן, ווייל אויב גייט מיין תגובה געבן חיזוק פאר קאמענטאטער, און דאס גייט עם שטיפן צו שרייבן נאך א ארטיקל, האצעכעס שוין געלוינט, סאו וועל איך שרייבן וואס כ'האב געוואלט שרייבן, כאילו קיינער האט נישט מגיב געווען פאר מיר..

קאמענטאטער, די קאנצעפט פון די צוויי מעשיות איז זייער ענדליך, אבער נאר אז מ'טראכט גוט, סאו אז דו האסטעס צאמגעשטעלט, ביסטו נישט קיין אונגארישער.. (אויש, ער האטעך נאכנישט מגיב געווען.. איך בין דאך די ערשטע..) ווייטער דאס אז דו האסטעס אראפגעשריבן און אריינגעשטעלט דא אין קרעטשמע, איז א גוטע צייכן אז דו האסט דיך שוין אויסגעלערענט וואס מ'דארף צו טוהן ווען מ'האט א אינטערעסאנטע עפיזאד.. (נאך אביסל וועסטו דיך אי"ה אויסלערנען אז מ'קען שרייבן נאך פאר מ'האט א עפיזאד אויך...)

אבער דיין שריפט, דאס איז ווער א עקסטערע באגריסונג.. און דאס גיי איך טוהן, דורכן פארציילן א עכטע מעשה...

די וואך דינסטאג נאכט, בין איך געפארן אינאיינעם מיט מיין קאלעגע, אונזער באליבטער ראה"ק (ביז דינסטאג..) צייטליך זז"ג.. קיין סיגעיט זיך צו באקענען מיט איינע פון די גרעסטע קאמפאוזער'ס (אויב נישט די גרעסטע) 'יוסי גרין'... כדי צו קענען שרייבן פארן עולם דא אין קרעטשמע אביסל וועגן עם..

אויפן וועג האבן מיר ארומגערעדט איבער געוויסע זאכן, דברים העומדים על הפרק, צווישן די זאכן וואס מ'האמער גערעדט, האב איך מיך באקלאגט, אז אה"נ די 'היכל הנגינה' איז געווארן אויפגעלעבט, אבער "די קרעטשעמע" שלאפט וועגן דעם..

זאגט מיר צייטליך, אמת, ס'שלאפט, אבער ס'קומען אונטער נייע שרייבער'ס, למשל היינט האט 'קאמענטאטער' געשריבן א ארטיקל, (הער גוט..) "דו קענסט זעהן אויף זיין שריפט אז ער איז א גוטע שרייבער" ער גייט נאך שרייבן א שיינע פאר גוטע ארטיקלעך... האט ער אויסגעפיהרט...

קאמענטארן (נישט קאמענטאטער..) זענען איבעריג..

קאמענטאטער, (נישט קאמענטארן) גיי אן, דו שרייבט זאפטיג, מיר ווארטן צו הערן פון דיר..

נאכאמאל טענק יו, וויכי..

לאמעך שנעל דריקן שיקעס, פאר איינער איז מגיב פאר מיר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:12 am

וויכי, כ'שמייכל, אן עקסטערע יישר כח פאר קאמענטאטער פאר וויכי'ס תגובה.

וויכי, יישר כח פאר דיר אויך. (זעסט, איך בין מגיב נאך דיר.)

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג יולי 02, 2009 3:03 pm

וויכי, יו מעיד מיי דעי פאר וואטס לעפט אוו איט, טענקס פאר דאוס ווארדס אוו ענקארעדזשמענט.
קאמענטארן זענען איבריג


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי זה און 18 געסט