שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג נובעמבער 15, 2009 2:16 am

האט איינער א ידיעה ווען איז דער יארצייט פון ר' משה'לע מזדוטשוב געוואוינט אין מונקאטש????
(ר' יעקב חיים רוטנער האט זיך געפארעט מיט זיינע תולדות / מציבה / ספרים וכו')

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » זונטאג נובעמבער 15, 2009 2:06 pm

ג' סיון תש"ד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג נובעמבער 15, 2009 4:53 pm

איך האב מיך היינט פארקיקט אין די טויט שיינען פון די פארשאלטענע דייטשען ימ"ש
ווייסט איינער ווער איז Halberstam, Moses Aron (1907-09-13 1942-06-21) Birthplace: Alt-Sandez, Residence: Stropkov, Religion: Jew
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » זונטאג נובעמבער 15, 2009 5:33 pm

בנו של הרה"ק ר' חנה מקאלאשיץ וחתן בעל בנין דוד מאוהעל.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג נובעמבער 15, 2009 6:05 pm

ער האט געוואינט אין סטראפקאוו??
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אורח לרגע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

צויזמירער רבה

תגובהדורך אורח לרגע » זונטאג נובעמבער 29, 2009 3:21 pm

בוורשא, לפני המלחמה, היה אדמור בשם ר' אלכסנדר זושא אייזנשטאט, הוא נקרא צויזמירער רבה.
היה מצאצאי אוהב ישראל מאפטא, והיהודי הקדוש מפשיסחא.
היש מי שיודע כיצד?



השאלה בבלוג תולדות ושורשים בעם ישראל.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 9:09 am

נאדער א בילד
צוגעלייגטע
Zishe.bmp
Zishe.bmp (195.17 KiB) געזעהן 3370 מאל
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 9:51 am

פרעגער,
ר' בנימין בעל הבלוג 'תולדות ושרשים בעם ישראל' האט דאך געשטעלט דעם בילד, און דערנאך קומט ער דא אריין בעטן פאר הילף, אלזא נישט דער בילד זוכען מיר נאר דעם יחוס.

כבוד האורח,
אני רואה בהיברו-בוקס ספר ממשפחת אייזנשטאדט מוורשה, ספר מעורר ישנים לר' יצחק אייזיק אייזנשטאדט משם, על דף השער כתוב שהיה נכד ר' ליבוש חריף מאפטא, שהיהודי הק' מפשסיחא נמנה מתלמידיו אולי יש לזה שייכות עם ר' זושא הנ"ל?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:01 am

מיללער האט געשריבן:פרעגער,
ר' בנימין בעל הבלוג 'תולדות ושרשים בעם ישראל' האט דאך געשטעלט דעם בילד, און דערנאך קומט ער דא אריין בעטן פאר הילף, אלזא נישט דער בילד זוכען מיר נאר דעם יחוס.


ראשית, אז מען בעט פאר הילף זאל מען קודם ברענגן ווי מער פרטים וואס מען ווייסט יא.
שנית, דער 'אורח לרגע' איז אריין געקומען ווי א גאסט אויף א ווייל, און מ'קען מיינען אז ער רעדט פון א פולע פארנעפעלטע רבי, האב איך געברענגט דעם בילד - צו ווייזן אז עפעס פרטים איז יא פארהאן.
שלישית, כ'האב געוואלט צוברענגן א בילד, אז מ'זאל זעהן אז מ'רעדט פון א רבי במלא הדרו.
רביעית, אמאל קען מען דורכ'ן בילד, צופאסן צו וועלכע משפחה אדער קרייז ער געהער.
ועל כולם
חמישית
והיו עיניך רואות מוריך!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 30, 2009 10:33 am

'כהאב נישט געהאט קיין טענות, נאר מברר געווען די פרטים, תודה רבה בכ"א.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 3:42 pm

אזוי האט אויסגעזען דעם חידא"ס אייניקל?
http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... ndson.html
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

ר' אברהם זעמבא, און ר' ניסן גארדאן

תגובהדורך israel » דינסטאג דעצמבער 15, 2009 2:56 am

א. ווער איז געווען ר' אברהם זעמבא, צי ער איז געווען דער ברודער פון ר' מנחם זעמבא, צו זיין פלימעניק? איך האב געזען אין דעם צוויי וועריאציעס.

ב. ווער איז געועון ר' ניסן גארדאן? צי ער האט געהאט א שייכות מיט ליובאוויטש?

ג. צי עמצער האט בילדער פון זיי?

יישר כח
ישראל

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 06, 2010 8:51 pm

ניסן גארדאן איז געווען א צייטונג שרייבער פאר דעם "--געמיינעם זשורנאל".
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

משפחת מאלוביצקי

תגובהדורך הירשל ציג » מיטוואך ינואר 13, 2010 9:37 pm

איך האב אין די משפחה א זיידע - ר' אשר מלוביצקי, די שווער פון ר' ברוך ב"ר אפרים יוסף אשכנזי

ר' אשר מיין איך איז געווען א זון פון רבי משה בער פון סטאלין, וועלכע איז געווען א שטיף זון פון רבי אשר סטאלינער

מיין שאלה איז וואס האט דער ר' אשר מיט די מאלוביצקיס פון לעכאוויטש?

תודה למפרע
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג ינואר 14, 2010 1:51 pm

הירשל ציג האט געשריבן:איך האב אין די משפחה א זיידע - ר' אשר מלוביצקי, די שווער פון ר' ברוך ב"ר אפרים יוסף אשכנזי

ר' אשר מיין איך איז געווען א זון פון רבי משה בער פון סטאלין, וועלכע איז געווען א שטיף זון פון רבי אשר סטאלינער

מיין שאלה איז וואס האט דער ר' אשר מיט די מאלוביצקיס פון לעכאוויטש?

תודה למפרע

ר' אשר מאלוביצקי הי' אחיו של ר' מרדכי מאלוביצקי מלעכוויטש חתן ר' נח מלעכוויטש.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג ינואר 17, 2010 2:15 pm

מיילעך איז גערעכט. און לויט דעם קומט אויס אז ר' אשר איז נישט געווען קיין לעכוויטשער אייניקל.
[צו באמערקן אז דער נאמען מלוביצקי שטאמט פון דעם, אז אין יענע גלילות האט 'קליין' (נידריג וכדו') געהייסן בשפת המדינה 'מאלוי'. און אזוי ווי אין די משפחה זענען געווען נידריג געוואקסענע מענטשן, איז פון דעם נשתרבב געווארן דער נאמען 'מאלוי-וויצקי'].
דער עכטער נאמען פון הרה"ק ר' מרדכי מלעכוויטש זי"ע איז געווען 'יפה', זייענדיג א בן-אחר-בן פון הרה"ק ר' מרדכי יפה בעל הלבושים זי"ע.
- - -
איצט אביסל צוריק צום פראגע:
ר' משה בער פון סטאלין איז געווען א זוהן פון ר' אהרן (ר' אָהרע) שותק, און א איידעם ביים הייליגן קארלינער [הרה"ק ר' שלמה מקארלין] זצ"ל.
ר' משה בער'ס זוהן ר' מרדכי איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' נח מלעכוויטש זי"ע (בן הרה"ק מא"ד מלעכוויטש זי"ע).
דער ר' מרדכי האט געהאט א זוהן ר' אהרן (ר' משה בטלן-גבאי ווייס ע"ה האט איהם נאך געקענט), און דער ר' אהרן'ס זוהן איז געווען ר' פנחס מלוביצקי וועלכער איז געווען א איידעם ביים דברי שמואל מסלאנים זי"ע.
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג ינואר 17, 2010 7:21 pm

ווייסט איינער צו ס'איז דא יוצ"ח פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זצ"ל (ד' שבט ווערט 200 יאהר זינט דער הסתלקות).
- - -
לגבי הרה"ק רבי מענדעלע מוויטעבסק זצ"ל האב איך אמאל געהערט אז הרה"ק דער חוזה מלובלין זצ"ל האט געזאגט אז ער איז געגאנגען אין אלע וועלטן צו קענען פועל'ן אז עס זאל בלייבן א זכר פון ר"ר מענדעלע, אבער ער האט נישט געקענט פועל'ן. יעצט איז די שאלה צו פונעם קאליסקער איז יא דא אייניקלעך.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » זונטאג ינואר 17, 2010 10:01 pm

צו באמערקן אז דער ר' אשר מאלוביצקי איז געווען 2 מאל אן אייניקל פונעם היילקן קארלינער זצ"ל
דרך ר' משה בער חתן הרש"ק
און אויך איז ער געווען אן איידעם ביי ר' שלמה מלודמיר בן ר' משה מלודמיר בן הרה"ק ר' שלמה מקרלין זצ"ל
ר' אשר'ס טאכטער האט חתונה געהאט מיט ר' ברוך אשכנזי אביהם של ר' יצחק שרגא פייוויש הי"ד ור' יואל אשכנזי ז"ל
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » זונטאג ינואר 17, 2010 10:02 pm

farshlufen האט געשריבן:אזוי האט אויסגעזען דעם חידא"ס אייניקל?
http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... ndson.html


פון חיד"א איז דא אייניקלאך שאינם בני ברית ר"ל
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:12 am

הירשל ציג האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אזוי האט אויסגעזען דעם חידא"ס אייניקל?
http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... ndson.html


פון חיד"א איז דא אייניקלאך שאינם בני ברית ר"ל


וואס איז דער חידוש, פון וועלכע גדול וואס האט געלעבט מיט 150 צוריק קען מען זאגן בוודאות אז עס איז נישטא? קען דען איינער זאגן היינט בודאות אז פון צאנזער רב איז נישטא קיין גוי'אישע אייניקלעך.. כ"ש דער חיד"א וואס האט געלעבט אסאך פריער...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:22 am

ר' הירשל ור' איטשע, איר רעדט ביידע פון אור אייניקלעך און נאך ווייטער, מיין וואונדער איז געווען אויף א רעכט אייניקל פון חיד"א, אז ער האט זיך אזוי שנעל דערקייקעלט, דאס איז אבער געווען א מכת מדינה און דער גורל פון גאנצעטע שטיקער כלל ישראל בימים ההם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:27 am

איטשע האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אזוי האט אויסגעזען דעם חידא"ס אייניקל?
http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... ndson.html


פון חיד"א איז דא אייניקלאך שאינם בני ברית ר"ל


וואס איז דער חידוש, פון וועלכע גדול וואס האט געלעבט מיט 150 צוריק קען מען זאגן בוודאות אז עס איז נישטא? קען דען איינער זאגן היינט בודאות אז פון צאנזער רב איז נישטא קיין גוי'אישע אייניקלעך.. כ"ש דער חיד"א וואס האט געלעבט אסאך פריער...

בוודאות קען מען נישט זאגן אבער ככל הידוע איז פון צאנזער רב נישטא אפילו קיין אפגעפארענע אייניקלאך, (חוץ אויב הרב לאו וכדו' הייסט אבגעפארן...)
לעצט פאראכטן דורך מאטעס אום מאנטאג ינואר 18, 2010 7:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 7:42 am

נחמן נתן האט געשריבן:ווייסט איינער צו ס'איז דא יוצ"ח פון הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זצ"ל (ד' שבט ווערט 200 יאהר זינט דער הסתלקות).
- - -
לגבי הרה"ק רבי מענדעלע מוויטעבסק זצ"ל האב איך אמאל געהערט אז הרה"ק דער חוזה מלובלין זצ"ל האט געזאגט אז ער איז געגאנגען אין אלע וועלטן צו קענען פועל'ן אז עס זאל בלייבן א זכר פון ר"ר מענדעלע, אבער ער האט נישט געקענט פועל'ן. יעצט איז די שאלה צו פונעם קאליסקער איז יא דא אייניקלעך.

עיין
כאן בגוף האיגרת ובהערות בענין נכדו ובנו של הר"א קליסקר זי"ע
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:09 am

ובנוגע צאצאי רמ"מ מוויטפסק מאת ד"ר מור אלטשולר
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 18, 2010 8:29 am

מאטעס האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אזוי האט אויסגעזען דעם חידא"ס אייניקל?
http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... ndson.html


פון חיד"א איז דא אייניקלאך שאינם בני ברית ר"ל


וואס איז דער חידוש, פון וועלכע גדול וואס האט געלעבט מיט 150 צוריק קען מען זאגן בוודאות אז עס איז נישטא? קען דען איינער זאגן היינט בודאות אז פון צאנזער רב איז נישטא קיין גוי'אישע אייניקלעך.. כ"ש דער חיד"א וואס האט געלעבט אסאך פריער...

בוודאות קען מען נישט זאגן אבער ככל הידוע איז פון צאנזער רב נישטא אפילו קיין אפגעפארענע אייניקלאך, (חוץ אויב הרב לאו וכדו' הייסט אבגעפארן...)


נאטעס, דו ביסט ערגעץ אין עולם התוהו, פון צאנזער רב איז ליידער דא 'היבש' אפגעגפארענע אייניקלעך, השםפ ירחם עליהם.

(מפני הכבוד וועל איך דיר נאר הייסען קוקען אין די צעשינובער אשכול, סטראפבוקבער אשכול און טשעחויבער אשכול, און פאר א נויט ביי ר' מנחם בנימין בנציון האלבערשטאם דער צאנזער רבי פון ניו יארק וכהנה רבות)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט