שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:24 pm

יוסלמאן, עוד מעט ואתה מוציא אותנו משלוותינו,
כשבתו של האמרי חיים הרבנית שבע ברכה ערנסטער נישאה היה הרבי מ'מונקאטש ילד,
מבנות האמרי חיים כבר שלושה אינם בין החיים, הנ"ל,
והבכירה הרבנית מרים [מאני] שהיתה לה שלשה בעלים וארבעה זיווגים ל"ע,
הרבנית הינדא אשת הרה"צ מהרנ"ח אדלער היא גם נישאה לפני המלחמה,
אנדקאט מעניין אם המהרנ"ח נישאה בזוו"ש להמקור ברוך מ'סערעט, וזקנתו בזוו"ש להאהבת ישראל.
ועמך כולם צדיקים

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:35 pm

ביקסאד האט געשריבן:יוסלמאן, עוד מעט ואתה מוציא אותנו משלוותינו,
כשבתו של האמרי חיים הרבנית שבע ברכה ערנסטער נישאה היה הרבי מ'מונקאטש ילד,
מבנות האמרי חיים כבר שלושה אינם בין החיים, הנ"ל,
והבכירה הרבנית מרים [מאני] שהיתה לה שלשה בעלים וארבעה זיווגים ל"ע,
הרבנית הינדא אשת הרה"צ מהרנ"ח אדלער היא גם נישאה לפני המלחמה,
אנדקאט מעניין אם המהרנ"ח נישאה בזוו"ש להמקור ברוך מ'סערעט, וזקנתו בזוו"ש להאהבת ישראל.


אין אני שואל על ערנסטער, אני שואל על אדלער וכמדומה היה היא מבנותיו הצעירם.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:37 pm

אתה מדבר מ'מאטל אדלער' בן ר' נפתלי חיים. שרייב מיט אביסל ישוב הדעת
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:39 pm

בן בוזי האט געשריבן:אתה מדבר מ'מאטל אדלער' בן ר' נפתלי חיים. שרייב מיט אביסל ישוב הדעת


ווי איז ער געווען אן איידעם?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:47 pm

ר' זאב לעוו בן הרב ר' משה אריה מ'טעמעשוואר,
אלמנותו נישאה להרב דייטש בן הרב מחוג חת"ס פ"ת.
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג אוגוסט 10, 2009 2:51 pm

ביקסאד האט געשריבן:ר' זאב לעוו בן הרב ר' משה אריה מ'טעמעשוואר,
אלמנותו נישאה להרב דייטש בן הרב מחוג חת"ס פ"ת.

ב''ה
ר' זאב נפטר אתמול וביתו שהיתה אשת ר' מאטל אדלר בן הרנ''ח נישאה לר' חיים יודא דייטש מחוג לפני כמה שנים .
think straight

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 9:26 am

badatz האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:די וואך האבן מיר זיך פערצופאל געטראפן האלטן א ספר מנחה חדשה פון הרה"ק רבי נפתלי חחים הורוויטץ זי"ע בן הרה"ק בעל אמרי נועם זי"ע ונכד מרן הדברי חיים זי"ע.
אין די הקדמה פונעם איבערדרוקער ברענגט ער אז נכדו "הרה"ץ רבי נפתלי חיים אדלער זצ"ל" האט עס איבערגעדרוקט. ווייסט איינער צו דאס איז אדלער, אן איידעם ביים אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל, איז דער אדלער געווען א ראפשיצער אייניקעל?

ב''ה
יאסעלמאן אויב דיא האסט געהאט דעם ספר אין דיא הענט שטייט ,,דארט,, בפירוש אז הגרנ''ח איז
געווען איין איידעם ביים אמרי חיים .פליז טשעק פאר ס'פאלט דיר איין ציא שרייבען .גוד בייא


דער4 פראבלעם איז הער באדא"ץ, אינעם ספר מנחה חדשה על הש"ס איז נישטא קיין ווארט פון וויזניץ און אוודאי נישט אמרי חיים. ס'שטייט דארט פלעין אז דער ספר איז איבערגעדריקט געווארן דורך הרה"ץ רבי נפתלי חיים זצ"ל. קען זיין אז ס'איז שוין געווארן נאכאמאל איבערגעדריקט און פון דעם רעדט איר, מיר רעדן פון א "מהודרה מצומצמת" וואס איז געווארן געדריקט לרפואת אן אייניקעל פון רבי נפתלי חיים זי"ע. דער דריק-סטאר אזי נאר גאר אלט און שווער צו לערנען. אויב ס'איז געווארן שיין איבערגעדריקט דארף מען עס וויסען ווייל דער ספר איז א גוט ספר און לערענדיג מס' מכות האמיר געטראפן דארט שיינע ענינים, ואתכם הסליחה.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

הברוך טעם

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:44 pm

כידוע האט דער ברוך טעם זי"ע געהאט עטליכע זיווגים (איך מיין אז דריי), צו ווייסט איינער וועלכע קינדער זענען פון וועלכע זיווג?

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 7:04 pm

בןהרחמן האט געשריבן:כידוע האט דער ברוך טעם זי"ע געהאט עטליכע זיווגים (איך מיין אז דריי), צו ווייסט איינער וועלכע קינדער זענען פון וועלכע זיווג?

און אז מ' רעדט פונעם ברוך טעם וויסט אפשר איינער וואו זיין עלטסטען זון ר' יהושע העשיל איז געווען א איידים

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 2:09 pm

ווער ווייסט וואו ר' חיים מאיר בן ר' מנחם ערנסטער איז א איידים???

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 6:30 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:ווער ווייסט וואו ר' חיים מאיר בן ר' מנחם ערנסטער איז א איידים???

איך זעה אז איך האב נישט זוכה געווען צו א תשובה,
אפשר קען זיך איינער מרחם זיין און שיקען א תשובה, (עס איז וויכטיג פאר א שידוך).

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 11:13 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:
משה זוך מיר האט געשריבן:ווער ווייסט וואו ר' חיים מאיר בן ר' מנחם ערנסטער איז א איידים???

איך זעה אז איך האב נישט זוכה געווען צו א תשובה,
אפשר קען זיך איינער מרחם זיין און שיקען א תשובה, (עס איז וויכטיג פאר א שידוך).


פרעג דעם שדכן ...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 23, 2009 1:33 am

משה זוך מיר האט געשריבן:ווער ווייסט וואו ר' חיים מאיר בן ר' מנחם ערנסטער איז א איידים???

זידיטשויב - טשיקאגאו.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

ר' פסח הכהן פון אנשי מעמד אין איסט סייד

תגובהדורך יצמחפורקניה » זונטאג אוגוסט 30, 2009 1:26 pm

נישט לאנג האב איך געהערט פון איינעם, אז אין די כ' יארען איז געוועהן אין איסט סייד א איד מיטען נאמען ר' פסח הכהן, אין אנשי מעמד.

אסאך סאטמארער בחורים פלעגען פארען צו אים, מען האט געשמועסט דעמאלטס אז ער איז א באהאלטענער איד און א גרויסער תלמיד חכם בנגלה ובנסתר.

ר' יודעלע פירטה, פון די חשובע וויליאמסבורג'ער אידען בימים ההם, האט אים אסאך משמש געוועהן. און עס איז געבליבען ביי אים אסאך פון זיינע כתבים וחידושי תורה.


ווער ווייסט נאך פרטים ?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

האדמו"ר ר' יהושע צבי מיכל שפירא זצ"ל

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 10:10 am

היינט י"ב אלול (תרס"ו) געפאלט די יאהרצייט פון האדמו"ר ר' הערש מיכל שפירא זצ"ל מירושלים.
עס איז געדרוקט א ספר וואס רוב דערפון איז זיינע תולדות - צבי לצדיק.
גדולי דורו שרייבן אויף איהם מורא'דיגע זאכן, ער ווערט דארט אנגערופן "אדמו"ר", ווייסט איינער וואס פאר א רב אדער גאון אדער גאר אדמו"ר מען האט איהם גערופן.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

ר' מרדכי'לע דיין מסטריזוב

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 11:31 am

אין סטריזוב האט געוואוינט א ר' מרדכי'לע, ער איז געווען דער דיין. ווייסט איינער וויאזוי זיין משפחה נאמען איז געווען?
ווייסט איינער עפעס מער פרטים איבער איהם?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:37 pm

קאן זיין דו מיינסט ר' יוסף מרדכי ווינער המוזכר בספר היזכור של סטריזוב מצורף בזה
צוגעלייגטע
0026.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3984
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:31 pm

ניין, כ'האב נישט איהם געמיינט. ס'קאן זיין אז דער רבי מרדכי'לע דיין פון וואס איך רעד איז געווען דיין אין דינוב (בדרך אפשר). קען מיר איינער אפשר העלפן?
לחיים ולברכה!

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 3:18 pm

משה זוך מיר האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:כידוע האט דער ברוך טעם זי"ע געהאט עטליכע זיווגים (איך מיין אז דריי), צו ווייסט איינער וועלכע קינדער זענען פון וועלכע זיווג?

און אז מ' רעדט פונעם ברוך טעם ווייסט אפשר איינער וואו זיין עלטסטען זון ר' יהושע העשיל איז געווען א איידים

אפשר איז כדי אריין צו לייגען די צוויי תגובות אין די נייע אשכול "פרענקעל-תאומים",
אולי דארט וועט עס זוכה זיין צו אן ענטפער.
אגב ר' חיים שמואל מחענטשין פון די אשכול "גדולי ישראל ווער ווייסט" איז געווען א איידים פון ר' יהושע העשיל,
אינטערסאנט איז אז ר' חיים שמואל איז געבוירען תר"ג, סיי זיין טאטע און סיי זיין שווער זענען נפטר געווארען אין יאר תר"ג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20993
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 3:41 pm

קען ווער דא העלפן דעם איד?

ער וויל צוזאמענשטעלן א יחוס בוים פון תןלדות פון הייליגן בארדיטשעווער ז"ל [אויסער פ. אינדיג].

פון דזואיש דזען:

Subject: Rabbi Levi Isaac Berdyzcow
From: Binyamin Lewis <blewis644 @ yahoo.com>
Date: Mon, 7 Sep 2009 19:21:01 -0700 (PDT)
X-Message-Number: 3

Is anyone working on I am trying to work on a definitive tree for
Rabbi Levi Yitzchok of Berdyzcow the "Berdichever Rov". Does any
one know any living or nonliving descendants, or where I can get
further information on his extended family. (I know about the Derbarimdikers),
but if you know any specific people, I would really appreciate it.
Also does anyone know the connection between Rabbi Levi Yitzchok and
Maharsha Eidils.

I bevelieve there is a connection to the Berdichever. Can anyone verify this?

Thanks,
Binyamin Lewis

(Please email me privately at Blewis644 @ yahoo.com
)
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:02 pm

אין וואהלין איז פארהאן א שטעטל 'ארלע' (אורלה, ORLA) נישט ווייט פון גרודנא, איך האב געטראפן א בידל פון א והל דארט איבער די קבר פונעם ארטיגען רב שנפטר בשנת תרע"ה, מיט זיין רביצין, לדאבוני איז דער נאמען זעלבסט פארמעקט מען קען נאר לייענען ...ב"ר ישראל'

אפשר ווייסט איינער פון וועם די רעדע איז?
צוגעלייגטע
Orla.jpg
Orla.jpg (20.96 KiB) געזעהן 3178 מאל
Orla2.jpg

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:16 pm

מיללער האט געשריבן:אין וואהלין איז פארהאן א שטעטל 'ארלע' (אורלה, ORLA) נישט ווייט פון גרודנא, איך האב געטראפן א בידל פון א והל דארט איבער די קבר פונעם ארטיגען רב שנפטר בשנת תרע"ה, מיט זיין רביצין, לדאבוני איז דער נאמען זעלבסט פארמעקט מען קען נאר לייענען ...ב"ר ישראל'

אפשר ווייסט איינער פון וועם די רעדע איז?


תרע"א
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 4:17 pm

לויט די ראשי תיבות פון די חרוזים האט ער געהייסן 'יעקב מרדכי' לייען ד מצבה

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2009 3:54 pm

דער רב פון ארלע לערנענדיג מיט בעלי בתים (איך ווייס נישט צו דאס איז דער ר' יעקב מרדכי')
צוגעלייגטע
yivovd_32291.jpg
yivovd_32291.jpg (11.89 KiB) געזעהן 3488 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 5:29 am

איינער האט מיר געזאגט אז ר' יונה לאנדא דארף זיכער צו וויסען פון עם

יענער האט מיר אויך פארציילט אז ער געדענקט אז ר' משה פרידמאן (גבאי) איז גוועהן ביי עם אלטס בחור.

אויך דער ניקלשבורגער ר' מעכל פלעגט אסאך גיין צו עם


איך וואוין נישט אין וומ"ס, איז מיר שווער צו צוקומען צו ר' יונה'ן. אפשר קען זיך איינער מתנדב זיין ?

לויט ווי איך האב פארשטאנען פון יענעם איד דארף עס צו זיין זייער זייער אינטערסאנט


_


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מחאה, שוכני עפר און 12 געסט