ווי טיפער אריין אלץ שווערער ארויס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

ווי טיפער אריין אלץ שווערער ארויס

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 12:50 am

כ'האב יעצט געטראכט א געדאנק אין כ'וויל עס מיטטיילען מיט מיינע קאלעגען דא
אין יעדער קען ארויס נעמען דערפין וואס ער וויל

חז"ל זאגען אונז מצוה גוררת מצוה אין עבירה גוררת עבירה,

כ'האב געטראכט לגבי שקר, זאגען ליגענט אין ביי אנדערעע זאכען איז אויך אזוי,

אז ווי מער מען טוט א שלעכטע זאך אלץ שווערער ווערט צי זיך ארויס דרייען דערפין,
למשל ביי ליגענט זאגען איינמאל א מענטש זאגט סטעדי ליגענט מיז ער שוין האלטען אין איין ליגענט זאגען ווייל אויב ער האט עפעס געבויט אויף ליגענט איז אויב די אמת קומט ארויס ציפאלט די גאנצע זאך איז מיז ער האלטען אין איין זאגען נאך אין נאך ליגענט צי אינטערהאלטען די אלטע ליגענטס אין אזוי קען א מענטש ווערען א שטיק ליגענט
אין ווי טיפער ער גייט אלץ שווערער איז זיך ארויס צי דרייען פין זאגען ליגענט

אבער ביי אנדערע זאכען איז אויך אזוי אין מען דארף שטיין ווייט אוועק פין א דבר אסור כדי ס'זאל נישט אריין שלעפען די מענטש טיפער אין טיפער ביז ס'שוין שווער צי זעהן די וועג ארויס

ס'דא אזוי פיהל אויפציטוהן אויף די וועלט אז ס' נישטא קיין צייט צי קליא מאכען ווייל אפילו מען פאררעכט עס נאכדעם האט עס אבער אוועקגענומען אזוי פיהל טייערע צייט

ה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם, אמן
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט